בלאט 1 פון 11

ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:14 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
ברעיקינג נוז:

פרעזידענט טראמפ האט נארוואס דערקלערט אלע רעליגיעזע געבעט הייזער אלטס ״עסענטשול״, און אז זיי קענען געהעריג עפענען די טירן, אויב שטעלט מען איין די גיידליינס וואס זענען געגעבן געווארן פאר אנדערע עסענטשול ביזנעסער.

דאס איז צום ערשטן מאל וואס דער פרעזידענט נעמט פאקטישע עקזעקאטיוו שריט אין קעגנזייט פון לאקאלע סטעיט גאווערנערס אין די נושא פון קאראנע לאקדאון.

הודו לה׳ כי טוב! דאס איז א גאר פרייליכע בשורה פאר כלל ישראל, ספעציעל אין די ליבעראלע סטעיט ניו יארק וועלכע פלאגן זיך אין די טעג אין א מלחמה קעגן די עקזעקאטיוו ארגער פון גאווערנער קאומאו.

דער פרעזידענט ביים געבן זיין דעקלעראציע.

https://www.dropbox.com/s/aeg28ssctjdew ... 8.m4a?dl=0

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט קריג מיט לינקע גאווערנער׳ס בנוגע רעליגיעזע געבעט הייזער

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:17 pm
דורך זארג נישט
קען ער אווערריידן דער גאווערנאר?

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט קריג מיט לינקע גאווערנער׳ס בנוגע רעליגיעזע געבעט הייזער

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:19 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
מ׳קען דיבאטירן, וואס איז אבער זיכער איז, עס געבט פאר רעליגיעזע גרופעס די רעכט, און מסתמא א אויבערהאנט איבער דעם גאווערנער, אפגעזעהן וואס אים געפעלט יא אדער נישט.

פאר אידן מיינט עס אז א חילל ה׳ איז עס זעכער נישט. מ׳קען עפענען, מיר האבן דעם פרעזידענט יר״ה אויף אונזער זייט!

YOU FIGHT YOU WIN

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט קריג מיט לינקע גאווערנער׳ס בנוגע רעליגיעזע געבעט הייזער

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:22 pm
דורך Borough Park
Wow אפשר קען ער עס מאכן אויך פאר ישיבות אין חדרים

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט קריג מיט לינקע גאווערנער׳ס בנוגע רעליגיעזע געבעט הייזער

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:22 pm
דורך IMBZ
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג נוז:

פרעזידענט טראמפ האט נארוואס דערקלערט אלע רעליגיעזע געבעט הייזער אלטס ״עסענטשול״, און אז זיי קענען געהעריג עפענען די טירן, אויב שטעלט מען איין די גיידליינס וואס זענען געגעבן געווארן פאר אנדערע עסענטשול ביזנעסער.

דאס איז צום ערשטן מאל וואס דער פרעזידענט נעמט פאקטישע עקזעקאטיוו שריט אין קעגנזייט פון לאקאלע סטעיט גאווערנערס אין די נושא פון קאראנע לאקדאון.

דאס איז א גאר פרייליכע בשורה פאר כלל ישראל, ספעציעל אין די ליבעראלע סטעיט ניו יארק וועלכע פלאגט זיך אין די טעג אין א מלחמה קעגן די עקזעקאטיוו ארגער פון גאווערנער קאומאו.

דער פרעזידענט ביים געבן זיין דעקלעראציע.

https://www.dropbox.com/s/aeg28ssctjdew ... 8.m4a?dl=0

עס מאכט נישט אויס ווייל קאומא האט שוין געעפענט די בתי מדרשים.
עס מאכט אויף די טיר פאר אים צו עפענען די רעליגיעזע מוסדת.

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:22 pm
דורך איך האף
קאמאו לאזט דאך שוין אויך עפענען?
וואס איז דעס מער?

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:23 pm
דורך Borough Park
איך האף האט געשריבן:קאמאו לאזט דאך שוין אויך עפענען?
וואס איז דעס מער?

פשטות אז ס׳קען זיין מער ווי 10 מענטשן

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט קריג מיט לינקע גאווערנער׳ס בנוגע רעליגיעזע געבעט הייזער

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:26 pm
דורך קעדילעק
IMBZ האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג נוז:
]
עס מאכט נישט אויס ווייל קאומא האט שוין געעפענט די בתי מדרשים.
עס מאכט אויף די טיר פאר אים צו עפענען די רעליגיעזע מוסדת.

קאומאו האט שוין געעפנט בתי מדרשים? נישט געוואוסט, אה, 10 מענטשן? לץ וואס ער איז..

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:26 pm
דורך פעיק נוז
קודאס מיסטער פרעזידענט!

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:26 pm
דורך בר דעת
קאומא לאזט נאר צען מענטשן.
די עיקר אויפטו איז וואס ער זאגט אז די ראבייס און להבדיל גלחים ווייסן וויאזוי עס צו טוען סעיף און ער טראסט זיי מיט די באשלוסן.

די שאלה איז אויב ער גייט ארויסגעבן א קלארע עקזעקעטיוו ארדער.

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט קריג מיט לינקע גאווערנער׳ס בנוגע רעליגיעזע געבעט הייזער

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:26 pm
דורך זארג נישט
Borough Park האט געשריבן:Wow אפשר קען ער עס מאכן אויך פאר ישיבות אין חדרים

טאקע אזוי. ביי אונז זענען ישיבות און חדרים אויך געבעט הייזער און עסענשל.

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:28 pm
דורך אלי' מקוה יוד
Wow

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:28 pm
דורך נאך איינער
בר דעת האט געשריבן:
די שאלה איז אויב ער גייט ארויסגעבן א קלארע עקזעקעטיוו ארדער.

לכאורה מיינט ער דעס מיט אווערריידן, אויב זיי גייען נישט פאלגן,

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:29 pm
דורך ניס קראכער
על בשורת טובות אומר, ברוך הטוב והמטיב

טענק יאו מיסטער פרעזידענט יר"ה
4 מאר יערס, 4 מאר יערס...

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:31 pm
דורך בוידעם
לאנג לעבן זאל דער קעניג!

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:31 pm
דורך Borough Park
יעצט גייען אינז זעהן ווי אלע לינקע ניקים זענען מסביר פארוואס עס איז נישט קיין טובה

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:36 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
רבותי, ביטע נישט פאליטיפירקלען.

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:37 pm
דורך ניס קראכער
קאומא וועט באלד בעטן אפאר בתי מדרשים פון די פעדעראלע רעגירונג...

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט קריג מיט לינקע גאווערנער׳ס בנוגע רעליגיעזע געבעט הייזער

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:38 pm
דורך zurich
זארג נישט האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:Wow אפשר קען ער עס מאכן אויך פאר ישיבות אין חדרים

טאקע אזוי. ביי אונז זענען ישיבות און חדרים אויך געבעט הייזער און עסענשל.

קען איינער אריינקומען קלארער אויב סמיינט טאקע דע מוסדות?

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:39 pm
דורך מצב כללי
זייער גוטע נייעס ב״ה

זייער א פאוערפול מעסעדזש פונעם פרעזידענט

גירא בעינא דקאומאו

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:40 pm
דורך בר דעת
לאזט אפ מיט די נארישקייטן יעצט, האט מען שוין געהערט פון קאומא?

מיין שפעקולאציע איז אז יעצט גייט קומען א קאנטער רעאקציע פון די לינקע אז אויב רעליגיעזע הייזער מעגן עפענען מעג צען דאך אויך עפענען אלע פארוויילונגס ערטער, טעאטערס, בארס, וכו. ביז אפאר טאג איז אלעס אלעס אפען.

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:41 pm
דורך eller
איך גלייב אז דאס גייט האבן א גאר פאזעטיווע אפעקט אפילו נאך קאראנע.

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:41 pm
דורך Borough Park
בר דעת האט געשריבן:לאזט אפ מיט די נארישקייטן יעצט, האט מען שוין געהערט פון קאומא?

מיין שפעקולאציע איז אז יעצט גייט קומען א קאנטער רעאקציע פון די לינקע אז אויב רעליגיעזע הייזער מעגן עפענען מעג צען דאך אויך עפענען אלע פארוויילונגס ערטער, טעאטערס, בארס, וכו. ביז אפאר טאג איז אלעס אלעס אפען.

וואס האט א מיט ב?

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:42 pm
דורך קיטשי

That's what the President wants...

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:42 pm
דורך זארג נישט
עס זעהט אויס אז אלעס גייט זיך עפענען אזוי, מיט געוואלד. אבער א שונא וועט מען מאכען פון דער גאווערנאר צו אונז.