ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך קיסריה » זונטאג מאי 24, 2020 9:29 am

אין קאליפארניע האט א פידעראלע אפעלאט געריכט גערעכט געגעבן פארן גאווערנאר, און נישט געלאזט די קירכע עפענען.

פוירסט אמענדמענט - נישט ווען ס׳איז א סכנה פאר אנדערע מענטשן?

איי פארוואס מעג וואל-מארט יא?
האבעך נישט קיין געהעריגע תירוץ.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג מאי 24, 2020 9:34 am

אין ארגען האט א זשאזש געזאגט אנדערש שוין נישט פון יעצט

יעדנס זשאזש פסק איז נישט מוכיח אויף גארנשט

אין פרידנס צייטן האט אזא דערקלערונג\געבעט פון א פרעזידענט א כח

און אפילו יעצט איז אסאך גרינגער פאר מנהיגי העדע צו עפענען ווי בעפאר דעם

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 24, 2020 9:36 am

קיסריה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט א פידעראלע אפעלאט געריכט גערעכט געגעבן פארן גאווערנאר, און נישט געלאזט די קירכע עפענען.

אט דאס האט טראמפ געוואלט, אז קאליפארניע און ניו יארק זאלן צוריק פייטן און טראמפ זאל קענען קאמפיינען דערמיט!! ניו יארק האט ביזדערווייל געהאט שכל צו זיין שטיל, אבער נישט קאליפארניע.

איינער רעדט זיך איין אז טראמפ מיינט דא אידן אדער קריסטן להבדיל? ער מיינט נאר זיך, ער גייט עס איינקעשן צו די מעקס.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: Re:

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מאי 24, 2020 9:37 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די ארדער האט עפעס מיט אהבת ישראל? נישט דא אין דעם מער אהבה פארן איד ווי פארן מוסלימעינער.

גערעכט, אבער כידוע האט דער פרעזידענט נישט קיין איבעריגע אהבה צו די מוסלמענער, אויב האט ער דא א חשבון צו געפעלן איינעם איז עס נאר צוליב די אידן.

טראמפ וויל באקומען מיליאנען רעליגיעזע קריסטן דורך דעם פאר די 2020 וואלן, ווי אויך די אידן. נאר צוליב די אידן איז איבערגעטריבן.


טראמפ האט לאו דוקא געזיכט צו טוישן דעם עקזעקאטיוו ארדער, ער האט קלאר געזאגט אז ער בעט די גאווערנער׳ס זאלן עס אליינס טאן, און אויב זיי וועלן נישט וועט ער זיין אויוועריידן.

נאך א זאך. בנוגע סאושעל דיסטענס.. וואס טראמפ האט געזאגט איז, א געבעט הויז איז גארנישט אנדערש ווי א גראסערי. וואס זענען די גיידליינס אין א גראסערי, און ווי שטארק איז די פארסירונג? גענוי ברויך זיין ווען ס׳קומט צו רעליגיעזע געבעטן.

אין ניו יארק סיטי האט מעיאר דיבלאזיאו גענומען א אויסנאמליכע שטייפע שטעלונג לגבי בתי מדרשים בפרט, ער האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע מסור טעלפאון נאמבער און אינקארידזשד דעם המון עם צו רופן אויב זעהט מען מענטשן קומען אין ביהמ״ד.

ער האט קלאר געזאגט אז אויב גייט א ביהמ״ד אנגיין מיט תפילות וועט ער שיקן די פאליציי עס צו שטערן. און אויב וועט מען זיך נישט לאזן וועט ער עס שליסן פערמינאנט. [כ׳פארשטיי אז דאס איז געווען מער סתם א סטראשע, א סטראשע איז עס אבער געווען].

די פאליציי, אויב שיקט מען זיי צו א 311 קאמפלעינט מיזן זיי דעקן די קאל. אויב זעהן זיי מענטשן דאווענען מיזן זיי ארויסשיקן. וכך הוי. זיי האבן אויסגעטיילט צענדליגער ווייאלעישענס אין בתי מדרשים, און אין באזונדערע פעלער יעדעם ארויסגעשיקט.

א חסד ה׳ פארזוך דער פאקט אז די NYPD זענען אויף מעסער שטעך מיט דעבלאזיא, אזוי האבן זיי, ספעציעל אונזערע לאקאלע פריסינקטס, ריאגירט צו די קאמפלעינטס ממש מיט די מינעמום פארסירונג.

אין אנדערע ווערטער, די געבעט הייזער האבן קלאר באקומען א אנדערע סארט טריעטמענט ווי עסענטשול ביזנעסער, אפגעזעהן וואס גענוי דער געזעץ זאגט. און דאס האט טראמפ געזאגט, געבעט הייזער זענען גארנישט אנדערש.

וואס ער האט אויפגעטאן איז, ער האט געגעבן די רעכט פאר רעליגיעזע מתפללים צו ריוואלטן דעבלאזיא. ער זאגט טאקע אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט אין די סיטי, ער ווייסט אבער נישט אז ער חלומט אויף תולה ארץ.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

קול זעקה
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך קול זעקה » זונטאג מאי 24, 2020 9:46 am

אפילו אויב דער פרעזידענט קען אויסקרויזן דעם גאווערנאר איז דאס נאר מיט א "געשריבענער דעקרעט" און אויף דעם ווארט מען.
718-480-5349

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 24, 2020 9:54 am

קיסריה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט א פידעראלע אפעלאט געריכט גערעכט געגעבן פארן גאווערנאר, און נישט געלאזט די קירכע עפענען.

פוירסט אמענדמענט - נישט ווען ס׳איז א סכנה פאר אנדערע מענטשן?

איי פארוואס מעג וואל-מארט יא?
האבעך נישט קיין געהעריגע תירוץ.

אבער אין קענטאקי און אין נארט קאראליינע האבן פעדעראלע געריכטן גע'פסק'נט אז די גאווערנאר האט נישט קיין רעכט צו צוימען די קירכעס.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 24, 2020 10:57 am

קיסריה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט א פידעראלע אפעלאט געריכט גערעכט געגעבן פארן גאווערנאר, און נישט געלאזט די קירכע עפענען.

פוירסט אמענדמענט - נישט ווען ס׳איז א סכנה פאר אנדערע מענטשן?

איי פארוואס מעג וואל-מארט יא?
האבעך נישט קיין געהעריגע תירוץ.

ווייל א וואל-מארט לאזט יא דער גאווערנאר. דאס איז דער תירוץ פאר די קאורט.
פארוואס דער גאווערנאר מאכט דעם חילוק, דאס דארפסטו איהם פרעגן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג מאי 24, 2020 11:13 am

פאליציי איז געקומען באזוכן ליי גארדענס אין מורטעל בתי מדרשים, איינער ווייסט וואס זיי האבן געוואלט דארטן?

אנע פשרות
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

Re: Re:

תגובהדורך אנע פשרות » זונטאג מאי 24, 2020 11:16 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די ארדער האט עפעס מיט אהבת ישראל? נישט דא אין דעם מער אהבה פארן איד ווי פארן מוסלימעינער.

גערעכט, אבער כידוע האט דער פרעזידענט נישט קיין איבעריגע אהבה צו די מוסלמענער, אויב האט ער דא א חשבון צו געפעלן איינעם איז עס נאר צוליב די אידן.

פאלט דיר ניטאמאל איין אז 99.9% פון זיינע רעליגיעזע חסידים זענען שמייליגע קריסטן...

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך באנקיר » זונטאג מאי 24, 2020 11:22 am

נאך איינער האט געשריבן:פאליציי איז געקומען באזוכן ליי גארדענס אין מורטעל בתי מדרשים, איינער ווייסט וואס זיי האבן געוואלט דארטן?

לי גארדענס ווערט יעצט אויסגעליידיגט, מיטן הילף פונעם משמש.

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג מאי 24, 2020 11:25 am

באנקיר האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:פאליציי איז געקומען באזוכן ליי גארדענס אין מורטעל בתי מדרשים, איינער ווייסט וואס זיי האבן געוואלט דארטן?

לי גארדענס ווערט יעצט אויסגעליידיגט, מיטן הילף פונעם משמש.

וואס איז די אנגעבליכע סיבה פאר דעם?

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג מאי 24, 2020 11:29 am

נאך איינער האט געשריבן:
באנקיר האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:פאליציי איז געקומען באזוכן ליי גארדענס אין מורטעל בתי מדרשים, איינער ווייסט וואס זיי האבן געוואלט דארטן?

לי גארדענס ווערט יעצט אויסגעליידיגט, מיטן הילף פונעם משמש.

וואס איז די אנגעבליכע סיבה פאר דעם?

לכאורה ווי די רבי האט פארלאנגט אז אויף 11 אזייגער מוזן אלע מנינים זיך ענדיגן אז די בחורים זאלן קענען קומען לערנען...

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך metsboy » זונטאג מאי 24, 2020 11:36 am

פארוואס לאזט מען די פאליציי אריין???

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך באנקיר » זונטאג מאי 24, 2020 11:42 am

די סיבה פונעם משמש איז כדי די פאליציי זאל אוועקגיין. נאך א האלבע שעה זיך דרייען דארט בעיקר ביים אריינגאנג. און קיינעם נישט אריינגעלאזט.
די סיבה פון די פאליציי איז אז קיינער האט נישט געגעבן ערלויבעניש פאר איבערגעפולטע שטיבלעך און געבעט פלעצער.
די פאליציי מעג לכאורה נישט אריינגיין, אבער מדארף דיין הילף זיי ארויסצושטיפן...

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג מאי 24, 2020 11:44 am

בס"ה האט זיך עפעס געטוישט פון פאריגע וואך? יעדער האט שוין געקענט עפענען פאריגע וואך, און עס איז נאך געווען אומלעגאל די וואך, וואס האט זיך געטוישט מיט די גאנצע ענאונסמענט?

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך metsboy » זונטאג מאי 24, 2020 11:47 am

באנקיר האט געשריבן:די סיבה פונעם משמש איז כדי די פאליציי זאל אוועקגיין. נאך א האלבע שעה זיך דרייען דארט בעיקר ביים אריינגאנג. און קיינעם נישט אריינגעלאזט.
די סיבה פון די פאליציי איז אז קיינער האט נישט געגעבן ערלויבעניש פאר איבערגעפולטע שטיבלעך און געבעט פלעצער.
די פאליציי מעג לכאורה נישט אריינגיין, אבער מדארף דיין הילף זיי ארויסצושטיפן...


רוף די פאליציי אז פאליציי טרעספעסען...

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך באנקיר » זונטאג מאי 24, 2020 11:52 am

גארנישט!!!

געבעט הייזער האט מען קיינמאל נישט פארשלאסן.
מען האט נאר נישט געמעגט מאכן דארט א צוזאמענקום פון מערערע מענטשן אפילו פחות מעשרה.

דאס וואס קואמא האט ערלויבט 10 מענטשן אין א געבעט הויז, האט ער שוין פארברייטערט פרייטאג ביינאכט צו יעדע פלאץ.

טויש וועט זיין ווען די סי.די.סי. וועט ארויסקומען מיט זייערע גיידליינס פאר רעליגיעזע פלעצער, נישט אלס רעליגיע נאר אלס עסענטועל ווי דער פרעזידענט האט ערקלערט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24610
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2020 11:57 am

ווי ווייט איך ווייס איז סי די סי איז בלויז רעקאמענדעישענס.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג מאי 24, 2020 12:12 pm

טשאדעלע האט עס גענאגעלט!
קען זיין לעגאל האט זיך גארנישט געטוישט

אבער און מציאות איז אלעס אנדערש
עס איז בערך אזוי ווי סענקטוערי סיטיס,
אויפן פארקערטן אויפן

מען קען שוין נישט שרייען חילול השם
די מידיא קען שוין נישט שרייען אז אונז לאך מיר זיך אויס פון קאראנע.

עס איז א פאוער פייט פון די פעדעראל קעגן די סטעיטס,
ןבפרט ווען קאומאו איז נאכנישט ארויסגעקומען קעגן דעם
אין דער שוטה די בלאזיא. זאגט נאך אז עס איז אלעמאל געווען אפען
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג מאי 24, 2020 12:15 pm

וואס זאגט דער עולם צום געדאנק, פון אויפהענגען גרויסע שילדן אינדרויסן פון די בתי מדרשים אויף יו"ט הבעל"ט, אין עהערע פונעם פרעזידענט יר"ה
אזוי אויב די מידע וויל כאפן בילדער פון אונזת זאל דער פרעזידענט כאטש באקומען א דאנק אין דער זייט..

Haklal
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך Haklal » זונטאג מאי 24, 2020 12:26 pm

זייער א גיטע געדאנק

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך שארף און קליג » זונטאג מאי 24, 2020 12:37 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צום געדאנק, פון אויפהענגען גרויסע שילדן אינדרויסן פון די בתי מדרשים אויף יו"ט הבעל"ט, אין עהערע פונעם פרעזידענט יר"ה
אזוי אויב די מידע וויל כאפן בילדער פון אונזת זאל דער פרעזידענט כאטש באקומען א דאנק אין דער זייט..



די געדאנק איז גוט,
לכאורה אבער נישט כדאי זיך אריינצומישן צווישן די פייט פונעם גאווערנער מיטן פרעזידענט,
לאז זיי זיך שלאגן צווישן זיך, וכל דאלים גבר.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 24, 2020 12:41 pm

שארף און קליג האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צום געדאנק, פון אויפהענגען גרויסע שילדן אינדרויסן פון די בתי מדרשים אויף יו"ט הבעל"ט, אין עהערע פונעם פרעזידענט יר"ה
אזוי אויב די מידע וויל כאפן בילדער פון אונזת זאל דער פרעזידענט כאטש באקומען א דאנק אין דער זייט..



די געדאנק איז גוט,
לכאורה אבער נישט כדאי זיך אריינצומישן צווישן די פייט פונעם גאווערנער מיטן פרעזידענט,
לאז זיי זיך שלאגן צווישן זיך, וכל דאלים גבר.

אמת. ס'פעלט נישט אויס זיך צו מישן, מ'קען נאר שאדן האבן.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך בענקעל » זונטאג מאי 24, 2020 12:54 pm

עס איז יא א גוטע געדאנק און מ'זאל עס יא טוהן.

נאר עס זאל שפילן ווי נאיוו און לייגען א דאנק פאר ביידע. סיי פארן גאווערנאר פאר'ן פיינעלי לאזן צען מענטשן און אוודאי פארן פרעזידענט ירום הודו פאר'ן לאזן יעדן גיין אין געבעט הייזער.

מען קען מעגליך שרייבן דעם דאנק פאר'ן פרעזידענט אין גרעסערע ווערטער. יעדער וועט כאפן וועמען מען דאנקט אין אמת'ן.

דער עולם קען אריינקומען מיט א נוסח וואס זאל זיין אויסגעהאלטן דיפלאמאטיש.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ דערקלערט געבעט הייזער אלס 'עסענטשעל סערוויסעס'

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מאי 24, 2020 12:58 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צום געדאנק, פון אויפהענגען גרויסע שילדן אינדרויסן פון די בתי מדרשים אויף יו"ט הבעל"ט, אין עהערע פונעם פרעזידענט יר"ה
אזוי אויב די מידע וויל כאפן בילדער פון אונזת זאל דער פרעזידענט כאטש באקומען א דאנק אין דער זייט..

לייגן די נוסח התפלה פון הנותן תשועה למלכים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Porfavor, היטשינער, זייטיגע צוקוקער און 45 געסט