בלאט 1 פון 1

"כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:35 pm
דורך יציב פתגם
כתר יתנו לך.jpg
כתר יתנו לך.jpg (316.68 KiB) געזעהן 1096 מאל

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 9:24 am
דורך גרויסע עם הארץ
וואס האט דאס מיט די וואס זענען אוועק פון דעם? ס'איז בכלל א גוטע איידיע, איז דאס געגרעניצט צו אר"י אדער רבנים אדער אויך סתם עמך אידן?

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 9:30 am
דורך זכות אבות
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס האט דאס מיט די וואס זענען אוועק פון דעם? ס'איז בכלל א גוטע איידיע, איז דאס געגרעניצט צו אר"י אדער רבנים אדער אויך סתם עמך אידן?

לויט ווי איך האב פארשטאנען פון זיי, איז עס פאר גאנץ כלל ישראל ללא יוצא מן הכלל.

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 9:34 am
דורך גרויסע עם הארץ
וואס איז די פוינט צו מאכן דווקא פאר די וואס זענען אוועק פון דעם? וועט עס זיין פאר פרי אדער פאר געלט?

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 10:20 am
דורך יידישע קהילות
טיפשות'דיגע איידיע, נארישע נאמען. אבער ב"ה אז יידן מאכן געלט אויך פון א מגיפה ל"ע

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 10:24 am
דורך גרויסע עם הארץ
איך כאפ נישט וויאזוי פונקטלעך זיי פלאנען צו מאכן געלט

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 3:39 pm
דורך זכות אבות
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איך כאפ נישט וויאזוי פונקטלעך זיי פלאנען צו מאכן געלט


יידישע קהילות האט געשריבן:טיפשות'דיגע איידיע, נארישע נאמען. אבער ב"ה אז יידן מאכן געלט אויך פון א מגיפה ל"ע


דער וואס פארשטיין אביסל אין דעם,
ווייסט אז מען קען טאקע נישט מאכן קיין געלט פון דעם.
סאיז בלויז פאר דע הוצאות, אויב בכלל.

פארוואס דווקא פאר דע נפטרי הקוורנה?
יעדער איד וואס גייט אוועק, קען מען עהם מספיד זיין כראוי, מען גייט ארויף צו ניחום אבלים, מען הערט איבער עהם, מען פארציילט איבער עהם, וכדומה.
ליידער די אידן וואס זענען אוועק פון קורונה, אפילו צו דע לוויה האט מען נישט געקענט גיין, מספיד זיין כהלכה האט מען אויך נישט געקענט, , און ווער רעדט נאך פון גיין מנחם אבל זיין, און מרוב עם רח"ל אפילו א געהעריגע באשרייבונג און דע צייטונגען, האט מען אויך נישט געקענט.

איז יעצט דא א געלעגנהייט, צו באשרייבן דעם נפטר אויף א מכובעדיגע אופן, אין סוועט אוודאי זיין א גרויסע תועלת.

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 4:00 pm
דורך יונה ישראל
מדור "יזכרם" – עד 100 מילים לזכר הנפטר, ותמונה אחת – ללא עלות

מדור "נזכרים ונעשים בכל דור ודור" – עד 1000 מילים ו- 5 תמונות – בעלות 150$

מדור "לזכר עולם יהיה צדיק" – עד 2000 מילים ו - 10 תמונות – בעלות 280$

Re: "כתר יתנו לך" - ספר מיוחד להנצחת זכרם של קרבנות הציבור

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 4:01 pm
דורך farshlufen
אה, דאס רעדט ווערטער.

ביזנעס עס יוזשועל.