קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

קליג
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 21, 2016 2:08 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך קליג » דאנארשטאג מאי 21, 2020 2:06 pm

שמחם בבנין האט געשריבן:איז עס שוין בכלל אינטערגעגאנגען
כ'בין גארנישט אזוי זיכער..
שמחם טייערע לאז אזוי.. "טראכט גוט וועט זיין גוט!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג מאי 21, 2020 2:44 pm

שמחם בבנין האט געשריבן:איז עס שוין בכלל אינטערגעגאנגען
כ'בין גארנישט אזוי זיכער..

ער רעדט ביים היימישן ציבור.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג מאי 21, 2020 2:51 pm

איך ווייס נאך אידען אין ק"י וואס האבן עס נאך יעצט. מען דארף מתתפלל זיין אז די נארוואס ארויסגעקומענע קוואנטאנרינטע זאלן עס נישט איבערכאפען.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 21, 2020 2:58 pm

וואס מיינט זיי האבן עס נאך? געטעסט פאזיטיוו, אדער זיי האבן סימפטאמען?
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:12 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

רבותי. יעדער מענטש וואס איז געראטעוועט געווארן קען מען דען נישט זאגן אז ס'איז געווען אן השגחה פרטית? דער רבש"ע האט אלעס געפירט. אלעס. אבער אלעס. און ליידער דאס ביסל וואס זענען ליידער (אוי וויי) נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז, איז עס דען נישט געווען מיט אן השגחה פרטית? פאדערט זיך דען נישט א פונקטליכער פלאן פאר אזא אפעראציע (אוי נעבעך) וואס איז דא פארגעקומען?

וויפיל קען מען דען זאגן אז דא האט געשפיהלט סטאטיסטישע פאקטן?

אלטע גייען? ס'דא וואס האבן זיך ארויסגעדרייט. יונגע געזונטע ווערן געראטעוועט? ס'דא יונגע געזונטע וואס האבן עס נישט דורכגעמאכט. לייכטזיניגע באקומען עס אויף א שטארקן פארנעם? ניין. פארזיכטיגע באקומען עס קוים? ניין. רבנים האבן מער שאנסן? אויך נישט. ס'דא רבנים וואס האבן זיך געראטעוועט. הצלה לייט האבן מער שאנסן און גייען עס נישט דורכמאכן? ניין נישט ממש. ס'דא פון הצלה וואס זענען געווען מער מאל אויסגעשטעלט צום ווירוס, און אפילו געווען אויף א רעספיראטור און עס דאך דורכגעמאכט.

איז דא א פאקט וויאזוי מ'ווערט אנגעשטעקט פונעם ווירוס? יא! אויסדרוקליך. האט מען זיך געדארפט היטן? יא! אבער מער ווי דעם, גארנישט.

ביי "ראובן" איז דאס און דאס געשעהן. ממש "סיעתא דשמיא" וויאזוי ער איז געווארן אזוי גוט אנגעשטעקט און אויסגעהויעכט די נשמה, און פונקט נישט געמאכט לא עלינו. און ביי "שמעון" איז דאס און דאס געשעהן, אז ממש עס איז אים נישט געלונגען פאר'ן מלאך המוות.

צום ביישפיהל, לאמיר נעמען א יוד פון איבער זעכציג, פורים האט דער רבש"ע אכטונג געגעבן אז פונקטליך דער און דער זאל קומען אזוי און אזוי נאנט צו אים. אלעס אויפן האר.

אלעס מיט אן השגחה. די סאושל דיסטענסינג איז געווען ווייל מיר דארפן טון השתדלות. נישט ווייל אזוי גייט אוועק די ווירוס. פארקערט, די ווירוס גייט אוועק ווען מערערע מענטשן ווערן אנגעשטעקט און עס קען נישט צוריקקומען. אויב עס קען נישט צוריקקומען.

און אפילו אויב מיר ווייסן קלאר אז די וויירוס וועט אוועקגיין דורכ'ן אנשטעקן ווי מער מענטשן, מיין איך אז מיר טארן דאס נישט טון, מ'טאר נישט זאגן "יענער (פארשטייט זיך נישט איך חלילה וחלילה) זאל שטארבן, און אזוי וועל איך בלייבן לעבן". און - פארקערט - מיר דארפן אכטונג געבן אויף א מענטשליכן לעבן. אפילו עס געפעלט דיר נישט זיין נאז.

איך בין גאנץ זיכער אז דאס זייענדיג איינגעשפארט וועלנדיג ראטעווען אנדערע יודנס לעבן, איז א זכות פאר אונז.

דו פרעגסט וויאזוי עס איז אונטערגעגאנגען? דער רבש"ע האט א פונקטליכן חשבון אויף יעדעס שטיקעלע ווירוס. און באמת ווייס איך נישט אויב מ'קען שוין טראכטן אז ס'איז שוין אונטערגעגאנגען. פורים האט מען אויך נישט געוואוסט אז עס צעשפרייט זיך. נאר וואס דען, עינינו תלוי למעלה לאבינו שבשמים.

נישט דער מענטש מאכט אז דער ווירוס זאל אוועקגיין. דאס איז זייער נאריש צו טראכטן. עכט נאריש. ווען מ'זעהט קלאר אז ס'איז געווען מערערע וועגן וויאזוי נעבעך נעבעך מ'וואלט זיך געקענט טרעפן מיט פיל מער טויטע ל"ע. לולי רחמיו וחסדיו, וואס ער האט מיט כמה עמקו מחשבותיו. וויאזוי ער האט מיט אזא חכמה אזוי געפירט אז ס'זאל נאר זיין וואס עס איז געווען.

די שטארקייט און די שוואכקייט פונעם ווירוס, האט ער געמאכט. ער האט אלעס געמאכט. ער האט אלעס געטון. און די זכות פון צדיקים.

קיינער זאל קיין איין רגע נישט מיינען אז דא איז געווען א מענטשליכע האנט. ניין. יעדע זאך איז געווען מיט א פלאן.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:16 pm

נשמה, דפח"ח!

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך !want to be good » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:24 pm

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

רבותי. יעדער מענטש וואס איז געראטעוועט געווארן קען מען דען נישט זאגן אז ס'איז געווען אן השגחה פרטית? דער רבש"ע האט אלעס געפירט. אלעס....................................

אזוי אמת.

---------------------------------------------
אין א זייטיגע נאטיץ:
די וויירוס קען יעדע ליאדע מינוט זיך נאכאמאל פארשפרייטן,

עס געפינט זיך נאך אין אמעריקא? יא!
עס געפינט זיך נאך אין נוא יארק? יא!
עס געפינט זיך נאך אין די היימישע געגנטער? יא!

לאמיר אלע דאנקען די אייבערשטער אז פון אונז האט זיך עס שוין אפגעטוהן.......
און די זעלבע צייט ווייטער טון די פארלאנגטע השתדלות עפ''י הלכה!
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7728
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:26 pm

לויט ווי ישראל קנאבלאך (קרית יואל הצלה אדמיניסטרעטאר) און דר גוטפריינד פון אנטווערפען געבן איבער, איז די וויירוס נאך נישט אוועק געגאנגען און מען דארפ ווייטער אנהאלטען סאשעל דיסטענטס ווי ווייט מעגליך
Diaper: Save $15 when you spend $75
https://amzn.to/2LiTJ0x

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:33 pm

יא, מ'דארף טון וואס מ'קען, זיך צו ראטעווען און צו ראטעווען אנדערע. בעזרת השי"ת.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך !want to be good » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:36 pm

הרב_שלום האט געשריבן:לויט ווי ישראל קנאבלאך (קרית יואל הצלה אדמיניסטרעטאר) און דר גוטפריינד פון אנטווערפען געבן איבער, איז די וויירוס נאך נישט אוועק געגאנגען און מען דארפ ווייטער אנהאלטען סאשעל דיסטענטס ווי ווייט מעגליך

פשוט'ע שכל הישר דאס צו פארשטיין.

די וויירוס איז סאך מער עלול זיך צו פארשפרייטן ביי די היימישע געגנטער יעצט איינמאל עס זענען שוין דא איבער א מיליאן אנגעשטעקטע אין אמעריקא, ווי עס איז געווען אפאר חדשים צוריק ווען עס זענען כמעט נישט געווען קיין פעלער דאהי.

טייערע ברודער: זייט נישט לייכטזוניג!!!!!!!

<<< בלייבט פארזיכטיג >>>

<<< זייט נישט אזוי נאאיוו ווי מאנכע זענען געווען אפאר חדשים צוריק >>>

<< אל תמות, ואל תגרום לאחרים למות כדרך שמתו יותר מאלפיים יהודים שומרי תורה >>
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

מילא
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך מילא » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:12 pm

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

רבותי. יעדער מענטש וואס איז געראטעוועט געווארן קען מען דען נישט זאגן אז ס'איז געווען אן השגחה פרטית? דער רבש"ע האט אלעס געפירט. אלעס. אבער אלעס. און ליידער דאס ביסל וואס זענען ליידער (אוי וויי) נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז, איז עס דען נישט געווען מיט אן השגחה פרטית? פאדערט זיך דען נישט א פונקטליכער פלאן פאר אזא אפעראציע (אוי נעבעך) וואס איז דא פארגעקומען?

וויפיל קען מען דען זאגן אז דא האט געשפיהלט סטאטיסטישע פאקטן?

אלטע גייען? ס'דא וואס האבן זיך ארויסגעדרייט. יונגע געזונטע ווערן געראטעוועט? ס'דא יונגע געזונטע וואס האבן עס נישט דורכגעמאכט. לייכטזיניגע באקומען עס אויף א שטארקן פארנעם? ניין. פארזיכטיגע באקומען עס קוים? ניין. רבנים האבן מער שאנסן? אויך נישט. ס'דא רבנים וואס האבן זיך געראטעוועט. הצלה לייט האבן מער שאנסן און גייען עס נישט דורכמאכן? ניין נישט ממש. ס'דא פון הצלה וואס זענען געווען מער מאל אויסגעשטעלט צום ווירוס, און אפילו געווען אויף א רעספיראטור און עס דאך דורכגעמאכט.

איז דא א פאקט וויאזוי מ'ווערט אנגעשטעקט פונעם ווירוס? יא! אויסדרוקליך. האט מען זיך געדארפט היטן? יא! אבער מער ווי דעם, גארנישט.

ביי "ראובן" איז דאס און דאס געשעהן. ממש "סיעתא דשמיא" וויאזוי ער איז געווארן אזוי גוט אנגעשטעקט און אויסגעהויעכט די נשמה, און פונקט נישט געמאכט לא עלינו. און ביי "שמעון" איז דאס און דאס געשעהן, אז ממש עס איז אים נישט געלונגען פאר'ן מלאך המוות.

צום ביישפיהל, לאמיר נעמען א יוד פון איבער זעכציג, פורים האט דער רבש"ע אכטונג געגעבן אז פונקטליך דער און דער זאל קומען אזוי און אזוי נאנט צו אים. אלעס אויפן האר.

אלעס מיט אן השגחה. די סאושל דיסטענסינג איז געווען ווייל מיר דארפן טון השתדלות. נישט ווייל אזוי גייט אוועק די ווירוס. פארקערט, די ווירוס גייט אוועק ווען מערערע מענטשן ווערן אנגעשטעקט און עס קען נישט צוריקקומען. אויב עס קען נישט צוריקקומען.

און אפילו אויב מיר ווייסן קלאר אז די וויירוס וועט אוועקגיין דורכ'ן אנשטעקן ווי מער מענטשן, מיין איך אז מיר טארן דאס נישט טון, מ'טאר נישט זאגן "יענער (פארשטייט זיך נישט איך חלילה וחלילה) זאל שטארבן, און אזוי וועל איך בלייבן לעבן". און - פארקערט - מיר דארפן אכטונג געבן אויף א מענטשליכן לעבן. אפילו עס געפעלט דיר נישט זיין נאז.

איך בין גאנץ זיכער אז דאס זייענדיג איינגעשפארט וועלנדיג ראטעווען אנדערע יודנס לעבן, איז א זכות פאר אונז.

דו פרעגסט וויאזוי עס איז אונטערגעגאנגען? דער רבש"ע האט א פונקטליכן חשבון אויף יעדעס שטיקעלע ווירוס. און באמת ווייס איך נישט אויב מ'קען שוין טראכטן אז ס'איז שוין אונטערגעגאנגען. פורים האט מען אויך נישט געוואוסט אז עס צעשפרייט זיך. נאר וואס דען, עינינו תלוי למעלה לאבינו שבשמים.

נישט דער מענטש מאכט אז דער ווירוס זאל אוועקגיין. דאס איז זייער נאריש צו טראכטן. עכט נאריש. ווען מ'זעהט קלאר אז ס'איז געווען מערערע וועגן וויאזוי נעבעך נעבעך מ'וואלט זיך געקענט טרעפן מיט פיל מער טויטע ל"ע. לולי רחמיו וחסדיו, וואס ער האט מיט כמה עמקו מחשבותיו. וויאזוי ער האט מיט אזא חכמה אזוי געפירט אז ס'זאל נאר זיין וואס עס איז געווען.

די שטארקייט און די שוואכקייט פונעם ווירוס, האט ער געמאכט. ער האט אלעס געמאכט. ער האט אלעס געטון. און די זכות פון צדיקים.

קיינער זאל קיין איין רגע נישט מיינען אז דא איז געווען א מענטשליכע האנט. ניין. יעדע זאך איז געווען מיט א פלאן.

והשם הטוב יעזור.

זייער ריכטיגע ווערטער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:44 pm

הרב_שלום האט געשריבן:לויט ווי ישראל קנאבלאך (קרית יואל הצלה אדמיניסטרעטאר) און דר גוטפריינד פון אנטווערפען געבן איבער, איז די וויירוס נאך נישט אוועק געגאנגען און מען דארפ ווייטער אנהאלטען סאשעל דיסטענטס ווי ווייט מעגליך

איז עפעס ראנג מיט מיר אז בּיי נאַו גלייב איך גארנישט און כ'האלט אז קיינער ווייסט נישט וואס זיי רעדן? מחוטב עציך פונעם פרעזידענט ביזן דאקטאר אדער הצלה מעמבער?
יעדער האט זיינע שיטות ארויף און אראפ און אלעס איז סברות כרסיות, מען ווייסט אזוי ווייניג פון דעם אז גארנישט מאכט סענס.

פאקט איז אז מערערע פלעצער זענען געהעריג אפן שוין א לענגערע צייט און מען האלט נישט קיין סאושעל דיסטענט אפאר וואכן און מען הערט בכלל נישט קיין נייע קעיסעס ב"ה!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:40 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

איך קלער אז ווילאנג מ'שטארבט נאך אין ניו יארק, אדער אין די פלעצער ארום, הייסט עס נאך אז מ'דארף אכטונג געבן. נישט אזוי? צו מעג מען זיין גלייכגילטיג? אויב ס'געשעהט נישט, איז אוודאי גוט ב"ה. אבער מ'דארף נישט אכטונג געבן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:47 pm

מיר זעהט עס אויך אויס אזוי אז זיי ווייסן נישט קיין איינער וואס זיי רעדן. ווייל מיר האבן עס נישט גענומען גענוג ערענסט אין אנהויב, מיינט נאך נישט אז זייערע אלע פרעדיקשען'ס און אנשרעקענישן האט עפעס האפט.

וואס מיינט אז די וויירוס איז נאך נישט אוועק געגאנגען? ווי באהאלט זיך עס? און פארוואס דארף מען ווייטער אנהאלטען סאשעל דיסטענטס ווי ווייט מעגליך ווען מען האט שוין היפש נאך געלאזט וואכען און גארנישט געשעהט?

אויב מען וויל אונז דערשרעקן זאל מען אונז ברענגן פאקטען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:48 pm

נשמה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:לויט ווי ישראל קנאבלאך (קרית יואל הצלה אדמיניסטרעטאר) און דר גוטפריינד פון אנטווערפען געבן איבער, איז די וויירוס נאך נישט אוועק געגאנגען און מען דארפ ווייטער אנהאלטען סאשעל דיסטענטס ווי ווייט מעגליך

איז עפעס ראנג מיט מיר אז בּיי נאַו גלייב איך גארנישט און כ'האלט אז קיינער ווייסט נישט וואס זיי רעדן? מחוטב עציך פונעם פרעזידענט ביזן דאקטאר אדער הצלה מעמבער?
יעדער האט זיינע שיטות ארויף און אראפ און אלעס איז סברות כרסיות, מען ווייסט אזוי ווייניג פון דעם אז גארנישט מאכט סענס.

פאקט איז אז מערערע פלעצער זענען געהעריג אפן שוין א לענגערע צייט און מען האלט נישט קיין סאושעל דיסטענט אפאר וואכן און מען הערט בכלל נישט קיין נייע קעיסעס ב"ה!

איך קלער אז ווילאנג מ'שטארבט נאך אין ניו יארק, אדער אין די פלעצער ארום, הייסט עס נאך אז מ'דארף אכטונג געבן. נישט אזוי? צו מעג מען זיין גלייכגילטיג? אויב ס'געשעהט נישט, איז אוודאי גוט ב"ה. אבער מ'דארף נישט אכטונג געבן?

ווענט זיך פון וואס מען שטארבט. אויב פון דער וויירוס "און מען האט עס יעצט געכאפט" ביזטו גערעכט, אבער אויב נישט, נישט.

סתם ביי דיפאלט און אינורשע צו בלייבן פאראליזירט, איז קיין עסק.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23268
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:51 pm

צ"ק, נאכן אריינקלערן, דער בורא רפואות האט שוין גרייט געמאכט די רפואה משעתא קמייתא נאך איידער די וועלט איז באשאפן געווארן, ווי אזוי? וועלן נאך די קארפן קעפ אביסל גריבלען, ונראה מה יהי' חלומותיהם.

וקצרתי.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:55 pm

ריכטיג, אי"ה ווען זיי וועלן שוין אויך מודה זיין אז איטס אווער און זיי האבן נישט קיין אנהנונג וויאזוי עס האט זיך צושפרייט און ווי אזוי עס איז אינטערגעגאנגן, וועסטע קענען מאריך זיין. איצטער דרייען זיי נאך דער קאפ.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:06 pm

ווענט זיך פון וואס מען שטארבט. אויב פון דער וויירוס "און מען האט עס יעצט געכאפט" ביזטו גערעכט, אבער אויב נישט, נישט.

דארף מען אפשר קוקן אויף די נייע האספיטיליזאציעס.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:25 pm

נשמה האט געשריבן:
ווענט זיך פון וואס מען שטארבט. אויב פון דער וויירוס "און מען האט עס יעצט געכאפט" ביזטו גערעכט, אבער אויב נישט, נישט.

דארף מען אפשר קוקן אויף די נייע האספיטיליזאציעס.

נייע האספיטיליזאציעס פון די וואס האבן עס "יעצט באקומען". האסט נעמען?

און אויב איז נישט דא קיין נעמען, איז עס אווער.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:31 pm

זארג נישט האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
ווענט זיך פון וואס מען שטארבט. אויב פון דער וויירוס "און מען האט עס יעצט געכאפט" ביזטו גערעכט, אבער אויב נישט, נישט.

דארף מען אפשר קוקן אויף די נייע האספיטיליזאציעס.

נייע האספיטיליזאציעס פון די"וואס האבן עס "יעצט באקומען". האסט נעמען?

און אויב איז נישט דא קיין נעמען, איז עס אווער.

עס נעמט בערך איין וואך אריינצוגיין אין שפיטאל. דאס מיינט אז זיי האבן עס באקומען בערך צוויי וואכן צוריק. דאס מיינט אז ס'דרייט זיך נאך. וואס זאגט דעת תורה? מ'דארף אכטונג געבן?

די הלכה זאגט אז מ'זאל פאלגן דאקטורים צו מ'דארף אכטונג געבן צו נישט. וואס זאגן די דאקטורים, מ'דארף נאך אכטונג געבן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:40 pm

פון ווי נעמסטע אז עס נעמט איין וואך אריינצוגיין אין שפיטאל? ווען דאס עטעמען גייט נישט דעמאלט טראגט מען אריין אין שפיטאל, אבער דאס זאגט גארנישט ווי לאנג צוריק ער האט באקומען דער וויירוס.

אכטונג געבן דארף מען אלעמאל אפילו ווען עס איז א איין פערצענט סכנה, אבער ריאליסטיש דארף מען זיין. און דאס איז מיין עיקר נקודה!

דעת תורה זאגט אז אויב עס דרייט זיך זאל מען אכטונג געבען, אבער ווער האט דיר געזאגט אז עס דרייט זיך נאך? דריי זיך אין דער גאס, און די געשעפטן און אין די בתי מדרשים וועסטו זעהן אז עס דרייט זיך נישט.

(פון אלטע און קראנקע מענטשן רעד איך נישט, וויל אויף זיי איז דא א דעת תורה אז זיי זענען אין א סאך א גרעסערע געפאר)
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:48 pm

זיכער דארף מען אכטונג געבן, און מען טאר נישט זיין לייכטזיניג. סאשעל דיסטענס איז געמאכט געווארן אז ווי ווייניגער מענטשן זאלן כאפן די וויירוס.

אבער נוץ שכל און זיי פארזיכטיג. אויב דער עולם הויבט אן שפירן אז מ'נעמט זיי אויף א רייד, דאן פארלירסטו זייער קאאפאראציע. אז מען הויבט יעצט אן צו זען אז די וויירוס איז אזויווי יעדע וויירוס, וואס מען קען נישט כאפן א צווייטע מאל, פארלירט דער ציבור די טראסט אין די וועלכע האבן אלאראמירט אז מען קען עס נאכאמאל כאפן. אויב די גאנצע צוועק פון סאשעל דיסטענס איז מכלומרש'ט געווען אז די וויירוס זאל אוועקגיין, אצינד ווען מען זעט אז ווי ווייניגער מען היט סאשעל דיסטענס אלס מער גייט עס אוועק, ווערט שווער פארוואס מען דארף ווייטער בכלל אנהאלטן סאשעל דיסטענס?

דער עולם איז גרייט צו הערן פאקטן. ווילאנג מען טרייבט נישט איבער און מען שרעקט נישט אן מיט הוילע לאזונגען אדער זינלאזע טעאריעס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך מאתים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:49 pm

דער בעל הקנקן אין א אינטערוויו אויף קול מבשר ברענגט ער צו א ר' שלמה קלוגער אין האלף לך שלמה, איבער די דעמאלסטדיגע שאלה פון פאסטן תשעה באב, אין מיטן ברען פון די כאלערע מחלה, און זיי האבן געוואלט קנסנן איינער וואס האט עובר געווען און געפאסט... שרייבט ער בתוך התשובה אז ביז נאך "דרייסיג טאג" נאכדעם וואס די מחלה איז פארשווינדן מכל וכל גייט אן אלע דיני מגפה לגבי שבעה זיצן און פאסטן..
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:54 pm

זארג נישט האט געשריבן:פון ווי נעמסטע אז עס נעמט איין וואך אריינצוגיין אין שפיטאל? ווען דאס עטעמען גייט נישט דעמאלט טראגט מען אריין אין שפיטאל, אבער דאס זאגט גארנישט ווי לאנג צוריק ער האט באקומען דער וויירוס.

אכטונג געבן דארף מען אלעמאל אפילו ווען עס איז א איין פערצענט סכנה, אבער ריאליסטיש דארף מען זיין. און דאס איז מיין עיקר נקודה!

דעת תורה זאגט אז אויב עס דרייט זיך זאל מען אכטונג געבען, אבער ווער האט דיר געזאגט אז עס דרייט זיך נאך? דריי זיך אין דער גאס, און די געשעפטן און אין די בתי מדרשים וועסטו זעהן אז עס דרייט זיך נישט.

(פון אלטע און קראנקע מענטשן רעד איך נישט, וויל אויף זיי איז דא א דעת תורה אז זיי זענען אין א סאך א גרעסערע געפאר)

נישט אלעמאל דארף מען אזוי אכטונג געבן ווי דאס מאל. ביי די פלו לא עלינו ולא עליכם דארף מען אכטונג געבן אזוי ווי דאס מאל? די פלו קען אויך זיין שעדליך ה"י, עכ"פ פאר עלטערע. אלא מאי מוז זיין אז דאס מאל געט די שכל פון די מענטשהייט מיט אז דאס מאל איז עס גענוג מער ווי די פלו אז מ'זאל דארפן אכטונג געבן. ס'דא א טבע העולם, און נאכדעם איז דא א דבר, א מאָרד! ל"ע.

ביי די פלו דארפסטו נישט טראכטן, אפשר האב איך עס און איך ווייס נישט, און איך קען הרג'נען איינעם בשוגג. ביי די פלו דארפסטו נישט טראכטן, אפשר האט עס יענער און ער קען מיך דער'הרג'נען. ניין. פארוואס? ווייל די שכל פארשטייט אז ס'דא אזא זאך ווי טבע העולם. (איך רעד נישט ווען מ'ווייסט זיכער)

דא איז די 'אפשר' גענוג שטערקער אז ס'זאל מאכן אז מ'זאל מוזן אכטונג געבן. (ס'גייט גענוג ארויס פון די טבע העולם) איז וויבאלד מ'דארף אכטונג געבן, דארף מען וויסן צו עס דרייט זיך נאך.

איך רעד פון אזא דרייעריי ווי פורים תש"פ. קיינער האט עס נישט געהאט, ווען פיהל האבן עס באקומען. פון וואו האבן זיי עס באקומען, אויב קיינער האט עס נישט געהאט?

נאר מ'האט עס יא געהאט. און מ'האט זיך ארומגעדרייט און געטאנצן אויף טראקס. געטראגן משלוח מנות. אריינגעקומען צו איינעם, אים געשטאכן מיט א מעסער אז בלוט איז גערינען און יענער האט נאך נאכדעם אנגעוואונטשן. בלב שלם. אלעס איז אנגעגאנגען. מ'האט געמיינט אז קיינער האט עס נישט געהאט. אבער אסאך האבן עס געהאט.

פארוואס דארף איך נישט מורא האבן אז ס'איז אזא מצב ווי פורים תש"פ. ס'האט עפעס א הסבר אין די הלכה. ניין?
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:05 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:55 pm

קראון הייטס:
Dr. Eli Rosen
We are happy to report to the community that there have been no obvious NEW cases of COVID in the Crown Heights Jewish community since the beginning of May.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota, איישישאק און 20 געסט