נשמה האט געשריבן:זארג נישט האט געשריבן:פון ווי נעמסטע אז עס נעמט איין וואך אריינצוגיין אין שפיטאל? ווען דאס עטעמען גייט נישט דעמאלט טראגט מען אריין אין שפיטאל, אבער דאס זאגט גארנישט ווי לאנג צוריק ער האט באקומען דער וויירוס.
אכטונג געבן דארף מען אלעמאל אפילו ווען עס איז א איין פערצענט סכנה, אבער ריאליסטיש דארף מען זיין. און דאס איז מיין עיקר נקודה!
דעת תורה זאגט אז אויב עס דרייט זיך זאל מען אכטונג געבען, אבער ווער האט דיר געזאגט אז עס דרייט זיך נאך? דריי זיך אין דער גאס, און די געשעפטן און אין די בתי מדרשים וועסטו זעהן אז עס דרייט זיך נישט.
(פון אלטע און קראנקע מענטשן רעד איך נישט, וויל אויף זיי איז דא א דעת תורה אז זיי זענען אין א סאך א גרעסערע געפאר)
נישט אלעמאל דארף מען אזוי אכטונג געבן ווי דאס מאל. ביי די פלו לא עלינו ולא עליכם דארף מען אכטונג געבן אזוי ווי דאס מאל? די פלו קען אויך זיין שעדליך ה"י. אלא מאי מוז זיין אז דאס מאל געט די שכל פון די מענטשהייט מיט אז דאס מאל איז עס גענוג מער ווי די פלו אז מ'זאל דארפן אכטונג געבן. ס'דא א טבע העולם, און נאכדעם איז דא א דבר, א מאָרד! ל"ע.
ביי די פלו דארפסטו נישט טראכטן, אפשר האב איך עס און איך ווייס נישט, און איך קען הרג'נען איינעם בשוגג. ביי די פלו דארפסטו נישט טראכטן, אפשר האט עס יענער און ער קען מיך דער'הרג'נען. ניין. פארוואס? ווייל די שכל פארשטייט אז ס'דא אזא זאך ווי טבע העולם. (איך רעד נישט ווען מ'ווייסט זיכער)
דא, איז די 'אפשר' גענוג שטערקער, אז ס'זאל מאכן אז מ'זאל מוזן אכטונג געבן. (ס'גייט גענוג ארויס פון די טבע העולם) איז וויבאלד מ'דארף אכטונג געבן, דארף מען וויסן צו עס דרייט זיך נאך.
איך רעד פון אזא דרייעריי ווי פורים תש"פ. קיינער האט עס נישט געהאט, ווען פיהל האבן עס באקומען. פון וואו האבן זיי עס באקומען, אויב קיינער האט עס נישט געהאט?
נאר מ'האט עס יא געהאט. און מ'האט זיך ארומגעדרייט און געטאנצן אויף טראקס. געטראגן משלוח מנות. אריינגעקומען צו איינעם, אים געשטאכן מיט א מעסער אז בלוט איז גערינען און יענער האט נאך נאכדעם אנגעוואונטשן. בלב שלם. אלעס איז אנגעגאנגען. מ'האט געמיינט אז קיינער האט עס נישט געהאט. אבער אסאך האבן עס געהאט.
פארוואס דארף איך נישט מורא האבן אז ס'איז אזא מצב ווי פורים תש"פ. ס'האט עפעס א הסבר אין די הלכה. ניין?
זאלסט מיר מוחל זיין טייערע נשמה, אבער אזא שפראך רעדט נישט צו מיר. איך האב איגנארירט די אלע אשכולות ווי מעסערס און בלוט רינען און אריין שטעקן א מעסער אינעם הארץ, איז געווען די שפראך. אידישע קינדער זענען וואויל און ווילען זיין וואויל און מען טאר אזוינס נישט רעדען. קיינער האט נישט געמיינט קיין שלעכץ.
מילא דעמאלט בשעת עס האט געבושעוועט, און מען האט גענוצט אזעליכע ווערטער, נו, האט מען עס נאך פארשטאנען, און איך האב נישט רעאירט נאר אינגארירט די אשכולות ווייל עס האט מיר זייער געבאדערט די עקסטרעמקייט (פון ביידע זייטן). אבער היינט צו טאג, ווען יעדער זעהט בעשיינפורלעך אז די זין איז שוין ארויס געקומען און דער מגיפה האט זיך שוין ב"ה אפ געשטעלט, איז פארוואס ממשיך זיין אניזייען אזא שרעק און ניצען נאך אלס אזעליכע ווערטער? יעצט איז שוין נישט פורים תש"פ.