"עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

חסד ורחמים
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 11:14 am

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך חסד ורחמים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:47 pm

פון דער קאמפיין פעידזש ווי עס ווערט שיין אויסגעשמועסט אלעס ארום דער קאמפיין
בס"ד



אל כבוד כל אחד ואחד מבני היהדות החרדית.

תהילה לקל יתברך אז מיר האבן איבערגעלעבט דעם שרעקליכן סכנה גשמי מיט'ן שווערן וויירוס וואס האט זיך אזוי ווילד פארשפרייט, און מיר שטייען שוין כמעט אינגאנצן ארויס דערפון, געזונט און שטארק ב"ה, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

ס'איז אוודאי אונזער חוב צו דאנקען אלע וואס האבן זיך אזוי געטריי אוועקגעגעבן במסירת נפש בשעת דער קריזיס האט געברענט, סיי די מעמבער'ס אין "חברה הצלה" וועלכע האבן איינגעשטעלט זייערע לעבנס און געלאפן טאג-און-נאכט ראטעווען אידישע קינדער, סיי די ראשי הקהילות והמוסדות וואס האבן געמאכט קריטישע באשלוסן און פארזארגט זייער ציבור אין די שווערע צייטן, און אוודאי די העלט-קעיר ארבייטער וועלכע האבן געארבעט רונדע דעם זייגער אונטער שווערע אומשטענדן, און אזוי אויך אלע שטאטישע באאמטע אין שפיץ פון אונזער גאווערנאר ענדראו קאומא יר"ה, וועלכע האט אנגעפירט מיט די סטעיט'ס שעפערישע עמערדזשנסי-רעספאנד צום קריזיס.

אבער טייערע אידן: אצינד שטייען מיר אין א רוחניות'דיגער קריזיס. מיר שרייען אצינד "הצלה" אויף די רוחניות פון אונזערע דורות. הצלה!!!

ס'איז א פאקט אז די אלגעמיינע 'שולעס' זענען געשטעלט געווארן די לעצטע אויף די ליסטע, עס ליגט אינעם 'פערטן פאזע' פון די סטעיט-עפענונג פראצעדור, און ס'איז שוין יעצט נישט זיכער צו אויף סעמפטעמער וועט זיין ערלויבט צו עפענען די שולע'ס. ס'איז פארשטענדליך אז אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס האלט מען שוין ממילא ביים ענדע פונעם אלגעמיינעם שולע-יאר.

אנדערש איז אבער ביי אונז אידישע קינדער, ביי וועמען דאס איז א שרעקליכע סכנה וואס מיר קענען נישט אריבערטראגן בשום אופן. דער חינוך פון אונזערע קינדער איז ביי אונז 'נומער איינס', פיל פריער ווי ביזנעס וכו', און דער פאקט איז אז אונזערע קינדער האבן פאר זיך "א גאנצע פולע זומער זמן", וואס אויב זאלן זיי אגאנץ זומער בלייבן אן קיין געהעריגע חדר/סקול/ישיבות און אן קיין געהעריגער סדר היום, קען ח"ו גיין לטמיון נישט נאר דער 'פארשריט' וואס מען פארפאסט יעצט צו מאכן אין די לימודים, וואס איז אויך גענוג שווער, נאר נאכמער: זייער גאנצער מצב הרוחני איז אין א סכנה עצומה, וואס איז איבריג מסביר צו זיין!

ס'איז א שעת חירום! ס'איז א שעת סכנה! טאטעס און מאמעס ווייסן נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען!

יעדער האט געפרעגט "וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די מנהיגים?" און ענליכע שאלות.

אויך ר' יהוסף פריעד הי"ו פון מאנסי – א טאטע פון קינדערלעך ווי אונז אלע – האט געפרעגט די פראגע, אבער נישט אויף די גאס, נאר פון די עסקנים זעלבסט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט די מציאות, אז וויבאלד דאס איז א "לעגאלער" געראנגל, איז נישט מעגליך אז די עסקנים און מנהיגים זאלן זיך ארויסשטעלן, מחמת כמה סיבות אשר אין כאן מקומם להאריך. אבער אלע-ווי-איינער האבן קלארגעשטעלט, אז נאר די עלטערן אליינס זענען די וואס קענען טון צו די זאך, דורכ'ן אליינס פאדערן די עפענונג פון אונזערע מוסדות, און וויבאלד דאס איז א לעגאלע אישו, איז דער אדרעס דערפאר אין געריכט.

זעלבספארשטענדליך אז אונזער פארלאנג איז נישט צו לייגן אין געפאר די געזונט פון אונזערע קינדער ח"ו, נאר אלעס וועט געטון ווערן לויט די אנווייזונגען פון געזונטהייט עקספערטן.

נאכ'ן זיך אדורכרעדן מיט די גרעסטע ברייט-באקאנטע עסקנים, און בהסכמת גדולי הרבנים שליט"א, האט ר' יהוסף גענומען די קוראזש און ארויסגעשטעלט זיין נאמען, מיט א גרייטקייט צו זיין דער תובע וואס פאדערט – בשם אונז אלע, די עלטערן – אז דער געריכט זאל עפענען אונזערע מוסדות, צוליב אונזערע רעליגיעזע רעכטן.

דער לויער איז דא, די דרייסטע חתימה איז אונטערגעשריבן, דער קלאגע איז גרייט, איין זאך וואס מ'דארף איז: געלט! אזא קלאגע וועט אריינציען אין א געפעכט וואס קאסט גרויסע געלטער צו קענען זיגן, און נאר מיט יעדנס הילף וועט מען דאס דערגרייכן בעז"ה.

געדענקט: ס'איז א יחיד וואס שטעלט זיך ארויס מיט די הסכמה פון אלע חרדי'שע עסקנים! ס'איז א יחיד פאר'ן רבים! ס'איז אונזער קאמפ, ר' יהוסף איז אונזער העראאישער שליח, לאמיר פארזיכערן "אונזער" געווינס!





בנפשינו הדבר!!! ובשם השם נעשה ונצליח

מי להשם אלי! שליסט אייך אן מיט כלל ישראל פאר כלל ישראל!
זיי מנדב
https://www.charidy.com/openschools/52484
שרייב אינטער
https://www.openschoolsny.com/

חסד ורחמים
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 11:14 am

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך חסד ורחמים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:48 pm

אויב איינער איז גרייט צו עפענען א אייוועלט טיעם פעידזש איז ער מכובד, איך וועל עס אריינלייגן אין די ערשטע תגובה
מי להשם אלי! שליסט אייך אן מיט כלל ישראל פאר כלל ישראל!
זיי מנדב
https://www.charidy.com/openschools/52484
שרייב אינטער
https://www.openschoolsny.com/

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:53 pm

איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

חסד ורחמים
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 11:14 am

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך חסד ורחמים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:54 pm

באקסער בוים האט געשריבן:https://www.charidy.com/openschools/52484

שכוח!
מי להשם אלי! שליסט אייך אן מיט כלל ישראל פאר כלל ישראל!
זיי מנדב
https://www.charidy.com/openschools/52484
שרייב אינטער
https://www.openschoolsny.com/

דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך דאמירן בעלמא » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:55 pm

לעטס גאו!!!

רבותי! אפאר דאלער פאר אונזער עתיד!!!
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי

שארף און קליג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך שארף און קליג » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:59 pm

הצלת נפשות בגשמיות!!
הצלת נפשות ברוחניות!!!

מיר זענען אלע פאראייניגט!!!!!!!!!!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:02 pm

איך האב מיטגעהאלטן די גאנצע דין ודברים מיט צד א' און ב' אין די אשכול וואס ליגט שוין אין אקטועלע, און איך וויל נישט סתם חרוב מאכן דער אשכול, איך וויל נאר שרייבן די מציאות איבער דער קאמפיין.

דער קאמפיין האט 0 מיט די צוויי צדדים, נאר אדרבה, עס איז אפשר א צוזאמענארבעט פון ביידע זייט.

נאכן רעדן מיט גאר גרויסע עסקנים שטעלט זיך ארויס אז די ראשי העסקנים פון די סאמע גרעסטע קהילות שטייען אינטער דער קאמפיין, נאר צוליב די פארבינדונגען וכדומה קענען זיי זיך נישט אפיציעל ארויסשטעלן, און אזוי אויך האט מען אנגעפרעגט די דעת תורה פון האדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן געגעבן ברכתם.

דער קאמפיין ווערט מכלומרשט געפירט דורך א יחיד, אבער באמת דורך כלל ישראל, און עס איז אונזער אחריות עס צו העלפן, ווייל ווי לעגאלע עקספערטן ווייזן אן איז דאס דער בעסטער וועג צו געווינען דער שלאכט, און צו קענען עפענען אונזערע מוסדות, איז נאר דאס.

רבותי! שאו ידיכם קודש!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

כולנו למערכה!

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:05 pm

לא עת לחשות!

לאמיר אלע צולייגן א האנט, ווען מען הערט פון די פארשידענע אנגייענדע שטערונגען וואס די אינסטאנצן לייגן אונטער אפצוהאלטן אידישע קינדער פון לערנען תורה, מוזן מיר זיך אנגארטלען, מיט אן אש קודש!

כולנו למערכה!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:06 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן:ווער שטייט אונטער דעם קאמפיין?

ר' יהוסף פריעד, אן ענערגישער עסקן פון מאנסי.

ער האט די פולע צושטימונג פון אונזערע רבנים ומורי הוראה שליט''א

גוט פאריקט
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך גוט פאריקט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:09 pm

איך קען מעיד זיין אז ר' יהוסף איז בקשר מיט די גרעסטע עסקנים וואס טוען אין די נושא
נו גיבט א האנט

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:17 pm

סאו זאל איך סווייפן א קארטל ווייל איינער [וואס איז] "גוט פאריקט" [נאר א ווערטל], איז מעיד אז די גרעסטע עסקנים טוען אין די נושא?

באמת, להצלחת הדבר, זאל מען ארויסלייגן נעמען פון רבנים וואס שטייען אונטער די אקציע.

אויב וויל מען מיטגיין סתם מיט "גדולי האדמורי"ם והרבנים, וגדולי עסקני הכלל", פעלט נישט אויס די גאנצע הארעוואניע. ווייל די דאזיגע "גדולים" מאכן שוין היינט נאכט א רבבות'דיגע טעלע-כינוס, איבער די מצב החינוך וסגירת המוסדות
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:21 pm

האב מיר זיך משתתף געוועזן.

יעדע פעולה וואס מ'טוט אונטן פועל'ט אויבן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חסד ורחמים
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 11:14 am

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך חסד ורחמים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:22 pm

הלשון האט געשריבן:סאו זאל איך סווייפן א קארטל ווייל איינער [וואס איז] "גוט פאריקט" [נאר א ווערטל], איז מעיד אז די גרעסטע עסקנים טוען אין די נושא?

באמת, להצלחת הדבר, זאל מען ארויסלייגן נעמען פון רבנים וואס שטייען אונטער די אקציע.

אויב וויל מען מיטגיין סתם מיט "גדולי האדמורי"ם והרבנים, וגדולי עסקני הכלל", פעלט נישט אויס די גאנצע הארעוואניע. ווייל די דאזיגע "גדולים" מאכן שוין היינט נאכט א רבבות'דיגע טעלע-כינוס, איבער די מצב החינוך וסגירת המוסדות

די גרויסע עסקנים מטעמי הקהילות גייען זיך נישט ארויסשטעלן אפן, נאר גייען אינטערן טיש ארבעטן דערפאר, און אין די קומעדיגע טעג ווען מען וועט זען די נעמען פון די נדבנים, וועט יעדער פארשטיין אז איינער האט געמוזט ארבעטן דערויף...

אבער קלענערע עסקנים וועלן זיך מסם יא ארויסשטעלן אויף קול מבשר וכו' אין די קומעדיגע שעות

איר קענט צוגיין צו די ראשי העסקנים, און זיי פרעגן דערויף
מי להשם אלי! שליסט אייך אן מיט כלל ישראל פאר כלל ישראל!
זיי מנדב
https://www.charidy.com/openschools/52484
שרייב אינטער
https://www.openschoolsny.com/

גוט פאריקט
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך גוט פאריקט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:25 pm

ער איז געזיצן מיט אלע עסקנים וואס פארטרעטן די מוסדות אין אלבעני
הגם יעדער פארשטייט אז א מוסדות אז פאר א מוסד איז שווער זיך ארויסצושטעלן צוליעב וואס זיי דארפן אנקומען צום גאווערנער פאר ווייטערדיגע הילף אבער אלע עסקנים זענען מודה אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו גיין און די זעלבע עסקנים האבן אים געגעבן די שטיצע

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:25 pm

ווי מען הערט, יאגט מען זיך בכלל נישט אין אלבאני צו עפענען אפי' אויפן קומענדיגן זמן, ס'אן ערנסטער זארג איבער די פלענער אויף קומענדיגן אלול הבעל''ט.
קען מען דאס צולאזן?
איז דאס אנדערש ווי מציצה בפה?

#ס'איז א פשוטע גזירה על הדת.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:28 pm

האלט א רגע, וואס זענען די צוויי קאמפיינס?

https://thechesedfund.com/openmosdos/on
שטייט דארט אז עס איז אנגעפירט דורך Joseph Fried.

יענס איז שוין אפען צוויי טעג

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:33 pm

איך וויל נאר פארשטיין פארוואס איך דארף גלייבן עפעס איין לויער פון נוי דזשארסי וואס זאגט אז ס'האט א טשענס אדורך צו גיין?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:40 pm

שכוח פאר דער מנהל פאר וועמען עס קומט זיך דער שכוח פארן עס צוריק לייגן דא.

איך פארשטיי אז עס קען זיין א צומישעניש, בפרט אז די עסקנים שטעלן נישט ארויס זייערע נעמען. דער אישו איז אויפגעברענגט געווארן פאר די עסקנים, און מען גייט אי"ה גיין מיט א געוויסע מהלך אז יעדער זאל זייער קלאר וויסן ווער עס שטיצט דער קאמפיין.

דער קאמפיין איז שוין אפן, און אין די קומעדיגע טעג וועט עס בע"ה גרייכן דער הויכפונקט ווען כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן העלפן זייערע קהילות צו עפענען די הייליגע מוסדות.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך ספרים שטוב » דאנארשטאג מאי 21, 2020 5:48 pm

איך וויל געבן, און איך גיי אי"ה געבן, אבער איין זאך פארשטיי איך נישט אויב איינער קען ביטע מסביר זיין,
פארוואס ביי די גזירת החינוך האט מען נישט מורא געהאט, יעדער האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט און קלאר געמאכט אז מען גייט עס נישט נאכקומען,
וואס איז דא אנדערש?
פארוואס און פאר וועם האט מען מורא?
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
ציגרעטל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך ציגרעטל » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:01 pm

כ'האב נאכנישט דורך געטוהן די גאנצע נושא, ניטאמאל דורך געליינט די אשכול, כ'ווייס נישט ווער ס'צד א' און ווער ב' און און וועליכע צד איך געפון זיך

אבער וואס כ'פארשטיי נישט איז, וואס איז די ויצאקו דא? וואס איז געשעהן? א געוויסע יחיד פון מאנסי געבט אריין א לאוסוט קעגן דעם גאווערנער? און? האט דען די גאווערנער 'באמת' א פראבלעם דערמיט? וויפיל יאר תפיסה גייט ער באקומען אויב ער פארלירט די לאוסוט? וויפיל מעלאנעס גייט די סטעיט דארפן באצאלן אויב [האפענטליך] זיי פארלירן די קעיס?

יא, דער גאווערנער האלט פארמאכט די סקולס ווייל אזוי..
'ער' קען [וויל] דאס נישט עפענען ווייל אזוי..
אבער האט ער דען א פראבלעם אז די 'געריכט' וועט דאס עפענען??

ס'דא א שטארקע 'צד' צו זאגן אז דער גאווערנער שטיצט גאר שטילערהייט אונטער אזא אקט,

די פאבליק סקולס מוז [וויל] ער האלטן פארמאכט צוליב פארשידענע סיבות (יא גערעכטע צי נישט גערעכטע) און יעצט גיין עפענען נאר די אידישע אדער אפי' אלע פרייוועט סקולס קען ער נישט צוליב די היעט וואס ער וועט האבן פון דעם וכו'
אבער אז די 'געריכט' עפענט איז דאך שלום על ישראל!
1. די פאבליק סקולס בלייבט פארמאכט
2. די אידילעך האבן וואס זיי ווילן
3. אבער אויף אים קענען די מאסן נישט האבן טענות ווייל: די געריכט האט דאך עס זיי געעפענט!

פארשטייט זיך די אפציעלע הנהלת המוסדות אדער אפציעלע עסקנים קענען נישט אפציעל שטיין אונטער אזא זאך, אבער אויף דעי מהלך וואס עס גייט דערווייל, וואטס דע פראבלעם??

אגב, דעי⬇קאמפיין איז זיכער אויסגעהאלטן סיי לויט צד א' און סיי צד ב'.. נא, ווארפטס אריין..
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
לעצט פאראכטן דורך ציגרעטל אום דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך זכאי » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:05 pm

בר דעת האט געשריבן:האלט א רגע, וואס זענען די צוויי קאמפיינס?

https://thechesedfund.com/openmosdos/on
שטייט דארט אז עס איז אנגעפירט דורך Joseph Fried.

יענס איז שוין אפען צוויי טעג


עס איז די זעלבע קאפיין זיי האבן עס נאר אריבערגעפירט צו טשערעטי ווייל עס האט מער פלעקסעבילעטי

חסד ורחמים
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 11:14 am

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך חסד ורחמים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:13 pm

לויט ווי איך פארשטיי גייט דער קאמפיין גיין גרויס נאך שבת, יעצט שטעלט מען בעיקר אויף מער און מער טיעמ'ס, און מען גרייט אן דעם באדן
מי להשם אלי! שליסט אייך אן מיט כלל ישראל פאר כלל ישראל!
זיי מנדב
https://www.charidy.com/openschools/52484
שרייב אינטער
https://www.openschoolsny.com/

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:17 pm

ציגרעטל האט געשריבן:כ'האב נאכנישט דורך געטוהן די גאנצע נושא, ניטאמאל דורך געליינט די אשכול, כ'ווייס נישט ווער ס'צד א' און ווער ב' און און וועליכע צד איך געפון זיך

אבער וואס כ'פארשטיי נישט איז, וואס איז די ויצאקו דא? וואס איז געשעהן? א געוויסע יחיד פון מאנסי געבט אריין א לאוסוט קעגן דעם גאווערנער? און? האט דען די גאווערנער 'באמת' א פראבלעם דערמיט? וויפיל יאר תפיסה גייט ער באקומען אויב ער פארלירט די לאוסוט? וויפיל מעלאנעס גייט די סטעיט דארפן באצאלן אויב [האפענטליך] זיי פארלירן די קעיס?

יא, דער גאווערנער האלט פארמאכט די סקולס ווייל אזוי..
'ער' קען [וויל] דאס נישט עפענען ווייל אזוי..
אבער האט ער דען א פראבלעם אז די 'געריכט' וועט דאס עפענען??

ס'דא א שטארקע 'צד' צו זאגן אז דער גאווערנער שטיצט גאר שטילערהייט אונטער אזא אקט,

די פאבליק סקולס מוז [וויל] ער האלטן פארמאכט צוליב פארשידענע סיבות (יא גערעכטע צי נישט גערעכטע) און יעצט גיין עפענען נאר די אידישע אדער אפי' אלע פרייוועט סקולס קען ער נישט צוליב די היעט וואס ער וועט האבן פון דעם וכו'
אבער אז די 'געריכט' עפענט איז דאך שלום על ישראל!
1. די פאבליק סקולס בלייבט פארמאכט
2. די אידילעך האבן וואס זיי ווילן
3. אבער אויף אים קענען די מאסן נישט האבן טענות ווייל: די געריכט האט דאך עס זיי געעפענט!

פארשטייט זיך די אפציעלע הנהלת המוסדות אדער אפציעלע עסקנים קענען נישט אפציעל שטיין אונטער אזא זאך, אבער אויף דעי מהלך וואס עס גייט דערווייל, וואטס דע פראבלעם??

אגב, דעי⬇קאמפיין איז זיכער אויסגעהאלטן סיי לויט צד א' און סיי צד ב'.. נא, ווארפטס אריין..
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

א מין קאנספיארציע
אפשר גייט מען נאך געלט צו אים....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ציגרעטל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך ציגרעטל » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:25 pm

מי יודע האט געשריבן:
ציגרעטל האט געשריבן:כ'האב נאכנישט דורך געטוהן די גאנצע נושא, ניטאמאל דורך געליינט די אשכול, כ'ווייס נישט ווער ס'צד א' און ווער ב' און און וועליכע צד איך געפון זיך

אבער וואס כ'פארשטיי נישט איז, וואס איז די ויצאקו דא? וואס איז געשעהן? א געוויסע יחיד פון מאנסי געבט אריין א לאוסוט קעגן דעם גאווערנער? און? האט דען די גאווערנער 'באמת' א פראבלעם דערמיט? וויפיל יאר תפיסה גייט ער באקומען אויב ער פארלירט די לאוסוט? וויפיל מעלאנעס גייט די סטעיט דארפן באצאלן אויב [האפענטליך] זיי פארלירן די קעיס?

יא, דער גאווערנער האלט פארמאכט די סקולס ווייל אזוי..
'ער' קען [וויל] דאס נישט עפענען ווייל אזוי..
אבער האט ער דען א פראבלעם אז די 'געריכט' וועט דאס עפענען??

ס'דא א שטארקע 'צד' צו זאגן אז דער גאווערנער שטיצט גאר שטילערהייט אונטער אזא אקט,

די פאבליק סקולס מוז [וויל] ער האלטן פארמאכט צוליב פארשידענע סיבות (יא גערעכטע צי נישט גערעכטע) און יעצט גיין עפענען נאר די אידישע אדער אפי' אלע פרייוועט סקולס קען ער נישט צוליב די היעט וואס ער וועט האבן פון דעם וכו'
אבער אז די 'געריכט' עפענט איז דאך שלום על ישראל!
1. די פאבליק סקולס בלייבט פארמאכט
2. די אידילעך האבן וואס זיי ווילן
3. אבער אויף אים קענען די מאסן נישט האבן טענות ווייל: די געריכט האט דאך עס זיי געעפענט!

פארשטייט זיך די אפציעלע הנהלת המוסדות אדער אפציעלע עסקנים קענען נישט אפציעל שטיין אונטער אזא זאך, אבער אויף דעי מהלך וואס עס גייט דערווייל, וואטס דע פראבלעם??

אגב, דעי⬇קאמפיין איז זיכער אויסגעהאלטן סיי לויט צד א' און סיי צד ב'.. נא, ווארפטס אריין..
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

א מין קאנספיארציע
אפשר גייט מען נאך געלט צו אים....


כ'האב עס נישט געשריבן אלטס א פאקט, נאר אלטס מי יודע..
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובהדורך שניי באל » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:17 pm

א גוטן האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:ס'איז צייט איינצוזעהן אז אונזערע "עסקנים" זאלן אויפהערן שטיפען וואוטן פאר ליבעראלע פאליטישענס

רובא דרובא priorities פון א ליבעראלע פאליטישען איז נישט אין איינקלאנג מיט וואס אונז יודן האבן

אין די לעצטע פאר יאר האבן מיר זיך אנגעמאכט מיט פראבלעמען פון אלע סארטן ברוחניות ובגשמיות אנגעהויבן פון מציצה בפה, ישיבות למודי חול (אפילו עס האט זיך אנגעהויבן דורך... איז די סכנה סאך שטערעקע מיט א ליבעראלע), פלעסטיג בעגס וכו' וכו

יעצט ביי קאראנע דארף מען פארשטיין אז ווען אונז האבן א גאווערנער וואס פראקלעמירט אז גאט האט נישט געהיילט (ר"ל) ביי עם religion איז נישט וויכטיג און יאגט זיך נישט צו טרעפן solutions פאר חדרים און בתי מדרשים.

אין אנדערע סטעיטס ווי religion האט א חשיבות און רעספעקט איז דעי זאכן Top priority

הינדערט פראצענט גערעכט. די פאקט איז אז די בעסטע צייטן פאר יודן אין ניו יארק איז געווען מיט פאטאקי אלס גאווערנער און דשוליאני אלס מעיאר.

און די פאקט איז אז ווען א רעפאבליקאנער וואלט יעצט געקענט געווינען וואלט מען געשיקט שטימען פאר די רעפאבליקאנע וקרית יואל יוכיח.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, נאכטלאמפ, פישל דער פישער, שתקן און 38 געסט