

בס"ד
אל כבוד כל אחד ואחד מבני היהדות החרדית.
תהילה לקל יתברך אז מיר האבן איבערגעלעבט דעם שרעקליכן סכנה גשמי מיט'ן שווערן וויירוס וואס האט זיך אזוי ווילד פארשפרייט, און מיר שטייען שוין כמעט אינגאנצן ארויס דערפון, געזונט און שטארק ב"ה, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.
ס'איז אוודאי אונזער חוב צו דאנקען אלע וואס האבן זיך אזוי געטריי אוועקגעגעבן במסירת נפש בשעת דער קריזיס האט געברענט, סיי די מעמבער'ס אין "חברה הצלה" וועלכע האבן איינגעשטעלט זייערע לעבנס און געלאפן טאג-און-נאכט ראטעווען אידישע קינדער, סיי די ראשי הקהילות והמוסדות וואס האבן געמאכט קריטישע באשלוסן און פארזארגט זייער ציבור אין די שווערע צייטן, און אוודאי די העלט-קעיר ארבייטער וועלכע האבן געארבעט רונדע דעם זייגער אונטער שווערע אומשטענדן, און אזוי אויך אלע שטאטישע באאמטע אין שפיץ פון אונזער גאווערנאר ענדראו קאומא יר"ה, וועלכע האט אנגעפירט מיט די סטעיט'ס שעפערישע עמערדזשנסי-רעספאנד צום קריזיס.
אבער טייערע אידן: אצינד שטייען מיר אין א רוחניות'דיגער קריזיס. מיר שרייען אצינד "הצלה" אויף די רוחניות פון אונזערע דורות. הצלה!!!
ס'איז א פאקט אז די אלגעמיינע 'שולעס' זענען געשטעלט געווארן די לעצטע אויף די ליסטע, עס ליגט אינעם 'פערטן פאזע' פון די סטעיט-עפענונג פראצעדור, און ס'איז שוין יעצט נישט זיכער צו אויף סעמפטעמער וועט זיין ערלויבט צו עפענען די שולע'ס. ס'איז פארשטענדליך אז אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס האלט מען שוין ממילא ביים ענדע פונעם אלגעמיינעם שולע-יאר.
אנדערש איז אבער ביי אונז אידישע קינדער, ביי וועמען דאס איז א שרעקליכע סכנה וואס מיר קענען נישט אריבערטראגן בשום אופן. דער חינוך פון אונזערע קינדער איז ביי אונז 'נומער איינס', פיל פריער ווי ביזנעס וכו', און דער פאקט איז אז אונזערע קינדער האבן פאר זיך "א גאנצע פולע זומער זמן", וואס אויב זאלן זיי אגאנץ זומער בלייבן אן קיין געהעריגע חדר/סקול/ישיבות און אן קיין געהעריגער סדר היום, קען ח"ו גיין לטמיון נישט נאר דער 'פארשריט' וואס מען פארפאסט יעצט צו מאכן אין די לימודים, וואס איז אויך גענוג שווער, נאר נאכמער: זייער גאנצער מצב הרוחני איז אין א סכנה עצומה, וואס איז איבריג מסביר צו זיין!
ס'איז א שעת חירום! ס'איז א שעת סכנה! טאטעס און מאמעס ווייסן נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען!
יעדער האט געפרעגט "וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די מנהיגים?" און ענליכע שאלות.
אויך ר' יהוסף פריעד הי"ו פון מאנסי – א טאטע פון קינדערלעך ווי אונז אלע – האט געפרעגט די פראגע, אבער נישט אויף די גאס, נאר פון די עסקנים זעלבסט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט די מציאות, אז וויבאלד דאס איז א "לעגאלער" געראנגל, איז נישט מעגליך אז די עסקנים און מנהיגים זאלן זיך ארויסשטעלן, מחמת כמה סיבות אשר אין כאן מקומם להאריך. אבער אלע-ווי-איינער האבן קלארגעשטעלט, אז נאר די עלטערן אליינס זענען די וואס קענען טון צו די זאך, דורכ'ן אליינס פאדערן די עפענונג פון אונזערע מוסדות, און וויבאלד דאס איז א לעגאלע אישו, איז דער אדרעס דערפאר אין געריכט.
זעלבספארשטענדליך אז אונזער פארלאנג איז נישט צו לייגן אין געפאר די געזונט פון אונזערע קינדער ח"ו, נאר אלעס וועט געטון ווערן לויט די אנווייזונגען פון געזונטהייט עקספערטן.
נאכ'ן זיך אדורכרעדן מיט די גרעסטע ברייט-באקאנטע עסקנים, און בהסכמת גדולי הרבנים שליט"א, האט ר' יהוסף גענומען די קוראזש און ארויסגעשטעלט זיין נאמען, מיט א גרייטקייט צו זיין דער תובע וואס פאדערט – בשם אונז אלע, די עלטערן – אז דער געריכט זאל עפענען אונזערע מוסדות, צוליב אונזערע רעליגיעזע רעכטן.
דער לויער איז דא, די דרייסטע חתימה איז אונטערגעשריבן, דער קלאגע איז גרייט, איין זאך וואס מ'דארף איז: געלט! אזא קלאגע וועט אריינציען אין א געפעכט וואס קאסט גרויסע געלטער צו קענען זיגן, און נאר מיט יעדנס הילף וועט מען דאס דערגרייכן בעז"ה.
געדענקט: ס'איז א יחיד וואס שטעלט זיך ארויס מיט די הסכמה פון אלע חרדי'שע עסקנים! ס'איז א יחיד פאר'ן רבים! ס'איז אונזער קאמפ, ר' יהוסף איז אונזער העראאישער שליח, לאמיר פארזיכערן "אונזער" געווינס!
בנפשינו הדבר!!! ובשם השם נעשה ונצליח
פאר פרטים הערט די מעסידזשעס .
מעסעדזש - 1
מעסעדזש - 2
קאמפיין לינק:
https://thechesedfund.com/openmosdos/om
כלנו למערכה, ולה׳ הישועה.
