בלאט 1 פון 1

חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 8:18 pm
דורך העלאו
אינטערעסאנט עס איז נאכנישט דא קיין אשכול אויף דעם
וואס זאגט דער עולם יעצט ווען מען זעהט די אלע ביליגע חתונות איז אפשר כדאי איינצופירען איינמאל פאר אלעמאל אזעלעכע קליינע ביליגע חתונות און בר מצווהס און ענדליך ארויסקריכען פון די חבות מיט די הכנסת כלה קאמפיינס

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 8:21 pm
דורך צו געזונט
איינער וואס האט פערהייראט אין די איצטיגע עפאכע האט מיר געזאגט אז, דער קעיטערער האט גענומען "א קליין ביסל" ווייניגער, בשעת ער האט נאר גענומען א דריטל פארציאנען ווי געווענליך. ער זאגט אז די קאך און די ארבייטער קאסטען אים די זעלבע

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 8:38 pm
דורך מים שלנו
מיינונג פון איין מאן: אלעס חוץ חתונות איז א שיינער עולם צופרידן אזוי, חתונות מוטשעט מען זיך און איז בכלל נישט אקצעפטירט.

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 10:58 pm
דורך נעגלוואסער
יאפ ווען פרדס זאל אנעמען 4 חתונות א נאכט וואלט געווען די בעסטע 50 מענטשן איז איבער גענוג פאר א חתונה.....

בר מצוות אינדערהיים איז פערפעקט

וואך נאכטס זענען אויך זייער גוט...

די שוועריגקייט יעצט ביי חתונות איז די אנגרייטן רויס קען אימייל זיין און פרדס 4 קליינט חתונות ווען זיין א ברכה..

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 1:07 pm
דורך זבולון ווייס
יא, לכאורה איז דאס די לעזונג פאר די חתונות, מאכן אין קליינע זאלן, אדער צוטיילן גרויסע זאלן פאר קליינע. ווייל אין שטוב איז באמת שווער, און מען איז נישט צוגערישט, און קען נאך קאסטן אסאך צו אהערשטעלן זאכן. אבער קליינע זאלן איז א לעזונג.

בר מצוה, תנאים/ווארט, וואך נאכט איז טאקע זייער גוט ווי די לעצטע וואכן, מען מאכט אין שטוב, איינגעהאלטן, מען דארף נישט רופן די גאנצע שטאט. דאס איז נישט קיין דינער, און דיינע נאענטע פריינט וועלן סייווי קומען. און די צווייטע קאזינס און אפי' ערשטע קענען בלייבן אינדערהיים און אנהאלטן זייער שיעור קבוע און זיך שפארן בעיביסיטינג.

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 1:09 pm
דורך ניס קראכער
הנגיד ר' יואל לאנדא האט שוין פארבוקט זיין דירה פאר גאנץ חודש סיון, יעדע נאכט א חתונה...

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 1:12 pm
דורך לכאורה
נעגלוואסער האט געשריבן:יאפ ווען פרדס זאל אנעמען 4 חתונות א נאכט וואלט געווען די בעסטע 50 מענטשן איז איבער גענוג פאר א חתונה.....

בר מצוות אינדערהיים איז פערפעקט

וואך נאכטס זענען אויך זייער גוט...

די שוועריגקייט יעצט ביי חתונות איז די אנגרייטן רויס קען אימייל זיין און פרדס 4 קליינט חתונות ווען זיין א ברכה..

איך האלט דא מיינע ציין אין די הענט, און איך בין נאך אלץ נישט מצליח אויסצומאכן דעם לעצטן שורה

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 1:37 pm
דורך אונגארישע הייזער
ניס קראכער האט געשריבן:הנגיד ר' יואל לאנדא האט שוין פארבוקט זיין דירה פאר גאנץ חודש סיון, יעדע נאכט א חתונה...


וכן ר' נחמן סטראלאוויטש ור' קארפען שכינו הטוב

ועוד ועוד

Re: חתונות בר מצוה קאראנא סטייל וועט איר דאס נאכמאכען ?

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 8:09 pm
דורך נעגלוואסער
לכאורה האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:יאפ ווען פרדס זאל אנעמען 4 חתונות א נאכט וואלט געווען די בעסטע 50 מענטשן איז איבער גענוג פאר א חתונה.....

בר מצוות אינדערהיים איז פערפעקט

וואך נאכטס זענען אויך זייער גוט...

די שוועריגקייט יעצט ביי חתונות איז די אנגרייטן רויס קען אימייל זיין און פרדס 4 קליינט חתונות ווען זיין א ברכה..

איך האלט דא מיינע ציין אין די הענט, און איך בין נאך אלץ נישט מצליח אויסצומאכן דעם לעצטן שורה


די שוועריגקייט יעצט ביי חתונות איז די אנגרייטן אליינס (אינדערהיים, אדער קליינע זאל).... ווען עס זאל קענען זיין און פרדס 4 קליינע חתונות וועט זיין א ברכה..

קלאר?

איים סארי פאר טהא אינקאנוויניענס.....