בלאט 3 פון 3

Re: וואס זענען די סימפטאמען פון די ניי פארשפרייטע קינדער מחלה ה"י

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 7:05 pm
דורך מחשב
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ביי וועלכע עידזשעס קינדער טרעפט זיך דאס?

זאכן זענען נאכנישט קלאר. זיי זאגן אז אונטער 21 יאר זאל מען קוקן דערויף.

אין ענגלאנד איז געווען קעיסעס פון פארשידענע יארגענג, ווי 14, 13, 8, 4, וכו'.

די קאוואסקי מחלה טרעפט זיך הויפטזעכטליך ביי קינדער אונטער 5 יאר.

Re: וואס זענען די סימפטאמען פון די ניי פארשפרייטע קינדער מחלה ה"י

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 7:41 pm
דורך ששון
נאך קאוויד ניינצן מעסטן דאקטארים די אינפלאמיעשאן (לויט ווי א פאציענט האט מיר דערציילט ביי אים). אלזא ווען מ'זאגט אז די 102 פעלער מיט די קראנקהייט ה' ירחם וואס האט 'ענליכע' סימנים ווי קאוואסאקי קרענק רחמנא לצלן און עס קומט פונקט נאך די קאוויד צייט (פון וואס מאסן מענטשן זענען נאך פאזאטיוו נאכן טעסטן) איז 'זיכער' נישט אנשטעקיג, דארף עס א באזע פאר'ן ווארהייט.
"There are 102 cases of an 'inflammatory disease' in children with symptoms 's-i-m-i-l-a-r' to Kawasaki disease."
סימילער בלע"ז באדייט אז עס 'ענדעלט' נישט אז עס איז איינס און דאס זעלבע.
דער פון אויבן זאל שיצן די אלע העכער זעכציג, אונטער צוואנציג, און אויך אלע יארגענג אינצווישן די זקנים ונערים. אונז אלע.
אסותא. צום געזונט.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 14, 2020 1:59 pm
דורך הארמאניע
abeg האט געשריבן:די נײע קאוואסאקי קינדער קרענק קען נישט אנשטעקען אנדערע מענטשען

איז אזוי...זאגסט א סטעיטמענט וואס איז פאקטיש גערעכט אבער ס'נישט די עיקר און נאכדעם ווערט די גאנצע רעדע דא אויב די סטעיטמענט איז גערעכט

אמת א דיזיס איז נישט אנשטעקיג...אבער א דיזיס קען זיין א תוצאה פון ווערן אנגעשטעקט מיט א וויירוס

סא די NYC health סטעיטמענט איז גערעכט אז PMIS is not contagious אבער זיי זאגן דאך אויך אז ס'דא דאקטוירים וואס האלטן אז די נייע קרענק איז געבינדן מיטן האבן קאוויד (וואס איז א תוצאה פון ווערן אנגעשטעקט מיט קאראנעוויירוס) ממילא איז די רעדע דא אז מ'דארף כאטשיג פראבירן די קינדער זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט מיט קאראנעוויירוס וואס ביז יעצט האט מען געהאלטן אז ס'שאדט זיי נישט

Re:

געשריבן: דאנארשטאג מאי 14, 2020 2:21 pm
דורך abeg
הארמאניע האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:די נײע קאוואסאקי קינדער קרענק קען נישט אנשטעקען אנדערע מענטשען

איז אזוי...זאגסט א סטעיטמענט וואס איז פאקטיש גערעכט אבער ס'נישט די עיקר און נאכדעם ווערט די גאנצע רעדע דא אויב די סטעיטמענט איז גערעכט

אמת א דיזיס איז נישט אנשטעקיג...אבער א דיזיס קען זיין א תוצאה פון ווערן אנגעשטעקט מיט א וויירוס

סא די NYC health סטעיטמענט איז גערעכט אז PMIS is not contagious אבער זיי זאגן דאך אויך אז ס'דא דאקטוירים וואס האלטן אז די נייע קרענק איז געבינדן מיטן האבן קאוויד (וואס איז א תוצאה פון ווערן אנגעשטעקט מיט קאראנעוויירוס) ממילא איז די רעדע דא אז מ'דארף כאטשיג פראבירן די קינדער זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט מיט קאראנעוויירוס וואס ביז יעצט האט מען געהאלטן אז ס'שאדט זיי נישט

א שירעם נאך א רעגן
כ׳מײן אז דער גאװערנאר זאל שױן הײנט פארמאכן אלע סקולס אױף עט ליסט ביז די נײע יאר
מ׳האט געמאכט אלע גײדלײנס אין ריסטריקטשאנס אױף קינדער די זעלבע װי אױף עדאלטס אפ׳ מ׳האט ביז יעצט געהאלטן אז קינדער קענען נישט ווערן אנגעשטעקט

Re: וואס זענען די סימפטאמען פון די ניי פארשפרייטע קינדער מחלה ה"י

געשריבן: דאנארשטאג מאי 14, 2020 2:33 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אבער די נייע קרענק איז (לויט די דערמאנטע טעאריע) א תוצאה פון די וויירוס מיט וואס זיי זענען אנגעשטעקט געווארן מיט אפאר וואכן צוריק. אכטונג געבן יעצט ווען די וויירוס דרייט זיך שוין כמעט נישט דא, וועט נישט העלפן למפרע אז זיי זאלן נישט האבן געווארן אנגעשטעקט.

Re: וואס זענען די סימפטאמען פון די ניי פארשפרייטע קינדער מחלה ה"י

געשריבן: דאנארשטאג מאי 14, 2020 8:46 pm
דורך הארמאניע
ביטע הערט אויס די אינטערוויו פאר איר זוכט כל מיני תירוצים נישט צו אבאכט געבן כאטש אביסל

Re: וואס זענען די סימפטאמען פון די ניי פארשפרייטע קינדער מחלה ה"י

געשריבן: דאנארשטאג מאי 14, 2020 8:57 pm
דורך קלאָצקאָפּ
וואס מיינט אבאכט געבן פאר א גוט יאר?

Re: וואס זענען די סימפטאמען פון די ניי פארשפרייטע קינדער מחלה ה"י

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 9:58 am
דורך אחד הרבנים
וואס טוט זיך מיט דעי מחלה? מען הערט/זעהט נישט דא קיין אפדעיט אויף דעם די לעצטע פאר טעג.

Re: וואס זענען די סימפטאמען פון די ניי פארשפרייטע קינדער מחלה ה"י

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 10:36 am
דורך farshlufen