abeg האט געשריבן:די נײע קאוואסאקי קינדער קרענק קען נישט אנשטעקען אנדערע מענטשען
איז אזוי...זאגסט א סטעיטמענט וואס איז פאקטיש גערעכט אבער ס'נישט די עיקר און נאכדעם ווערט די גאנצע רעדע דא אויב די סטעיטמענט איז גערעכט
אמת א דיזיס איז נישט אנשטעקיג...אבער א דיזיס קען זיין א תוצאה פון ווערן אנגעשטעקט מיט א וויירוס
סא די NYC health סטעיטמענט איז גערעכט אז PMIS is not contagious אבער זיי זאגן דאך אויך אז ס'דא דאקטוירים וואס האלטן אז די נייע קרענק איז געבינדן מיטן האבן קאוויד (וואס איז א תוצאה פון ווערן אנגעשטעקט מיט קאראנעוויירוס) ממילא איז די רעדע דא אז מ'דארף כאטשיג פראבירן די קינדער זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט מיט קאראנעוויירוס וואס ביז יעצט האט מען געהאלטן אז ס'שאדט זיי נישט