בלאט 1 פון 1

אל תגעו במשיחי - אלו תינוקות של בית רבן (שבת קיט:)

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 5:45 pm
דורך אידישע געדאנקען
אין די לעצטע חדשים איז כלל ישראל אין ניו יארק ליידער אדורך א טראגעדיע וואס איז פרעצעדענטלאז אין אונזער מאדערנע היסטאריע. אין די צייט וואס די גאנצע וועלט האט זיך געוואקעלט פאר פחד איבער וואס די נייע קאראנאווירוס קען אלס טוהן פאר די וועלט, האבן אידן איבער די וועלט געהאפט אויפ'ן בעסטן און מתפלל געווען אז ער זאל חלילה נישט אנקומען צו אונזערע גרעניצן און ח"ו שעדיגן אידישע קינדער. ליידער איז אבער ר"ה געווען אנגעשריבן אנדערש, און ווי ס'האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט איז ניו יארק בכלל, און די היימישע געענטער בפרט ליידער דאס שטערקסטע באטראפן געווארן פון די מגיפה ה"י.

אין די צייט ווען מ'האט געהאלטן אין איין הערן פון אידישע קרבנות וואס זענען ליידער געפאלן אינעם מגיפה, איז אבער נישט אזוי מערקבאר אין די נומערן ווי שטארק אונזערע געגנטער זענען ליידער באטראפן געווארן, ווייל לויט די צאל אומגעקומענע איז עס נישט געווען אזוי געפערליך ווי אין געוויסע גוי'אישע געגנטער, און מ'האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז נאך ערגערס איז ב"ה פארמיטן געווארן.

אבער באמת זענען די נומערן גאר שרעקליך ווען מ'פארגלייגט אונזערע דעמאגראפישע שטריכן אקעגן אמעריקע אין אלגעמיין.

די באפעלקערונג פון 75 יאר און עלטער האט געהאט בערך האלב פון אלע טויטן פון קאראנאווירוס אין אמעריקע, און דאס איז א יארגאנג גרופע וואס מאכט אויס איבער זיבן פראצענט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג אין לאנד. ביי אונז איז די זעלבע יארגאנג גרופע נישט מער פון איין פראצענט פון עולם, וואס דאס אליינס וואלט אונז געדארפט שניידן באלד אין העלפט די טויט ראטע אין פארגלייך צו די גוי'אישע גאס. אויסער דעם איז צווישן אונז דא ב"ה פיל מער קינדער ווי אין די אלגעמיינע גאס, וואס אין רעזולטאט איז די יארגאנג גרופע פון אונטער אכצן יאר אלט ביי אונז איבער פופציג פראצענט פון די באפעלקערונג אנשטאט בלויז 22% פראצענט אין די גוי'אישע גאס, און יענע יארגאנג גרופע האט ממש א 0% טויט ראטע פון קאראנאווירוס. דאס אלעס מאכט אז בעז"ה איז דא ביי אונז ב"ה בלויז א פראקציע פון די טויטפעלער וואס איז דא אין די אלגעמיינע גאס מיט אזויפיל אנגעשטעקטע.

נעמענדיג דאס אלעס אין באטראכט פארשטייט מען אז ביי אונז איז בעצם די מצב געווען פיל ערגער ווי ס'קען אויסקוקן, אבער בחסדי ה' איז פארמיטן געווארן א פיל ערגערע טראגעדיע צוליב דעם וואס די דעמאגראפישע אויסשטעל פונעם ווירוס איז ב"ה בחסד פאר אונזער געמיינדע.

אבער דאס איז אלעס געווען ביז אהער.

די שמועות מבהילות וואס הייבן אבער אן אריינצוקומען איבער די מיסטריעזע קינדער מחלה וואס איז מעגליך פארבונדן מיט'ן קאראנאווירוס דארף אויפשוידערן יעדן איד בכל מקום שהוא.

לויט ווי מ'הערט האט דאס שוין ליידער געקאסט דאס לעבן פון עטליכע קינדער אין ניו יארק, און די צאל אנגעשטעקטע איז נאך גאר נידריג, וואס לויט דעם איז די טויט ראטע גאר הויך ר"ל.

ב"ה אז דערווייל איז די מחלה גאר זעלטן, אבער אויב איז אמת אז דאס איז פארבונדן מיט'ן קאראנאווירוס, און אז ס'קומט ארויס א גוטע עטליכע וואכן דערנאך, קען קיינער נישט פאראויס זאגן וויפיל פראצענט פון קינדער וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט'ן קאראנאווירוס גייען דאס באקומען.

ווי פריער ערווענט זענען לכאורה גאר א דראמאטיש הויכע פראצענט פון אונזער געמיינדע - אריינגערעכנט אונזערע קינדערלעך - געווארן אנגעשטעקט מיט'ן ווירוס, און ווי באקאנט האבן קינדער כמעט נישט קיין סימפטאמען, וואס דאס מיינט אז גאר א גרויסע פראצענט פון קינדער האבן דאס ליידער געהאט טראצדעם וואס גאר ווייניג האבן דאס געפילט.

אשר על כן, אודאי טאר זיך קיינער נישט דערשרעקן, ווייל שרעק העלפט סייווי נישט, אבער מיר דארפן האלטן א גאר וואכזאם אויג אויף אונזערע קינדער צו זיי אנטוויקלען נישט קיין סימפטאמען פון די מחלה ל"ע, און אויב יא זאל מען דאס גלייך איינמעלדן פאר'ן דאקטאר.

און דער עיקר איז אז מ'זאל געדענקען צו מתפלל זיין אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ חֲמוֹל עָלֵינוּ וְעַל עוֹלָלֵינוּ וְטַפֵּנוּ, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים אמן.