אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס גייען זיין די רעזולטאטן פון אזא פראטעסט?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך מאי 13, 2020 10:16 am

די פראטעסט גייט זיכער אויפטון
31
16%
די שפיטעלער גייען נקמה נעמען אין די אידן ח"ו
71
37%
די מידיע גייט עס ניטאמאל קאווערן, א שאד די צייט
42
22%
מ'קען נישט וויסן אבער מ'זאל יא איינשטעלן
46
24%
 
סך הכול שטימען: 190

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 08, 2020 10:16 am

וואס האלט דער עולם איבער דעם פראטעסט?

ס'גייט זיכער אויפטון אז די שפיטעלער זאלן זיך אויפפירן זענער צו די אידן און טוישן פאליסי?

ס'גייט נאר אפטון און ערגער מאכן חס ושלום?

קיינער גייט נישט וויסן דערפון - א שאד די צייט?

אדער אז מ'קען נישט וויסן, אבער ס'איז וויכטיג און מ'זאל איינשטעלן?
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג מאי 08, 2020 10:25 am

פעלט מיין אפציע, דער גאווערנער וועט זיך נוקם זיין.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 10:27 am

שוין נאך א אשכול ווי כגיי דארפן טייפן זיך טענה'ן מיט יעדן בפרט מיט די וואס זאגן כ'בין א בחור'ל און כ'האב שוין דא געשריבן פאר דרייצן יאר צוריק תיכף נאכן (אדער נאך איידער'ן) געבוירן ווערן, נא, גם זו לטובה
דיין קעפל איז אבער ראנג, און דאס איז די מהלך פון פארדרייען זאכן וואס די מידיע טוט אייביג, מען פארדרייט די נערעטיוו, עס זאל אויסקוקן אנדערש, מיר פראטעסטירן נישט שפיטאל געמאכטע פאליסי - וויאזוי דער קעפל צייגט בהשקפה ראשונה - מיר פראטעסטירן נ.י. סטעיט פאליסי געמאכט דורך די סטעיט פאר די שפיטעלער, במילא די אישו אז שפיטעלער זאלן זיך נוקם זיין קומט בכלל נישט אריין!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 10:29 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:פעלט מיין אפציע, דער גאווערנער וועט זיך נוקם זיין.

דאס איז טאקע א זאך וואס מ'דארף שוקל זיין, ס'איז טאקע א פראבלעם מיט אים, די שאלה איז וויפיל איז די שיעור זיך צו לאזן פירן כצאן לטבח?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 08, 2020 10:31 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:פעלט מיין אפציע, דער גאווערנער וועט זיך נוקם זיין.

איך וויל נישט טוישן און פארלירן אלע אפציעס, אבער נקמה מיינט פון די גאווערמענט אויך...
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג מאי 08, 2020 10:32 am

נאר אויב עס קומען ארויס מינימום 2 אנערקענטע עסקנים עס שטיצען ווי למשל משה דוד נידערמאן וכדומה
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך פליטה גדולה » פרייטאג מאי 08, 2020 10:33 am

פאר איך געב מיין שטומע וויל איך וויסן צו דאס גייט באגלייט ווערן מיט א דעת תורה און ערפארענע עסקנים וואס גייען אנפירן מיט די גאנצע מעשה,
עס איז זייער האקל ווען עס קומט ארויסצוגיין צו די אומ"ה אז עס זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין חילול ה' התגרות וכו'.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 08, 2020 10:34 am

lebediger berel האט געשריבן:שוין נאך א אשכול ווי כגיי דארפן טייפן זיך טענה'ן מיט יעדן בפרט מיט די וואס זאגן כ'בין א בחור'ל און כ'האב שוין דא געשריבן פאר דרייצן יאר צוריק תיכף נאכן (אדער נאך איידער'ן) געבוירן ווערן, נא, גם זו לטובה
דיין קעפל איז אבער ראנג, און דאס איז די מהלך פון פארדרייען זאכן וואס די מידיע טוט אייביג, מען פארדרייט די נערעטיוו, עס זאל אויסקוקן אנדערש, מיר פראטעסטירן נישט שפיטאל געמאכטע פאליסי - וויאזוי דער קעפל צייגט בהשקפה ראשונה - מיר פראטעסטירן נ.י. סטעיט פאליסי געמאכט דורך די סטעיט פאר די שפיטעלער, במילא די אישו אז שפיטעלער זאלן זיך נוקם זיין קומט בכלל נישט אריין!

וואו שטייט שפיטאל געמאכטע פאליסי? ס'איז א גאווערמענט פאליסי אז שפיטעלער מוזן נישט אריינלאזן.

יעצט באמת, די גאווערמענט גייט לכאורה אזאנס נישט טוישן פאר קיין פרייז אויף די וועלט, ווייל ס'גייט קומען א סטרייק פון נורסעס און דאס וועט קאסטן טייער פאר קאומא. אויב אזוי איז עס יא קעגן די שפיטעלער פאליסי.

דו מוזט נישט ענטפערן דא, דאס איז נאר אן אנקעטע אשכול צן זען דעת הקהל נאכן אלעס מסביר זיין אינעם אנדערן אשכול.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 10:36 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

איך ענטפער יא דא, ווייל דא שטייט די שאלה, "די שפיטעלער וועלן נקמה נעמען קעגן אידן" פארוואס זאלן זיי נקמה נעמען?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 10:41 am

Annotation 2020-05-08 103921.png
Annotation 2020-05-08 103921.png (18.86 KiB) געזעהן 1324 מאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 08, 2020 10:45 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:פעלט מיין אפציע, דער גאווערנער וועט זיך נוקם זיין.

איך האלט באמת אז דער גאווערנער גייט זיך נישט צוטון מאכן פון צען אידן מיט סיינס.

אבער פאר שפיטאל ארבעטערס איז עס גענוג צו העצן קעגן אידן. מ'דארף זיין א שונא ישראל פון פריער אז אזא שוואכע פראטעסט זאל אויפרעגן עד כדי נקמה. אין שפיטאל זענען ליידער דא גענוג און נאך.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

winner
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:35 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך winner » פרייטאג מאי 08, 2020 10:47 am

אויב קען מען עס מאכען נישט נאר מיט אידן קען עס זיין א גיטע זאך

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מאי 08, 2020 10:54 am

ר' בערל איר דארפט נישט איבערשרייבן אזויפיל מאל די מצב און די שפיטעלער יעדער ווייסט דאס און יעדער אגריט ליידער

די דארפסט אדרעסירן די פראגעס וואס די דרייסט דיך ארויס פון ענטפערן

ווי אזוי פינקטליך גייסטו דא אויפטין ווען אלע עסקנים אדרבה גיי ארים פרעגן ווייסן אז מיטן יעצטיגן גאווערנער האט נאך קיינער נישט געווינען מיט קיין סטראשענען אדער מיט קיין פייטס דער האט א שרעקליכן איגאו און אז יעצט אינמיטן די אפעמדעמיק גייסטו אים בארירן זיין כבוד גייט עס נישט העלפן יא אפשר וועס עס העלפן פארזיכערן אז די קעמפס בלייבן פארמאכט פארן זימער...

ווי אויך ביז ווילאנג די האסט נישט קיין גרויסן עסקן א שטייגער ווי ר' משה דוד וואס איז מיט דיר קען מען נישט און מען טאר נישט טויען אזא זאך אויף די אייגענע האנט
הסכמות פון רבנים קומט נישט דא אריין אונזערע רבנים דיעלן נישט מיטן גאווערנער און מיזן נישט וויסן זיין מענטעליטי

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מאי 08, 2020 11:02 am

ר' בערל אויב מעג איך פרעגן פארוואס יעדער וואס האט א אנדערע מיינונג ווי דיר ווערט א בחור?

סזעט נישט אויס ווי די ביזט גרייט צו הערן א אנדערעמס מיינונג סקוקט אויס ווי איר האט באשלאסן אז דאס איז א גוטע זאך און ווער סוואגט זיך צו זאגן אנדערש איז א בחור אדער פשוט ווייסט נישט די מצב און שפיטעלער

קענסטו ענטפערן נארמאל אויף די שאלות וואס מפרעגט דיר?
אז נישט איז א שאד די צייט
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום פרייטאג מאי 08, 2020 11:13 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך דריידל » פרייטאג מאי 08, 2020 11:18 am

lebediger berel האט געשריבן:שוין נאך א אשכול ווי כגיי דארפן טייפן זיך טענה'ן מיט יעדן בפרט מיט די וואס זאגן כ'בין א בחור'ל און כ'האב שוין דא געשריבן פאר דרייצן יאר צוריק תיכף נאכן (אדער נאך איידער'ן) געבוירן ווערן, נא, גם זו לטובה
דיין קעפל איז אבער ראנג, און דאס איז די מהלך פון פארדרייען זאכן וואס די מידיע טוט אייביג, מען פארדרייט די נערעטיוו, עס זאל אויסקוקן אנדערש, מיר פראטעסטירן נישט שפיטאל געמאכטע פאליסי - וויאזוי דער קעפל צייגט בהשקפה ראשונה - מיר פראטעסטירן נ.י. סטעיט פאליסי געמאכט דורך די סטעיט פאר די שפיטעלער, במילא די אישו אז שפיטעלער זאלן זיך נוקם זיין קומט בכלל נישט אריין!

פאלט דיר נישט ביי אז די גאווערנער האט דאס איינגעפירט אויפן פארלאנג פון די שפיטעלער?

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 11:18 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:ר' בערל אויב מעג איך פרעגן פארוואס יעדער וואס האט א אנדערע מיינונג ווי דיר ווערט א בחור?

סזעט נישט אויס ווי די ביזט גרייט צו הערן א אנדערעמס מיינונג סקוקט אויס ווי איר האט באשלאסן אז דאס איז א גוטע זאך און ווער סוואגט זיך צו זאגן אנדערש איז א בחור אדער פשוט ווייסט נישט די מצב און שפיטעלער

קענסטו ענטפערן נארמאל אויף די שאלות וואס מפרעגט דיר?
אז נישט איז א שאד די צייט

קודם כ'האב דיר געשריבן א אישי, זעט נישט אויס האסט עס געליינט,
און ס'קאסט מיר א שמייכל, איך באצי זיך צו איינעם וואס האט מיך באפאלן אלץ אז איך בין א בחור, און דו זאגסט אז איך זאג אזוי אויף יענעם, עניוועי בלי נדר נחזור אחר השבת, האסט מיר נאר גערופן ביים נאמען האב איך געענטפערט, ביטע ליין דעם אישי זייער פארזיכטיג און האלט עס ביי דיר!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מאי 08, 2020 11:33 am

lebediger berel האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:ר' בערל אויב מעג איך פרעגן פארוואס יעדער וואס האט א אנדערע מיינונג ווי דיר ווערט א בחור?

סזעט נישט אויס ווי די ביזט גרייט צו הערן א אנדערעמס מיינונג סקוקט אויס ווי איר האט באשלאסן אז דאס איז א גוטע זאך און ווער סוואגט זיך צו זאגן אנדערש איז א בחור אדער פשוט ווייסט נישט די מצב און שפיטעלער

קענסטו ענטפערן נארמאל אויף די שאלות וואס מפרעגט דיר?
אז נישט איז א שאד די צייט

קודם כ'האב דיר געשריבן א אישי, זעט נישט אויס האסט עס געליינט,
און ס'קאסט מיר א שמייכל, איך באצי זיך צו איינעם וואס האט מיך באפאלן אלץ אז איך בין א בחור, און דו זאגסט אז איך זאג אזוי אויף יענעם, עניוועי בלי נדר נחזור אחר השבת, האסט מיר נאר גערופן ביים נאמען האב איך געענטפערט, ביטע ליין דעם אישי זייער פארזיכטיג און האלט עס ביי דיר!

איך האב עס געליינט און אפילו ריפלייט אבער זעט נישט אויס די האסט באקימען מיין ריפלי וועל מיר עס נאכאמאל שיקן

די אישי אדרעסירט זייער גוט די פראבלעם אבער די שאלות וואס איך פרעג שוין דא פון נעכטן 5 מאל איז נאכנישט געענטפערט געווארן

ר' בערל איך רעספעקט אייך איר מיינט זיכער גוטס אבער איך דיסעגרי אויף די מהלך עס אף נאו ביז ווילאנג מיינע קאנסערנס ווערן נישט געענטפערט געב א קוק אויף די אנקעטע זעט אויס רוב עולם שערט די זעלבע קאנסערנס ווי מיך דער עולם האט נאכנישט פארגעסן די קאנסקווענצן פון די גרויסע לויה

האב מיר א לעכטיגן גוט שבת

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך מחנך » פרייטאג מאי 08, 2020 11:39 am

ס'ווינדערט מיך אויף אזא נערמאלע און באזעצענע מענטש ווי בערעלע זאל פרימאוטען אזא אומאויסגעהאלטענע פלען, זייער ווייניג טשענטס פאר סאקסעס

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך mosheyahoo » פרייטאג מאי 08, 2020 11:48 am

געשטימט אפציע 4

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 08, 2020 12:03 pm

איך בין נייגעריג אויב דער לעבעדיגער בער איז ווירקליך אן עסקן
אויב יא, בין איך נייגעריג אויב ער האט שוין אמאל עפעס דורכגעפירט למעשה
(קען זיין אין אישי)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 08, 2020 12:28 pm

לכאורה האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב דער לעבעדיגער בער איז ווירקליך אן עסקן
אויב יא, בין איך נייגעריג אויב ער האט שוין אמאל עפעס דורכגעפירט למעשה
(קען זיין אין אישי)

זיכער אזוי. ער טענה'ט ער איז שוין געשלאפן איבערנאכט מיט פאציענטן אין שפיטאל.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מאי 08, 2020 12:36 pm

lebediger berel האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:ר' בערל אויב מעג איך פרעגן פארוואס יעדער וואס האט א אנדערע מיינונג ווי דיר ווערט א בחור?

סזעט נישט אויס ווי די ביזט גרייט צו הערן א אנדערעמס מיינונג סקוקט אויס ווי איר האט באשלאסן אז דאס איז א גוטע זאך און ווער סוואגט זיך צו זאגן אנדערש איז א בחור אדער פשוט ווייסט נישט די מצב און שפיטעלער

קענסטו ענטפערן נארמאל אויף די שאלות וואס מפרעגט דיר?
אז נישט איז א שאד די צייט

קודם כ'האב דיר געשריבן א אישי, זעט נישט אויס האסט עס געליינט,
און ס'קאסט מיר א שמייכל, איך באצי זיך צו איינעם וואס האט מיך באפאלן אלץ אז איך בין א בחור, און דו זאגסט אז איך זאג אזוי אויף יענעם, עניוועי בלי נדר נחזור אחר השבת, האסט מיר נאר גערופן ביים נאמען האב איך געענטפערט, ביטע ליין דעם אישי זייער פארזיכטיג און האלט עס ביי דיר!

אגב א תגובה פאר דאס וואס די האסט מיך געקוואט האב איך דיר אויך געריפן ביים נאמען און אבער אויף יענץ האסטו מיך נישט געענטפערט....

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך mosheyahoo » פרייטאג מאי 08, 2020 12:37 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב דער לעבעדיגער בער איז ווירקליך אן עסקן
אויב יא, בין איך נייגעריג אויב ער האט שוין אמאל עפעס דורכגעפירט למעשה
(קען זיין אין אישי)

זיכער אזוי. ער טענה'ט ער איז שוין געשלאפן איבערנאכט מיט פאציענטן אין שפיטאל.

לץ

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 08, 2020 2:29 pm

פארוואס דארף עס זיין בדרך פראטעסט. ס'קען נישט זיין בדרך בקשה?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אייער מיינוג איבער א מאסן קאר פראטעסט קעגן שפיטאל פאליסי

תגובהדורך mosheyahoo » פרייטאג מאי 08, 2020 3:03 pm

די קעפל איז מיסליעדינג. סאיז נישט קעגן די שפיטאל. סאיז קעגן קואמא/פאליסי

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, Majestic-12 [Bot], אזוי גאר!, אלי' מקוה יוד, היטשינער און 14 געסט