שבת פארטי האט געשריבן:מיט וואס גייט די היימישע שפיטאל זיין אנדערש ווי סיי וועלכע שפיטאל אין ניו יארק?
למשל מיט אריינלאזן משפחה, וויאזוי וואלטן זיי געקענט אריינלאזן משפחה ווען עס איז קעגן די רעגירונגס פארשריפטן?
די דאקטורים וועלן זיין אידישע ווי נישט אידישע, אזוי אויך די נוירסעס. מיט וואס גייט עס זיין היימיש? אז די קוגל וועט זיין אווערנייט?
אז די נורסעס (אדער כאטש די העד נורסעס) וועלן זיין פון אונז.
אין האב א משפחה מיינער וואס איז א נורס (נישט אין ניו יארק) און איז געווען ממונה איבער עטליכע נורסעס מיט פאציענטן אויף רעספערעיטארס. קיין איינער אינטער איר קעיר איז נישט געשטארבן.
טאקע נישט דא ביי אונז קיין סאך נורסעס, און איז נישט א היימישע פאך, איז אבער דא א עצה אז די היימישע זאלן זיין דארטן אלס א "נורסעיס עיד" (וואס צו דעם דארף מען נישט שטודירן) און אזוי ארום זיין דארטן.