א אידישע "היימישע" שפיטאל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראש חדשים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך ראש חדשים » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:36 pm

איך האב נישט דעם צייט צו אויסשמועסן דעם נושא, אבער עס לאט זיך דעבאטירן אויב איינע פון די פעולות אחרי המגיפה וועט זיין צו עפענען אן
אידישע "היימישע" שפיטאל
אפערערט דורך היימישע אידן מיט אידישע נורסעס און דאקטורים.
לעצט פאראכטן דורך ראש חדשים אום דאנארשטאג מאי 07, 2020 4:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שווארצע לעבנס מַאטֶערט
קרעדיט: ראטענשטרייך

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:43 pm

עס וועט האבן אזא פנים איין טאג וועט מען פארקויפן די זכות נר למאור און פרנס החודש און השבוע
מען רעדט דא פון ביליאנען צו פירן א שפיטאל און רעגעלאציע פון דא ביז אוסטראליע בקיצור חלמא טבא חזית

זייט'דשזע מסביר ביטע
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 8:05 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך זייט'דשזע מסביר ביטע » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:44 pm

ראש חדשים האט געשריבן:איך האב נישט דעם צייט צו אויסשמועסן דעם נושא, אבער עס לאט זיך דעבאטירן אויב וועט איינע פון די פעולות אחרי המגיפה זיין צו עפענען אן
אידישע "היימישע" שפיטאל
אפערערט דורך היימישע אידן מיט אידישע נורסעס און דאקטורים.

אין חכם כבר נסיון
הגאון רבי עקיבא אייגער האט מען געוואלט ארויס ווארפן פון זיין "אייגענע היימישע" שפיטאל וואס ער האט אויפגעשטעלט
מאונט סיני איז געווען א "היימישע" אידישע שפיטאל, און היינט.......................אדמור מוויזניץ יוכיח..........
רמבם מיימאנעדיס איז געווען א "היימישע" שפיטאל ......................................
וכו,........................

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:51 pm

זייט'דשזע מסביר ביטע האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:איך האב נישט דעם צייט צו אויסשמועסן דעם נושא, אבער עס לאט זיך דעבאטירן אויב וועט איינע פון די פעולות אחרי המגיפה זיין צו עפענען אן
אידישע "היימישע" שפיטאל
אפערערט דורך היימישע אידן מיט אידישע נורסעס און דאקטורים.

אין חכם כבר נסיון
הגאון רבי עקיבא אייגער האט מען געוואלט ארויס ווארפן פון זיין "אייגענע היימישע" שפיטאל וואס ער האט אויפגעשטעלט
מאונט סיני איז געווען א "היימישע" אידישע שפיטאל, און היינט.......................אדמור מוויזניץ יוכיח..........
רמבם מיימאנעדיס איז געווען א "היימישע" שפיטאל ......................................
וכו,........................

נו, חי געלעבט איז אויך געלעבט. אויב וועט עס זיין אידיש פאר 50 יאר איז אויך א ישועה, און ווען עס ווערט אויס אידיש איז צייט צו עפענען א נייע שפיטאל.

ווי שטייט אז מען מוז אויס געבן ביליאנען, א בנין מיט בעטן מיט די מינימאלע איינריכטיגן אבער מיט איבעגעגעבענע דאקטוירים און נורסעס, שטייען מיר טויזענט מאל בעסער ווי מיט די מאנסטער שפיטעלער.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:53 pm

עס איז א געוואלדיגע שווערע ארבעט, אבער א געוואלדיגע נעסעסעטי. נויט ברעכט אייזן.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:57 pm

אז קלויזנבורגער רב זצוק"ל האט באוויזן צו אויפשטעלן אליינס א שפיטאל, קענען מיר אויך פראבירן אפי' עס נעמט אסאך צייט אבער עס לוינט זיך אין סתם אזוי אין די אלטע היים איז געוועהן אסאך פלעצער וואס מען האט געהאט אייגענע יודישע שפיטעלער
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:03 pm

מיר ווערן יעצט געוואר אז 90 פרוצענט פון די רפואה איז דער משפחה ביי דער זייט, און משפחה איז שוין דא, איז דערובער קען מען שוין היינט עפענען די ערשטע שפיטאל.

די אנדערע 10 פראצענט פון מכשירים צו היילן, איז אפילו אויב עס וועט קומען שטייט, שטייען מיר נאך אלץ א סאך בעסער ווי מיט די מאנסטער שפיטעלער ווי אפילו אין פרידענס צייטן האט מען געהארגעו מענטשן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:12 pm

העלאו האט געשריבן:עס וועט האבן אזא פנים איין טאג וועט מען פארקויפן די זכות נר למאור און פרנס החודש און השבוע
מען רעדט דא פון ביליאנען צו פירן א שפיטאל און רעגעלאציע פון דא ביז אוסטראליע בקיצור חלמא טבא חזית

מעייני הישועה אין בני ברק איז א געוואלדיגע סוקסעס פארשטייט זיך אסאך מאל דארף מען גיין ערגעץ אנדערש אבער אויף וואס מ'דארף.
און די ביליאנען קומען פון די בילס וואס אינשורענס און מעדיקעד באצאלן.

כ'געדענק ווען מ'פלעגט טענה'ן וועגן אויל פראדוקשען אין אמעריקע פלעגן די אנטיס אלץ טענה'ן אז ס'וועט נעמן כאטשי' פופצן יאר צו האבן דערפון וואס וועסטו יעצט האבן
ביז מ'האט צוריק געענטפערט יא, אבער ווען כ'פאנג ווען אן פופצן יאר צוריק ווען דו האסט געזאגט די זעלבע טענה וואלט איך שוין יעצט ווען געהאט. וכן עשו, ולמעשה פראדוצירט היינט אמעריקע מער אויל פאר עקספאר וויפיל זי אימפארטירט, די סיבות זענען נאר פראקטישע פארוואס מטוט אזוי. (פארוואס אלע מגידי שיעור פון ווילי ארבעטן אין ב.פ. וההיפוך)
סא, מ'דארף אנפאנגען און ס'נעמט טאקע יארן - אבער אז נישט וועסטו קיינמאל נישט האבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:14 pm

זארג נישט האט געשריבן:מיר ווערן יעצט געוואר אז 90 פרוצענט פון די רפואה איז דער משפחה ביי דער זייט, און משפחה איז שוין דא, איז דערובער קען מען שוין היינט עפענען די ערשטע שפיטאל.

די אנדערע 10 פראצענט פון מכשירים צו היילן, איז אפילו אויב עס וועט קומען שטייט, שטייען מיר נאך אלץ א סאך בעסער ווי מיט די מאנסטער שפיטעלער ווי אפילו אין פרידענס צייטן האט מען געהארגעו מענטשן.


איך ווייס נישט צו דו זאגסט סקארקאסטיש אדער עכט אבער וויזוי סזאל נישט זיין הכתוב מעידך
רוח איש יכלכל מחלהו ורוח נכאה מי ישאנה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:19 pm

סקווירא האט אויך פרובירט צי האבן א שפיטאל יארן צירוק

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:21 pm

מים חיים האט געשריבן:סקווירא האט אויך פרובירט צי האבן א שפיטאל יארן צירוק

ס׳האט נישט באלאנגט פאר סקווירא
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:22 pm

lebediger berel האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:מיר ווערן יעצט געוואר אז 90 פרוצענט פון די רפואה איז דער משפחה ביי דער זייט, און משפחה איז שוין דא, איז דערובער קען מען שוין היינט עפענען די ערשטע שפיטאל.

די אנדערע 10 פראצענט פון מכשירים צו היילן, איז אפילו אויב עס וועט קומען שטייט, שטייען מיר נאך אלץ א סאך בעסער ווי מיט די מאנסטער שפיטעלער ווי אפילו אין פרידענס צייטן האט מען געהארגעו מענטשן.


איך ווייס נישט צו דו זאגסט סקארקאסטיש אדער עכט אבער וויזוי סזאל נישט זיין הכתוב מעידך
רוח איש יכלכל מחלהו ורוח נכאה מי ישאנה

כ'שרייב עכט. מען האט דא געשריבן און איך ווייס פון אנדערע, אז עלטערע אידן זענען אוועק פון פאלוירענקייט נישט זעהענדיג קיין היימיש פנים פאר טעג, און צו מען האט זיי נישט געגעבן צו עסן אדער זיי האבן נישט געוואלט עסן (נישט וויסענדיג צו עס איז כשר) איז שוין נישט קיין חלוק, אבער איין זאך איז קלאר אז א סאך עלטערע אידן וואלטן נאך געלעבט אויב מען וואלט צו געלאזט א היימיש פנים צו זיי, איז דערובער א אידישע שפיטאל יעצט א מאסט, ווייל עס איז שוין רוב פון די ישועה, אפילו אן די מעדיצינישע גרויסע מאשינען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:23 pm

Borough Park האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:סקווירא האט אויך פרובירט צי האבן א שפיטאל יארן צירוק

ס׳האט נישט באלאנגט פאר סקווירא

אזוי האב איך געליינט אין ויכתב מרדכי פין ר' מרדכי שווארץ שליט''א

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:38 pm

אויב נעמט מען ארויס אלע אידישע דאקטורים און נורסעס פון אלע ניו יארקער שפיטעלער קענען זיך רוב שפיטעלער פארמאכן...

וועט מען קענען אויפשרייבן אויפ'ן אקאונט ביים היימישן שפיטאל אויב האט מען נישט קיין אינשורענס?

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:43 pm

גראמער האט געשריבן:אויב נעמט מען ארויס אלע אידישע דאקטורים און נורסעס פון אלע ניו יארקער שפיטעלער קענען זיך רוב שפיטעלער פארמאכן...

וועט מען קענען אויפשרייבן אויפ'ן אקאונט ביים היימישן שפיטאל אויב האט מען נישט קיין אינשורענס?

איך האב אמאל געפרעגט א היימישע דאקטער פון מאונט סייניי פארוואס ער ארבעט שבת האט ער געזאגט אז אויב אלע יודן וועלן אויפהערן צו ארבטן שבת קען זיך די שפיטאל פארמאכן ווייל 40% מאונט סייניי סטעף זענען יודן
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך מארמאראש » דאנארשטאג מאי 07, 2020 4:06 pm

Borough Park האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:אויב נעמט מען ארויס אלע אידישע דאקטורים און נורסעס פון אלע ניו יארקער שפיטעלער קענען זיך רוב שפיטעלער פארמאכן...

וועט מען קענען אויפשרייבן אויפ'ן אקאונט ביים היימישן שפיטאל אויב האט מען נישט קיין אינשורענס?

איך האב אמאל געפרעגט א היימישע דאקטער פון מאונט סייניי פארוואס ער ארבעט שבת האט ער געזאגט אז אויב אלע יודן וועלן אויפהערן צו ארבטן שבת קען זיך די שפיטאל פארמאכן ווייל 40% מאונט סייניי סטעף זענען יודן


נו ווי האט דר. וואלאך געארבעט...
אויב וועט מען עס מיינען לשם שמים, דארף מען עס קענען באווייזן.
קויפט & פארקויפט נייע/גענוצטע אייטעמס Contact@theebaytrader.com

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 07, 2020 4:10 pm

מארמאראש האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:אויב נעמט מען ארויס אלע אידישע דאקטורים און נורסעס פון אלע ניו יארקער שפיטעלער קענען זיך רוב שפיטעלער פארמאכן...

וועט מען קענען אויפשרייבן אויפ'ן אקאונט ביים היימישן שפיטאל אויב האט מען נישט קיין אינשורענס?

איך האב אמאל געפרעגט א היימישע דאקטער פון מאונט סייניי פארוואס ער ארבעט שבת האט ער געזאגט אז אויב אלע יודן וועלן אויפהערן צו ארבטן שבת קען זיך די שפיטאל פארמאכן ווייל 40% מאונט סייניי סטעף זענען יודן


נו ווי האט דר. וואלאך געארבעט...
אויב וועט מען עס מיינען לשם שמים, דארף מען עס קענען באווייזן.

עס איז געווען א "וואלאך'ס שפיטאל" אין ירושלים. (וואס איז געשען מיט דעם שפעטער ווייס איך נישט)

איך שטעל זיך פאר אז ער פלעגט גיין צו זיינע פאציענטן אין דער היים, און נאר די גאר שטארק קראנק זענען געווען ביי אים אין שפיטאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 07, 2020 5:58 pm

לאמיר קודם זען וויאזוי "היימישע" נורסינג האומס האבן זיך אויסגעארבייט, און דערנאך לאמיר חלומ'ן פון א "היימישע" שפיטאל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:05 pm

נא_שכל האט געשריבן:לאמיר קודם זען וויאזוי "היימישע" נורסינג האומס האבן זיך אויסגעארבייט, און דערנאך לאמיר חלומ'ן פון א "היימישע" שפיטאל.


;l;p-

קלארער: ווילאנג די ציהל וועט זיין געלט און גרויס געלט וועט עס גארנישט אויסמאכן.

אז מען קען טוהן לשם שמים איז דא פון וואס צו רעדן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:06 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:לאמיר קודם זען וויאזוי "היימישע" נורסינג האומס האבן זיך אויסגעארבייט, און דערנאך לאמיר חלומ'ן פון א "היימישע" שפיטאל.


;l;p-

קלארער: ווילאנג די ציהל וועט זיין געלט און גרויס געלט וועט עס גארנישט אויסמאכן.

אז מען קען טוהן לשם שמים איז דא פון וואס צו רעדן.

נא, מ'רעדט דאך אז די ציל זאל זיין אויפצוטון, כעין מעייני הישועה, קלויזענבורג'ע שפיטאל, וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:34 pm

דער פראבלעם איז אז בעצם איז א שפיטאל א ריזן אינקאם און אויב ממאכט געלט פארפארט מען פון די ליניע
אבער דאס גיט נישט קיין היתר צי זיצן שטיל יעצט מדארף ווען צוזאמענען אלע רבנים אלע נגידים און אלע כחות און עפענען א שפיטאל מיט אלע סארט אפטיילונגען און אויב וועט עס גיין פייפן וכוודמה וועט מען דאן פארפירן מיט א פרישקייט פאר א נייע שפיטאל
פונקט ווי מהאט היינט געגעסן פרישטאג מיט א פרישקייט דארף מען יעדן טאג טאן פאר כלל ישראל מיט א פרישקייט און אויב ווערט עס חלילה פארפאלן ווי מאנט סיינע הייבט מען אן פריש! אבער צו האבן פוילע תירוצים איז עס קיינמאל קיין תירוץ נישט.

שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך שבת פארטי » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:39 pm

מיט וואס גייט די היימישע שפיטאל זיין אנדערש ווי סיי וועלכע שפיטאל אין ניו יארק?
למשל מיט אריינלאזן משפחה, וויאזוי וואלטן זיי געקענט אריינלאזן משפחה ווען עס איז קעגן די רעגירונגס פארשריפטן?
די דאקטורים וועלן זיין אידישע ווי נישט אידישע, אזוי אויך די נוירסעס. מיט וואס גייט עס זיין היימיש? אז די קוגל וועט זיין אווערנייט?

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:42 pm

שבת פארטי האט געשריבן:מיט וואס גייט די היימישע שפיטאל זיין אנדערש ווי סיי וועלכע שפיטאל אין ניו יארק?
למשל מיט אריינלאזן משפחה, וויאזוי וואלטן זיי געקענט אריינלאזן משפחה ווען עס איז קעגן די רעגירונגס פארשריפטן?
די דאקטורים וועלן זיין אידישע ווי נישט אידישע, אזוי אויך די נוירסעס. מיט וואס גייט עס זיין היימיש? אז די קוגל וועט זיין אווערנייט?


אז מ'וועט נישט טארן רעדן קעגן זיי לשון הרע

שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך שבת פארטי » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:52 pm

לאל

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א אידישע "היימישע" שפיטאל

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:53 pm

נא_שכל האט געשריבן:לאמיר קודם זען וויאזוי "היימישע" נורסינג האומס האבן זיך אויסגעארבייט, און דערנאך לאמיר חלומ'ן פון א "היימישע" שפיטאל.

בכלל נישט דער זעלבע זאך. א נורסינג האום איז א ביזנעס, און דער קאסטומערס זענען פון די אלגעמיינע באפעלקערונג וואס רובא דרובא זענען נישט קיין אידן. אבער א אידישע שפיטאל איז דייקא נישט צו מאכן קיין געלט פאר זיך, און דייקא פאר אידישע חולים. עס דארף זיין ווי א ביקור חולים וואס די וואלונטירס זענען איבערגעגעבענע מענטשן און בעלי חסד מיט הארץ.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט