מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 9:08 am

יוד אלף האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

וואס איז די מעסעדזש פונעם פראטעסט? א ריפארטער פון סי. ען. ען. קומט און פרעגט די משתתפים, זאגטס מיר אין דרייסיג סעקונדעס, וואס פראטעסטירן ענק און וואס פארלאנגען ענק? דארף זיין קלארע דיבורים, קורץ און שארף. ווען דאס איז מסודר, קען מען האבן די ציפעדיגע פראוואצירנדע סיינס וואס פראפעסיאנעלע פראטעסטירער האבן צו ציען נייגער און פרעסע דעקונג מיט "טאלקינג פאינטס" וואס מ'קען גרינג איבערזאגן.

דערווייל איז יאסי געשטעטנערס מעסעדזש דא געווען זייער גוט איינער האט עס געברענגט, ער האט צוויי העשטעגס מיט קורצע ווערטער, איך וועל עס באלד איבערקוקן און אפשר איבערארבעטן.

קען זיין אז יאסי'ס מעסעדזש איז גוט אלס די טאלקינג פוינט דערפון, למעשה אז דו ווילסט ברענגן א מעסעדזש וואס זאל רעדן צו מענטשן דארפסטו טראכטן פון זייער זייט.
אויף זייער זייט איז די מעסעדזש זייער נישט פאפולער, (קענסט אפשר טרעפן גענוג וואס רעדן דערפון אבער אין אלגעמיין איז יעצט דא א שטארקע סאלאדעריטעט מיט די "מסירת נפש")
יאסי האט נישט קיין מהלך מיט אנפאפולער מעסעדזשעס, קוק נאך זיין מארקעטינג סטייל,

איך מיין וועסט דורך ליינען די גאנצע אשכול פון אנפאנג - דא איז נאר א המשך קוק די לינק אין ערשטן תגובה - ביז אהער איז אלעס פארענטפערט, און אמת, מ'וועט דארפן אויסארבעטן מער די מעסידזש, כ'האב שוין געשריבן אז דערווייל האבן מיר א פארקערטע פראבלעם די נישט אידישע שותפים ווילן בדוקא גיין סאך שארפער ווי אונז
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מאי 08, 2020 9:13 am

די ווילסט האבן הסכמות פון רבנים אבער די ווילסט נישט אז סזאל טראגן א אידישע פנים?
ווי אזוי ארבעט דאס צוזאמען?

אגב איך נעכטן דא געפרעגט סאיז אויף פאריגן בלאט אפאר ערענסטע שאלות אבער נאכנישט זוכה געווען צו באקימען ענטפערס

אגב ר' בערל איך רייס אייך נישט אראפ איך בין זיכער איר מיינט גוטס מען זעט איר מיינט עס אמתדיג אבער די מהלך וואס די נעמסט איז זייער ריסקי און קען מאכן מער דעמעדש
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום פרייטאג מאי 08, 2020 9:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך העלאו » פרייטאג מאי 08, 2020 9:17 am

lebediger berel האט געשריבן:
!want to be good האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:רבותי דאס איז א מוראדיגע שרעקליכע זאך וואס קען ברענגען אנטעסעמיזעם מסוף העולם ועד סופו צו גיין פראטעסטיערן אנטקעגן די האספיטעלס וואס שטעלן זיך איין זייער לעבן צו ראטעווען מענטשען אפגערעדט אז זיי וועלן זיך נוקם זיין אין די אידן וואס זענען ליידער אין שפיטאל

ענדליך רעדט איינער אידיש

מען רעדט דא בכלל נישט פון גיין קעגן די האספיטעלס! ליין און נאכדעם שרייב!

הרב בערל איך פארשטיי אז דו מיינסט טובת כלל ישראל אבער הער וואס איך זאג אייך: קודם כל פארשטיי איך נישט האסט אמאל געהערט אין די וועלט מען זאל מאכען א הפגנה אהן רשות פון די רבנים אפילו די הפלג וואס מאכט א הפגנה איז עס מיט זייערע רבנים ווען עדה החרדית מאכט א הפגנה איז עס נאר מיט די רשות פון די בי''ד עס איז נאכנישט געהערט געווארען אז מען זאל מאכען א הפגנה אליינס דו דארפסט אויפהייבן א טעלעפאון צו די רבנים און זאגן אז מענטשען שטארבען אויב זיי וועלן מחליט זיין צו מאכן א קאר הפגנה וועל זיי דאס מאכן נארמאל מיט א פערמיט מיט רשות פון די פאליציי אדרבה זיי וועלן מיט ארבעטן מיט ענק מען לעבט אין א פרי קאנטרי יעדער קען מאכן א הפגנה אבער עס דארף זיין ליגעל אז נישט וועט מען ענק איינזעצן עטס קענטס זיצן יארען פאר דעם רעד זיך נישט איין אז די עסקנים גייען דיך ארויס נעמען פון חד גדיא מיט די רבנים וועסטו האבן צענדליגע טויזענטע מענטשען און אנדעם וועסטו האבן א פאר ווילדע חברה וואס וועלן מאכען אומליגאלע זאכען און מאכען א חילול ד' מסוף העולם ועד סופו כאילו עס איז נישט גענוג געוועהן מיט די לויה'ס איך רעד שין נישט פון דעם וואס איינער האט פריער געשריבן אז ער גייט גיין צו די הפגנה און ווער וועט כאפן אז יודען האבן עס געמאכט ? איך וייס נישט צו צו וויינען אדער לאכען היינט איז דא קעמרעס איבעראל פרוביר נישט צו מאכען קיין הפגנות אויף די אייגענע האנט גיי צו די רבנים און טוה נאר וואס זיי הייסן ואז תשכיל ותצליח

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג מאי 08, 2020 9:19 am

lebediger berel האט געשריבן: דערווייל האבן מיר א פארקערטע פראבלעם די נישט אידישע שותפים ווילן בדוקא גיין סאך שארפער ווי אונז

דאס איז נישט א "פארקערטע" פראבלעם, דאס איז די פראבלעם וואס איך האב געזאגט, סך הכל זאגסטו אז דער גוי איז ערגער, נו, איך האב נישט געזאגט אז יאסי איז דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם.

ס'איין זאך האלטן עפעס, ס'איבערגעבן און מארקעטן איז גאר א צווייטע זאך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 08, 2020 9:27 am

כ'ווייס נישט וואס ר' בערל קלערט אבער לבי אומר לי אז די אונטערליגענדע סיבה צום גאנצן פראבלעם איז די יוניאנס, והיינו טעמא דשפיטאל שיף, והיינו טעמא פון אויסשטעטישע נוירסעס, והבן.

געדענקט, אזוי ווי אלע געזעצן כהיום יום ליגט אונטער א יעדע שורה א לאבי מיט א גאנצן אפעראט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 9:28 am

יוד אלף האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן: דערווייל האבן מיר א פארקערטע פראבלעם די נישט אידישע שותפים ווילן בדוקא גיין סאך שארפער ווי אונז

דאס איז נישט א "פארקערטע" פראבלעם, דאס איז די פראבלעם וואס איך האב געזאגט, סך הכל זאגסטו אז דער גוי איז ערגער, נו, איך האב נישט געזאגט אז יאסי איז דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם.

ס'איין זאך האלטן עפעס, ס'איבערגעבן און מארקעטן איז גאר א צווייטע זאך

למעשה איז די עצה נישט צו גיין שלאפן און לאזן אונזערע קראנקע און שוואכע חלילה אומגעברענגט ווערן, ניין מ'דארף זוכן א סאלושען און דאס איז וואס מיר טוען.
ווער קען דאס ווארט א פול וויל פיינד ע פראבלעם טו עווערי סאלושען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 9:30 am

farshlufen האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס ר' בערל קלערט אבער לבי אומר לי אז די אונטערליגענדע סיבה צום גאנצן פראבלעם איז די יוניאנס, והיינו טעמא דשפיטאל שיף, והיינו טעמא פון אויסשטעטישע נוירסעס, והבן.

געדענקט, אזוי ווי אלע געזעצן כהיום יום ליגט אונטער א יעדע שורה א לאבי מיט א גאנצן אפעראט.

סאיז אמת אין א חלק, און,, מיר (כ'מיין צו זאגן די אידישע עסקנים) האבן אויך א לאבי מיט אפאראטן אונטער אגודת ישראל וכו' איז דאס אפיציעל, ר' ירוחם סילווער זיצט אגאנצן צייט אין אלבאני און קעמפט פאר אידישע אינטערעסן, פלאס אנדערע עסקנים פון אלע קרייזן מזמן לזמן. און אויב דארף מען וואסער אין קרית יואל אדער א הייוועי אין מאנסי ווייסט מען וויאזוי צו לאביאירן - די לאביאיסטן און עסקנים דארפן אבער ווייזן פאר די פאליטישענס אז ס'איז דא א ציבור וואס איז הייס פאר די זאך, און דאס איז וואס מיר האפן אויפצוטון מיט די קאר פראטעסטן!
אזוי ווי די אונטערשריפטן האבן געהאלפן ביי די חינוך קאמפיין וכו' כו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 9:34 am

IMBZ האט געשריבן:נוקם זיין ווען??
די שפיטעלער בלייבן לויט זיי פארשלאסן כאטש נאך אהאלבע יאר לויט ח״וו.
דאס וועט אינקלאדן אלע מענטשן וואס גייען זיין אין שפיטאל פאר סיי וועלכע סיבה די נעקסטע האלס יאר.
הרב אליעזר האגער יוכיחו אז מען זארגט זיך נישט אויף נקמה נישטא קיין צייט פאר נקמה עס ברענט א פייער.
מען קען יעצט ראטעווען מענטשן. נישט סטאם ראטעווען לעבנס, נאך סאך מער מענטשן וויפיל גרויסע עסקנים האבן אגאנצן לעבן.
איך בין אסאך שוין געווען מיט אידן אין שפיטאל ספיציעל מיט מענטשן מיט די ביטערע מחלה, איך פארשטיי נישט וויאזוי איינער קען חוזק מאכן פין ר בער אפי אויף אהאלבע פארצענט אז דאס גיייט אויפטין.

שכח פאר די חיזוק, רוב מענטשן וואס שרייבן דא זענען נישט געווען מיט חולים אין שפיטאל - און אודאי נישט באגלייט קיין קעיס פון אנפאנג ביזן סוף, די וואס יא ציטערן אז זייערע ציינער ציטערן פאר שרעק און קענען זיך אפילו נישט צוזאמקלויבן צו שרייען אזוי צובראכן זענען זיי פון די גזירה!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 9:37 am

סטיטשינער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:to the care of the patient ווערט אויסגעטייטשט דורך שפיטעלער אז אויב זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו קערן פאר א פאציענט צום ביישפיל דארפסט אריין ברענגען א פראפעסער צו באהאנדלען א זעלטענע מחלה וואס די שפיטאל דאקטוירעם זענען נישט באהאווענט
קענסט טענה'ן אויף דעם אבער דעס האבן זיי געזאגט -און אלבאני האט נישט געזאגט אנדערש!

אבער אלבאני קען למעשה צוריקשרייען וואס ווילט עטץ פון מיר? די שפיטעילער האבען די ליגעל רעכט אריינצולאזען, גייטס פראטעסטען קעגען זיי!

ווען אלבאני וועט דאס זאגן וואלט גוט געווען - למעשה האט אלבאני דערווייל הנאה פונעם שפיל, און זיי שטופן די מהלך און זיי האבן למעשה טאקע דאס געמיינט, זיי האבן נאר געזוכט צו שרייבן ווי מער, מ'זאל עס קענען בייגן וויאזוי זיי ווילן, ווען זיי ווילן, אבער זיי זענען אגאנצן צייט קלאר אויף די זייט, חוץ ביי דיימענשיע פאציענטן מיט א פיצעלע שינוי לטובה,
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מאי 08, 2020 9:48 am

איך ווארט נאכאלס צו הערן וואס קאומאוס רעספאנס איז געוועהן נישט קיין חילוק פון וועלכע עסקן!

לעבעדיגער, די שאלה איז נישט צו מיר זענען גרייט פאר א פיקעטינג! א ודאי זענען מיר גרייט, יעדער איד איך קען וועט זיין גרייט צו טוהן כל מה שביכלתו פאר א צווייטע איד, איך קען נישט גלייבען אז די שאלה דא איז צו אידישע קינדער זענען גרייט צו העלפען אנדערע אידען צו נישט.

די שאלה איז צו דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן מטעם עסקנות ומטעם רבנות, לו יהא מצד עסקנות איז עס א שטארקע זאך אבער א גרויס טייל אידען וועלן זיכער וועלן הערן די צד הרבנות און לב יודע מרות נפש אז עס איז ליידער ליידער נישט דא ביינונז אזא מנהיג וואס קען/וועט נעמען די נושא אינטער זיין אחריות און ארום לויפען צו אנדערע רבנים אז זיי זאלען מעורר זיין דעם עולם צו טוהן אין דעם.

קיינער וויל נישט טוהן און דערנאך געוואר ווערן אז ער האט גארנישט אויפגעטוהן אדער חלילה פארהרגעט, און די וואס שרייען אז מען דארף טוהן און אזוי אריינדרייען אין א מאסען פיקעטינג אן קיין געהעריגע פלאן, איך פארשטיי די אידען ווייל איך שפיר עס אויך ווען איך האב געהאקט מיט ען וויי יו פון מיינס א באקאנטען וואס ליגט נעבעך דארט, די משפחה באשולדיגט הצלה אז זיי העלפען נישט און מען ארבייט איבערמידלעך מיט אנדערע עסקנים צו טרענספערן.

עס טוהט מיר וויי פונקט ווי דיר אבער באשולדיג מיר נישט אין נישט העלפען פשוט ווייל איך האב נישט אנגענומען אייער מהלך אן עס איבערקלערן!
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 9:57 am

מטעמים האט געשריבן:איך ווארט נאכאלס צו הערן וואס קאומאוס רעספאנס איז געוועהן נישט קיין חילוק פון וועלכע עסקן!

לעבעדיגער, די שאלה איז נישט צו מיר זענען גרייט פאר א פיקעטינג! א ודאי זענען מיר גרייט, יעדער איד איך קען וועט זיין גרייט צו טוהן כל מה שביכלתו פאר א צווייטע איד, איך קען נישט גלייבען אז די שאלה דא איז צו אידישע קינדער זענען גרייט צו העלפען אנדערע אידען צו נישט.

די שאלה איז צו דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן מטעם עסקנות ומטעם רבנות, לו יהא מצד עסקנות איז עס א שטארקע זאך אבער א גרויס טייל אידען וועלן זיכער וועלן הערן די צד הרבנות און לב יודע מרות נפש אז עס איז ליידער ליידער נישט דא ביינונז אזא מנהיג וואס קען/וועט נעמען די נושא אינטער זיין אחריות און ארום לויפען צו אנדערע רבנים אז זיי זאלען מעורר זיין דעם עולם צו טוהן אין דעם.

קיינער וויל נישט טוהן און דערנאך געוואר ווערן אז ער האט גארנישט אויפגעטוהן אדער חלילה פארהרגעט, און די וואס שרייען אז מען דארף טוהן און אזוי אריינדרייען אין א מאסען פיקעטינג אן קיין געהעריגע פלאן, איך פארשטיי די אידען ווייל איך שפיר עס אויך ווען איך האב געהאקט מיט ען וויי יו פון מיינס א באקאנטען וואס ליגט נעבעך דארט, די משפחה באשולדיגט הצלה אז זיי העלפען נישט און מען ארבייט איבערמידלעך מיט אנדערע עסקנים צו טרענספערן.

עס טוהט מיר וויי פונקט ווי דיר אבער באשולדיג מיר נישט אין נישט העלפען פשוט ווייל איך האב נישט אנגענומען אייער מהלך אן עס איבערקלערן!

האסט נאך 6 טאג צייט צו קלערן, אויב דו וועסט נישט הערן פון קאומאו אינצווישן, איך ווארט נאך אויך צו הערן פון די עסקנים, איך מיין סאיז צוויי גאנצע וואכן פון ווען מ'האט געבעטן די מעשיות אויף קול מבשר!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג מאי 08, 2020 10:13 am

איך גיי דא איבערזאגן מיין טריקענע מיינונג צום לעצטן מאל, בפרט ווען איך זע דער אגרעסיווע מהלך ווי אזוי מען באהנדעלט ווער עס טראכט נאר אנדערש.

עס "מוז" האבן א עכטע דעת תורה בראש, און מענטשן אן קיין נאמען אויף אייוועלט - אפילו זיי שרייבן אז זיי זענען עסקנים זענען נישט איינער וואס קען דאס מארגן זיין.

עס איז א אבנארמאלע אחריות צו גיין מוחה זיין אקעגן שפיטעלער - אן קיין געהעריגע פי. אר. גייט ארויסקומען א צופראסקעטע מעסעדזש, און כפי הנראה איז נישטא קיין וועג צו באהאלטן אז אידן שטייען בראש.

מוחה זיין אקעגן א שפיטאל קען קאסטן אידישע לעבנ'ס, פונקט אזוי, אדער נאך ארגער ווי די יעצטיגע מצב אין די שפיטעלער קאסט אידישע לעבנס, און די וואס זענען מארגן דעם זאך אן קיין דעת תורה, פשוט ווייל מען מיינט אז מען איז קליגער, קען רח"ל קעסטן אידישע לעבנס אינעם עתיד.

איך טייל קיינען נישט איין וואס צו טון, אבער איך גיי נישט האבן א חלק אין קיין שום צווילדעוועטע זאך אן א עכטע ערנסטע הנהגה בראש, און איך וועל פראבירן צו אפהאלטן ווי מער מענטשן פון גיין צו אומ'אחריות'דיגע פארזאמלונגען אן קיין אחריות'דיגע מענטשן בראש. ווייל איך איך האלט אז מיט דעם וועל איך ראטעווען אידישע לעבנס.

און אויב איינער האלט אז ער איז גענונג א פראמינענטע אחריות'דיגע מענטש וועם מען קען טראסטן, זאל ער ביטע שרייבן זיין נאמען.

אויב עס וועט זיין מיט א דעת תורה און א אחריות, וועל איך פארשטייט זיך ארבעטן מיט אלע מיינע מעגליכקייטן אז עס זאל זיין א סוקסעס.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 10:21 am

עכט היימיש האט געשריבן:איך גיי דא איבערזאגן מיין טריקענע מיינונג צום לעצטן מאל, בפרט ווען איך זע דער אגרעסיווע מהלך ווי אזוי מען באהנדעלט ווער עס טראכט נאר אנדערש.

איך האף אז די סטראשע צום לעצטן מאל איז נישט אזוי ערנסט (איך האב שוין אויך געסטראשעט אזוי און צום סוף נישט איינגעהאלטן)
למעשה גיי איך קאפי פעיסטן וואס כ'האב געשריבן אין פאריגן בלאט און חוץ די אישו פון נאמען וואס די פארשטייסט אליין אז נאכן שרייבן דא איבער פיר טויזענט תגובות בכל מיני נושאים פאר איבער 12 יאר קען איך נישט ארויס קומען מיט מיין נאמען, אבער, נעמען וועלן פיגורירן אינאיינעם מיט די רבנים'ס נעמען (מיט יעדע פאר מינוט קומט אריין שטיצע פון נאך א חשוב'ע רב צו די געדאנק בעצם, יעדער וויל וויסן מער פרטים) ווען אלע דעטאלן וועלן זיין אויסגעארבעט. יעצט פעיסט איך אריין מיין פריערדיגע תגובה וואס כ'מיין באציט זיך צו אלע דיינע אנדערע קשיות וטענות.
"
פון וואו ווייסטו וואס די מידיע "גייט" טון, מען גייט נישט ארויס 1. פאר מיר האבן הסכמות הרבנים, 2. פאר מיר פילן נישט אז בדרך הטבע האבן מיר א געהעריגע אופן פון אפטיקס מיט א מעסעדזש אז די מידיע זאל עס נישט אזוי קאווערן, 3. אז סאיז נישטא קיין ערנסטע שינוי לטובה.
און נאכאמאל פאר די וואס האבן אזוי מורא אז די שפיטעלער וכו' וועלן זיך נוקם זיין - ווייל סוף כל סוף ווייסן זיי דאך דעם אמת וואסערע רשעים זיי זענען, און מיר זאגן עפעס וואס איז "מרמז" אויף זייער רשעות וואס זיי אליין ביי זיך ווייסן דאס, דארף מען וויסן צוויי פרטים
1. די שפיטעלער דארפן פונקט אזוי צוקומען צו אונז ווי אונז דארפן מיר צוקומען צו זיי, זיי געבן אויס הונדערטער טויזענטער אויב נישט מיליאנען א יאר מיט אלע ערליי מארקעטינג און דאנעישאנס און ספאנסערשיפס אז מיר זאלן גיין צו זיי, אלזא די שרעק איז אין א געוויסע סענס (נישט אינגאנצן) איבערגעטריבן.
2. די נקמה קען שוין נישט זיין "קיין סאך" ערגער ווי סאיז שוין, און אויב זאל ח"ו קומען צו א צווייטע וועיוו און די פאליסי איז אין פלאץ זענען מיר מער אין א סכנה אויב מ'בלייבט אזוי ווי מ'איז, ווי ח"ו ס'קומט א צווייטע וועיוו און די שפיטאל איז ברוגז וכו' און זיי ווילן ח"ו לשיטתך נקמה נעמען באט ס'איז דא א באגלייטער אויפן פלאץ, וואס זעט און האלט מיט וואס טוט זיך.
איך בין כמעט ברור אז דו ווייסט נישט וואס ס'איז יעצט פארגעגאנגען און גייט נאך אלץ פאר אין שפיטעלער "
ע"כ התגובה לעיל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג מאי 08, 2020 10:24 am

איך בין עס מקבל.

און אי"ה אויב מיין רבי וועט שיקן וועל איך אי"ה גיין.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 08, 2020 10:48 am

ונסיים כעת מעין הפתיחה - כ'מיין כ'וועל ערשט ממשיך זיין נאך שבת בל"נ.
Annotation 2020-05-08 103921.png
Annotation 2020-05-08 103921.png (18.86 KiB) געזעהן 699 מאל

איך האב פרובירט צו ענטפערן אויף אלעם וואס איז אריין געקומען איבער נאכט, אינצווישן איז אריין געקומען נאך תגובות און כ'האב געענטפערט אויף דעם.
אויב ווילט איר איך זאל עס ענדערש באמערקן ווען כ'קום צוריק אנליין, איז כדאי איר זאלט עפעס קוואטן פון מיר אזוי זע איך עס ביי די נאטיפיקאציעס דעמאלטס וועל איך עס בעסער באמערקן
טענקס פאר ליסטענינג
גוט שבת
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג מאי 08, 2020 11:21 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:די ווילסט האבן הסכמות פון רבנים אבער די ווילסט נישט אז סזאל טראגן א אידישע פנים?
ווי אזוי ארבעט דאס צוזאמען?

אגב איך נעכטן דא געפרעגט סאיז אויף פאריגן בלאט אפאר ערענסטע שאלות אבער נאכנישט זוכה געווען צו באקימען ענטפערס

אגב ר' בערל איך רייס אייך נישט אראפ איך בין זיכער איר מיינט גוטס מען זעט איר מיינט עס אמתדיג אבער די מהלך וואס די נעמסט איז זייער ריסקי און קען מאכן מער דעמעדש

אדרבה קום דו אויף מיט א מהלך.
ס'איז סאך מער ריסקי צו לאזן מענטשן שטארבן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מאי 08, 2020 11:28 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:די ווילסט האבן הסכמות פון רבנים אבער די ווילסט נישט אז סזאל טראגן א אידישע פנים?
ווי אזוי ארבעט דאס צוזאמען?

אגב איך נעכטן דא געפרעגט סאיז אויף פאריגן בלאט אפאר ערענסטע שאלות אבער נאכנישט זוכה געווען צו באקימען ענטפערס

אגב ר' בערל איך רייס אייך נישט אראפ איך בין זיכער איר מיינט גוטס מען זעט איר מיינט עס אמתדיג אבער די מהלך וואס די נעמסט איז זייער ריסקי און קען מאכן מער דעמעדש

אדרבה קום דו אויף מיט א מהלך.
ס'איז סאך מער ריסקי צו לאזן מענטשן שטארבן.

און ווען די גייסט מאכן א פיקעטינג? דעמאלטס גייט דער גאווערנער לויפן אויף אלע 4 און אריינלאזן פליז נוץ דיין שכל

מהאט געלייגט ריזיגע פרעשאר אויף אים די לעצטע פאר וואכן פון אלע ענגעלס און ער האט זיך נישט געבראכן סא די האלטסט אז א פיקעיטונג פון 50 מענשטן מיט קארס גייט אים ברעכן?
א פיקעטינג קען זיין סאך מער ריסקי אז דאס וועט נאר הארגענען מער מענטשן אויב רעגט דאס אויף שפיטעלער אדער דעם גאווערנער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 08, 2020 12:01 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:די ווילסט האבן הסכמות פון רבנים אבער די ווילסט נישט אז סזאל טראגן א אידישע פנים?
ווי אזוי ארבעט דאס צוזאמען?

אגב איך נעכטן דא געפרעגט סאיז אויף פאריגן בלאט אפאר ערענסטע שאלות אבער נאכנישט זוכה געווען צו באקימען ענטפערס

אגב ר' בערל איך רייס אייך נישט אראפ איך בין זיכער איר מיינט גוטס מען זעט איר מיינט עס אמתדיג אבער די מהלך וואס די נעמסט איז זייער ריסקי און קען מאכן מער דעמעדש

אדרבה קום דו אויף מיט א מהלך.
ס'איז סאך מער ריסקי צו לאזן מענטשן שטארבן.

און ווען די גייסט מאכן א פיקעטינג? דעמאלטס גייט דער גאווערנער לויפן אויף אלע 4 און אריינלאזן פליז נוץ דיין שכל

מהאט געלייגט ריזיגע פרעשאר אויף אים די לעצטע פאר וואכן פון אלע ענגעלס און ער האט זיך נישט געבראכן סא די האלטסט אז א פיקעיטונג פון 50 מענשטן מיט קארס גייט אים ברעכן?
א פיקעטינג קען זיין סאך מער ריסקי אז דאס וועט נאר הארגענען מער מענטשן אויב רעגט דאס אויף שפיטעלער אדער דעם גאווערנער

איך ווייס נישט וואס איר רעדט, אבער פראטעסירן איז א אנגענומענע מהלך אין אמעריקע וואס ארבעט, און קען דורכברעכן זאכן וואס די גרעסטע שתדלנות קען נישט דורכברעכן.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

פארשער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך פארשער » פרייטאג מאי 08, 2020 12:21 pm

אפגעזען וואס איר האלט פון ר' בערל'ס פיקעטינג פלאן קענט איר אבער קאנטאקטן דעם גאווערנאר דירעקט אז ער זאל צוריקדרייען זיין עקזעקעטיוו ארדער. https://www.governor.ny.gov/content/gov ... ntact-form
@lebediger berel, אפשר קענסטו זאגן פאר די אלע נעיסעיערס אז כדי צו זיין בארעכטיגט פאר אן ענטפער פון דיר דארפן זיי קודם פאוסטן דעם נוסח וואס זיי האבן געשיקט צו קאומאו.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך פארשער » פרייטאג מאי 08, 2020 12:30 pm

מיין נוסח:
Honorable Governor,
Please allow companions to be at patients bedside, this will save many lives!
Thank you

אוועטאר
מארבלס
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך מארבלס » פרייטאג מאי 08, 2020 12:46 pm

פארשער האט געשריבן:מיין נוסח:
Honorable Governor,
Please allow companions to be at patients bedside, this will save many lives!
Thank you

איך האב אויך געטראכט אזוי.
די מעסידזש טאר נישט זיין אז מען קרעטקירט די שפיטעלער נאר, אז עס מוז זיין איינער פון די משפחה און דאס וועט אויך העלפֿן די נערסעס וואס קענען זיך נישט אן עצה געבן.
ביזדערווייל טראכט איך נאך פון עפעס אן אינטערשריפט

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 08, 2020 12:56 pm

lebediger berel האט געשריבן:ונסיים כעת מעין הפתיחה - כ'מיין כ'וועל ערשט ממשיך זיין נאך שבת בל"נ.
Annotation 2020-05-08 103921.png

איך האב פרובירט צו ענטפערן אויף אלעם וואס איז אריין געקומען איבער נאכט

עצה טובה, פרובירט נישט צו ענטפערן, פרובירט צו טראכטן אז אפשר איז א צווייטער גערעכט.

ס'איז אמת אז חולי ישראל דארפן הילף, ס'איז אמת אז ס'איז נישטא וואס צו טון, אבער טראכט אז אפשר איז א קאר פיקעטינג אויך נישט קיין אפציע.

אפשר וועט א מאסיווע פאטיציע דרייוו אדער אימעיל סיסטעם צום גאווערנאר און לאקאלע היימישע ערוויילטע בעסער ארבעטן. און אפשר איז טאקע נאר דא איין עצה צו זאגן תהילים און מתפלל זיין.
אייוועלט סעלעקטירט דרייססטער ראש הקהל!!

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך טוט זיך...? » פרייטאג מאי 08, 2020 1:04 pm

דממה דקה האט געשריבן:צו די עצם געדאנק פון מאכן א קאר פראטעסט, באשטייט דא פון סך הכל קליינע בחורליך האבן נישט קיין ישיבה קומען אויף מיט מאדנער אומשכל'דיגע געדאנקן, די ערגסטע זאך וואס קען יעצט זיין איז א די נושא פון שפיטעלער זאלן ווערן אפגעסטעמפלט אלץ א אידישע פראבלעם, דעמאלטס זענען אלע חולי ישראל מעכשיו ולהבא אין א סכנה.

פאר דעם האלט מען אין איין זאגן דא אז דאס דארף געטאן ווערן מיט א גוי'ישע פנים, די שכאלה איז יעצט ווי אזוי טוט מען דאס

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך פיטום » פרייטאג מאי 08, 2020 1:06 pm

טוט זיך...? האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:צו די עצם געדאנק פון מאכן א קאר פראטעסט, באשטייט דא פון סך הכל קליינע בחורליך האבן נישט קיין ישיבה קומען אויף מיט מאדנער אומשכל'דיגע געדאנקן, די ערגסטע זאך וואס קען יעצט זיין איז א די נושא פון שפיטעלער זאלן ווערן אפגעסטעמפלט אלץ א אידישע פראבלעם, דעמאלטס זענען אלע חולי ישראל מעכשיו ולהבא אין א סכנה.

פאר דעם האלט מען אין איין זאגן דא אז דאס דארף געטאן ווערן מיט א גוי'ישע פנים, די שכאלה איז יעצט ווי אזוי טוט מען דאס

מ'זאל אנטוהן א גויאישע מאסק אויפן פנים
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

תגובהדורך יסוד ארי » פרייטאג מאי 08, 2020 1:15 pm

Not Corona is killing the people!
its not having their loved ones next to them!

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מצפה לישועה און 3 געסט