מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך ר' איד » דינסטאג מאי 12, 2020 10:03 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אבער קען אייך אבער נישט העלפן. וואו זענט איר געווען ביים טיילן?...

וואס ווילסטו פון זיי?
לך לאומן שעשאום.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מאי 12, 2020 10:09 am

זינגען בר יוחאי נאך שחרית.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג מאי 12, 2020 10:09 am

צ\ק
אפטערע טעלעפאן רופן צו די עלטערען און זיידע באבע.
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג מאי 12, 2020 10:10 am

צ\ק
אז ווען מ'קומט אין בית המדרש צום דאווענען איז עס טאקע נאר צום דאווענען.
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 12, 2020 2:02 pm

נעמען ווייטעמינען, מינעראלן, וכו' וכו'. עסן געזונט. אפוואשן די הענט ווען מ'קומט פון גאס. אפרישיעטן יעדע רגע אז מ'איז נאך געזונט. זאגן יעדן טאג 'קטורת', תהלים.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 12, 2020 2:10 pm

נשמה האט געשריבן:נעמען ווייטעמינען, מינעראלן, וכו' וכו'. עסן געזונט. אפוואשן די הענט ווען מ'קומט פון גאס. אפרישיעטן יעדע רגע אז מ'איז נאך געזונט. זאגן יעדן טאג 'קטורת', תהלים.

און אויך טרינקען אסאך ובפרט ווארימס

און איין וויכטיגע זאך וואס ממוז פארקערט ווי ביז יעצט,
ביז יעצט איז מען געווען איינגעשפארט און געמאכט ווייניג עקסעסייז אבער מדארף וויסן אז עקסעסייז איז א שליסל צו א געזינט לעבן דאס קען אייך זאגן יעדער דאקטער און אויך דער הייליגער רמב"ם
אגב ווייסעך אז הצלה האט געהייסן פאר אסאך איינגעשפארטע אז אויב זיי קענען ארויסגיין ווען קיינער איז נישט אין גאס אדער אין א גאס ווי סליידיג איז אדרבה ואדרבה דאס קען אסאך העלפן און היילן אויך פאר קראנקע האט מען געהייסן שפאצירן אין א שטילע פלאץ זיך צי קענען ערהוילן א שטייגער ווי סאטמאר רבי מהר"א ווען ער האט נאך געהאט די וויירוס

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3666
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מאי 12, 2020 2:26 pm

געוואלטיג האט געשריבן: האט מען געהייסן שפאצירן אין א שטילע פלאץ זיך צי קענען ערהוילן א שטייגער ווי סאטמאר רבי מהר"א ווען ער האט נאך געהאט די וויירוס

ווי האט די רבי שפאצירט ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מאי 12, 2020 2:28 pm

ל״ג בעומר זאל זיין פרייליך אין אלע גאסן מיט מוזיק וכדומה

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך שרייב-פעדער » דינסטאג מאי 12, 2020 4:00 pm

מצב כללי האט געשריבן:ל״ג בעומר זאל זיין פרייליך אין אלע גאסן מיט מוזיק וכדומה

ריכטיג.
אין מיין בעקיארד איז פארגעקומען א הערליכע הדלקה, אלע האבן הנאה געהאט, טאטעס, בחורים, קינדער, ווי אויך די פרויען אויף די טאראסעס.
פארוואס זאל מען דאס נישט מאכן יעדעס יאר? צו וואס דארף איך גיין קריכען מיט מיינע קינדער ביי עפעס א ביהמ"ד, וואס מאכט א הדלקה, איך געהער נישט צו יענע קהילה, די קינדער שפירן זיך נישט דארטן היימיש.
הלואי מיינע שכנים האלטן אן די געשמאקע מנהג יעדעס יאר.
[ס'מיר נישט קיין נפק"מ צו די הדלקה האט א ענין אדער נישט, ס'שיין און געשמאק, און מיר אלע האבן הנאה].
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

איישישאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך איישישאק » מיטוואך מאי 13, 2020 8:33 pm

יעדער האט הנאה געהאט? אדער אלע וואס זענען געקומען? די מאמעס וואס ווילן לייגן די קינדער שלאפן צען אזייגער ביינאכט האבן אויך הנאה געהאט? די מענטשן וואס האלטן נישט פון די גאנצע הדלקה, וואס יעצט דארפן זיי זיך שלאגן מיט די קינדער וואס ווילן גיין צום פייער, זיי האט מען געפרעגט?

ניין, דאס איז נישט ריכטיג ארויף צו צווינגן א זאך אויף פרעמדע, ובפרט ווען עס איז ניטאמאל דיין מנהג
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך פלאטשיגער » מיטוואך מאי 13, 2020 9:11 pm

ביי מיר איז די הדלקה פארגעקומען אין בעקיארד פון 7:15 ביז 8:15
מיט א הערליכע און איידעלע פייער, מיט שיינע און לעבעדיג מוזיק, מיט פיינע פרישע מזונות טשיפס און געטראנקען.
און יא, יעדער האט הנאה געהאט, אלע שכנים האבן זיך הערצליך באדאנקט, און שוין באשטעלט פאר קומענדיגע יאר.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך מאי 13, 2020 11:06 pm

איישישאק האט געשריבן:ידי מענטשן וואס האלטן נישט פון די גאנצע הדלקה, וואס יעצט דארפן זיי זיך שלאגן מיט די קינדער וואס ווילן גיין צום פייער, זיי האט מען געפרעגט?

ניין, דאס איז נישט ריכטיג ארויף צו צווינגן א זאך אויף פרעמדע, ובפרט ווען עס איז ניטאמאל דיין מנהג

:lol: :lol: :lol:
אז יענער קען קענסטו אויך

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג מאי 14, 2020 12:39 am

וואס איך האב הנאה אין די איצטיגע צייט,און קאן באשטיין זאל בלייבן לדורות, איז סקיפען די ארוחת צהריים, אנשטאט גיין טעגליך צום ״טעיק אוט״ גרייט מען זוך בכבודו ובעצמו אליין אהן דעם פת שחרית כסעודת שלמה בשעתו, פארשטייט זיך מיט די אלע שיריים פון די פארבליבענע ״מוסדות מאכלים״...די הכנה איז אוודאי גרעסער פונעם מצוה אליין, אין ביז מ׳האט אפגערוימט אלעס פונעם טעלער האלט מען שוין בין הערבים...

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך א טענצל! » פרייטאג מאי 15, 2020 5:25 am

שיינע מאמר פונעם בעל מעדני הפרשה איבער אנהאלטן דאס שפארן ביי שמחות אויך נאכ'ן עידן הקאראנא
(לדעתי פארלאנגט די נושא א באזונדערע אשכול, און דארף ווערן געהאמערט אן אויפהער, היות ס'איז אצינד א גינסטיגע געלעגנהייט דערפאר)
צוגעלייגטע
מאמר בהר בחוקותי.pdf
(43.89 KiB) דאונלאודעד 104 מאל

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך !want to be good » פרייטאג מאי 15, 2020 11:13 am

נישט אריינשמירן בנעימות די נאז אין די האנטוך פון בית המדרש.....
אלקי, נשמה שנתת בי, טהורה היא! ! !

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מוצ"ש מאי 16, 2020 4:36 pm

איישישאק האט געשריבן:יעדער האט הנאה געהאט? אדער אלע וואס זענען געקומען? די מאמעס וואס ווילן לייגן די קינדער שלאפן צען אזייגער ביינאכט האבן אויך הנאה געהאט? די מענטשן וואס האלטן נישט פון די גאנצע הדלקה, וואס יעצט דארפן זיי זיך שלאגן מיט די קינדער וואס ווילן גיין צום פייער, זיי האט מען געפרעגט?

ניין, דאס איז נישט ריכטיג ארויף צו צווינגן א זאך אויף פרעמדע, ובפרט ווען עס איז ניטאמאל דיין מנהג

וואס איז מיט די מאמעס וואס ווילן לייגן די קינדער שלאפן פורים ביינאכט אכט אזייגער?

אפשר וואלט געמעגט ווערן א מנהג צו קענען ארפשלינגען א יודישע מנהג נעבן דיין הויז אויך אויב די האלסט נישט פון די מנהג...

איישישאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך איישישאק » מוצ"ש מאי 16, 2020 10:01 pm

קענסט נישט קומען איינפירן נייע מנהגים און זיי אנרופן אידישע מנהגים, אויף מיין חשבון. מיט אפאר יא רצוריק האט עס קיינער נישט געמאכט. איך מעג אפשר דיר נשיט אפשטעלן, אבער נישט אויף מיין חשבון.

און אגב, ווער זאגט דיר אז פורים איז יא אויסגעהאלטן?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך לייטער » מוצ"ש מאי 16, 2020 10:05 pm

!want to be good האט געשריבן:נישט אריינשמירן בנעימות די נאז אין די האנטוך פון בית המדרש.....

הע פארוואס נישט? :?: :oops: :|מע האט שוין געלייגט קעמרעס :?: :arrow: :oops:

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך shalsheles » מוצ"ש מאי 16, 2020 10:42 pm

איז דאס דער זעלבער וואס טרינקט פונעם נטילת ידים טעפל?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך חמרא טבא » מוצ"ש מאי 16, 2020 11:19 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דאס שמועסן מיט די נאנטע שכנים (זיך באקענט צום ערשטן מאל אין דריי מאל מיט געוויסע פון די גאר נאנטע שכנים)

איך האב מיך באקענט מיט עטליכע שכנים אין די תקופה, אבער איך האב בכלל נישט הנאה געהאט דערפון.

אויף עטליכע פון מיינע שכנים האב איך אלץ געמיינט אז זיי זענען געשמאק אדער קלוג, אויסגעלאזט א בוידעם. די איבריגע האב איך געוואוסט אז זיי האבן נישט קיין סאך פון דאס וואס מען נוצט ווען מ'טראכט, וכך הוה. די פאר געשמאקע שכנים האב איך שוין געקענט פון פריער אויך...

אבער אפשר זענען זיי די וואס האבן הנאה געהאט זיך צו באקענען מיט מיר... ווער ווייסט.

מיינט נישט אז איך בין דער גרויסער פיקח אדער בעל גאוה, איך לאז מיר געווענליך אראפ צו יעדעם און איך בין א שמועסער, אבער פונקט מיינע שכנים גלייך איך עפעס נישט... איך בעט מחילה אויב איינער פון די חשוב'ע ניקים דא זענען פון מיינע שכנים, אבער קען אייך אבער נישט העלפן. וואו זענט איר געווען ביים טיילן?...

אן אכטעל פון אן אכטעל.. וד״ל

ער האט א חזון איש שיעור...
דביה תחדי נפשא

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך פארווייטאגט » מוצ"ש מאי 16, 2020 11:37 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:גראדע נישט... קענסט מיך בכלל נישט. א גרויסע עולם נעבן מיר האט באמת נישט קיין סאך שכל. וואס קען איך טון... ווילסט קומען אויף א באזוך און זיך איבערצייגן?... פערצופאל האב איך געשריבן אז אפאר האבן יא, אבער זיי האב איך שוין געקענט פון פריער.


אההממ...
חכם איינער, איהר האלט אז דער אייבערשטער האט אייך בחינם אריינגעלייגט אין אזא סביבה?
דאס איז קלאהר אז איהר געהערט דארט.
אדער ווייל איהר זענט גארנישט בעסער, אדער פשוט צו העלפן די אידן.
לויט וואס איהר האלט נישט ביים העלפן, איז לכאורה דער ערשטער ריכטיג.

פארוואס שרייב איך דאס?
ווייל איך האב פשוט מורא אז איהר זענט דאס דער שכן מיט'ן
קאפ איינדערהייך וואס האט יעצט טאקע מיט מיר נאר איינמאל גערעדט....
איך בין שוין באליידיגט, על הספק.
זאלסט אפילו נישט פראבירן צו רעדן מיט מיר נאכאמאל

איישישאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך איישישאק » זונטאג מאי 17, 2020 12:02 am

עס וואלט געווען פיין ווען מיר וואלטן נישט געדארפט זיך אומדריין נאך שמו"ע און קוקן צו דער אונטער דיר האט נישט גע'ענדיגט שמו"ע. ווען יענער קומט שפעט, אדער קען נישט קיין עברי, אדער שלעפט סתם אזוי, איז עס א בחינה פון מכלות עינים ומדיבות נפש, ווען מען ווייסט נישט וויפיל לענגער עס קען נעמן. ווען מ'דאווענט יעצט אין גארטן אדער אויפ'ן פארטש, קען מען זיך לייכטער אן עצה געבן.

אין מיין מנין גיבט מען אלע עליות צו איין מענטש, כדי מען זאל זיך קענען האלטן ווייט פון אנדערע. שטעל זיך פאר וויפיל צייט און נערוון דאס פארשפארט. קיינער האפט נישט אויף קיין עלייה, קיינער מאכט נישט קיין מי שברך'ס, עס פרט א מחיה, קיינער שמועסט נישט, גארנישט! איך האב געזינדיגט דער וואך און גערעדט בין גברא לגברא, ווייל נאך דער תוכחה האב איך אויסגערופן הויך 'תכלה שנה וקללותיה!', ואמר כל העם אמן. אחוץ דעם איז אלס געווען רואיג און שטיל. הלוואי ווייטער.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך שרייב-פעדער » זונטאג מאי 17, 2020 12:20 am

מיינע שכנים האבן מחליט געווען (אויף דערווייל...) אנצוהאלטן די מנין אין בעקיארד, ווייסעך נישט פונקטליך די סיבה, אפשר ס'זאל זיך שפירן עפעס אזוי ווי אין קאנטרי, מ'דאווענט מנחה און מ'גייט אריין אין באנגעלוי עסן של"ס.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג מאי 17, 2020 4:20 pm

אז אין די שוהל ווי איך דאווען זאל ווייטער אנהאלטן די געשמאקע של"ש מיט אידישע מאכלים אריינצונעמען אין מויל
מיין לופי'לע........

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: מנהגי קאראנע וואס מעגן פארבלייבן אויך לאחר המגיפה

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג מאי 17, 2020 4:20 pm

קר"י היכל התורה זאל בלייבן אפן שבת אינדערפרי
מיין לופי'לע........


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר ב. און 4 געסט