האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

פראגרעמינג, ווען איז ניו יארק אויסגעלאפן פון שפיטאל בעטן אדער רעספערעיטארס?
ווען איז נישט געוווען גענוג פימא דאקטוירים און נורסעס איבעריג אין דזשאוויץ סענטער און אין האטעלן?
ניטאמאל א זעקסטל פון בעטן אדער רעספערעטארס געווען אין ברנוץ כרעד שוין נישט פינעם שיף.

אויב ווילסטו פארגלייכן ניו יארק מיט איטאליע איבער שפיטאל קריזיס איז עס נאר און דייקא איבער שעדליכע פאניק.
איבער צוויי מיליאן האבן עס געהאט אין ניו יארק סיטי און עס איז נאך געווען מער ווי גענוג בעטן פאר אפילו יעדער באקומט עס אויפן פלאץ.

כהאב נישט קיין טענות אויף קאומא יעמאלטס ווייל ער האט באמת נישט געוואוסט ווי נידעריג די האספיטאלאזאציע ראטע איז אבער צו קיין יעצט קלעימען אז די מאן דאומרים פון פיר פראצענט זענען גאר געווען פאראויסזעהער בו בזמן ווען נאך אלע פאניק איז עס איבעראל ווי עס איז דא אנטיבאדי טעסטס אויפגעוויזן אז עס איז אינטער א פראצענט, איז א פשוטע ליגענט.

כרעד שוין נישט פינעם פשוטן פאקט אז ביי היימישע אידן איז עס גאר אסאך בעסער וועגן די קריג פון 75 יאר צירוק און איבער גאר הויכע געבורט ראטע אזוי אז נאך יעצט נאכדעם וואס ביי אינ איז די אינפעשן ראטע די העכסטע אין די בריאה (פאר די פשוטע סיבה פארוואס אין ווי מער סיטי אלץ מער פארשפרייט ווען אין קלינטאן קאונטי ניו יארק איז עס ממש טויט ווייל וויפיל מענטשן באגעגענען זיי דען א טאג, און היימישע אידן לעבן אזוי צוזאמען אז עס איז סיטי שבסיטי שבסיטי) איז עס איינס פון 1500.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:אין פאקט איז עס מיט אלע שלעכטע שפיטאל פאלעסיס און זערא עקספיריענס מיט דעם ווירוס ביי א טויט ראטע פון הינטער א פראצענט. לויט די אנטי באדי טעסטס פון סיי וועלכע געגנט אין געוויסע אינטער א האלבע פראצענט..

און אז ס'איז אונטער א האלבע פראצענט האט מען דען יא גוט פאראויסגעשאצט? איך וואונדער מיך צו דו קענסט אנטי באדי טעסטס פון די געגנטער, ווייל איך בין טאקע נייגעריג וויפיל האבן עס באמת געהאט. אבער וואס מיינט אז די טויט ראטע איז אונטער א פראצענט? דארף מען דען נישט ראטעווען אפילו נאר דאס ביסל?

קיינער קען גארנישט זאגן מיט א פשטות אבער דעמאלטס אין פעברואר ועען עס איז שוין געווען טויזענטער נישט באוויסטע קעיסעס אין אמעריקע וואס מאכט עס צו שפעט פאר לאקדאוןס צו גענצליך ארויסהאלטן דעם וויירוס און די איינציגסטע עכטע אויפטוה פון עס איז צו פלעטן די קוירוו פשוטו כמשמעו ניטאמאל צו ראטעווען איין מענטש פון ווערן אנגעשטעקט נאר און נאר צו פארשלעפן ביז ווען אלע מעגליכע אנגעשטעקטע ווערן אנגעשטעקט צו פארדינען שפיטאל פלאץ און כוחות, איז מעגליך צו זאגן אז נישט פאניקען וואלט געווען די געזונטסטע און אפילו אויב נישט ממש אבער די בעסטע זיכער

איך קלער נאך אלץ אז די סאושל דיסטענסינג מיט די לאקדאון מיט די אלע זאכן האט אפגעהאלטן מענטשן פון ווערן צו שטארק אנגעשטעקט, אויף אן אופן אז ס'האט אין פאקט געהאלפן בעזרת השי"ת. ווייל ס'איז א נפקא מינה ווי שטארק מ'ווערט אנגעשטעקט. און אפילו מ'איז צומאל יא געגאנגען נאנט איינער צום צווייטן, קען אויך זיין אז דאס ביסל וואס מ'האט אכטונג געגעבן האט יא אויפגעטון.

און איך וויל זאלסט מער ערקלערן וואס פונקטליך דו מיינסט מיט די נישט פאניקן. וואס מיינט ביי דיר אז דער עולם פאניקט נישט, אדער דער עולם פאניקט יא. די מעסעדשעס אז מ'זאל אכטונג געבן האט לפי עניית דעתי - נישט וואוסנדיג קיין דאטא - זייער שטארק אויפגעטון. ווייל דאס ביסל וואס מענטשן האבן זיך אכטונג געגעבן האט - לפי דרך הטבע - אויפגעטון.

לאמיר דיר ערקלערן וואס איך האב שוין ערגעץ אנדערש מסביר געווען. אז די סיבה צום פאניק איז געווען די פארנאכלעסיגקייט. אזוי ווי ווען דו זעהסט ווי איינער גייט נענטער און נענטער למקום סכנה, און ער הערט נישט אז דו זאגסט אים סטאפ! מוזטו שרייען. יענער סטאפט און ווערט געראטעוועט און דרייט זיך אויס און פרעגט: פארוואס האסטו געשאפן א פאניק, אפילו אן א פאניק וואלט איך אויך געראטעוועט געווארן.

דער עולם האט נישט געהערט. ס'איז זייער שווער צו נעמען מענטשן און זיי אראפשטעלן.

איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט נישט פאניקן?

אויב דו ווילסט זאגן אז מ'איז סייווי געווארן אנגעשטעקט, בין איך זייער נייגעריג פון וואו דו ווייסט אז די צוריקהאלטן פון מענטשן האט גארנישט געהאלפן. איך טראכט אז אפילו מ'איז געווארן אנגעשטעקט, אבער נאך אלץ ווענט זיך ווי ווייט

לאמיר נעמען ראובן. ראובן איז געווארן אנגעשטעקט, אבער ער האט זיך איינגעשפארט מיינענדיג אז ער איז נישט אנגעשטעקט. יעצט, ער האט עס באקומען, אבער גענוג לייכט אויף נישט צו שטארבן השם ישמרינו. וואלט ער נישט געבליבן אינדערהיים, וואלט ער זיך מער ארומגעדרייט, וואלט ער עס מער באקומען. זיי קערפער וואלט נישט געקענט פייטן אזוי סך אויפאיינמאל.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:פראגרעמינג, ווען איז ניו יארק אויסגעלאפן פון שפיטאל בעטן אדער רעספערעיטארס?

און פון אקסידשאן טאנקען? איך האב געזעהן ווי איינער האט פארציילט אין די איד, אז ער איז געווען אין שפיטאל, יעדע פינף מינוט (איך ווייס נישט צו פינף מינוט ממש) האט ער געזעהן א נייער אידישער פאציענט אריינקומען. און ער האט געשריגן צו די נורסעס, "איך קען נישט אטעמען, איך דארף אקסידשאן", און זיי האבן אים געזאגט, עס איז נישטא. למעשה האט מען אים צום סוף געגעבן.

ניו יארק איז טאקע נישט אין פאקט אויסגעלאפן פון שפיטאל בעטן, אבער ס'איז געווען צופיל פאציענטן אויפאיינמאל, וואס דאס קומט פון דעם אז מ'האט נישט גענוג פרי גענומען שריט. וואס דאס קומט פון די פארנאכלעסיגקייט פון איינעם וואס האט נישט גענוג פרי פאראויסגעשאצט דעם וויירוס. און דאס האט געברענגט פאניק. און נישט ווייל דער עולם האט געפאניקט. מענטשן האבן נישט געהאט קיין אקסידשען. די שפיטעלער איז געווען איבערגעפילט. און דאס שאפט פאניק. קודם זיי מודה אז מ'האט עס נישט גענוג גוט פאראויסגעשאצט.

ווען איז נישט געוווען גענוג פימא דאקטוירים און נורסעס איבעריג אין דזשאוויץ סענטער און אין האטעלן?
ניטאמאל א זעקסטל פון בעטן אדער רעספערעטארס געווען אין ברנוץ כרעד שוין נישט פינעם שיף.

נישט ריכטיג פאראויסשאצן דעם וויירוס, מיט'ן נישט נוצן די שיף קומט פון די זעלבע אומ'מסודר'דיגער צוגאנג. פאניק ווערט געשאפן ווען אזאך קומט פלוצלינג. דהיינו ווען מ'שאצט עס אפ אלץ א לייכטע זאך, ווען ס'איז נישט א לייכטע זאך. קומט אויס פון דעם אז נישט ווייל מ'האט געמאכט א פאניק, נאר ווייל מ'האט אונטערגעשאצט דעם וויירוס. די שורש איז מער דאס אונטערשאצן. און פלווצלינג האט מען זיך דערזעהן אז: אופ! ס'איז יא א שרעקליכע זאך.

אויב ווילסטו פארגלייכן ניו יארק מיט איטאליע איבער שפיטאל קריזיס איז עס נאר און דייקא איבער שעדליכע פאניק.
איבער צוויי מיליאן האבן עס געהאט אין ניו יארק סיטי און עס איז נאך געווען מער ווי גענוג בעטן פאר אפילו יעדער באקומט עס אויפן פלאץ.

איך האב דיך שוין פריער געענטפערט, אז די שורש איז נישט געווען די פאניק, נאר די שורש איז געווען די אומריכטע רואיגקייט מיט וואס מ'איז צוגעגאנגען צו וואס ס'קומט. אזוי ווי יענער וואס ווארט ביז די לעצטע מינוט, און די לעצטע מינוט האט ער אויך גענוג און נאך צייט אויף צו אנקומען צום שב"ק, מיט דעם אלעם, דרייט זיך אלעס איבער. פארוואס דרייט זיך אלעס איבער? ווייל ער האט נישט גענומען באצייטנס שריט. און נאך אזאך: וואס מיינט ביי דיר: זיין רואיג?

אמת טאקע אז ס'איז געקומען פון פאניק, אבער וואס איז די שורש? די שורש איז אז "ס'איז לייכטער ווי די פלו"
כהאב נישט קיין טענות אויף קאומא יעמאלטס ווייל ער האט באמת נישט געוואוסט ווי נידעריג די האספיטאלאזאציע ראטע איז אבער צו קיין יעצט קלעימען אז די מאן דאומרים פון פיר פראצענט זענען גאר געווען פאראויסזעהער בו בזמן ווען נאך אלע פאניק איז עס איבעראל ווי עס איז דא אנטיבאדי טעסטס אויפגעוויזן אז עס איז אינטער א פראצענט, איז א פשוטע ליגענט.

איך האב דיך שוין מסביר געווען, אז אולי האט דייקא יא געהאלפן דאס אז דער עולם האט זיך אכטונג געגעבן - וויפיל מ'האט זיך אכטונג געגעבן. און דאס אז ס'איז געווען אונטער א פראצענט - ברוך השם, איז א דאנק דאס ביסל וואס מ'האט יא געטון. און נישט א ראי' אז מ'האט סייווי גארנישט געקענט טון.

כרעד שוין נישט פינעם פשוטן פאקט אז ביי היימישע אידן איז עס גאר אסאך בעסער וועגן די קריג פון 75 יאר צירוק און איבער גאר הויכע געבורט ראטע אזוי אז נאך יעצט נאכדעם וואס ביי אינ איז די אינפעשן ראטע די העכסטע אין די בריאה (פאר די פשוטע סיבה פארוואס אין ווי מער סיטי אלץ מער פארשפרייט ווען אין קלינטאן קאונטי ניו יארק איז עס ממש טויט ווייל וויפיל מענטשן באגעגענען זיי דען א טאג, און היימישע אידן לעבן אזוי צוזאמען אז עס איז סיטי שבסיטי שבסיטי) איז עס איינס פון 1500.

האבעך דיר שוין עקספלעינט.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג מאי 18, 2020 3:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

מיט אנטי באדי מיין איך באסטאןס צען פראצענט און ניו יארק סיטיס צוואנציג פראצענט וואס זענען געווען אין די נייעס.
כהער פון דיר א נייע זאך וואס ווי ווייט איך האב געהערט ביז יעצט סאונד עס ווי א ווילדע קאנספיראציע טעאריע, אז אפילו מאיז יעצט אינפעקטירט און די גוף שלאגט זיך מיטן וויירוס איז אויב ווערט מען נאכאמאל אריינגעגעבן די וויירוס מאכט עס ערגער, כבעט דיר עפעס א מקור על כל פנים.
אויב דאס איז נישט אמת דאן איז די סברא פינקט פארקערט אז גיין אויפן גאס און רעדן מיט מענטשן און נישט זיין דערשראקן פארן לעבן העלפט צו פארן גוף זיך צו שלאגן.

און איבער ווער סוועט אלץ ווערן אנגעשטעקט איז ווי אויבן דערמאנט קיינמאל נישט געווען דער ציל פון א לאקדאון וואס איז בלויז געמאכט צו פארזיכערן גענוג שפיטאל געצייג און פערסאנעל, וואס אויף דעם האט עס דאך נישט אויסגעפעלט אין ניו יארק סיטי און אדרבה דער מצב האט אנגעמאכט א פאניק און בהלה וואס האט 100 פראצענט אומנויטיג געפירט צו אסאך טויטע ולדוגמא בעלמא די פאליסי טויש איבער ווי פרי אויסצופלאגן ווענילעיטארס און איבער מאכן סי פי אר.

און איבער די חידוש אז פאניק קומט פון לכתחילה אינטערשאצן אפילו אז כוועל אגריען וועט עס נאך אלץ זיין די טשעינדזש אין שאצו וואס די דערנאך איבערשאצן איז די זעלבע גורם
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:מיט אנטי באדי מיין איך באסטאןס צען פראצענט און ניו יארק סיטיס צוואנציג פראצענט וואס זענען געווען אין די נייעס.
כהער פון דיר א נייע זאך וואס ווי ווייט איך האב געהערט ביז יעצט סאונד עס ווי א ווילדע קאנספיראציע טעאריע, אז אפילו מאיז יעצט אינפעקטירט און די גוף שלאגט זיך מיטן וויירוס איז אויב ווערט מען נאכאמאל אריינגעגעבן די וויירוס מאכט עס ערגער, כבעט דיר עפעס א מקור על כל פנים.

Viral Load. געדענק, די גוף שלאגט זיך נישט גראד. קודם ווערט - רחמנא ליצלן אויף אלע שונאי ישראל געזאגט - געקאפיט טויזנטער קינדער. און עס ווענט זיך ווי ווייט די גוף ווערט אנגעפילט מיט'ן שונא.

אויב דאס איז נישט אמת דאן איז די סברא פינקט פארקערט אז גיין אויפן גאס און רעדן מיט מענטשן און נישט זיין דערשראקן פארן לעבן העלפט צו פארן גוף זיך צו שלאגן.

האט געהאלפן פאר מאנכע אנצוקומען שנעלער אין גן עדן.

און איבער ווער סוועט אלץ ווערן אנגעשטעקט איז ווי אויבן דערמאנט קיינמאל נישט געווען דער ציל פון א לאקדאון

ביי די רעגירונג. אבער עצת הרופאים איז יא כדי נישט צו ווערן אנגעשטעקט.

וואס איז בלויז געמאכט צו פארזיכערן גענוג שפיטאל געצייג און פערסאנעל, וואס אויף דעם האט עס דאך נישט אויסגעפעלט אין ניו יארק סיטי און אדרבה דער מצב האט אנגעמאכט א פאניק און בהלה וואס האט 100 פראצענט אומנויטיג געפירט צו אסאך טויטע ולדוגמא בעלמא די פאליסי טויש איבער ווי פרי אויסצופלאגן ווענילעיטארס און איבער מאכן סי פי אר.

זאל השי"ת העלפן בזכות יודישע טרערן און פלאג. איך האב שוין געזאגט מיינס. די איבעריגע האט צו טון מיט וויפיל מיר וועלן זיך בעטן ביים רבש"ע.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נשמה האט געשריבן:

נשמה זייער הנאה פון דיין קלארקייט. און ווער עס קען נשמה פון אלע יארן דא ווייסט אז ער פארשטייט גוט די טיפקייט פון פאניק און ענקזייעטי
שויתי ה' לנגדי תמיד
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אפגעזען צו א לאקדאון וואלט יא אדער נישט געקענט אפשטעלן דעם וויירוס, איז זיכער אז ביי אונז אידן איז פלעטענען די קוירוו געווען לעבנסוויכטיג, יעדע וואך שפעטער וואס איינער האט עס באקומען, זענען די שאנסן דראסטיש ארויפגעגאנגען.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נשמה זייער הנאה פון דיין קלארקייט. און ווער עס קען נשמה פון אלע יארן דא ווייסט אז ער פארשטייט גוט די טיפקייט פון פאניק און ענקזייעטי

די מצב איז נעבעך געווען א פאניק. איך אליין בין צומאל געווען אין שטארקע פאניק. די פאקט אז דער וויירוס האט פלוצלינג צוגענומען געזונטע מענטשן, און א צאל יונגע, האט געשאפן די פאניק. און די פאקט אז אלעס איז געשעהן אזוי פלוצלינג און מ'האט נישט געוואוסט וואס דער מארגן וועט ברענגען איז פארשטענדליך אז ס'האט געשאפן א פאניק. איך האב מיך אסאך אסאך געדארפט בארואיגן, און זיך פארלאזן אויף השי"ת. ס'איז מיר געווען גאנץ א שווערע דורכגאנג.

די פאניק איז נישט געקומען ווייל איך האב געוואוסט אז דאס איז עס. מ'האלט שוין סייווי ביים טויער פון די גאז קאמערן. נאר ווייל מ'האט זיך געמוזט שלאגן פאר'ן לעבן. מ'האט געמוזט אננעמען שריט זיך צו היטן. מ'האט געדארפט האלטן קאפ. און דאס שאפט די פאניק. פאניק קומט ווען מ'האט נאך אין פלאן אז מ'גייט עס אי"ה דורכמאכן. די פאניק האלט דעם מענטש וואך. מ'דארף עס אבער האלטן אין קאנטראל. חזר'ן בטחון.

אויב דו וועסט מיך פרעגן: וויאזוי קומט עס פון דיר, דו ביסט דאך דער 'נשמה' וואס דו קענסט דיך גוט אויס מיט דעם אז א יוד דארף זיך פארלאזן אויף השי"ת, איז וויאזוי ביסטו נישט געווען א סעמפל צו ווייזן שטארקייט. קודם כל איך האב יא פרובירט זיך צו האלטן צו ר' שרגא'ס מהלך פון רואיגקייט. איך האב אפילו געשריבן אן ארטיקל אז מ'דארף זיך האלטן רואיג. אבער צום ביישפיהל איך האב געדארפט ערגעץ גיין, האב איך געקענט פאראויס זאגן אז איך גיי נישט ענדיגן אין קבר לא עלינו? איך האב געקענט? ניין! קיינער האט נישט געקענט. ס'איז אגאנצן צייט געווען די פאטענציאל אז איך וועל טיילן דעם זעלבן גורל ווי מיינע אנדערע ברודערס. עס מאכט נישט אויס צו עס איז נאר א פראצענט פון א פראצענט. עס האט זיך געפילט שרעקעדיג.

אסאך אירע זענען געווען רואיג, און שיינערהייט זיך געגליטשט צום לאך וואס דער טרעקטור גרובט אינעם בית החיים. אויף למפרע איז נישט קיין קונץ צו זאגן: זעהסט? כ'אדיר געזאגט אז ס'געשעהט גארנישט, זעהסט?

קיינער האט דאס נישט געקענט זאגן.

עס איז געווען וואס האבן יא געדארפט זיין דערשראקן, ווייל עס איז טאקע געשעהן. עס איז געווען וואס זענען געווען דערשראקן און זיך אכטונג געגעבן און עס איז דאך געשעהן. און עס זענען געווען וואס האבן געפיפן און עס איז גארנישט געשעהן עכ"פ פאר זיי אליין.

סאו, איך האב געמוזט זאגן "אז אפילו לו יצוייר עס גייט געשעהן דאס ערגסטע בין איך אינעם אייבערשטנס הענט, בידך אפקיד רוחי". איך קען נישט זאגן "מיט מיר וועט עס נישט געשעהן". וויאזוי ווייסטו אז נישט?

יעצט, אויב זאג איך אז ס'קען זיין אז ס'גייט טאקע געשעהן, איז עס למעשה גאנץ שרעקעדיג. ס'געווען נעכט וואס איך בין געגאנגען שלאפן מיט די קלארע ידיעה אז יא, ס'קען זיין אז איך גיי נישט אויפשטיין. און איך האב אפילו געזאגט "באשעפער איך טו תשובה וכו'"

די וועג איז באמת צו וויסן אז ס'קען זיין וואס ס'קען זיין, אבער מיט דעם אלעם בין איך אין השי"ת הענט.

ס'איז אבער דאך געווען זאכן וואס האבן אביסל פארערגערט מיין ענגזייעטי און פאניק. און ניין, נישט די ווארענונגען אז מ'דארף זיך אכטונג געבן. און אז מ'קען דערפון שטארבן, ניין. ווייל קיינער כאפט נישט קיין פאניק פון די באטל בליטש וואס ליגט ביי אים אין שענקל, אז ס'קען זיין טויטליך אויב מ'טרינקט עס אויס. השם ישמרינו, און קיינער כאפט נישט קיין פאניק ווען ער ווייסט אז ער טוט דאס מערסטע וואס ער קען.

די פאניק געשעהט ווען דער מענטש טרעפט זיך אין א פאזיציע וואו ער גייט מוזן טועם זיין פון די בליטש רח"ל. אין אונזער פאל: ער גייט מוזן גיין ערגעץ. און עובר זיין. דעמאלטס געשעהט עס. צום ביישפיהל, זיין בני בית גייט ערגעץ און ער האלט אז ס'איז שרעקעדיג.

ס'איז נישט גרינג.

סתם זאגן "איך בין מיך מפקיר זאל זיין וואס ס'זאל זיין" איז נישט די תורה'דיגע וועג.

מיין אונטערשטע שורה איז אז דא איז געווען פאקטן. א) ס'איז א פאטענציאל פאר א א באלדיגן טיקעט צום בית עולם. (אזוי ווי כ'האב שוין פריער געזאגט אז קיינער האט נישט געקענט וויסן פאראויס) ב) נישט יעדער האט געקענט אוועקשטיין אינגאנצן דערפון. ג) מ'האט נאך געהאט אין פלאן דאס דורכצומאכן.

די וואס האבן געווארנט האבן געמאכט די פאניק? ניין. מ'האט געמוזט אנזאגן. ס'האט געהאלפן? זייער מעגליך אז יא, לויט ווי איך האב אויבן מסביר געווען.

געלויבט השי"ת אויף ביז אהער און דער הייליגער באשעפער זאל ווייטער העלפן. והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג מאי 19, 2020 8:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

.... ניין ....
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שרייב האט געשריבן:.... ניין ....

וואס ניין. מאכסט מיך לאכן.

צו איך האב פארויסגאשאצט די מצב
איך לאז לאכן
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אנע פשרות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנע פשרות »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:פראגרעמינג, ווען איז ניו יארק אויסגעלאפן פון שפיטאל בעטן אדער רעספערעיטארס?

ווען איז נישט געוווען גענוג פימא דאקטוירים און נורסעס איבעריג אין דזשאוויץ סענטער און אין האטעלן?
ניטאמאל א זעקסטל פון בעטן אדער רעספערעטארס געווען אין ברנוץ כרעד שוין נישט פינעם שיף.

אויב ווילסטו פארגלייכן ניו יארק מיט איטאליע איבער שפיטאל קריזיס איז עס נאר און דייקא איבער שעדליכע פאניק.
איבער צוויי מיליאן האבן עס געהאט אין ניו יארק סיטי און עס איז נאך געווען מער ווי גענוג בעטן פאר אפילו יעדער באקומט עס אויפן פלאץ.

כהאב נישט קיין טענות אויף קאומא יעמאלטס ווייל ער האט באמת נישט געוואוסט ווי נידעריג די האספיטאלאזאציע ראטע איז אבער צו קיין יעצט קלעימען אז די מאן דאומרים פון פיר פראצענט זענען גאר געווען פאראויסזעהער בו בזמן ווען נאך אלע פאניק איז עס איבעראל ווי עס איז דא אנטיבאדי טעסטס אויפגעוויזן אז עס איז אינטער א פראצענט, איז א פשוטע ליגענט.

כרעד שוין נישט פינעם פשוטן פאקט אז ביי היימישע אידן איז עס גאר אסאך בעסער וועגן די קריג פון 75 יאר צירוק און איבער גאר הויכע געבורט ראטע אזוי אז נאך יעצט נאכדעם וואס ביי אינ איז די אינפעשן ראטע די העכסטע אין די בריאה (פאר די פשוטע סיבה פארוואס אין ווי מער סיטי אלץ מער פארשפרייט ווען אין קלינטאן קאונטי ניו יארק איז עס ממש טויט ווייל וויפיל מענטשן באגעגענען זיי דען א טאג, און היימישע אידן לעבן אזוי צוזאמען אז עס איז סיטי שבסיטי שבסיטי) איז עס איינס פון 1500.

דו ווייסט אז אריבער פופציג טויזענט פאציענטן מיט קאראנאוויירוס זענען אנגעקומען אין די ניו יארק סיטי שפיטעלער וואס פארמאגן א קנאפע 23,00 בעטן?

ס'קוקט דיר אויס ווי די שפיטעלער זענען אין נארמאלע אומשטענדן אזוי ליידיג אז זיי זאלן קענען פארנעמען אזויפיל עקסטערע פאציענטן אין אזא קורצע צייט?

דו כאפסט נישט אז ווען די רעגירונגס טאטעס האבן גערעדט פון דאס אז זיי האבן נאך פלאץ איז עס געווען מיט'ן חשבון אז זיי טוען דאס וואס וואס זיי טוען ר"ל בלית ברירה?

ס'איז ממש אבסורד וויאזוי די זעלבע מענטשן וואס האבן זיך גע'עקשנ'ט אז ס'גייען נישט אנקומען קיין טויזענטער פאציענטן אין די שפיטעלער, עקשנ'ען זיך יעצט אז די שפיטעלער קענען עס האנדלען...

און בנוגע "שעדליכע פאניק", האסטו אפילו געהערט פון איין דאקטאר, פאליטיקאנט, עסקן, רב, בעל דרשן וכדו' וועלכער האט נישט געזאגט אז מ'זאל נישט פאניקן??? אלע בלי שום יוצא מן הכלל האבן נישט אויפגעהערט איבערצוזאגן נאכאמאל און מאכאמאל אז מ'זאל נישט פאניקן, אלזא, וואו האסטו גאר געזען אז איינער זאל הייסן פאניקן???

נאר וואס דען, זיי האבן אויך געהייסן אז מ'זאל זיך אפהיטן ווייל ס'קען זיין א סכנה, און אלס דערשראקענע מענטש האט דיר עס פארפאניקט... איז אויף וועם פונקטליך האסטו טענות? אויפ'ן רבוש"ע וואס האט געברענגט די מציאות וואס האט דיר אזוי דערשראקן? אדער אפשר אויף די וואס האבן האבן דערציילט אז די מציאות איז דא? ווייל ביידע איז גאר קורצקעפיג כמובן.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

אריבער 50 טויזענט אויפאמאל?

איז געווען א מאנגל אין בעטן ?
רצונינו לעשות רצוניך.
אנע פשרות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנע פשרות »

בוידעם האט געשריבן:אריבער 50 טויזענט אויפאמאל?

איז געווען א מאנגל אין בעטן ?

איך פארשטיי נישט דיין וועג פון טראכטן. ס'דא 23,000 בעטן, און די שפיטעלער זענען וויפיל פראצענט פיל אין פרידנס צייטן? איז איז 4-5 טויזענט אויפאמאל נישט גענוג צו ברנגען א מאנגל? מוז זיין אריבער 50 טויזענט אויפאמאל? זאג דו מיר וויאזוי ס'קען אפילו נישט זיין א מאנגל אין אזא מצב - אויסער אויב מ'זאל נישט ארייננעמען/הרג'ענען א גרויס טייל פון די פאציענטן?
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זאגסט אז עס איז דא א מאנגל אין בעטן?

אינטערסאנט אז מען האט פארשיקט די שיף, און די דזשאוויץ סענטער איז געווען אזוי ליידיג ווי די נאכט פון די 2016 עלעקשענס...
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אנע פשרות האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:אריבער 50 טויזענט אויפאמאל?

איז געווען א מאנגל אין בעטן ?

איך פארשטיי נישט דיין וועג פון טראכטן. ס'דא 23,000 בעטן, און די שפיטעלער זענען וויפיל פראצענט פיל אין פרידנס צייטן? איז איז 4-5 טויזענט אויפאמאל נישט גענוג צו ברנגען א מאנגל? מוז זיין אריבער 50 טויזענט אויפאמאל? זאג דו מיר וויאזוי ס'קען אפילו נישט זיין א מאנגל אין אזא מצב - אויסער אויב מ'זאל נישט ארייננעמען/הרג'ענען א גרויס טייל פון די פאציענטן?

ר' איד, פאקטן אביסל. עס איז נישט געווען קיין מאנגל אין בעטן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

יא, ווייל 20,000 זענען געשטארבן האבן אנדערע פארנומען זייער פלאץ
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

פארוואס זענען 20,000 געשטארבן?
רצונינו לעשות רצוניך.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פון די פלו
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זייער א זיסע וויץ, אבער דאס טוישט נאכנישט די מציאות אז א מאנגל אין בעטן איז נישט געווען, און דאך זענען 20,000 מענטשן געשטארבן א דאנק די שלאבערישקייט פון די ליבעראלע גאווענער.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בוידעם האט געשריבן:זייער א זיסע וויץ, אבער דאס טוישט נאכנישט די מציאות אז א מאנגל אין בעטן איז נישט געווען, און דאך זענען 20,000 מענטשן געשטארבן א דאנק די שלאבערישקייט פון די ליבעראלע גאווענער.

איך קלער, אז אפשר איז דאס ווייל אין ניו יארק סיטי איז דא מער crowded פלעצער - מער מענטשן, און מער צאמגעשטופט - ווי אין אנדערע ערטער. איז מער מענטשן האבן עס געכאפט אויף א שטערקערן פארנעם. איין וויזיט ביי א דאקטער, זיצט דארט צווישן דרייסיג מענטשן, געשטופט.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

בוידעם האט געשריבן:זייער א זיסע וויץ, אבער דאס טוישט נאכנישט די מציאות אז א מאנגל אין בעטן איז נישט געווען, און דאך זענען 20,000 מענטשן געשטארבן א דאנק די שלאבערישקייט פון די ליבעראלע גאווענער.

מיט וועלכע פאליסי איז ער געווען מער שלאבעריש פון אנדערע גאווערנערס? (איך פרעג באמת)
נוא יארק איז פשוט געווארן די שווערסטע געהיט פון די וויירוס.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

דעיס האב איך געשריבן דאנרשטאג פאר פורים
viewtopic.php?f=104&t=41344&p=2125316#p2125316
לייטער האט געשריבן:מען דארף בעטן יעדן שמש אראפצינעמן אלע האנטעכער פון די בתי מדרשים '' היינט
שלו'' ש זאל מען צישטעלן פעפערס

דאנרשטאג פאר פורים viewtopic.php?p=2125725#p2125725
לייטער האט געשריבן:די וויירוס גייט נאר אריין דורך די מויל אדער נאז, די גרעסטע פראבלעם ח''ו זע איך ביי שלו''ש ווי נאכן וואשן די הענט מאכט מען זיך שמוציג די הענט מיט די האנטעך וואס 100ער הענט האבן זיך אפגעווישט אינקלאדעט אויסלענדישע, אין תיכף דערנאך עסט מען המוציא

פרייטאג ביפאר פורים viewtopic.php?f=104&t=41662&p=2126300#p2126300
לייטער האט געשריבן:וענו ואמרו ידנו לא שפכו את הדם הזה

סדארף זיין א קאנפערענץ אין יעדע שטאט מיט א פארטרעטער פון אלע קהילות און מוסדות, און אויך א דיין פון גרעסערע קהילות,
מיט די גרעסערע דאקטוירים פון שטאט
מען זאל מסביר די וויירוס, איבערגיין מיט די דיינם אלע הלכה שאלות,
וואס צי טיען אויב א קינד אין א מוסד ווערט ח''וו ג'טעסט פאזעטיוו אויפן וויירעס, אדער איינער פון א משפחה

אין יעדע מוסד זאל אראפקומען א דאקטער אדער א הצלה מעמבער, און איבערגיין מיט די קינדער וויאזוי זיך צו היטן, וואשן און זייפן די הענט נישט ארייננעמען די הענט אין מויל אום געוואשן וכדומה

מוצאי שבת זכור ביפאר פורים viewtopic.php?f=104&t=41344&p=2126495#p2126495
לייטער האט געשריבן:סדארף ווען זיין היינט נאכטא אמערזשענסי מיטונג צווישן די רבנים דיינם דאקטוירים אין שאטן פון די קאראנע וויירוס פאל מיט א וועיטער אין מאנסי
ס'קומט פורים, סאיז דא זייער אסאך וואס מען דארף וויסן
חמירא סכנתא מאיסורא, ועני ואמרו ידנו לא שפכו את הדם הזה

למעשה זענען די בתי מדרשים און מוסדות געבליבן אויפן נאך א וואך מיט 0 גיידליינס
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מ'דארף זיך לערנען פון דעם אז ווען יחידים שרייען, דארף מען עס ארייננעמען אין אונזער פלאץ וואס טראכט אדורך ערנסטע זאכן. די פלא איז נאר אז ווען מ'האט דא געשריגן "דער פון פלעטבוש האט עס, פון איך ווייס וואו האט עס" זענען שוין געווען סך מער אנגעשטעקטע דא ביי נינז ל"ע.
אנע פשרות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנע פשרות »

באקסער בוים האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:זייער א זיסע וויץ, אבער דאס טוישט נאכנישט די מציאות אז א מאנגל אין בעטן איז נישט געווען, און דאך זענען 20,000 מענטשן געשטארבן א דאנק די שלאבערישקייט פון די ליבעראלע גאווענער.

מיט וועלכע פאליסי איז ער געווען מער שלאבעריש פון אנדערע גאווערנערס? (איך פרעג באמת)
נוא יארק איז פשוט געווארן די שווערסטע געהיט פון די וויירוס.

וואס פרעגסטו קשיות? זעסט דאך זיין אגענדע (ווי קומט ליבעראליזם אריין למען השם?) און אויף איינעם מיט אגענדעס קען מען נישט פרעגן קיין קשיות.

אריינגערעכנט אזוינע קשיות אז ס'זענען דא גאווערנארס וואס זענען פיל מער לבעראל (און די מצב איז דארט געווען פיל בעסער ווי אין ניו יארק).
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”