אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מאריך אף
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:04 am

יואל ליאן ביים גרעניץ

תגובהדורך מאריך אף » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:25 am

נעכטן איז יואל ליאן, דער אַמבאַסאַדאָר פון מדינת הציונים געקומען צווישן די גרעניצן אין בלרוס, און האט אריינגענארט מענטשן אז ווער עס פארט יעצט צוריק קיין ארץ ישראל, וועט נישט דארפן קיין איזעלאציע, לעמשה זענען היינט אנקומען אידן פון דארט קיין ארץ ישראל, און עס איז נתברר געווען אז לא היה ולא נברא, זיי זענען אלע אריין אין בידוד, און לעת אתה, בדרך הטבע קוקט נישט אויס ווי זיי וועלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רב'ין ראש השנה.

א קליפ ווי יואל ליאן זאגט צו אז מען וועט נישט דארפן גיין אין בידוד

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: יואל ליאן ביים גרעניץ

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:45 am

מאריך אף האט געשריבן:נעכטן איז יואל ליאן, דער אַמבאַסאַדאָר פון מדינת הציונים געקומען צווישן די גרעניצן אין בלרוס, און האט אריינגענארט מענטשן אז ווער עס פארט יעצט צוריק קיין ארץ ישראל, וועט נישט דארפן קיין איזעלאציע, לעמשה זענען היינט אנקומען אידן פון דארט קיין ארץ ישראל, און עס איז נתברר געווען אז לא היה ולא נברא, זיי זענען אלע אריין אין בידוד, און לעת אתה, בדרך הטבע קוקט נישט אויס ווי זיי וועלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רב'ין ראש השנה.

א קליפ ווי יואל ליאן זאגט צו אז מען וועט נישט דארפן גיין אין בידוד

קליפ ווי יואל ליאן זאגט צו אז מען וועט נישט דארפן גיין אין בידוד??
ער זאגט נישט גארנישט וועגן בידוד.
---
אגב. די ברסלבע וועבסייט שרייבט, אז מדינת ישראל האט זיי געגעבן ''א בחינם'דיגע נסיעה'' צוריק צו א״י.

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:50 am

Amazing האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:אין א בריוו געשריבן נעכטן שרייבט די ראש ישיבה אז ער זיצט אויף די פליגער אויף די וועג צו אומאן ער וועט זיך פארשטעלן פארן אריבער גיין די גרעניץ און האפענטליך וועט אלעס אריבער גיין בשלום

די ראש ישיבה בעט זיך ביי אנ"ש אז מען זאל קומען בכל אופן מען זאל בארגן אויף די הוצאות וויפיל עס קאסט נאר ער שרייבט מיט וועם מען קען זיך פארבינדן צו ערלעדיגן די מהלך

אפדעיט
די ראש ישיבה שרייבט אז ער איז מיט ניסים אדורך די גרעניץ פון וויען ער האט זיך געדארפט פארשטעלן און יעצט איז ער אויף די פליגער אויף די וועג צו אדעסע די ראש ישיבה בעט אז ער דארף נאך רחמי שמים אנצוקומען קיין אומאן בשלום מען זאל מתפלל זיין פאר יואל בן ריצא רעכיל

ווייטער שרייבט ער אז זיינע קינדער זענען נאך געבליבן אין אמעריקא און אז איינער קען מיטנעמען זיינע קינדער וועט ער מכיר טובה זיין די שפעזן וועט ער באצאלן

די ראש ישיבה ימשיכו אז ער איז מתפלל פאר אלע אנ"ש אז מען זאל אנקומען בשלום קיין אומאן

אפדעיט:

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו א', כ"ו אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא

לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.

געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון נאכאמאל אין מיין לעבן, צו זאגן די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי און געבן א פרוטה לצדקה.

דער רבי האט מבטיח געווען מיט צוויי עדים אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו וועל איך אים מתקן זיין און ארויס שלעפן פון שאול תחתית.

יעדע פאר שעה טרעפט מען נאך אנשי שלומינו וואס באקומען רשות אריין צו קומען; אלע זענען זיך מוסר נפש פאר'ן רבינ'ס ראש השנה וואס אין דעם איז תלוי די גאולה שלימה.

מיר זענען געקומען א גרופע פון זעקס, מיר האבן באקומען רשות פון די רעגירונג אריין צו קומען ווייל מיר דארפן זיך אויסהיילן די אויגן; מיר האבן נישט געזאגט קיין ליגנט, מיר זענען טאקע געפארן צו א גרויסע פראפעסאר – צום הייליגן רבי'ן זיך היילן די אויגן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל) דער צדיק איז א דאקטער וואס היילט אויס דעם מענטש; ביים רבינ'ס ציון באקומט מען אזא התעוררות לתשובה, מען הייבט אן פונדאסניי היטן די אויגן.

עס דרייען זיך ארום פאלשע בילדער פון מיר פארשטעלטערהייט; עס איז נישט אמת, מיר האבן זיך נישט געדארפט דורכשווערצן, מיר זענען אריינגעקומען געזעצליך, מיר האבן זיך אביסל פארשטעלט דאס פנים, כדי דער המון עם זאלן נישט פארפירן וכו'.

יעצט זענען פארהאן אויפ'ן וועג איבער זעכציג בחורים און אינגעלייט, מיינע קינדער זענען אויך אינטערוועגנס, זיי דארפן רחמי שמים אנצוקומען; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן אנקומען בשלום.

מיר ווארטן צו הערן פון זיי אויב זיי זענען אריבער בשלום וועט מען היינט צאמשטעלן נאך א גרופע פון אלע אנשי שלומינו וואס זענען נאכנישט אין אומאן.

א כתיבה וחתימה טובה.

אפדעיט:

פון די בריוון פון די ראש ישיבה קוקט אויס אז די זעכציג בחורים און יונגעלייט האבן דערווייל נישט מצליח געווען אנצוקומען א טייל זענען שטעקן אין קערעסטיר און די אנדערע זענען פארשפארט אין עירפארט
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:53 am

אוי וויי
השית זאל זיי העלפען
וועלכע עירפארט זענען זיי פארשפארט ?

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:57 am

ער שרייבט סמוך ונראה צום הייליגע ציון פונעם רבי'ן
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:58 am

די בריוו צו תלמידים אנ"ש גשטראנדעט אין קערעסטיר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא

שלום וברכה לכבוד אנשי שלומינו שיחיו, וואס זענען געבליבן שטעקן אין קערעסטיר.

גייט צום ציון הקדוש פון הרב הקדוש רבי ישעי' זכותו יגן עלינו, וויינט דארט ביים ציון צום אייבערשטן ער זאל מאכן א נס מיר אלע זאלן קענען קומען קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, זיין ראש השנה אין אומאן.

זאגט פאר'ן באשעפער די ווערטער: "רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז מיין גאנצע לעבן, מיין גאנצע חיות – איז דער הייליגער רבי; מיין שלום בית, מיין פרנסה, מיין תורה ותפלה – אלעס קומט פון הייליגן רבי'ן, איך וויל אזוי שטארק זיין אין אומאן, העלף מיר אייבערשטער! דו ביסט דאך דער כל יכול, דו קענסט עפענען אלע גרעניצן, אלע פארשלאסענע טויערן בזכות כל הצדיקים אמן".

א כתיבה וחתימה טובה.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:59 am

די בריוו צו תלמידים אנ"ש פארשפארט אין עירפארט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא

לכבוד מיינע טייערע אנשי שלומינו שיחיו, וואס זענען געבליבן פארשפארט אין ....

הדבר הראשון דארפט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט שוין סמוך ונראה צום רבינ'ס ציון; איר האט צעבראכן אלע מניעות, איר שטייט שוין ממש ביים גרעניץ צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.

שנית, אלע זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל געשען נסים מען זאל ענק ארויסלאזן; מיר האבן א גאנצע נאכט און א גאנצן טאג פרובירט יעדע זאך צו טון איר זאלט קענען ארויסקומען פון עירפארט, עס איז נישט דא וואס צו מאכן, אלעס איז פארקלאפט, עס איז דא 'תפלה והתבודדות'; בעטן און בעטן און בעטן, דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע נסים.

א כתיבה וחתימה טובה
א'מונה ב'טחון ג'עלט

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:15 am

Amazing האט געשריבן:די בריוו צו תלמידים אנ"ש גשטראנדעט אין קערעסטיר

ווי קומט קערעסטיר אריין אויפן וועג קיין אומאן?

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:18 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:די בריוו צו תלמידים אנ"ש גשטראנדעט אין קערעסטיר

ווי קומט קערעסטיר אריין אויפן וועג קיין אומאן?

זעהט אויס עפעס א וועג איז געווען צו קומען דורך אונגארין

@שלים האט אויך געהאט א וועג דורך אונגארין ווארט מען צו הערן פון עם צו ער האט מצליח געווען
א'מונה ב'טחון ג'עלט

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:26 am

Amazing האט געשריבן:אפדעיט:

פון די בריוון פון די ראש ישיבה קוקט אויס אז די זעכציג בחורים און יונגעלייט האבן דערווייל נישט מצליח געווען אנצוקומען א טייל זענען שטעקן אין קערעסטיר און די אנדערע זענען פארשפארט אין עירפארט

א שאד זיי זענען נישט געפארן זונטאג מיטן ראש ישיבה. פארוואס טאקע זענען זיי נישט מיט געפארן?

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:27 am

אפדעיט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא

לכבוד מיינע טייערע תלמידים און מיינע קינדער וואס זענען שטעקן געבליבן ביי די גרעניצן ארום אוקריינא.

איך קום יעצט פון ציון, איך האב אסאך געבעטן עס זאל געשען א נס די גרעניץ זאל זיך עפענען.

פארגעסט נישט וואס די נייעס האט געזאגט אין מצרים ווען די אידן האבן געוואלט ארויסגיין, אלע נייעס און אלע עסקנים האבן געזאגט פה אחד: "נישטא קיין וועג ארויס".

אויך ווען די אידן זענען געווען אין מדבר האבן אלע לענדער – מואב און מדין, אלע האבן געזאגט מען נעמט נישט אריין די אידן, אפילו מען האט זיך געבעטן ביי זיי: "מיר ווילן נאר אריבערגיין", וכו'.

אבער דער צדיק – משה רבינו האט געזאגט: "מיט תפלה, ונצעק אל ה' – וועט מען אריין גיין קיין ארץ ישראל".

קיינער פון אייך זאל נישט צוריק פארן קיין אמעריקא, ווארטס, ה' ילחם לחם ואתם ת...

ענקער ראש ישיבה וואס ווארט אייך אפ אין אומאן בכליון עיניים.

יואל בן ריצא רעכיל
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:28 am

נישטאמת האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:אפדעיט:

פון די בריוון פון די ראש ישיבה קוקט אויס אז די זעכציג בחורים און יונגעלייט האבן דערווייל נישט מצליח געווען אנצוקומען א טייל זענען שטעקן אין קערעסטיר און די אנדערע זענען פארשפארט אין עירפארט

א שאד זיי זענען נישט געפארן זונטאג מיטן ראש ישיבה. פארוואס טאקע זענען זיי נישט מיט געפארן?

די ראש ישיבה איז געפארן פון איין מינוט אויף די צווייטע נישט געווען גערישט דערויף
א'מונה ב'טחון ג'עלט

מאריך אף
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:04 am

Re: יואל ליאן ביים גרעניץ

תגובהדורך מאריך אף » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:38 am

moishy56 האט געשריבן:
מאריך אף האט געשריבן:נעכטן איז יואל ליאן, דער אַמבאַסאַדאָר פון מדינת הציונים געקומען צווישן די גרעניצן אין בלרוס, און האט אריינגענארט מענטשן אז ווער עס פארט יעצט צוריק קיין ארץ ישראל, וועט נישט דארפן קיין איזעלאציע, לעמשה זענען היינט אנקומען אידן פון דארט קיין ארץ ישראל, און עס איז נתברר געווען אז לא היה ולא נברא, זיי זענען אלע אריין אין בידוד, און לעת אתה, בדרך הטבע קוקט נישט אויס ווי זיי וועלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רב'ין ראש השנה.

א קליפ ווי יואל ליאן זאגט צו אז מען וועט נישט דארפן גיין אין בידוד

קליפ ווי יואל ליאן זאגט צו אז מען וועט נישט דארפן גיין אין בידוד??
ער זאגט נישט גארנישט וועגן בידוד.

זה לשונו: מי שרוצה להגיע (לארץ ישראל) שידע שהוא לא יצטרך לעשות בידוד!!!

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:56 am

וואס איז די מעשה אין אוקריינע, לאזט מען קיינעם נישט אריין אין לאנד אדער נאר אידן/איזראעליס?

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:00 am

אין וועלכע עירפארט זענען זיי סטאק ?

KMW
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך KMW » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:02 am

היום השלישי בגבול לאחר לילה נוסף בתנאים תת אנושיים ואין פוצה פה ומצפצף
יום-רביעי-בבוקר-סיכומו-של-לילה-בשטח-על-גבול-בלארוס-אוקראינה-3.jpg
יום-רביעי-בבוקר-סיכומו-של-לילה-בשטח-על-גבול-בלארוס-אוקראינה-3.jpg (55.99 KiB) געזעהן 745 מאל
יום-רביעי-בבוקר-סיכומו-של-לילה-בשטח-על-גבול-בלארוס-אוקראינה-2.jpg
יום-רביעי-בבוקר-סיכומו-של-לילה-בשטח-על-גבול-בלארוס-אוקראינה-2.jpg (62.03 KiB) געזעהן 745 מאל
יום-רביעי-בבוקר-סיכומו-של-לילה-בשטח-על-גבול-בלארוס-אוקראינה-1.jpg
יום-רביעי-בבוקר-סיכומו-של-לילה-בשטח-על-גבול-בלארוס-אוקראינה-1.jpg (43.71 KiB) געזעהן 745 מאל

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:03 am

Amazing האט געשריבן:"רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז מיין גאנצע לעבן, מיין גאנצע חיות – איז דער הייליגער רבי; מיין שלום בית, מיין פרנסה, מיין תורה ותפלה – אלעס קומט פון הייליגן רבי'ן

כ'מעג עס שרייבען?
איך בין א גרויסער מעריץ פון ר' נחמן......
אבער עפעס מיט די ווערטער שמעקן מיר נישט........
די גאנצע חיות און אלעס קומט נאר פון הייליגן באשעפער!!!

שלים
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 7:32 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך שלים » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:05 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:איך זיץ יעצט אויפן פליגער אין קענעדי עירפארט, אויפן וועג קיין בודאפעסט. פון דארט האב איך א פלאן וויאזוי אנצוקומען און דארף ענקערע תפילות אויף הצלחה. איך בין דער איינציגסטע איד אויפן פליגער!

איר זענט שוין דארט?

יעצט בין איך אין אמסטערדאם.

אה שלום עליכם

ווען פלאנט איר צו מאכן די וועגן קיין אוקריינא?

מיין פלאן האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט. זיי האבן מיך נישט געלאזט ארויף אויפן פליגער קיין קיעוו ווי אויך האבן זיי מיך נישט געלאזט דורכגיין פאספארט קאנטראל. איך האב געמוזט קויפן א נייע טיקעט אויף מארגן צופרי, און וויל מזון אפזיצן פערצן שעה אינעם טערמינאל, אן קיין געהעריגע עסן. און פארשטייט זיך אז אויפן פליגער וועל איך אויך נישט באקומען קיין עסן. איך האף אז איך וועל האבן די כוחות אויסצוהאלטן ביז איך קום אן אהיים דאנערשטאג פארמיטאג.
איך האב געטראפן דא צענדליגער אידן וואס זענען געקומען מיט עפעס א פערמיט אבער האבן זיך געדארפט אונטערנעמען צו זיין קווארינטירט פאר צוויי וואכן, א זאך וואס זיי וועלן ווי פארשטענדליך נישט קענען טון. איך ווייס נישט וואס זייער חשבון איז.

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:07 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:"רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז מיין גאנצע לעבן, מיין גאנצע חיות – איז דער הייליגער רבי; מיין שלום בית, מיין פרנסה, מיין תורה ותפלה – אלעס קומט פון הייליגן רבי'ן

כ'מעג עס שרייבען?
איך בין א גרויסער מעריץ פון ר' נחמן......
אבער עפעס מיט די ווערטער שמעקן מיר נישט........
די גאנצע חיות און אלעס קומט נאר פון הייליגן באשעפער!!!

מ'קען מאכן אן עקסטערע אשכול פון אלע קאמענטארן, קשיות, תמיהות אויף תורת ברסלב וואס מ'איז זייער זייער זייער שטארק מעריץ און מחשיב, דער אשכול איז פאר נייעס און אינטוויקלונגען איבער אומאן

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:10 am

שלים האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:איך זיץ יעצט אויפן פליגער אין קענעדי עירפארט, אויפן וועג קיין בודאפעסט. פון דארט האב איך א פלאן וויאזוי אנצוקומען און דארף ענקערע תפילות אויף הצלחה. איך בין דער איינציגסטע איד אויפן פליגער!

איר זענט שוין דארט?

יעצט בין איך אין אמסטערדאם.

אה שלום עליכם

ווען פלאנט איר צו מאכן די וועגן קיין אוקריינא?

מיין פלאן האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט. זיי האבן מיך נישט געלאזט ארויף אויפן פליגער קיין קיעוו ווי אויך האבן זיי מיך נישט געלאזט דורכגיין פאספארט קאנטראל. איך האב געמוזט קויפן א נייע טיקעט אויף מארגן צופרי, און וויל מזון אפזיצן פערצן שעה אינעם טערמינאל, אן קיין געהעריגע עסן. און פארשטייט זיך אז אויפן פליגער וועל איך אויך נישט באקומען קיין עסן. איך האף אז איך וועל האבן די כוחות אויסצוהאלטן ביז איך קום אן אהיים דאנערשטאג פארמיטאג.
איך האב געטראפן דא צענדליגער אידן וואס זענען געקומען מיט עפעס א פערמיט אבער האבן זיך געדארפט אונטערנעמען צו זיין קווארינטירט פאר צוויי וואכן, א זאך וואס זיי וועלן ווי פארשטענדליך נישט קענען טון. איך ווייס נישט וואס זייער חשבון איז.

איי וויי
אחי חזק ואמץ
די האסט געטיהן וואס די קענסט פון הימל וויל מען אנדיש
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך יודל קליין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:16 am

שלים האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:איך זיץ יעצט אויפן פליגער אין קענעדי עירפארט, אויפן וועג קיין בודאפעסט. פון דארט האב איך א פלאן וויאזוי אנצוקומען און דארף ענקערע תפילות אויף הצלחה. איך בין דער איינציגסטע איד אויפן פליגער!

איר זענט שוין דארט?

יעצט בין איך אין אמסטערדאם.

אה שלום עליכם

ווען פלאנט איר צו מאכן די וועגן קיין אוקריינא?

מיין פלאן האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט. זיי האבן מיך נישט געלאזט ארויף אויפן פליגער קיין קיעוו ווי אויך האבן זיי מיך נישט געלאזט דורכגיין פאספארט קאנטראל. איך האב געמוזט קויפן א נייע טיקעט אויף מארגן צופרי, און וויל מזון אפזיצן פערצן שעה אינעם טערמינאל, אן קיין געהעריגע עסן. און פארשטייט זיך אז אויפן פליגער וועל איך אויך נישט באקומען קיין עסן. איך האף אז איך וועל האבן די כוחות אויסצוהאלטן ביז איך קום אן אהיים דאנערשטאג פארמיטאג.
איך האב געטראפן דא צענדליגער אידן וואס זענען געקומען מיט עפעס א פערמיט אבער האבן זיך געדארפט אונטערנעמען צו זיין קווארינטירט פאר צוויי וואכן, א זאך וואס זיי וועלן ווי פארשטענדליך נישט קענען טון. איך ווייס נישט וואס זייער חשבון איז.

האסט דאך פריער געשריבן אז דו האסט אן אונגארישער פאספארט, וויאזוי קען זיין אז מען לאזט דיך נישט אריין אין אונגארן?
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Amazing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:18 am

שלים האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:איך זיץ יעצט אויפן פליגער אין קענעדי עירפארט, אויפן וועג קיין בודאפעסט. פון דארט האב איך א פלאן וויאזוי אנצוקומען און דארף ענקערע תפילות אויף הצלחה. איך בין דער איינציגסטע איד אויפן פליגער!

איר זענט שוין דארט?

יעצט בין איך אין אמסטערדאם.

אה שלום עליכם

ווען פלאנט איר צו מאכן די וועגן קיין אוקריינא?

מיין פלאן האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט. זיי האבן מיך נישט געלאזט ארויף אויפן פליגער קיין קיעוו ווי אויך האבן זיי מיך נישט געלאזט דורכגיין פאספארט קאנטראל. איך האב געמוזט קויפן א נייע טיקעט אויף מארגן צופרי, און וויל מזון אפזיצן פערצן שעה אינעם טערמינאל, אן קיין געהעריגע עסן. און פארשטייט זיך אז אויפן פליגער וועל איך אויך נישט באקומען קיין עסן. איך האף אז איך וועל האבן די כוחות אויסצוהאלטן ביז איך קום אן אהיים דאנערשטאג פארמיטאג.
איך האב געטראפן דא צענדליגער אידן וואס זענען געקומען מיט עפעס א פערמיט אבער האבן זיך געדארפט אונטערנעמען צו זיין קווארינטירט פאר צוויי וואכן, א זאך וואס זיי וועלן ווי פארשטענדליך נישט קענען טון. איך ווייס נישט וואס זייער חשבון איז.

אפשר שליסטו זיך אן אין די חבורה פון די ראש ישיבה און מיט תפילה ובזכות הצדיק וועסטו נאך זיין ביים רבין אויף ר"ה
א'מונה ב'טחון ג'עלט

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך גליקליכער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:21 am

נישט צו גלויבן וואס גייט פאר אין תש"20, אונז דארפן משיח שנעל
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

מאריך אף
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:04 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך מאריך אף » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:41 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:אלע זענען זיך מוסר נפש פאר'ן רבינ'ס ראש השנה וואס אין דעם איז תלוי די גאולה שלימה.

טאקע אזוי? קיינמאל נישט געהערט דערפון.

איך בין נישט דא צו פארענטפערן יואלי ראטה.

אבער וועגן דעם ענין האב איך א ריקארדינג פון כ''ק הגה''צ פאר הדור רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א, ער זאגט קלאר, וזלש''ק: די אלע וואס האבן זיך צוגעקליבן דא אויפן הייליגן ציון פונעם הייליגן רבי'ן, איר האט א חלק אין קירוב הגאולה!

הגרי''ם שכטער, איר האט א חלק אין קירוב הגאולה

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך metsboy » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:48 am

נישטאמת האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:אפדעיט:

פון די בריוון פון די ראש ישיבה קוקט אויס אז די זעכציג בחורים און יונגעלייט האבן דערווייל נישט מצליח געווען אנצוקומען א טייל זענען שטעקן אין קערעסטיר און די אנדערע זענען פארשפארט אין עירפארט

א שאד זיי זענען נישט געפארן זונטאג מיטן ראש ישיבה. פארוואס טאקע זענען זיי נישט מיט געפארן?

עס קאסט 3500$ א מענטש צו דורכגיין די גרעניץ און אוקראינע

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט