בלאט 43 פון 57

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:24 am
דורך זעירא
אוהב ספרים האט געשריבן:ויסברג ב'בחדרי': המשפיע הנודע רבי יואל ראטה מארה"ב שכבר הגיע לאומן המריא בחזרה לארה"ב לאחר שחלק גדול מתלמידיו לא יכלו להגיע.

שיין!

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:33 am
דורך Amazing
זעירא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ויסברג ב'בחדרי': המשפיע הנודע רבי יואל ראטה מארה"ב שכבר הגיע לאומן המריא בחזרה לארה"ב לאחר שחלק גדול מתלמידיו לא יכלו להגיע.

שיין!

די ראש ישיבה אין די היינטיגע בריוו שרייבט אז ער גייט מודיע זיין יואב ער גייט טון, וואלט ער געוויסט לכתחילה אז די קהילה וואט נישט קענען אנקומען וואלט ער ווען נישט געפארן, יעצט אז ער אעז שוין דארט וועט ער זעה 'קען' זיין אז ער גייט צוריק קומען.

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:04 am
דורך Amazing
Amazing האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ויסברג ב'בחדרי': המשפיע הנודע רבי יואל ראטה מארה"ב שכבר הגיע לאומן המריא בחזרה לארה"ב לאחר שחלק גדול מתלמידיו לא יכלו להגיע.

שיין!

די ראש ישיבה אין די היינטיגע בריוו שרייבט אז ער גייט מודיע זיין יואב ער גייט טון, וואלט ער געוויסט לכתחילה אז די קהילה וואט נישט קענען אנקומען וואלט ער ווען נישט געפארן, יעצט אז ער אעז שוין דארט וועט ער זעה 'קען' זיין אז ער גייט צוריק קומען.

פיינעל אפדעיט!

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה קיעוו, אוקריינא

לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תלמידי הישיבה שיחיו.

מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך דארף נישט אפגעבן פאר קיינעם קיין דין וחשבון – וואס איך טו און פארוואס איך טו, נאר פאר'ן אייבערשטן; דאך שרייב איך ענק וואס דא גייט פאר.

איך בין געפארן זונטאג האזינו קיין אומאן צו זיין ביים רבינ'ס ציון נאר ווייל מען האט מיר געזאגט אז מען שטעלט מיר צו א וועג אריין צו קומען קיין אומאן פאר מיר און פאר אלע אנשי שלומינו - איבער הונדערט פופציג מענטשן, אדעתא דהכי בין איך געפארן.

איך בין אנגעקומען מאנטאג קיין אדעסא, אוקריינא; גלייך פון עירפארט בין איך געפארן זיך טרעפן מיט די וואס ברענגען אריין וכו' וכו', ווען איך האב געזען און פארשטאנען אז די וועג אריינצוקומען איז קראנט – האב איך מציע געווען פאר אלע תלמידי היכל הקודש צו קומען, אפילו עס איז א שווערע וועג, א דרך לא דרך און אפילו עס קאסט א טייערע פרייז - דאך האבן אלע צוגעהערט און געקומען מיט מסירות נפש, נאך מער ווי אין די צייטן פון די קאמוניסטישע רעזשים.

למעשה ווען די ערשטע טראנספארט פון פופציג מענטשן זענען אנגעקומען האט זיך אנגעהויבן ביטערע שווערע מינוטן; יעדע מינוט איז געווען פאר מיר זייער שווער, אפצומאכן וואס מען טוט ווייטער; מיט דעם אלעם האב איך נאכאלץ געבעטן די צווייטע טראנספארט זאל זיך ארויסלאזן אויף די זעלבע מסירות נפש'דיגע רייזע וואס מען קען נאכנישט שרייבן (שפעטער וועט מען דאס קענען דערציילן).

אויך איז געווען א דריטע טראנספארט ארויס צו פארן נעכטן פון אמעריקע און א פערטע טראנספארט איז געווען אין אונגארן.

היינט פארטאגס ווען איך האב געזען אז אלעס אלעס איז פארקלאפט, מען האט מיר געסטראשעט אז די ערשטע טראנספארט וועט זיין ראש השנה פארשפארט אין תפיסה – האב איך אלעס אפגעשטעלט און זיך אסאך מתבודד געווען וואס איך זאל טון, ביז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די מחשבה: 'פאר צוריק'.

איך דארף ענדיגן שרייבן ווייל די פליגער הייבט זיך.

איך וועל זיין ראש השנה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק און זיך פרייען מיט'ן יעדן תלמיד

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:05 am
דורך טוב ה' לכל
איך בין יעצט אין בעלערוס, דאווענטס פאר מיך איך זאל אנקומען.

עס זענען דא דא צענדליגער אידן אין די האטעל אין מינסק, און הונדערטער אידן אין פינסק און ביים גרעניץ.

אונז זענען מצפה לישועת ה' יעדע רגע!! לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו!!

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:10 am
דורך עירוב תבשילין
טוב ה' לכל האט געשריבן:איך בין יעצט אין בעלערוס, דאווענטס פאר מיך איך זאל אנקומען.

עס זענען דא דא צענדליגער אידן אין די האטעל אין מינסק, און הונדערטער אידן אין פינסק און ביים גרעניץ.

אונז זענען מצפה לישועת ה' יעדע רגע!! לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו!!

וואס טוט זיך דארט??? די אויגן פון כלל ישראל זענען געוואנדן צי אייך!

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:19 am
דורך וואס עפעס?
@טוב ה׳
די פילע זכותים פון אייער הערליכע דברי התעוררות אשכולות דא אויף אייוועלט זאל אייך מגין זיין אין שטיין איצט לזכותך און זאלסט געהאלפן ווערן בקרוב !

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:25 am
דורך טוב ה' לכל
יישר כח, אמן!

מען ווארט און ווארט אויף ישועת ה'. דערווייל נישטא וואס צו טון, די איינציגסטע השתדלות איז נאר זיין דא און ווארטן.

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:30 am
דורך א ליכטיגע איד
רבותי! די הויפט רב פון בעלארוס האט מיר געזאגט אפאר מינוי צוריק אז די פרעזידענט פון בעלארוס האט געש וקט א מעסעדזש ער פון זיין דייט האט גרייט בא עס פאר אלע אידן ביים גרעניץ צו אריין אין אומן די וועג אז עס דאל מצליח זיין איז אז טראמפ יר״ה זאל אנרופן זלענסקי. אויב איינער האט די נאמבער פון שיינער אדער א וועג צו אנקומען ביטע שיקן

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:38 am
דורך שׁעמעדיגער
איך בין איבעראשט פון ר' יואל ראטה
דאס היייסט א מנהיג!

נאכן דורכגיין דאס אלעס און אנקימען און יעצט זיך צורוקדרייען...
ווייניג רבנים אדער מנהיגים וואלטן אזאנס געטאן

אין מילים

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:40 am
דורך א ליכטיגע איד
פליז, כרגע קוקן אלע ארויס אויף די טעלעפאן פון טראמפ, ביטע פארשפרייטן אפשר וועט עס אנקומען צו די ריכטיגע פלעצער אין צייט אלע ווארטן אויף די טעלעפאן פון טראמפ. איין טעלעפאן קען אלעס טוישן. דאס איז יעצט די מכריע, און די איינצעגסטע וועג על פי טבע

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:46 am
דורך ברוינע באנאנע
יש בו האט געשריבן:האב איך יעצט געמכאט כעין גורל, איך האב ג'עפענט א טעב מיט די גאנצע חיי מוהר"ן,

געגעבן א סקראל אראפ ביז ווי מיין הארץ האט מיר געזאגט,

אטע דאס איז מה שאלה במצדתי

חיי מוהרן בענין אומאן1.JPG

חיי מוהרן בענין אומאן 2.JPG

wowowowow

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:48 am
דורך א ליכטיגע איד
יהלום האט געשריבן:
א ליכטיגע איד האט געשריבן:רבותי! די הויפט רב פון בעלארוס האט מיר געזאגט אפאר מינוי צוריק אז די פרעזידענט פון בעלארוס האט געש וקט א מעסעדזש ער פון זיין דייט האט גרייט בא עס פאר אלע אידן ביים גרעניץ צו אריין אין אומן די וועג אז עס דאל מצליח זיין איז אז טראמפ יר״ה זאל אנרופן זלענסקי. אויב איינער האט די נאמבער פון שיינער אדער א וועג צו אנקומען ביטע שיקן

ממש א ססיעתא דשמיא די ביסט דארט
ווען די ביסט נישט דארט וועמען וואלט דער רב געבעטען פאר דער נאמבער פון שיינער??

ער איז יעצט פארנומען מיט זעהן אז יעדער זאל זיין מסודר אויף ראש השנה אויב חלילה... ער האט באקומען די מעסעדזש און מודיע געווען פאר זיינע ארומעגע זאלן עס זעהן און פריבערן עס זאל אנקומען צו די אמעריקאנע, ער פערזענלעך האט נישט געהאנדלט מיט שיינער און ער קען אים נישט פערזענליך (רב פימה, די רב פון פינסק האט עפעס געהאנדלט)

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:58 am
דורך אסדר לסעודתא
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך בין איבעראשט פון ר' יואל ראטה
דאס היייסט א מנהיג!

נאכן דורכגיין דאס אלעס און אנקימען און יעצט זיך צורוקדרייען...
ווייניג רבנים אדער מנהיגים וואלטן אזאנס געטאן

אין מילים

טאקע שיין פון אים!!

כפי השמועה זוכן זיי צו ארעסטירן אידן וואס זענען געקומען דורך דעם אופן, זיי קוקן עס נאך אין אומאן. זייער מעגליך אז דאס האט צוגעגעבן צו זיין החלטה. אפשר איז דאס געווען זיין סימן פון הימל ער זאל צוריקגיין.

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:06 am
דורך moishy56
עס רעגענט יעצט א שטארקע רעגן ביי די שטח צווישען בעלארוס און אוקריינא,
ווי רובא דרובא עולם האט בכלל נישט קיין דאך זיך צו באשיצען די רעגן.
----

1 בחור אויפן ארט, שרייט אז ''ער ווייסט קלאר אז מדינת ישראל האט אינטערשטעלט די רעגן, כדי צו שווערער מאכן פאר די יודן וואס אנטזאגן זיך פון צוריקפארן אהיים קיין א״י''.

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:14 am
דורך יואל שרייבער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך בין איבעראשט פון ר' יואל ראטה
דאס היייסט א מנהיג!

נאכן דורכגיין דאס אלעס און אנקימען און יעצט זיך צורוקדרייען...
ווייניג רבנים אדער מנהיגים וואלטן אזאנס געטאן

אין מילים

טאקע שיין פון אים!!

כפי השמועה זוכן זיי צו ארעסטירן אידן וואס זענען געקומען דורך דעם אופן, זיי קוקן עס נאך אין אומאן. זייער מעגליך אז דאס האט צוגעגעבן צו זיין החלטה. אפשר איז דאס געווען זיין סימן פון הימל ער זאל צוריקגיין.

ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:23 am
דורך אסדר לסעודתא
יואל שרייבער האט געשריבן:ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

געזעצליך אבער נישט לעגאל... זיי קוקן דער דאטום ווען זיין פאספארט איז געזיגלט געווארן. אויב ס'איז אין סעפטעמבער טויג נישט.

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:26 am
דורך באקסער בוים
א ליכטיגע איד האט געשריבן:פליז, כרגע קוקן אלע ארויס אויף די טעלעפאן פון טראמפ, ביטע פארשפרייטן אפשר וועט עס אנקומען צו די ריכטיגע פלעצער אין צייט אלע ווארטן אויף די טעלעפאן פון טראמפ. איין טעלעפאן קען אלעס טוישן. דאס איז יעצט די מכריע, און די איינצעגסטע וועג על פי טבע

איך מיין זשוליאני האט געהאט א בעסערע שפראך מיט דעם אוקריינישע פרעזידענט.. אפשר גאר דארף מען אינוואלווען האנטער ביידן..

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:28 am
דורך באקסער בוים
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

געזעצליך אבער נישט לעגאל... זיי קוקן דער דאטום ווען זיין פאספארט איז געזיגלט געווארן. אויב ס'איז אין סעפטעמבער טויג נישט.

איז ער נישט אריינגעפארן פאר געזונט געברויכן פאר זיינע אויגן וואס איז יא לעגאל?

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:41 am
דורך farshlufen
loyodea האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:רבי לוי יצחק בענדער האט שוין נישט געלעבט ווען מ'האט צוריק אנגעהויבן פארן קיין אומאן. די דרשה איז זיכער געזאגט געווארן בשעת ווען אומאן איז נאך געווען פארשלאסן דורך די פארשאלטענע קאמוניסטן.

די קיבוץ אין ארץ ישראל ווי אויך אין פוילן האט זיך אנגעהויבן ווען קאמונים איז שוין געווען בתוקפו.

ביסט נישט באקאנט אין די מציאות

וואס פאר א מציאות?

האט מען דען געקענט פארן קיין אומאן איידער תמוז תשמ"ט?

אגב, איז ר' לוי יצחק געפארן קיין אומאן אויף ר"ה פון סאמערקאנד אדער באדרייכענהאל דייטשלאנד?

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:46 am
דורך Belz123
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

געזעצליך אבער נישט לעגאל... זיי קוקן דער דאטום ווען זיין פאספארט איז געזיגלט געווארן. אויב ס'איז אין סעפטעמבער טויג נישט.

Can you please explain what happened???

How did he enter

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:47 am
דורך ברוינע באנאנע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

געזעצליך אבער נישט לעגאל... זיי קוקן דער דאטום ווען זיין פאספארט איז געזיגלט געווארן. אויב ס'איז אין סעפטעמבער טויג נישט.

ווען ער גייט ארויס וועט מען זען די דעיט ווען ער איז אריין

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:48 am
דורך ברוינע באנאנע
Belz123 האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

געזעצליך אבער נישט לעגאל... זיי קוקן דער דאטום ווען זיין פאספארט איז געזיגלט געווארן. אויב ס'איז אין סעפטעמבער טויג נישט.

Can you please explain what happened???

How did he enter

בדרך לא דרך

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:00 am
דורך Amazing
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך בין איבעראשט פון ר' יואל ראטה
דאס היייסט א מנהיג!

נאכן דורכגיין דאס אלעס און אנקימען און יעצט זיך צורוקדרייען...
ווייניג רבנים אדער מנהיגים וואלטן אזאנס געטאן

אין מילים

טאקע שיין פון אים!!

כפי השמועה זוכן זיי צו ארעסטירן אידן וואס זענען געקומען דורך דעם אופן, זיי קוקן עס נאך אין אומאן. זייער מעגליך אז דאס האט צוגעגעבן צו זיין החלטה. אפשר איז דאס געווען זיין סימן פון הימל ער זאל צוריקגיין.

ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

אזעלעכע שטותים צו שרייבן, די ראש ישיבה האט א געסטעמפטע פאסטפורט וואס איז שייך צו ארעסטירן?

די ראש ישיבה קומט צוריק "נאר" כדי צו זיין מיט זיינע תלמידים און אנ"ש זיי נישט צו לאזן אליינס.

פאר א ברסלבער איז עס בבחינת ר' אלחנן וואסערמאן ביים קריג וואס איז צוריק געפארן צו זיין מיט די תלמידים....

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:05 am
דורך אזוי וויל איך

ווי איך פארשטיי זענען זיינע קינדער אויך צווישן איינע פין די גרופעס וואס קענען נישט אנקומען. פארדעים אליין גלייב איך וואלט ער אהיימגעקומען

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:18 am
דורך Amazing
אזוי וויל איך האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך בין איבעראשט פון ר' יואל ראטה
דאס היייסט א מנהיג!

נאכן דורכגיין דאס אלעס און אנקימען און יעצט זיך צורוקדרייען...
ווייניג רבנים אדער מנהיגים וואלטן אזאנס געטאן

אין מילים

טאקע שיין פון אים!!

כפי השמועה זוכן זיי צו ארעסטירן אידן וואס זענען געקומען דורך דעם אופן, זיי קוקן עס נאך אין אומאן. זייער מעגליך אז דאס האט צוגעגעבן צו זיין החלטה. אפשר איז דאס געווען זיין סימן פון הימל ער זאל צוריקגיין.

ער איז דאך אריינגעקומען לעגאל, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן.

אזעלעכע שטותים צו שרייבן, די ראש ישיבה האט א געסטעמפטע פאסטפורט וואס איז שייך צו ארעסטירן?

די ראש ישיבה קומט צוריק "נאר" כדי צו זיין מיט זיינע תלמידים און אנ"ש זיי נישט צו לאזן אליינס.

פאר א ברסלבער איז עס בבחינת ר' אלחנן וואסערמאן ביים קריג וואס איז צוריק געפארן צו זיין מיט די תלמידים....

ווי איך פארשטיי זענען זיינע קינדער אויך צווישן איינע פין די גרופעס וואס קענען נישט אנקומען. פארדעים אליין גלייב איך וואלט ער אהיימגעקומען

דו קענסט א ברסלבער וואס האלט זיך צוריק צו זיין אין אומאן ווייל זיינע קינדער זענען אין אמעריקא???