אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר ?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש מאי 09, 2020 11:03 pm

יא
32
24%
ניין, איך וויל עס זאל בכלל בטל ווערן
79
60%
ניין, דאס יאר וויל איך עס נישט צוליב געלט סיבות
10
8%
א האלבע זוממער
6
5%
עפעס אנדערש / שרייב ביי די תגובות
4
3%
 
סך הכול שטימען: 131

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג מאי 04, 2020 11:03 pm

אזוי וואו עס שפילט זיך אפ אין די טעג א דראמא בשעת ווען די מוסדות ווייסן נישט צו זיי וועלן קענען עפענען די זוממער קעמפס דאס יאר , איז אינטערסאנט צו זעהן צו די עולם איז בכלל אינטערסירט דערין

** די אשכול רעדט נישט פון דעי קעמפ **
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג מאי 04, 2020 11:17 pm

איך מיין אז די זאלסט צולייגן איינס
ניין אין איך האב נישט קיין קינדער וואס גייען אין קעמפ
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג מאי 05, 2020 6:12 am

Borough Park האט געשריבן:איך מיין אז די זאלסט צולייגן איינס
ניין אין איך האב נישט קיין קינדער וואס גייען אין קעמפ

פארוואס זאל אזא איינער וועלן שטימען?
אולי איז דא זיידעס וואס באצאלן די שכר לימוד פון די אייניקלך..
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מאי 05, 2020 8:34 am

געשטימט עס זאל בטל ווערן. קינדער דארפן נישט האבן א יערליכע 9 וואכן א luxury vacation.

ווי שוין געשמיעסט מיליון מאל דא אז פאר דארף וואס דארף וויכטיג די אויסליפטערונג קען מען נאכמאכן די סיסטעם פון יוראפ פון ארויס פארן ערגעץ פאר 2 וואכן.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מאי 05, 2020 9:54 am

דעי קעמפ דאס יאר, וואס?! ?!

אויב קען מען עפענען, זאל מען האבן גע'עהריגע לימודים, מיט זייטיגע טריפס אויב פעילט עס אויס.
אדרבה אויב מוסדות קענען עפענען, און אנשטאט געהעריגע סקול, מאכט מען א דעי קעמפ, מיינט עס, אז די מוסדות איז בכלל נישט דא פאר די חינוך פון אונזערע קינדער, נאר צו מאכן געלט, איך גלייב אבער אז די מוסדות איז יא דא פאר די חינוך, און דעי קעמפ זאל עכ"פ דאס יאר נישט זיין!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג מאי 05, 2020 10:06 am

איך האב געשטימט יא נישט ווייל איך וויל שיקן מיינע קינדער (כהאב נאך נישט די עידזש וואס מיזן גיין) נאר ווייל קעמפ גייט נאר זיין אויב אלעס איז צוריק נארמאל. אין דאס איז וואס איך וויל, האף אין בעט ביים אויבערשטן סזאל ווי שנעלער געשען.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג מאי 05, 2020 10:11 am

לעכטל האט געשריבן:דעי קעמפ דאס יאר, וואס?! ?!

אויב קען מען עפענען, זאל מען האבן גע'עהריגע לימודים, מיט זייטיגע טריפס אויב פעילט עס אויס.
אדרבה אויב מוסדות קענען עפענען, און אנשטאט געהעריגע סקול, מאכט מען א דעי קעמפ, מיינט עס, אז די מוסדות איז בכלל נישט דא פאר די חינוך פון אונזערע קינדער, נאר צו מאכן געלט, איך גלייב אבער אז די מוסדות איז יא דא פאר די חינוך, און דעי קעמפ זאל עכ"פ דאס יאר נישט זיין!

שטארק

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מאי 05, 2020 10:19 am

נישטאמת האט געשריבן:איך האב געשטימט יא נישט ווייל איך וויל שיקן מיינע קינדער (כהאב נאך נישט די עידזש וואס מיזן גיין) נאר ווייל קעמפ גייט נאר זיין אויב אלעס איז צוריק נארמאל. אין דאס איז וואס איך וויל, האף אין בעט ביים אויבערשטן סזאל ווי שנעלער געשען.

טייערע נישט אמת שליט"א
הייסט אזוי: איר האט נאך 'נישט קיין קינדער אין די עדש פון דעי קעמפ', אבער היות איר ווילט אס אלעס זאל צוריק גיין צו נארמאל, און די וויירוס זאל זיך בס"ד אפשטעלן, 'האט איר געשטימט אז עס זאל יא זיין דעי קעמפ' - ווייל דו ווילסט און האפסט צום אויבערשטן ס'זאל ווי שנעלער געשען...

אמת אדער נישט אמת?! האב איך גוט פארשטאנען?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 05, 2020 10:39 am

קודם וויל איך זיהן וואס די נייע קינדער וויירוס איז און דערנאך קען איך וואוטען
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג מאי 05, 2020 11:21 am

שמארטיקל האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:דעי קעמפ דאס יאר, וואס?! ?!

אויב קען מען עפענען, זאל מען האבן גע'עהריגע לימודים, מיט זייטיגע טריפס אויב פעילט עס אויס.
אדרבה אויב מוסדות קענען עפענען, און אנשטאט געהעריגע סקול, מאכט מען א דעי קעמפ, מיינט עס, אז די מוסדות איז בכלל נישט דא פאר די חינוך פון אונזערע קינדער, נאר צו מאכן געלט, איך גלייב אבער אז די מוסדות איז יא דא פאר די חינוך, און דעי קעמפ זאל עכ"פ דאס יאר נישט זיין!

שטארק

זייער שטארק

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מאי 05, 2020 3:12 pm

די עולם איז פאר ניין!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 05, 2020 4:36 pm

וואלט געוואלט ס'זאל זיין אפשענעל, ס'זאל אנגיין געהעריג לימודים אין שטאט און אויך זאל זיין זומער קעמפס פאר ס'וויל זאל קענען שיקן, ס'זאל נישט זיין קיין 'מוז' פאר עלטערן וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן אדער פאר קינדער וואס גלייכן עס נישט.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מאי 05, 2020 4:43 pm

באקסער בוים האט געשריבן:וואלט געוואלט ס'זאל זיין אפשענעל, ס'זאל אנגיין געהעריג לימודים אין שטאט און אויך זאל זיין זומער קעמפס פאר ס'וויל זאל קענען שיקן, ס'זאל נישט זיין קיין 'מוז' פאר עלטערן וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן אדער פאר קינדער וואס גלייכן עס נישט.


עס מוז כאטש איין יאר 'נישט זיין קיין קעמפ' כדי יעדעס יאר זאל עס זיין אפשענאל, ודוק.

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 05, 2020 4:46 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:וואלט געוואלט ס'זאל זיין אפשענעל, ס'זאל אנגיין געהעריג לימודים אין שטאט און אויך זאל זיין זומער קעמפס פאר ס'וויל זאל קענען שיקן, ס'זאל נישט זיין קיין 'מוז' פאר עלטערן וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן אדער פאר קינדער וואס גלייכן עס נישט.


עס מוז כאטש איין יאר 'נישט זיין קיין קעמפ' כדי יעדעס יאר זאל עס זיין אפשענאל, ודוק.

כ'גלייב נישט אז ס'וועט עפעס העלפן פאר נעקסטע יאר, אבער לאמיר האפן..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

moshenies
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 5:57 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך moshenies » דינסטאג מאי 05, 2020 5:10 pm

מבעט די אלע שתדלנים עשורים זאלן סטאפן אז דער עולם האט נישט קיין געלט זאל מען ״נישט״ גיין אין קעמפס וויפיל נאך צרות דארף מען ברענגען אויף כלל ישראל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 05, 2020 5:19 pm

moshenies האט געשריבן:מבעט די אלע שתדלנים עשורים זאלן סטאפן אז דער עולם האט נישט קיין געלט זאל מען ״נישט״ גיין אין קעמפס וויפיל נאך צרות דארף מען ברענגען אויף כלל ישראל

מ'בעט ר' משה נייעס זאל אויפהערן ארומלויפן פון אשכול צו אשכול און שרייבן די זעלבע תגובה נאכאמאל און נאכאמאל. יעדער קען אליינס זעהן פון אייערע פריערדיגע זיבן תגובות פונקטליך וואס אייער שטעלונג איז אין די נושא.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג מאי 05, 2020 6:22 pm

א פלא פון א זאך
אלע עסקנים פון כלל ישראל זענען ביזי יומם ולילה צו פועלן ביי די שטאט צו עפענען די קעמפס בשעת ווען די עולם דא קומט אריין זייער קלאר אקעגען די געדאנק פון קעמפס

עולם הפוך ראיתי
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך אפטרופס » דינסטאג מאי 05, 2020 6:33 pm

?אפשרטאקע האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:דעי קעמפ דאס יאר, וואס?! ?!

אויב קען מען עפענען, זאל מען האבן גע'עהריגע לימודים, מיט זייטיגע טריפס אויב פעילט עס אויס.
אדרבה אויב מוסדות קענען עפענען, און אנשטאט געהעריגע סקול, מאכט מען א דעי קעמפ, מיינט עס, אז די מוסדות איז בכלל נישט דא פאר די חינוך פון אונזערע קינדער, נאר צו מאכן געלט, איך גלייב אבער אז די מוסדות איז יא דא פאר די חינוך, און דעי קעמפ זאל עכ"פ דאס יאר נישט זיין!

שטארק

זייער שטארק

היי יאר איז ספעציעל וויכטיג צו מאכן א געהעריגע חדר זומער מיט געהעריגע לימודים, נאכדעם וואס די לעצטע 2 חדשים האט אפגעקאסט אזוי פיל שאדן פאר די לימודים בפרט ביי די אינגערע קלאסן וואס איז א יסוד פאר א גאנץ לעבן. עס לאזט זיך גאר נישט גלייבן וויפיל אינגלעך גייען זיין אונטערשטעליג מיט עברי נקודות אויסלערנען חומש משניות גמרא וכו', עס איז ממש א שאד יעדן פארבייגייענדן טאג און א בכי' לדורות.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מאי 05, 2020 8:11 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:א פלא פון א זאך
אלע עסקנים פון כלל ישראל זענען ביזי יומם ולילה צו פועלן ביי די שטאט צו עפענען די קעמפס בשעת ווען די עולם דא קומט אריין זייער קלאר אקעגען די געדאנק פון קעמפס

עולם הפוך ראיתי

דאס זענען די עסקני המוסדות, ווי זענען אונזערע עסקנים?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך מאי 06, 2020 12:55 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:געשטימט עס זאל בטל ווערן. קינדער דארפן נישט האבן א יערליכע 9 וואכן א luxury vacation.

ווי שוין געשמיעסט מיליון מאל דא אז פאר דארף וואס דארף וויכטיג די אויסליפטערונג קען מען נאכמאכן די סיסטעם פון יוראפ פון ארויס פארן ערגעץ פאר 2 וואכן.


אמת זייער גיטע זאך. געזינט ברוחניות ובגשמיות. און עס פעלט שטארק אויס פאר פאמיליע קשר. די פראבלעם איז אבער אז דא איז נישט יוראפ און רוב אידן קענען נישט נעמען צוויי וואכן אף פון ארבייט.
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 06, 2020 11:54 am

אונגארישער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:געשטימט עס זאל בטל ווערן. קינדער דארפן נישט האבן א יערליכע 9 וואכן א luxury vacation.

ווי שוין געשמיעסט מיליון מאל דא אז פאר דארף וואס דארף וויכטיג די אויסליפטערונג קען מען נאכמאכן די סיסטעם פון יוראפ פון ארויס פארן ערגעץ פאר 2 וואכן.


אמת זייער גיטע זאך. געזינט ברוחניות ובגשמיות. און עס פעלט שטארק אויס פאר פאמיליע קשר. די פראבלעם איז אבער אז דא איז נישט יוראפ און רוב אידן קענען נישט נעמען צוויי וואכן אף פון ארבייט.


אין ענגלאנד (אנדערע פלעצער ווייס איך נישט) גייען די עלטערע קינדער מיט די מוסד אין א קעמפ אן די עלטערן עפ"י רוב

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך מאי 06, 2020 3:48 pm

אופס נישט געוויסט דערפון
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג מאי 07, 2020 11:48 am

כזעה אז רוב עולם האלט ווי מיר...

כקוק עס אן סיי מיט א קינדערישע / בחורישע בליק, כ'בין נישט זייער ווייט פון יענעם סטעידש
אלס קינד איז די קעמפ פאר מיר געווען א גיהנום יעדעס יאר עקסטער! נישט קיין חילוק ווי גוט צוגעשטעלט דאס איז געווען,
די בעסטע אקטיוועטיס, די נערהאפטיגסטע מאלצייטן, די געשמאקסטע איבערבייסן, די גרעסטע סווימינג פאאל, און די שענסטע באראקן, קענען נישט פארגוטיגן די עוולה פון מיך צווינגען אוועקצוזיין פון דערהיים פאר 2 חדשים!
און ווער רעדט נאך פון די קאפוויי וואס מ'האט געמאכט אויב מ'האט געוואלט אהיימפארן אויף א שבת, אדער א שמחה, שוין באלד שווערער ווי צו שאפן א וויזע קיין רוסלאנד אין די קאמאניסטישע צייטן...
און אויב די עלטערן זענען געקומען באזוכן נישט אין די באשטומטע צייט, האט מען געדארפט צוקומען צו די חסדים פון די מלמד/משגיח צו מעגן א בליק טון אויפן טאטן!!!

און אלס א עלטערן, כ'געדענק מיין טאטנס קרעכצן ווען די אפליקעשן איז אנגעקומען אויף די פאסט טראץ וואס ער האט דאס פראבירט צו באהאלטן.
מיין טאטע האט קיינמאל נישט געלאזט די קינדער פילן זיין פינאנציעלן דרוק, בפרט ווען ס'געקומען צו שכר לימוד וכדו', אבער ביי די קעמפ אפליקעשאנס, האט מען דאס געזעהן אפי' אזוי,

עכ"פ קעמפ אויף די יעצטיגע מהלך = גיהנום פאר טאטעס און קינדער!
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מאי 08, 2020 3:57 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:געשטימט עס זאל בטל ווערן. קינדער דארפן נישט האבן א יערליכע 9 וואכן א luxury vacation.

ווי שוין געשמיעסט מיליון מאל דא אז פאר דארף וואס דארף וויכטיג די אויסליפטערונג קען מען נאכמאכן די סיסטעם פון יוראפ פון ארויס פארן ערגעץ פאר 2 וואכן.


אמת זייער גיטע זאך. געזינט ברוחניות ובגשמיות. און עס פעלט שטארק אויס פאר פאמיליע קשר. די פראבלעם איז אבער אז דא איז נישט יוראפ און רוב אידן קענען נישט נעמען צוויי וואכן אף פון ארבייט.


אין ענגלאנד (אנדערע פלעצער ווייס איך נישט) גייען די עלטערע קינדער מיט די מוסד אין א קעמפ אן די עלטערן עפ"י רוב

איך האב עטליכע פעטערס אין עגלאנד און קיינמאל נישט געהערט דערפון. נאר געהערט אז זיי פארן אויף 2 וואכן holidays
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

איבערגעטראכטער
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 9:12 pm

Re: אנקעטע - ווילט איר אז עס זאל זיין קעמפ די יאר?

תגובהדורך איבערגעטראכטער » פרייטאג מאי 08, 2020 4:13 pm

אונגארישער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:געשטימט עס זאל בטל ווערן. קינדער דארפן נישט האבן א יערליכע 9 וואכן א luxury vacation.

ווי שוין געשמיעסט מיליון מאל דא אז פאר דארף וואס דארף וויכטיג די אויסליפטערונג קען מען נאכמאכן די סיסטעם פון יוראפ פון ארויס פארן ערגעץ פאר 2 וואכן.


אמת זייער גיטע זאך. געזינט ברוחניות ובגשמיות. און עס פעלט שטארק אויס פאר פאמיליע קשר. די פראבלעם איז אבער אז דא איז נישט יוראפ און רוב אידן קענען נישט נעמען צוויי וואכן אף פון ארבייט.

סאך ביליגער צו נעמען off צוויי וואכען ווי די הוצאה פארען קעמפ


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: bsyd, newsman, zugurnish, א גולם, אחד הרבנים, גאפל, היטשינער, היסטאריקער, מה ידידות, פארפלאנטערט און 52 געסט