בלאט 1 פון 15

ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 4:46 pm
דורך יש ברירה
ביי זיין היינטיגע פרעסע קאנפערענץ, האט קאומא פארגעלייגט די פלאן איבער צוריק עפענען ניו יארק סטעיט.

די עפענונג וועט פאסירן אין פיר פאזעס

1 - די ערשטע פאזע וועט ארייננעמען קאנסטראקשן, מאנופעקטשערינג, און געוויסע ריטעיל געשעפטן וועלכע קענען צושטעלן קורב-סייד פיקאופ.

2 - די צווייטע פאזע וועט אריינעמען פראפעסיאנאלע סערוויסעס, פינאנץ און אינשורענס, ריטעיל, ריעל עסטעיט רענטל/ליעסינג

3 - די דריטע פאזע וועט אריינעמען דאס ווידער עפענען רעסטוראנטן, און עסן סערוויסעס ווי האטעלס און אקאמאדאציעס.

4 - די פערטע און לעצטע פאזע וועט אריינעמען פארשטעלונגען און ענטערטעינמענט, רעקרואציע און עדיוקעישן.

אבער נישט די גאנצע סטעיט וועט געעפנט ווערן אויף די זעלבע צייט נאר עס וועט זיך ווענדן ווי א ראיאן, געוואנדן לויט די ארטיגע מצב (אין געוויסע ערטער קען זיך עס שוין אנהייבן מאי 15).
Cuomo-press-presentation-regional-reopening-5.4.20-1024x515.png
Cuomo-press-presentation-regional-reopening-5.4.20-1024x515.png (424.23 KiB) געזעהן 5344 מאל


אין אלגעמיין וועלן זיין פיר זאכן וועלכע וועלן דיקטירן וועלכע ערטער קענען אנהייבן עפענען. עס וועט זיך ווענדן אין 1- די ציפער פון פרישע אינפעקציעס 2- די קאפעסעטי פון די העלט קעיר צענטערן 3- די מעגליכקייט צו טעסטן 4- די מעגליכקייט נאכצוגיין אלע קאנטאקטן פון אנגעשטעקטע פאציענטן.

מער ספעציפיש האט דער גאווערנער אוועקגעשטעלט א צען פוינט פלאן פאר די ווידער עפענונג.

1 - די ראיאן דארף האבן כאטש 14 טעג וואס די צאל האספיטאלאזאציעס און טויטפאלן זענען אויפן וועג אראפ, באזירט אויף א 3 טאגיגע עוורעדזש.

2- אין ערטער וועלכע האבן געזען ווייניג קאוויד קעיסעס, קען נישט זיין מער ווי 15 נייע קעיסעס אדער פינף טויטפאלן באזירט אויף א דריי טאג עוורעדזש.

3- די ארט דארף האבן ווייניגער ווי צוויי קאוויד פאציענטן אריינגעפירט אין שפיטאל, פער הונדערט טויזנט איינוואוינער פער טאג.

4- די ראיאן דארף האבן 30% פון זייער שפיטאל און ICU אפטיילונג ליידיג.

5- די ערטער דארפן האבן א סטאקפייל פון PPE גענוג פאר כאטש 90 טאג.

6- די ראיאן דארף דורכפירן מינימום 30 טעסטס, פער טויזנט איינוואוינער יעדע מאנאט.

7- די ראיאן דארף האבן דרייסיג מענטשן פער הונדערט טויזנט איינוואוינער, וועלכע זאלן זיין געשטעלט נאכצוגיין אלע קאנטאקטן פון פאציענטן.

8- דאס עפענען ביזנעסער דארף זיין באזירט אויף א ריזיקע ווס. ריווארד באזיס.

9- ביזנעסער דארפן אוועקשטעלן נייע סעיפטי פרעקאשינס

10- עס ברויך זיין 'ראיאן באזירטע קאנטראל צימערן' צו מאניטערן אלע דערמאנטע תנאים.

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 4:53 pm
דורך יש ברירה
לויט די מאפע קוקט מיר אויס ווי די קעמפס זענען ממש אויפן גרעניץ...

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 5:00 pm
דורך יוראפ
זע איך גוט, דאס וואס ברענגט אריין די מערסטע געלט פאר די קאסע איז פריער אויף די ליסטע צו עפענען? וואס דארף ער די געלט יעצט ער באקומט עס דאך סייווי פון וואשינגטאן?

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 7:02 pm
דורך אביסל טיפער
ער באקומט נאכנישט!

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 7:09 pm
דורך אלי' מקוה יוד
יישר כוח @יש ברירה פאר די קלארע באריכט.

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 7:11 pm
דורך אלי' מקוה יוד
ווער גייט אנפירן יעדע ראיאן? די סטעיט? אדער איז דא עני קערפערשאפט וואס פארטרעט א ראיאן? מילא די סיטי האט א מאיאר, אבער די אנדערע זענען פילע קאונטיס צוזאם פארמירן א ראיאן.

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 7:39 pm
דורך פאלעסיידס
יש ברירה האט געשריבן:ביי זיין היינטיגע פרעסע קאנפערענץ, האט קאומא פארגעלייגט די פלאן איבער צוריק עפענען ניו יארק סטעיט.

די עפענונג וועט פאסירן אין פיר פאזעס

1 - די ערשטע פאזע וועט ארייננעמען קאנסטראקשן, מאנופעקטשערינג, און געוויסע ריטעיל געשעפטן וועלכע קענען צושטעלן קורב-סייד פיקאופ.

2 - די צווייטע פאזע וועט אריינעמען פראפעסיאנאלע סערוויסעס, פינאנץ און אינשורענס, ריטעיל, ריעל עסטעיט רענטל/ליעסינג

3 - די דריטע פאזע וועט אריינעמען דאס ווידער עפענען רעסטוראנטן, און עסן סערוויסעס ווי האטעלס און אקאמאדאציעס.

4 - די פערטע און לעצטע פאזע וועט אריינעמען פארשטעלונגען און ענטערטעינמענט, רעקרואציע און עדיוקעישן.

אבער נישט די גאנצע סטעיט וועט געעפנט ווערן אויף די זעלבע צייט נאר עס וועט זיך ווענדן ווי א ראיאן, געוואנדן לויט די ארטיגע מצב (אין געוויסע ערטער קען זיך עס שוין אנהייבן מאי 15).
Cuomo-press-presentation-regional-reopening-5.4.20-1024x515.png


אין אלגעמיין וועלן זיין פיר זאכן וועלכע וועלן דיקטירן וועלכע ערטער קענען אנהייבן עפענען. עס וועט זיך ווענדן אין 1- די ציפער פון פרישע אינפעקציעס 2- די קאפעסעטי פון די העלט קעיר צענטערן 3- די מעגליכקייט צו טעסטן 4- די מעגליכקייט נאכצוגיין אלע קאנטאקטן פון אנגעשטעקטע פאציענטן.

מער ספעציפיש האט דער גאווערנער אוועקגעשטעלט א צען פוינט פלאן פאר די ווידער עפענונג.

1 - די ראיאן דארף האבן כאטש 14 טעג וואס די צאל האספיטאלאזאציעס און טויטפאלן זענען אויפן וועג אראפ, באזירט אויף א 3 טאגיגע עוורעדזש.

2- אין ערטער וועלכע האבן געזען ווייניג קאוויד קעיסעס, קען נישט זיין מער ווי 15 נייע קעיסעס אדער פינף טויטפאלן באזירט אויף א דריי טאג עוורעדזש.

3- די ארט דארף האבן ווייניגער ווי צוויי קאוויד פאציענטן אריינגעפירט אין שפיטאל, פער הונדערט טויזנט איינוואוינער פער טאג.

4- די ראיאן דארף האבן 30% פון זייער שפיטאל און ICU אפטיילונג ליידיג.

5- די ערטער דארפן האבן א סטאקפייל פון PPE גענוג פאר כאטש 90 טאג.

6- די ראיאן דארף דורכפירן מינימום 30 טעסטס, פער טויזנט איינוואוינער יעדע מאנאט.

7- די ראיאן דארף האבן דרייסיג מענטשן פער הונדערט טויזנט איינוואוינער, וועלכע זאלן זיין געשטעלט נאכצוגיין אלע קאנטאקטן פון פאציענטן.

8- דאס עפענען ביזנעסער דארף זיין באזירט אויף א ריזיקע ווס. ריווארד באזיס.

9- ביזנעסער דארפן אוועקשטעלן נייע סעיפטי פרעקאשינס

10- עס ברויך זיין 'ראיאן באזירטע קאנטראל צימערן' צו מאניטערן אלע דערמאנטע תנאים.

שכח @יש זייער קלאר,

אויף נומבער 1) ווי גרויס דארף זיין א ראיאן? א טאון? למשל אויב פאלם טרי איז נישט דא קיין נייע קעיסעס אין זיי האבען א קאוויד טעקס פארס קענען זיי צירוק עפענען? איו אויב יא מעג מען גיין ארבעטעו אויף א פלאץ וואס איז נישט אפען?

אויף 2) פארוואס א נייע פלאץ וואס האט נאכנישט געהאט קיין קעיסעס קען גיין ביז 15 א טאג אבער א אלטע מעג נאר גיין ביז 2 קעיסעס א טאג ? איך וואלט געזאגט אז סווענד זיך ענדערש אין די דענסעטי ווי צישטיפט מוואוינט,

אויף 3) ווייניגער ווי 2 קעיסעס מיינט 1? ,אדער 2 קעיסעס?

אויף 5) ניינציג טעג אין סטאק פייל כהאב געמיינט אז די סטעיט האט איבערגענומען די דיסטריביושען פון אפסטעיט אין דאונסטעיט? האט מען עס שוין געטוישט, אדער איז עס נאר געווען אויף ווענטילעטארס?

אויף 10) פארוואס זאל נישט די סטעיט העלט דעפארטמענט דעס אנפירען און אויפנעמען מענטשען? דארף יעדע ראיאן האבען א אייגענע טעקס פארס?
שכח נאכאמאל יש יש
און נאר אריין מיט גרינע

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 7:46 pm
דורך אלי' מקוה יוד
אויף 1) ניו יארק איז איינגעטיילט אין צען ראיאנען, קוק אויפן בילד וואס יש ברירה האט געברענגט.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 7:59 pm
דורך צל עובר
@ברירה, די אלע תנאים פאדערט זיך צו אנהייבן די ערשטע פאזע עפענונג?

און ווען גייט מען צו די צווייטע?

רובא דרובא קעמפס זענען אין די צוויי קאונטיס, אלסטער און סאליווען, וועלכע געפינען זיך אין דעם מיד האדסאן ראיאן אינאיינעם מיט אלע אלטע און נייע היימישע אפסטעיט געגענטער.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 8:03 pm
דורך לעכטל
יישר כח @יש זייער קלאר!
קום ביטע אריין מיט אפדעטס ווען ס'איז דא.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 8:03 pm
דורך קרייסלער
סקולס זענען נישט דערמאנט בכלל, די שאלה איז אין פרינציפ אין וועלכע קאטעגאריע פאלט עס אריין אז מזאל קענען פארלאנגען פון פונעם גאווענאר אראפצונעמען די פארבאט פון פריוואטע סקולס ?

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 8:18 pm
דורך ארחיקה נדד
קרייסלער האט געשריבן:סקולס זענען נישט דערמאנט בכלל, די שאלה איז אין פרינציפ אין וועלכע קאטעגאריע פאלט עס אריין אז מזאל קענען פארלאנגען פון פונעם גאווענאר אראפצונעמען די פארבאט פון פריוואטע סקולס ?

זענען די פריוואטע סקולס נישט נכלל און עדיוקעישאן?

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 8:22 pm
דורך לעכטל
ארחיקה נדד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:סקולס זענען נישט דערמאנט בכלל, די שאלה איז אין פרינציפ אין וועלכע קאטעגאריע פאלט עס אריין אז מזאל קענען פארלאנגען פון פונעם גאווענאר אראפצונעמען די פארבאט פון פריוואטע סקולס ?

זענען די פריוואטע סקולס נישט נכלל און עדיוקעישאן?

אויב יא איז צרות עלען מיר דארפן ווארטן אויף נאמ' 4.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 8:25 pm
דורך אלטער
איך קען נישט כאפן, איז קרית יואל פון די lower risk or higher risk?

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 8:26 pm
דורך למעלה משבעים
יישר כח, זייער קלאר.

נאכן ווידער עפענען. וועלכע און וויפיל פון די צען פונקטן דארפן צוריק פאלן כדי מען זאל ווידער שפארן?

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 8:35 pm
דורך הלשון
שכח פאר די אינפארמאציע

בייגעלייגט אביסל א קלארערע מאפע פון די 10 ראיאנען, מיט א ליסטע פון די קאונטיס אין יעדע ראיאן

זעה לינק פאר דיטעילד אינפארמאציע

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 9:09 pm
דורך Shuli
ווי יעדע ראיאן האלט

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 9:25 pm
דורך יש ברירה
צל עובר האט געשריבן:@ברירה, די אלע תנאים פאדערט זיך צו אנהייבן די ערשטע פאזע עפענונג?

און ווען גייט מען צו די צווייטע?

רובא דרובא קעמפס זענען אין די צוויי קאונטיס, אלסטער און סאליווען, וועלכע געפינען זיך אין דעם מיד האדסאן ראיאן אינאיינעם מיט אלע אלטע און נייע היימישע אפסטעיט געגענטער.

ער האט נישט געגעבן קיין טיימליין דערויף, מען װעט לכו' דארפן זעהן וויאזוי זאכן קוקן אויס נאך פאזע איינס צו באשליסן אויב מען קען גיין ווייטער.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 9:27 pm
דורך יש ברירה
למעלה משבעים האט געשריבן:יישר כח, זייער קלאר.

נאכן ווידער עפענען. וועלכע און וויפיל פון די צען פונקטן דארפן צוריק פאלן כדי מען זאל ווידער שפארן?

איינמאל מען עפענט וועט מען, לויט ווי איך פארשטיי, אריבערגיין צו א סיסטעם פון מעסטן ווי די אינפעקציע ראטע האלט. דאס טוט מען דורך קוקן אויף פרישע האספיטאלאזאציעס, צאל פאזיטיווע טעסטס, און דורך נאכקוקן די מענטשן מיט וועם דער פאציענט איז געקומען אין קאנטאקט.

אויב גייט עס העכער ווי 1.1 (איין פאציענט שטעקט אן 1.1 מענטש, אין אנדערע ווערטער 10 פאציענטן שטעקן אן 11 פאציענטן) דאן וועט מען עס אפשטעלן און ווארטן עס זאל אראפגיין איידער מען גייט צו די נעקסטע פאזע.

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 9:33 pm
דורך יש ברירה
פאלעסיידס האט געשריבן:אויף 2) פארוואס א נייע פלאץ וואס האט נאכנישט געהאט קיין קעיסעס קען גיין ביז 15 א טאג אבער א אלטע מעג נאר גיין ביז 2 קעיסעס א טאג ? איך וואלט געזאגט אז סווענד זיך ענדערש אין די דענסעטי ווי צישטיפט מוואוינט,

די צוויי 'שפיטאל' פאציענטן רעדט מען פער 100K איינוואוינער. אין א שטארק באוואוינטע געגענט איז דאס פיל מער ווי צוויי.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 10:40 pm
דורך נודניק
עדזיוקעישן איז די לעצטע זאך אויף די ליסטע פין די פראגרעסיווע דעמקראטען,

קאנסטראקשן? יא! ליסינג/רענטן? אוודאי! ביזנעס? שאר!
עדזויקעישן? ניין! סאיז נישט וויכטיג, די לעצטע אויף די ליסטע,


ימ״ש

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2020 8:36 am
דורך פלאחותיך
נודניק האט געשריבן:עדזיוקעישן איז די לעצטע זאך אויף די ליסטע פין די פראגרעסיווע דעמקראטען,

קאנסטראקשן? יא! ליסינג/רענטן? אוודאי! ביזנעס? שאר!
עדזויקעישן? ניין! סאיז נישט וויכטיג, די לעצטע אויף די ליסטע,


ימ״ש


ווענצעך וועכעלע מיני עדיוקעישאן
פאר מיסטער מאסטער'ס עדיוקעשאן זארגן זיי זיך גאר שטארק

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 6:44 pm
דורך אלי' מקוה יוד
ווי קול מבשר געבט איבער ווארט מען צו הערן מארגן פונעם גאווערנער איבער די אנטוויקלונגן וועלכע ראיאנען ס'גייען זיך שוין קענען אנהויבן פון סוף וואך די ערשטע עפענונג פאזע.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 6:45 pm
דורך אלי' מקוה יוד
לכאורה גייט קומען א נייע עקזעקיוטיוו ארדער, זינט די פאוז ארדער לויפט אויס דעם פופצנטער.

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 9:33 pm
דורך אור
כא