ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג מאי 25, 2020 1:18 pm

יש ברירה האט געשריבן:דאס פארגלייכן קליינע ביזנעסער צו גרויסע האט סתם נישט קיין זין, די גרויסע האבן פיל מער לייעבילעטיס ווי די קליינע, און קענען ווייניגער אויסהאלטן.
מען קען אבער זיכער נישט אוועקמאכן די פיין וועלכע די קליינע ביזנעסער האבן אז זיי דארפן זיין פארמאכט למחצה לשליש ולרביע, אבער היות מען קען נישט אויפסעטן א וועג אז נאר דיין לעבן זאל זיין אויף די ליין, קען מען נישט עפענען ביז די סכנה קען ווערן געהאלטן אונטער קאנטראל.

דיין סטעיטמענט איבער קאומא איז דיין מיינונג, אנדערע האלטן אנדערש... ער הייסט גראדע פיסקעלי קאנסערוועטיוו; אויב דאס איז א מעלה אין דיינע אויגן.


fiscally conservative in government has zero relation to fiscal in business

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 25, 2020 2:24 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:אקעי כאב איבערגעטריבן מיטן ווארט הונגער...

איך קען נאך יא בעסער ארויסברענגען מיין פוינט, זאג מיר נאר וועלכע פארט דו פארשטייסט נישט אדער ביסט מחולק

מיין חבר אלץ פרילענסער באקומט באצאלט טאמער דער עולם דארף זיין סערוויס און יעצט איז עס אראפ מיט 50-60 פראצענט, די זעלבע מיט א משפחה מיינער וואס טוט אין מארקעטינג,
אנאימפלוימענט איז נישט קיין ארטיקל אין דעם פעלד

יעדער פארשטייט די שעדליכקייט פון קאראנא ביי נאו, און יעדער האט פארשטאנען פארוואס 5 וואכן צוריק האט מען נישט געקענט עפענען אלל די וועי אבער יעצט איז סתם קארני צו לאזן דעם עולם בלוטיגן און ניטאמאל עפענען א שמץ פון אפיסעס וואס קאומא האלט נישט פאר "עסענטשול"

עגעין מיין מעין פוינט איז אז אויב אלעס איז געבעיסט אויף עסענטשול דעמאלט לאז אפ מט די פוינט פון די שעדליכקייט ווייל דאס פארשטיי איך אויך, לאמיר דיבעיטן צו עס איז עסענטשול.

און טאקע 2 חדשים צוריק איז נישט געווען אזוי עסענטשול צו עפענען אפיסעס וויל פאר א קורצע ציט קען א ביזזנעס אראפשלינגען א זעץ אבער צו פארלירן סיזען נאך סיזען ווערט מער און מער עסענטשול. און די זעלבע איז מיט סקולס, 2 חדשים בין הזמנים איז איין זאך און א האלבע יאר (אדער מער היל"ת) איז שעדליך פאר קינדער און עלטערן.

און יעצט מיין אפיניען. קאומא פארשטייט נישט דעם אלגעמיינעם המון עם'ס שוועריקייטן ווייל ער ווערט נישט אפעקטירט דערפון, דו האלטסט אז עס קומט פון זיין חכמה און איך האלט אז ער גייט צו ווייט ווייל ער אלץ עושר פארשטייט ער נישט דעם נסיון העוני. נאכדערצו איז א ליבעראל וואס גלייכט דעם ענין פון גאווערמענט און קאנטראל.

און וואס איז מיט די משפחות וואס האבן פארלוירן זייער פרנסה ברענגער צו דעם קאראנא וויירוס? זיי מעגן שטארבן פאר הונגער?
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 25, 2020 2:25 pm

הלשון האט געשריבן:איינער האט געהערט לעצטענס פון איינעם וואס איז געשטארבן פון א הארץ-אטאקע, סטראוק, יענע מעשה, וכו'?

ווער וועט אמאל מודה זיין אז א שיינע טייל פון די איבער 800 ריפארטעד טויטפעלער, האבן קיין קאראנא קיינמאל נישט באגעגענט?

אין פריעדנס צייטן הערסטו אפט די נייעס?

(גראדע האב איך געהערט אויך...)
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך הלשון » מאנטאג מאי 25, 2020 4:51 pm

מחשב האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:איינער האט געהערט לעצטענס פון איינעם וואס איז געשטארבן פון א הארץ-אטאקע, סטראוק, יענע מעשה, וכו'?

ווער וועט אמאל מודה זיין אז א שיינע טייל פון די איבער 800 ריפארטעד טויטפעלער, האבן קיין קאראנא קיינמאל נישט באגעגענט?

אין פריעדנס צייטן הערסטו אפט די נייעס?

(גראדע האב איך געהערט אויך...)


סאו דיין מיינונג איז אז אלע ריפארטעד קאוויד טויט-פעלער, זענען יא אקוראט באשטעטיגט אז די זענען געשטארבן פון די ווירוס און נישט פון עפעס אנדערש?

האב איך קלאר פארשטאנען?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 25, 2020 9:56 pm

הלשון האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:איינער האט געהערט לעצטענס פון איינעם וואס איז געשטארבן פון א הארץ-אטאקע, סטראוק, יענע מעשה, וכו'?

ווער וועט אמאל מודה זיין אז א שיינע טייל פון די איבער 800 ריפארטעד טויטפעלער, האבן קיין קאראנא קיינמאל נישט באגעגענט?

אין פריעדנס צייטן הערסטו אפט די נייעס?

(גראדע האב איך געהערט אויך...)


סאו דיין מיינונג איז אז אלע ריפארטעד קאוויד טויט-פעלער, זענען יא אקוראט באשטעטיגט אז די זענען געשטארבן פון די ווירוס און נישט פון עפעס אנדערש?

האב איך קלאר פארשטאנען?

דאכט זיך מיר אז די נומערן זענען אפיציעל צעטיילט צעווישן לעב באשטעטיגטע פעלער און אויסזענדע פעלער באשטימט דורך דאקטורים.

איך גיי נישט זאגן אז אלע קאראנע פעלער זענען הונדערט פראצענט טאקע נאר דאס, איך לאז פלאץ פאר טעותים אפשר אפילו געציילטע בייזוויליגע אקטן פון נישט ריכטיג אנגעגעבענע אורזאכן פון טויט, אבער דאס גרויסע מערהייט איז לכאורה ריכטיג.

און פארגעסט נישט אז ס'זענען דא וואס טענה'ן אז די נומערן זענען גאר אינטערגעשאצט.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך הלשון » מאנטאג מאי 25, 2020 10:01 pm

צו דעם בין איך אויך איינשטימיג, אז געוויסע נומערן זענען אונטערגעשאצט.

אבער לעומת זה, נלע"ד, אז א שיינע צאל ריפארטעד טויט-פעלער פון שפיטעלער, EMS קאללס, זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

מען האט זיך נישט אפגעגעבן מיט פאציענטן, און אוודאי נישט מיט עלטערע, איז מען געשטארבן. די גיידליין איז אפיציעל געווען אז איינער איז אין קארדיעק ארעסט זאל מען איהם נישט צוריקברענגן. די אלע, און נאך אסאך אזעלכע, ווערן גערעכענט אלס קאוויד-19 אומגעקומענע.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג מאי 25, 2020 10:04 pm

הלשון האט געשריבן:צו דעם בין איך אויך איינשטימיג, אז געוויסע נומערן זענען אונטערגעשאצט.

אבער לעומת זה, נלע"ד, אז א שיינע צאל ריפארטעד טויט-פעלער פון שפיטעלער, EMS קאללס, זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

מען האט זיך נישט אפגעגעבן מיט פאציענטן, און אוודאי נישט מיט עלטערע, איז מען געשטארבן. די גיידליין איז אפיציעל געווען אז איינער איז אין קארדיעק ארעסט זאל מען איהם נישט צוריקברענגן. די אלע, און נאך אסאך אזעלכע, ווערן גערעכענט אלס קאוויד-19 אומגעקומענע.

רח"ל.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 25, 2020 10:07 pm

הלשון האט געשריבן:צו דעם בין איך אויך איינשטימיג, אז געוויסע נומערן זענען אונטערגעשאצט.

אבער לעומת זה, נלע"ד, אז א שיינע צאל ריפארטעד טויט-פעלער פון שפיטעלער, EMS קאללס, זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

מען האט זיך נישט אפגעגעבן מיט פאציענטן, און אוודאי נישט מיט עלטערע, איז מען געשטארבן. די גיידליין איז אפיציעל געווען אז איינער איז אין קארדיעק ארעסט זאל מען איהם נישט צוריקברענגן. די אלע, און נאך אסאך אזעלכע, ווערן גערעכענט אלס קאוויד-19 אומגעקומענע.


איך מיין אז די גיידליין איז קיינמאל נישט אריין אין קראפט. און איך מיין אויך אז אזעלכע פעלער זענען נישט געווארן אריינגערעכנט.

דאס אז מענטשן זענען געשטארבן צוליב זיך נישט אפגעבן איז ריכטיג. א טייל איז געווען צוליב די כאאס פון די שפיטעלער, וואס איז אויב אזוי א אומפארמיידבארע טייל פון די קאראנע וויירוס זעלבסט, און קען נישט ווערן אפגעטיילט. די אנדערע חלק וואס זענען געשטארבן בלויז צוליב נאכלעסיגקייט אדער ערגערס וועט מען לכאורה קיינמאל נישט וויסן זייער אמת'ע צאל, און איך ווייס נישט אויב עס איז דא א וועג עס צו וויסן.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מאי 26, 2020 1:31 pm

נייע טשארט

קוקט אויס ווי די פאציענטן זענען באפרייט געווארן פון איי-סי-יו און אריינגעלייגט געווארן אין געווענליכע שפיטאל בעטן...
צוגעלייגטע
Screenshot_20200526-132926_Chrome.jpg
Screenshot_20200526-132926_Chrome.jpg (441.46 KiB) געזעהן 2558 מאל

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מאי 26, 2020 3:26 pm

יש ברירה האט געשריבן:נייע טשארט

קוקט אויס ווי די פאציענטן זענען באפרייט געווארן פון איי-סי-יו און אריינגעלייגט געווארן אין געווענליכע שפיטאל בעטן...

כ'געב גערן אוועק עטליכע בעטן פון מיין דירה... זאל ער שוין עפענען פאר א גוט יאר!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מאי 26, 2020 3:50 pm

דו וואוינסט אין די סיטי און דו האסט בעטן אוועקצוגעבן?...

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 26, 2020 4:04 pm

וואס פארדינט מען למעשה ביי פעיס 1?

ווי איך פארשטיי טארן געשעפטן נאך אלץ נישט אריינלאזן קיין קאסטומערס נאר ארויסברענגן צום טיר, וואס פארדעם טיילן נישט די פאליציי אין די סיטי קיין טיקעטס.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מאי 26, 2020 6:27 pm

יש ברירה האט געשריבן:דו וואוינסט אין די סיטי און דו האסט בעטן אוועקצוגעבן?...

ליידער וואוין איך נאך ביזדערווייל אין די סיטי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג מאי 26, 2020 7:17 pm

גאווערנער קאומא פארט מארגן קיין וואשינגטאן זיך טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ און שנארן מיליאנען פון אים פאר ניו יארק. וויאזוי איז מעגליך עפעס משפיע זיין אויף ירום הודו אז ער זאל דריקן אויף אונזער גאווערנאר צו עפענען די שטאט, כאטש עט ליעסט די מוסדות?!

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 27, 2020 1:58 pm

בילד

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:09 pm

בילד

זעהט נישט אויס ווי די חברה האבן אין פלאן אמאל צו עפענען די סיטי

פרוכת
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 am

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך פרוכת » דאנארשטאג מאי 28, 2020 4:22 pm

יעצט זאגט ער ניטאמאל געב איך דיר א דעיט.
צוגעלייגטע
26094158-0DD4-43C9-833E-B39FF733FBAC.jpeg
26094158-0DD4-43C9-833E-B39FF733FBAC.jpeg (226.08 KiB) געזעהן 1694 מאל

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך פרישע קוגל » דאנארשטאג מאי 28, 2020 4:26 pm

מ'דארף דעם דעבלאזיא אויפפראסקענען בפני כל עם ועדה און עם ארויסווארפן פון כיתה!
בלא בלא בלא פאר ראשעקאל!


זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מאי 28, 2020 4:44 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:בילד

זעהט נישט אויס ווי די חברה האבן אין פלאן אמאל צו עפענען די סיטי

כהאב מורא אז מער מענטשן קומען אריין אין האספיטאלס יעצט ווייל די מצב איז שוין רויאגער ממילא זענען די ציפערן ארויף
סאיז א פחד וואס דא גייט פאר
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:59 pm

יוני אכט געשטעלט אלץ דאטום ווען ניו יארק סיטי וועט אנהייבן ערשטע פאזע. שטאט וועט ארבעטן צו עררייכן דעם ציל.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג מאי 31, 2020 12:56 am

געטוישט פון זיין סטאבערנעס אויף זיינע נומבערס?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך לייטער » זונטאג מאי 31, 2020 1:08 am

20200531_010659.jpg
20200531_010659.jpg (319.83 KiB) געזעהן 1280 מאל
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מאי 31, 2020 11:24 am

פינף אפסטעיט ראיאנען האבן פרייטאג באקומען די גרינע ליכט אנצוהייבן פאזע צוויי.

די ראיאנען זענען: Central NY, Finger Lakes, Mohawk Valley, North Country and Southern Tier
Screenshot_20200531-112630_Chrome.jpg
Screenshot_20200531-112630_Chrome.jpg (326.06 KiB) געזעהן 995 מאל


די צווייטע פאזע רעכנט אריין אלע ביזנעס אפיסעס, ריטעיל געשעפטן פאר קונדן אריינצוקומען איינקויפן און נאך עטליכע זאכן.
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום זונטאג מאי 31, 2020 11:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג מאי 31, 2020 11:32 am

וואס זענען די מעטריקס צו ווערן בארעכטיגט?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ניו יארק'ס עפענונגס פלאן

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג יוני 01, 2020 11:57 am

איינער ווייסט צו שאפן ביי אפוינטמענטס אין ריטעיל סטארס זענען ליגעל? איך זעה דער עולם אדווערטייזט עס געהעריג.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shefele, חיים ברוך, ליידיג גייער, מצפה לישועה און 20 געסט