בלאט 1 פון 5

ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 2:53 pm
דורך גלות איד
די לעצטערע טעג איז ברוך השם אנטשטאנען א אויפוואכונג ביים ציבור צו פאלגן די שטאט'עשע רעגאלעציעס און זיך אנטוהן א מאסקע ביים זיך דרייען ציוושן מענטשן.

אבער, למעשה איז דא אסאך בתוכינו וואס מאיזה סיבה שהוא שעמען זיך נאך, אדער מיינען זיי אז עס פאסט נישט, איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי פאסיג ארויף צוברענגן בילדער פון רבנים און אדמורים וואס האב זיך אנגעטוהן דעם מאסק, כדי צו געבן א חיזוק פאר די וואס דארפן נאך אביסל א שטופ.

אפילו לו יהא אז פון א געזונהייט שטאנדפונקט איז מען איבערצייגט (ווי אזוי? איז עפעס איבערצייגט שוין דא אין די גאנצע פרשה?) טוט עס גארנישט אויף, אבער ווען די שטאט פארלאנגט עס, און מיר זענען אונטער א פארגרעסירינגס גלאז דארפן מיר זיך צושטעלן.

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 2:53 pm
דורך גלות איד
סערדיהעל.jpg
סערדיהעל.jpg (67.61 KiB) געזעהן 4296 מאל
סאנטוב.jpg
סאנטוב.jpg (66.49 KiB) געזעהן 4296 מאל
סערעט ויזניץ.jpg
סערעט ויזניץ.jpg (108.72 KiB) געזעהן 4296 מאל

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 2:54 pm
דורך גלות איד
הרב לנדאו (2).jpg
הרב לנדאו (2).jpg (56 KiB) געזעהן 4293 מאל
הגאון האדיר רש אלתר.jpg
הגאון האדיר רש אלתר.jpg (82.01 KiB) געזעהן 4293 מאל
מחנובקה.jpg
מחנובקה.jpg (52.58 KiB) געזעהן 4293 מאל

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 2:54 pm
דורך גלות איד
file.jpg
file.jpg (82.02 KiB) געזעהן 4290 מאל

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 3:19 pm
דורך לפנות בוקר
ממנו ילמדו וכן יעשו... עכ"פ אינדערהיים זיכער...

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 3:58 pm
דורך אונגארישע הייזער
לפנות בוקר האט געשריבן:ממנו ילמדו וכן יעשו... עכ"פ אינדערהיים זיכער...


:lol: :lol: :lol:

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 4:19 pm
דורך הארמאניע
פיינעלי איינער נעמט לידערשיפ אינעם האנט אריין (pun intended) ייש"כ פאר די גאר וויכטיגע אשכול

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 4:25 pm
דורך קעדילעק
גאנץ אינטערעסאנט, ברענג נאך..

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 5:49 pm
דורך לייטער
ערגעץ דא אין אינזער וועלטל איז געווען א בילד פון אדמו"ר מהר"יי סאטמאר מיט א מאסק ביים באקן מצות

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 8:11 pm
דורך גלות איד
לייטער האט געשריבן:ערגעץ דא אין אינזער וועלטל איז געווען א בילד פון אדמו"ר מהר"יי סאטמאר מיט א מאסק ביים באקן מצות
סטמר.jpg
סטמר.jpg (52.56 KiB) געזעהן 3474 מאל

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 8:14 pm
דורך צו געזונט
צוזאמענשמעלצן און אריין אין ווייסע בעקעשע אשכול

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 8:36 pm
דורך אוסף החסיל
איך בין חולק אויפן קעפל... אבער נאט אייך א בילד,
הרב שלעזינגער.jpg
הרב שלעזינגער.jpg (48.09 KiB) געזעהן 3350 מאל

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 8:43 pm
דורך גלות איד
יישר כח הרב אסיף. איך בין אויך חולק אויף'ן קעפל. לאמיר האפן אז מ'וועט קענען ארויסקלאפן פון דעם קעפל די בושת הפנים, און זיך צושטעלן רכיטיג צו די פארלאנג פון די איסטאנצן, און פארמיידן אומאיינגענעמקייטן.

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:17 pm
דורך איישישאק
פארוואס נאר די קלענערע רבי'ס? פארוואס איז נישט דא פון די גרויסע?

איך בין זיכער אז טאמער איין גרויסע רבי וואלט זיך ארויס געשטעלט אין דער קלארן עפענונג אז ער גייט א מאסקע, ער גייט נישט אין מקוה, ער דאווענט נישט מיט מנין, וואלט געווען א שטארקן אויפוואכונג ביים ציבור, און אזוי וואלט שוין געווען אין אנהייב.

דערווייל האב איך געזען א גאר גרויסע רבי, ווי ער פארקויפט דער חמץ, מיט זיין גבאים און אייניקלאך, און נאר דער גוי האט א מאסק. בושת הפנים.

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:19 pm
דורך טראק דרייווער
איישישאק האט געשריבן:פארוואס נאר די קלענערע רבי'ס? פארוואס איז נישט דא פון די גרויסע?


סאטמאר מהרי"י איז נישט קיין גרויסע?

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:23 pm
דורך Amazing
איישישאק האט געשריבן:פארוואס נאר די קלענערע רבי'ס? פארוואס איז נישט דא פון די גרויסע?

איך בין זיכער אז טאמער איין גרויסע רבי וואלט זיך ארויס געשטעלט אין דער קלארן עפענונג אז ער גייט א מאסקע, ער גייט נישט אין מקוה, ער דאווענט נישט מיט מנין, וואלט געווען א שטארקן אויפוואכונג ביים ציבור, און אזוי וואלט שוין געווען אין אנהייב.

דערווייל האב איך געזען א גאר גרויסע רבי, ווי ער פארקויפט דער חמץ, מיט זיין גבאים און אייניקלאך, און נאר דער גוי האט א מאסק. בושת הפנים.

אדמו"ר באבוב 45 דאווענט מיט די גאס מנין פון זיין פארטש

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:24 pm
דורך איישישאק
מצה באקן מיינט גארנישט. די רעגירונג וואלט דאך נישט צוגעלאזט בלייבן אפן ווילאנג מ'פאלגט נישט די אנווייזונגן. און וואס וואלטן זיי דעמאלס געטון? סתם ביים גיין אין גאס, איז דא איין גרויסע רבי וואס גייט א מאסק?

אז דער באבוב45 רבי טוט אזוי, וואויל איז צו אים און זיין נאכפאלגערס. האסט א בילד? מיר דארפן מפרסם זיין קבל עם ומלואה, ווייל עס איז ווייט פון איינגעבאקן ביים עולם אז דא טוט זיך עפעס ערנסט. עפעס איז אפגעהאקט צווישען די ווייסען און דער געוויסן פון מענטשן, אז מ'זעט טויטע און מ'מיינט אז עס איז גאר עפעס אנדערש.

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:26 pm
דורך קרייסלער
מהרי״י מסאטמער איז געווען סנדק ביי צוויי ברית׳ן פארגאנגענעם פרייטאג אין ביהמ״ד הגדול און געגאנגען מיט א מאסק

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:43 pm
דורך Haklal
קרייסלער האט געשריבן:מהרי״י מסאטמער איז געווען סנדק ביי צוויי ברית׳ן פארגאנגענעם פרייטאג אין ביהמ״ד הגדול און געגאנגען מיט א מאסק

אי משום הא...
לעבן א קליין קינד נעמט מען נישט קיין טשענס

ער פרעגט צי איינער פין די גרויסע רביס גייען אין גאס אזוי?

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:51 pm
דורך קלאָצקאָפּ
איישישאק האט געשריבן:פארוואס נאר די קלענערע רבי'ס? פארוואס איז נישט דא פון די גרויסע?

איך בין זיכער אז טאמער איין גרויסע רבי וואלט זיך ארויס געשטעלט אין דער קלארן עפענונג אז ער גייט א מאסקע, ער גייט נישט אין מקוה, ער דאווענט נישט מיט מנין, וואלט געווען א שטארקן אויפוואכונג ביים ציבור, און אזוי וואלט שוין געווען אין אנהייב.

דערווייל האב איך געזען א גאר גרויסע רבי, ווי ער פארקויפט דער חמץ, מיט זיין גבאים און אייניקלאך, און נאר דער גוי האט א מאסק. בושת הפנים.

און אפשר האלטן די גרויסע רבי'ס פון וועם דו רעדסט אז מ'דארף יא דאווענען מיט מנין?

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:55 pm
דורך צביירושלים
וואס מיינט א גרויסע רבי?

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 9:59 pm
דורך צל עובר
Haklal האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מהרי״י מסאטמער איז געווען סנדק ביי צוויי ברית׳ן פארגאנגענעם פרייטאג אין ביהמ״ד הגדול און געגאנגען מיט א מאסק

אי משום הא...
לעבן א קליין קינד נעמט מען נישט קיין טשענס

ער פרעגט צי איינער פין די גרויסע רביס גייען אין גאס אזוי?

א קליין קינד איז פשטות בכלל נישט אין א גרעסערע סכנה פון דעם וויירוס ווי א געזונטער אינגערמאן.

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2020 10:07 pm
דורך גלות איד
קרייסלער האט געשריבן:מהרי״י מסאטמער איז געווען סנדק ביי צוויי ברית׳ן פארגאנגענעם פרייטאג אין ביהמ״ד הגדול און געגאנגען מיט א מאסק

אדרבה, זיי אונז מזכה מיט א בילד.

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 2:08 am
דורך maybeeynot
קרייסלער האט געשריבן:מהרי״י מסאטמער איז געווען סנדק ביי צוויי ברית׳ן פארגאנגענעם פרייטאג אין ביהמ״ד הגדול און געגאנגען מיט א מאסק

די רבי קומט שוין אריין צי די תפלות אין גרויסן ביה"מ?

Re: ולנו בושת הפנים

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 2:26 am
דורך צד תמות
די ערשטע בילד איז נישט סערדאהעל,
ס'זעהט מיר אויס ווי כ"ק גאב"ד יעמרינג שליט"א