השתגענו???

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: השתגענו???

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג מאי 04, 2020 8:20 pm

שאבעלע האט געשריבן:
שוואנץ האט געשריבן:ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק

די תירץ צום קעפל פונעם אשכול האמיר שוין...
לאמיר שרייען הויעך השתגענו!!!

וואס זאגסטא.. מיר זענען אלעמאל אזוי געווען!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: השתגענו???

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג מאי 05, 2020 11:52 pm

און משלי קאפיטל כז פסוק א' איז דא שטיקל תריץ אויף די קשיא פון די פותח האשכול. וואס פון זיינע ווערטער איז משמע אז ער ווינדערט זיך וויאזוי עס קען זיין
Liberalism is a mental disorder

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 06, 2020 12:33 am

גלות איד האט געשריבן:נו אדרבה, וואס וואלט געווען א אחריות'דיגע מהלך פון ארויסברענגן פאר די עלטערע עולם די ערענסקייט און הארבקייט פון די זאך? מוזן די רבנים ארום גיין מאכן האוס וויזיטס און זיי מסביר זיין די חומר הענין???

איך וויל עכט נישט אריינגיין אין די נושא פון וואס די רבנים וואלטן געדארפט טון, ווייל יעדער רב האלט אנדערש און יעך בין נישט קיין רב צו קענען טיילן דעות פאר רבנים. אבער לדוגמא דאס וואס קאסובער רבי האט געזאגט אדער רבי אברהם שאר און האדמו"ר מקלויזנבורג. אויב וואלטן דאס אלע רבנים געזאגט אדער געשריבן, וואלט מען געפאלגט. רוב רבי'ס האבן נישט דאס געזאגט.

מ'דארף נישט קיין הויז וויזיטס פאר דעם, איין בריוו אין צייטונג וואלט גענוג געווען. אבער קוקט אויס אז די רבנים אליין האלטן נישט אז ס'איז אזוי געפערליך, אויב אזוי ווער בין איך אריינצורעדן.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך גראמער » מיטוואך מאי 06, 2020 12:36 am

מחשב האט געשריבן:דער אמת איז אזוי ווי אסאך האבן שוין געשריבן. און דאס איז, אז דער מאיאריטעט "נישט פאלגערס" און אויבער חכמים זענען אזעלכע וואס זייער וויסנשאפט איז זייער באגרעניצט. מסתמא א גרויסע רוב פון זיי הערט ניטאמאל "קול מבשר", און אוודאי האבן זיי נישט קיין צוטריט צו אייוועלט. און פאר גוטע סיבות. און צופעליג איז וויליאמסבורג געבענטש מיט אסאך פון די טייערע אידן. ירושלים דאמעריקא..

און דער מציאות איז אויך אז די אידן האבן אנטוויקלט א אומצוטרוי אין די רעגירונג בכלל, און ספעציעל אין אונזער פאל ווי זייער אינפארמאציע איז אזוי באגרעניצט, און ס'איז אסאך גרינגער צו מאכן אייגענע השארות ווי צו אננעמען די האלב רויע אינפארמאציע.

אוודאי איז דא אויבער חכמים אפילו פון די וואס ווייסן יא וואס טוט זיך, און פאר פארשידענע סיבות, אבער איך מיין אז רוב ציבור וואס "האלט מיט די נייעס" פאלגט מער ווייניגער.


פון די זעלבער פלאץ ווי זיי האבן געהערט פון די פטירה און זמן הלויה וואלטן זיי געדארפט הערן אז ער באלאנגט נישט דארט...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: השתגענו???

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מאי 06, 2020 1:53 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:נו אדרבה, וואס וואלט געווען א אחריות'דיגע מהלך פון ארויסברענגן פאר די עלטערע עולם די ערענסקייט און הארבקייט פון די זאך? מוזן די רבנים ארום גיין מאכן האוס וויזיטס און זיי מסביר זיין די חומר הענין???

איך וויל עכט נישט אריינגיין אין די נושא פון וואס די רבנים וואלטן געדארפט טון, ווייל יעדער רב האלט אנדערש און יעך בין נישט קיין רב צו קענען טיילן דעות פאר רבנים. אבער לדוגמא דאס וואס קאסובער רבי האט געזאגט אדער רבי אברהם שאר און האדמו"ר מקלויזנבורג. אויב וואלטן דאס אלע רבנים געזאגט אדער געשריבן, וואלט מען געפאלגט. רוב רבי'ס האבן נישט דאס געזאגט.

מ'דארף נישט קיין הויז וויזיטס פאר דעם, איין בריוו אין צייטונג וואלט גענוג געווען. אבער קוקט אויס אז די רבנים אליין האלטן נישט אז ס'איז אזוי געפערליך, אויב אזוי ווער בין איך אריינצורעדן.

עס ליגט ליידער אסאך אמת און וואס איהר שרייבט.
אין די שטעט ווי עס איז דא א שטאטס רב (למשל אנטווערפען), און אפילו ווי נישט, אבער די רבנים האבן נאך א כח (ווי למשל באלטימאר), האבן זיך די רבנים צאמגענומען, און דן געוועהן בכובד ראש מיט דאקטוירים און מעדיקעל עקספערטן די מציאות הדברים, דאן האבן זיי געמאכט א קלארע החלטה פאר זייערע קהילות און מתפללים. למשל אין באלטימאר, האבן די רבנים ארויסגעגעבן א קול קורא, אז מען זאל נישט אויסהערן קיין מעדיקעל עדווייז פון ערגעץ, נישט פון קיין האטליינס, און נישט פון קיין פרענדס. נאר פון די אפציעלע דאקטוירים און די סי. די. סי.

אדער ליידער, ליידער, אין ניו יארק ביים היימישען עולם, איז דא א נייע מין פון דאקטוירים, וואס פארדרייען די קאפ פאר די רבנים טאג און נאכט.
ווער עס איז די מעדיקעל פיעלד, קען קלאהר מעיד זיין דערויף.

איך האב שוין מערערע מאהל געשריבן, איך קען זיך ח"ו נישט מחולק זיין אויף קיין רב. אויב האלט ער אז מען מוז זיך מוסר נפש זיין אויף מנין, דאן האט ער געגעבן א פסק אויף וואס אני הקטן קען זיך נישט מחולק זיין. אבער עס איז דא רבנים וואס האבן נישט ארויס די מציאות הדברים בכלל!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 06, 2020 2:40 pm

פאר פופציג יאר צוריק וואלט מען - דאכט זיך - עס גענומען ערנסטער. לאמיר דיר מסביר זיין. קאשויער רב ר' רפאל זצ"ל פלעגט וויינען: יעדער יונגערמאן מיינט אז ער אליין פארשטייט. אזוי איז עס מיט יעדע זאך. ביזנעס. יעדע זאך. און דאס האט ווייטע קאנצעקווענצן. יעדער שפירט זיך ווי א מומחה. ער האט גארנישט קיין אהנונג וואס ער ווייסט אלץ נישט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 06, 2020 3:52 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:נו אדרבה, וואס וואלט געווען א אחריות'דיגע מהלך פון ארויסברענגן פאר די עלטערע עולם די ערענסקייט און הארבקייט פון די זאך? מוזן די רבנים ארום גיין מאכן האוס וויזיטס און זיי מסביר זיין די חומר הענין???

איך וויל עכט נישט אריינגיין אין די נושא פון וואס די רבנים וואלטן געדארפט טון, ווייל יעדער רב האלט אנדערש און יעך בין נישט קיין רב צו קענען טיילן דעות פאר רבנים. אבער לדוגמא דאס וואס קאסובער רבי האט געזאגט אדער רבי אברהם שאר און האדמו"ר מקלויזנבורג. אויב וואלטן דאס אלע רבנים געזאגט אדער געשריבן, וואלט מען געפאלגט. רוב רבי'ס האבן נישט דאס געזאגט.

מ'דארף נישט קיין הויז וויזיטס פאר דעם, איין בריוו אין צייטונג וואלט גענוג געווען. אבער קוקט אויס אז די רבנים אליין האלטן נישט אז ס'איז אזוי געפערליך, אויב אזוי ווער בין איך אריינצורעדן.

עס ליגט ליידער אסאך אמת און וואס איהר שרייבט.
אין די שטעט ווי עס איז דא א שטאטס רב (למשל אנטווערפען), און אפילו ווי נישט, אבער די רבנים האבן נאך א כח (ווי למשל באלטימאר), האבן זיך די רבנים צאמגענומען, און דן געוועהן בכובד ראש מיט דאקטוירים און מעדיקעל עקספערטן די מציאות הדברים, דאן האבן זיי געמאכט א קלארע החלטה פאר זייערע קהילות און מתפללים. למשל אין באלטימאר, האבן די רבנים ארויסגעגעבן א קול קורא, אז מען זאל נישט אויסהערן קיין מעדיקעל עדווייז פון ערגעץ, נישט פון קיין האטליינס, און נישט פון קיין פרענדס. נאר פון די אפציעלע דאקטוירים און די סי. די. סי.

אדער ליידער, ליידער, אין ניו יארק ביים היימישען עולם, איז דא א נייע מין פון דאקטוירים, וואס פארדרייען די קאפ פאר די רבנים טאג און נאכט.
ווער עס איז די מעדיקעל פיעלד, קען קלאהר מעיד זיין דערויף.

איך האב שוין מערערע מאהל געשריבן, איך קען זיך ח"ו נישט מחולק זיין אויף קיין רב. אויב האלט ער אז מען מוז זיך מוסר נפש זיין אויף מנין, דאן האט ער געגעבן א פסק אויף וואס אני הקטן קען זיך נישט מחולק זיין. אבער עס איז דא רבנים וואס האבן נישט ארויס די מציאות הדברים בכלל!

ביסט זייער גערעכט מיט די פוינט,
אין כהאב הנאה אז אין באלטימאר איז נאך די זאך נישט אינטערגעבראכען אזוי ווי די זאגסט,
איך בוי דעס אויף דיין אינפא (@באלטימאר)

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 06, 2020 3:54 pm

עקטשעלי סאיז דאך אזא יסוד דעס וואס די זאגסט,
ביי יעדע קריזיס וכל שכן ביי א גרעסערע
יצר הרע אמאי מחייב? משום צובע

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 20, 2020 10:05 am

וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.

קול זעקה
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך קול זעקה » מיטוואך מאי 20, 2020 11:22 am

אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.


גיין מיט א מאסק יעצט, איז ווי א שירעם נאך א רעגן
718-480-5349

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך גראמער » מיטוואך מאי 20, 2020 11:32 am

קול זעקה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.


גיין מיט א מאסק יעצט, איז ווי א שירעם נאך א רעגן


אלס געזונטהייט קען מען דעבעטירן, אבער אלס חילול ה׳ מיין איך קען מען נישט דעבעטירן, נאר עס איז א זיכערע פאקט אז ווען א גוי זעהט א איד אן א מאסקע קוקט ער אונז אן ווי אומאחריותדיגע מענטשן. (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך גיי נישט ארויס פון שטוב אן א מאסק, יעדע מאל איך גיי אריבער א גוי שפיר איך ווי איך מאך א קידוש ה׳)

אלטע נייעס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 1:30 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אלטע נייעס » מיטוואך מאי 20, 2020 11:51 am

גראמער האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.


גיין מיט א מאסק יעצט, איז ווי א שירעם נאך א רעגן


אלס געזונטהייט קען מען דעבעטירן, אבער אלס חילול ה׳ מיין איך קען מען נישט דעבעטירן, נאר עס איז א זיכערע פאקט אז ווען א גוי זעהט א איד אן א מאסקע קוקט ער אונז אן ווי אומאחריותדיגע מענטשן. (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך גיי נישט ארויס פון שטוב אן א מאסק, יעדע מאל איך גיי אריבער א גוי שפיר איך ווי איך מאך א קידוש ה׳)

מען קען דן זיין כלל ישראל לכף זכות (נשבענו לכך) אז היות מיר האלטן שוין קרוב צו 2000 יאר אין גלות איז אונזער עקספיריענס געווארן אז מען געטרויט די גוי אויף גארנישט...
אבער על פי שולחן ערוך (בפרט בחושן משפט סימן ס"ח) זעהט מען אז די גויאישע רעגירונג האט א שטארקע נאמנות, כאטש סתם א גוי איז נישט נאמן...
אזוי אויך עיין אוה"ח סימן שכ"ח אז א גוי'אישע דאקטאר האט גאאר א שטארקע נאמנות...
ממילא קוקט אויס [עכ"פ לדעתי] אז די געוואויהייט קומט פונעם המון און נישט פון די תלמידי חכמים במשך הדורות.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 20, 2020 11:56 am

גראמער האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.


גיין מיט א מאסק יעצט, איז ווי א שירעם נאך א רעגן


אלס געזונטהייט קען מען דעבעטירן, אבער אלס חילול ה׳ מיין איך קען מען נישט דעבעטירן, נאר עס איז א זיכערע פאקט אז ווען א גוי זעהט א איד אן א מאסקע קוקט ער אונז אן ווי אומאחריותדיגע מענטשן. (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך גיי נישט ארויס פון שטוב אן א מאסק, יעדע מאל איך גיי אריבער א גוי שפיר איך ווי איך מאך א קידוש ה׳)

ס'הייסט ווען 90 פארצענט גוים האבן שוין אויך דעם מאסק אוועקגעשליידערט, בלייבט עס א חילול השם?

ווען עקספייערט די לאוזאנג פון חילול השם אין אונזער פאל?

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך זענדל » מיטוואך מאי 20, 2020 11:59 am

אונגארישער האט געשריבן:און משלי קאפיטל כז פסוק א' איז דא שטיקל תריץ אויף די קשיא פון די פותח האשכול. וואס פון זיינע ווערטער איז משמע אז ער ווינדערט זיך וויאזוי עס קען זיין

??
הסבר ביטע

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 20, 2020 12:25 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.


גיין מיט א מאסק יעצט, איז ווי א שירעם נאך א רעגן


אלס געזונטהייט קען מען דעבעטירן, אבער אלס חילול ה׳ מיין איך קען מען נישט דעבעטירן, נאר עס איז א זיכערע פאקט אז ווען א גוי זעהט א איד אן א מאסקע קוקט ער אונז אן ווי אומאחריותדיגע מענטשן. (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך גיי נישט ארויס פון שטוב אן א מאסק, יעדע מאל איך גיי אריבער א גוי שפיר איך ווי איך מאך א קידוש ה׳)

ס'הייסט ווען 90 פארצענט גוים האבן שוין אויך דעם מאסק אוועקגעשליידערט, בלייבט עס א חילול השם?

ווען עקספייערט די לאוזאנג פון חילול השם אין אונזער פאל?

פון וועלכע גוים רעדט איר? אין ניו יארק אינדרויסען פון די היימישע געגענטן גייען 95% מענטשען מיט א מאסק

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 20, 2020 12:28 pm

ווי איך דריי זיך (אינדרויסן פון געגנט) גייען רוב גיום נישט מיט קיין מאסק מער!

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: השתגענו???

תגובהדורך לייטער » מיטוואך מאי 20, 2020 12:31 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ווי איך דריי זיך (אינדרויסן פון געגנט) גייען רוב גיום נישט מיט קיין מאסק מער!

איך בין יעצט אין גוישע געגנט( כמעט א גאנצע טאג ) 90% גייט מיט א מאסק,( איך אויך אלץ קידוש השם )
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 20, 2020 12:43 pm

ווייס איך נישט אין וועלכע געגנט מען קראכט די ניס אבער אין די סיטי גייען רוב מיט מאסקעס, וואס איך זעה. און אזוי הער איך פון מענטשען אין אפסטעיט

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 20, 2020 1:04 pm

אויף די קליפס פון די סאוט 8 שול זעט מען יעדעם ארויסגיין מיט א מאסק, ס'קוקט ממש אויס ווי ס'געווען א חלוקה דארט... אבער די קידוש ה' איז נאכאלץ גרויס.

א וויכטיגע נאטיץ פאר אלע שמשים וגבאים אנצוגרייטן א באקס מיט מאסקעס לעת הצורך.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 20, 2020 1:07 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אויף די קליפס פון די סאוט 8 שול זעט מען יעדעם ארויסגיין מיט א מאסק, ס'קוקט ממש אויס ווי ס'געווען א חלוקה דארט... אבער די קידוש ה' איז נאכאלץ גרויס.

א וויכטיגע נאטיץ פאר אלע שמשים וגבאים אנצוגרייטן א באקס מיט מאסקעס לעת הצורך.

ווי אויך. צו הענגען נאו טרענספעסינג טאוולען ביי אלעי אריינגענג...

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 20, 2020 1:22 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ווי איך דריי זיך (אינדרויסן פון געגנט) גייען רוב גיום נישט מיט קיין מאסק מער!

די גוים וואס גייען אן א מאסק מאכן חילול השם...

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך מאי 20, 2020 1:24 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.

די וואס גייען נישט קיין מאסק שפירן נישט אז זיי דארפן גיין מיט א מאסק, און דאס איז דער ריינער אמת! און דאס איז דער תירוץ.

פארוואס זיי שפירן אזוי, איז דא זייער א סאך סיבות, אבער קיין מאבד עצמם לדעת זענען זיי נישט.

און וועגן דער גוי, וואס איז טאקע מיט דער גוי? ער שפירט יא אז ער מוז עס גיין? און אויב דער תירוץ איז אז יא, אז יעדער גוי וואס שפירט אז ער דארף עס גיין, גייט עס, און דער וואס נישט, נישט, איז וואס יעצט? דארפן מיר גיין ווי נערנים אויף דער גאס מיט א מאסק ביז דער לעצטע גוי וועט עס אויס טוהן.

ילמדנו רבינו ווי אייין און ווי אויס, און היכי דמי חילול ה' און ווען ענדיגט זיך עס??? דארף טאקע איינער וואס האט אנטי-באדיס עס גיין פאר נאך א יאר להוציא מחשש חילול ה'?

איך מיין אז מיר זענען טאקע משוגע געווארן, א דור הפלגה ממש ווי איינער פארשטייט נישט דעם צווייטן, און דער וואס איז נאך נישט משוגע געווארן גייט משוגע ווערען. קיינער פארשטייט נישט יענעם. די וואס גייען נישט קיין מאסקעס פארשטייען נישט פארוואס און פאר ווען ער דארף גיין א מאסק (חוץ משום חילול ה' וואס לא דבר קטן הוא), און די וואס גייען יא מאסקעס מיט דייקנות פארשטייען נישט פארוואס אנדערע גייען עס נישט. א צודרייטע וועלט ווי מען מוז טוהן ווייל יענער האט דער אויבער האנט, און אז נישט איז עס א חילול ה', און אפשר טאקע.

ווייסט איינער דער פתרון ווייל איך בין שוין אין גאנצן צומישט. יא חילול ה'? נישט חילול ה', ווען ווערט עס אויס חילול ה'?

איז חילול ה' תלוי אין דער גאווערנער, מעיאר, אדער גאר דער פרעזידענט? אדער גאר אין דיין גויאישן שכן?

איך וועל פרעגן א ביסל שטערקער. איז חילול ה' תלוי אין דער גאווערנער מיט זיין פארשטינקענע פאליטיק, מעיאר מיט זיין פארשטינקענע פאליטיק, אדער גאר דער פרעזידענט מיט זיין פארשטינקענע פאליטיק? טעיק-יור-פיק! אדער גאר אין דיין גויאישן שכן וויאזוי ער קוקט דיר אן מיט זיין נערישן שכל?

אונז זענען דער עם חכם ונבון, און יעצט קיין אל"ף בי"ת קענען מיר נישט! יעדער האט געוואלט דעם צווייטן צורייסן די לעצטע 10 וואכען! ווי איז אונזער שכל? קענען מיר טאקע נישט פארשטיין איינעם די אנדערן?
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום מיטוואך מאי 20, 2020 1:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך מאי 20, 2020 1:33 pm

עס איז נישט קיין חיוב צו גיין מיט א מאסק ס'זעיט שטארק אויס אז דאס איז א חלק פון קאומאוס געים וואס מ'טאר נישט מיטשפילן מיט אים )
אבער ווען דו דרייסטוך נעבן עכו"ם וואס גייט מיט א מאסק אדער דו שטייסט ביים רעזיסטער אין עסן געשעפט און דער קעשיר גייט מיט א מאסק ביטע זייט אזוי רעכענענדיג מיט יענעם און טו דיר אן א מאסק פאר יענע פאר מינוטן

וכן אני נוהג

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך מאי 20, 2020 1:37 pm

שליו ודגים האט געשריבן:עס איז נישט קיין חיוב צו גיין מיט א מאסק ס'זעיט שטארק אויס אז דאס איז א חלק פון קאומאוס געים וואס מ'טאר נישט מיטשפילן מיט אים )
אבער ווען דו דרייסטוך נעבן עכו"ם וואס גייט מיט א מאסק אדער דו שטייסט ביים רעזיסטער אין עסן געשעפט און דער קעשיר גייט מיט א מאסק ביטע זייט אזוי רעכענענדיג מיט יענעם און טו דיר אן א מאסק פאר יענע פאר מינוטן

וכן אני נוהג

וכן גם אני נוהג און מיט א זהירות. אבער דורך רעדן די משוגעת איז מיין איך א געזונטע זאך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 20, 2020 2:02 pm

רוב פלעצער לאזט מען סייווי נישט אריין אן קיין מאסק


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט