השתגענו???

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 04, 2020 3:36 pm

קעדילעק האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו

פון די מענטאליטי קומט ארויס די "קידוש ה'" לויות מיט אלע אירע קאנסעקווענצן..

וואס מיינט גיין אין שוהל מיט סאושל דיסטענסינג? ס'מיינט אז ס'איז נישטא קיין איין מינוט ווי צוויי אירע שטייען נאנט איינער צום צווייטן? אדער ס'מיינט אז נאר ווען מ'שטייט שמו"ע איז מען אפגערוקט. אבער דא און דארט איז מען יא נאר א פיס אפגערוקט. איז עס טאקע סאושל דיסטענסינג? ווייל אויב ס'איז איין מינוט יא נאנט איינער צום צווייטן, פארלירט עס די גאנצע מכוון. לויט ווי איך שטעל מיך פאר, איז נישט פארהאן קיין איין מינוט ווי צוויי אירע קומען זיך צאם. אויב דו זאגסט אז ס'איז סאושל דיסטענסינג. און לויט ווי איך פארשטיי איז סאושל דיסטענסינג 6 פיס. אויב נישט, רוף עס נישט סאושל דיסטענסינג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך גלות איד » מאנטאג מאי 04, 2020 3:49 pm

מחשב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
א פרומע היימישע חסידישע איד, וואס האט נישט קיין אינטערנעט, ער האט נישט קיין סמארטפאון, ער האט נישט פון ווי צו באקומען זיין אינפארמאציע.

קול מבשר האט אלעס געמאלדן. די צייטונגען האבן אלעס געמאלדן.

קודם כל ער הערט נישט קול מבשר, די בני בית הערט, און געט איבער ווי זי פארשטייט. משא"כ דאס אז אין בארא פארק האט עס שוין יעדער געהאט האט ער אליין געהערט פון משה עסקן ביי די סאשעל געדיסטענסינג מנין. נו מה חזית?...

ועוד, אז דער זעלבער קול מבשר האט אויך א אינטערוויא אז פאר אינגע מענטשן איז עס גארנישט/אויך שעדליך, און אז די סגולה שמירעכטץ העלפט וואונדערליך/נישט, און אז 90 פראצענט קר"י האט עס שוין געהאט/נישט געהאט, און אז די שפיטאל איז וואס הרג'עט נישט די וויירוס, און אויך דער אינטערוויא אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז דער שפיטאל הרג'ט.

נו, איז וואס טוט מען למעשה? מ'טוט וואס ס'זעהט אויס מאכט די מערסטע סענס פאר אזא סייענטיסט ווי ער, און אויך דאס וואס זעהט אויס לייכט צו קענען לעבן דערמיט.

נו אדרבה, וואס וואלט געווען א אחריות'דיגע מהלך פון ארויסברענגן פאר די עלטערע עולם די ערענסקייט און הארבקייט פון די זאך? מוזן די רבנים ארום גיין מאכן האוס וויזיטס און זיי מסביר זיין די חומר הענין???

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 04, 2020 3:52 pm

אגב קול מבשר, (איך זאג נישט דערמיט מיין מיינונג דערויף לגבי די אויסגעהאלטנקייט פון יעדעס ווארט וכו' וכו') האט אראפגעלייגט זייער זייער א געטרייער ארבעט. (קען זיין זיי טוען עס וועגן געלט, אבער פאקט איז פאקט). זיי האבן זייער שווער געארבעט צו אינפארמירן דעם עולם. און ווער ס'האט געוואלט האט געהאט פון וואו צו שעפן א גוט ווארט, אינפארמאציע, און נאך. זיי האבן אגאנצן צייט זיכער געמאכט אז מ'זאל אויסדרוקליך וויסן און פארשטיין אז מ'זאל פאלגן דאס מערסטע שייך. זיי האבן אפילו ארויפגעברענגט רבנים, דיינים, וואס זאלן זאגן זייער דעת תורה בנוגע 'ונשמרתם'. ר' חיד"א ווייס נ"י איז דארט געווען. זיי האבן זייער שווער געארבעט אז מ'זאל וויסן און פארשטיין אז אן ערליכער יוד מיינט 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם'. אז מ'זאל היטן סאושל דיסטענסינג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך גרשון » מאנטאג מאי 04, 2020 3:54 pm

מחשב, דו רעדסט דברים של טעם, אבער ס'איז למעשה בלויז געשטופט די טענה פון פוינט עי צו פוינט בי. אויב דער פרומער יונגערמאן, וואס הערט נישט און ליינט נישט און ווייסט בלויז וואס ער הערט אין קאווע שטיבל (אין פרידנס צייטן, יעצט וואס זיין ווייב הערט אויף דער קאנפערענץ ליניע מיט אירע חבר'טעס), פארשטייט נישט גענוג קלאר וואס ער דארף באמת טון, איז א קשיא אויף די געמיינדע פירער וועלכע ווייזן עס נישט אן קלאר. אז מ'הערט נישט אויס דעם מעיאר אויף טעלעוויזיע, דארף מען כאטש הערן ביים שבת הגדול דרשה וואס ס'איז עומד על הפרק.

זאת ועוד, מעג יעדער וויסן אז מ'דארף הארכן רבנים, הצלה, און אנערקענטע עסקנים, און נישט מיינונגען הפורחים באויר פון יעדן שמויגער וואס האט זיך געמאכט א האטליין. אמאל איז דאס געווען א דבר פשוט, אן אדם מן השורה האט פארשטאנען אז ער גייט שטימען, וואקצינירט זיך, רעדט יא אדער נישט צו דער פרעסע, און פאלגט רעגירונג אנווייזונגען לויט ווי ערפארענע כלל טוער הייסן. דאס גאנצע אנשיקעניש וואו יעדער האט אן אייגענע דעה און זוכט צו זיין קליגער איז גאנץ יונג, מסתמא נאכנישט בר מצוה געהאט.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 04, 2020 3:56 pm

גלות איד האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
א פרומע היימישע חסידישע איד, וואס האט נישט קיין אינטערנעט, ער האט נישט קיין סמארטפאון, ער האט נישט פון ווי צו באקומען זיין אינפארמאציע.

קול מבשר האט אלעס געמאלדן. די צייטונגען האבן אלעס געמאלדן.

קודם כל ער הערט נישט קול מבשר, די בני בית הערט, און געט איבער ווי זי פארשטייט. משא"כ דאס אז אין בארא פארק האט עס שוין יעדער געהאט האט ער אליין געהערט פון משה עסקן ביי די סאשעל געדיסטענסינג מנין. נו מה חזית?...

ועוד, אז דער זעלבער קול מבשר האט אויך א אינטערוויא אז פאר אינגע מענטשן איז עס גארנישט/אויך שעדליך, און אז די סגולה שמירעכטץ העלפט וואונדערליך/נישט, און אז 90 פראצענט קר"י האט עס שוין געהאט/נישט געהאט, און אז די שפיטאל איז וואס הרג'עט נישט די וויירוס, און אויך דער אינטערוויא אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז דער שפיטאל הרג'ט.

נו, איז וואס טוט מען למעשה? מ'טוט וואס ס'זעהט אויס מאכט די מערסטע סענס פאר אזא סייענטיסט ווי ער, און אויך דאס וואס זעהט אויס לייכט צו קענען לעבן דערמיט.

נו אדרבה, וואס וואלט געווען א אחריות'דיגע מהלך פון ארויסברענגן פאר די עלטערע עולם די ערענסקייט און הארבקייט פון די זאך? מוזן די רבנים ארום גיין מאכן האוס וויזיטס און זיי מסביר זיין די חומר הענין???

ניין.

איך בין מסביר די מציאות, איך זאג נישט קיין טענה.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 3:57 pm

פארוואס קענען די עסקנים נישט עפענען א פשוטע האטליין אזויווי יעדער אנדערע שטאט האט געטוהן, מיט פונקטליכע אנווייזונגען און ידיעות?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 04, 2020 3:59 pm

נשמה האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
א פרומע היימישע חסידישע איד, וואס האט נישט קיין אינטערנעט, ער האט נישט קיין סמארטפאון, ער האט נישט פון ווי צו באקומען זיין אינפארמאציע.

קול מבשר האט אלעס געמאלדן. די צייטונגען האבן אלעס געמאלדן.

קודם כל ער הערט נישט קול מבשר, די בני בית הערט, און געט איבער ווי זי פארשטייט. משא"כ דאס אז אין בארא פארק האט עס שוין יעדער געהאט האט ער אליין געהערט פון משה עסקן ביי די סאשעל געדיסטענסינג מנין. נו מה חזית?...

ועוד, אז דער זעלבער קול מבשר האט אויך א אינטערוויא אז פאר אינגע מענטשן איז עס גארנישט/אויך שעדליך, און אז די סגולה שמירעכטץ העלפט וואונדערליך/נישט, און אז 90 פראצענט קר"י האט עס שוין געהאט/נישט געהאט, און אז די שפיטאל איז וואס הרג'עט נישט די וויירוס, און אויך דער אינטערוויא אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז דער שפיטאל הרג'ט.

נו, איז וואס טוט מען למעשה? מ'טוט וואס ס'זעהט אויס מאכט די מערסטע סענס פאר אזא סייענטיסט ווי ער, און אויך דאס וואס זעהט אויס לייכט צו קענען לעבן דערמיט.

אגב קול מבשר, (איך זאג נישט דערמיט מיין מיינונג דערויף לגבי די אויסגעהאלטנקייט פון יעדעס ווארט וכו' וכו') האט אראפגעלייגט זייער זייער א געטרייער ארבעט. (קען זיין זיי טוען עס וועגן געלט, אבער פאקט איז פאקט). זיי האבן זייער שווער געארבעט צו אינפארמירן דעם עולם. און ווער ס'האט געוואלט האט געהאט פון וואו צו שעפן א גוט ווארט, אינפארמאציע, און נאך. זיי האבן אגאנצן צייט זיכער געמאכט אז מ'זאל אויסדרוקליך וויסן און פארשטיין אז מ'זאל פאלגן דאס מערסטע שייך. זיי האבן אפילו ארויפגעברענגט רבנים, דיינים, וואס זאלן זאגן זייער דעת תורה בנוגע 'ונשמרתם'. ר' חיד"א ווייס נ"י איז דארט געווען. זיי האבן זייער שווער געארבעט אז מ'זאל וויסן און פארשטיין אז אן ערליכער יוד מיינט 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם'. אז מ'זאל היטן סאושל דיסטענסינג.

אמת. אבער די ריבוי האינפארמאציע, און די קליינע סתירות'לעך צווישן איין דאקטאר און דער צווייטער, און די גרעסערע סתירות'לעך צווישן איין עסקן און דער צווייטער, און די נאך גרעסערע סתירות צווישן סתם המון עם אינטערויואי און זיין חבר, ברענגט א צומישעניש אין די מציאות הדברים און אינעם מעסעדזש.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 04, 2020 4:05 pm

מחשב האט געשריבן:אמת. אבער די ריבוי האינפארמאציע, און די קליינע סתירות'לעך צווישן איין דאקטאר און דער צווייטער, און די גרעסערע סתירות'לעך צווישן איין עסקן און דער צווייטער, און די נאך גרעסערע סתירות צווישן סתם המון עם אינטערויואי און זיין חבר, ברענגט א צומישעניש אין די מציאות הדברים און אינעם מעסעדזש.

די עצם 'גזירה' איז געקומען נעבעך מיט א צעמישעניש.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך גרשון » מאנטאג מאי 04, 2020 4:06 pm

נאר צוצולייגן איין ווארט צו מיינע פריערדיגע:

אין דער אלגעמיינער וועלט זענען אויך דא, מסתמא נאכמער ווי ביי אונז, אלטערנאטיווע מענטשן מיט אלע סארטן מיינונגען. אבער דער עמך גוי ווייסט אז אזוי האט דער מעיאר/גאווערנאר געהייסן, מער אינטערעסירט אים נישט.

להבדיל פעלט אויס ביי אונזער געמיינדע אז די פירער זאלן קלאר ארויסברענגען דעם מעסעדזש, און אז דער ציבור זאל נישט זיין נייגעריג וואס פלוני אלמוני זאגט, נאר אינעם אפיציעלן מעסעדזש וואס רבנים און עסקנים הייסן טון.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: השתגענו???

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 04, 2020 4:08 pm

נשמה האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו

פון די מענטאליטי קומט ארויס די "קידוש ה'" לויות מיט אלע אירע קאנסעקווענצן..

וואס מיינט גיין אין שוהל מיט סאושל דיסטענסינג? ס'מיינט אז ס'איז נישטא קיין איין מינוט ווי צוויי אירע שטייען נאנט איינער צום צווייטן? אדער ס'מיינט אז נאר ווען מ'שטייט שמו"ע איז מען אפגערוקט. אבער דא און דארט איז מען יא נאר א פיס אפגערוקט. איז עס טאקע סאושל דיסטענסינג? ווייל אויב ס'איז איין מינוט יא נאנט איינער צום צווייטן, פארלירט עס די גאנצע מכוון. לויט ווי איך שטעל מיך פאר, איז נישט פארהאן קיין איין מינוט ווי צוויי אירע קומען זיך צאם. אויב דו זאגסט אז ס'איז סאושל דיסטענסינג. און לויט ווי איך פארשטיי איז סאושל דיסטענסינג 6 פיס. אויב נישט, רוף עס נישט סאושל דיסטענסינג.

אוי נשמה'לע נשמה'לע...

ווען מען גייט אויפן גאס אדער אין גראסערי ביזטו אויך אזוי מדקדק אויב מען שטייט יעדע רגע אפגערוקט זעקס פיס??? מרעדט דאך אז רוב צייט איז מען אזוי
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 4:12 pm

גרשון האט געשריבן:נאר צוצולייגן איין ווארט צו מיינע פריערדיגע:

אין דער אלגעמיינער וועלט זענען אויך דא, מסתמא נאכמער ווי ביי אונז, אלטערנאטיווע מענטשן מיט אלע סארטן מיינונגען. אבער דער עמך גוי ווייסט אז אזוי האט דער מעיאר/גאווערנאר געהייסן, מער אינטערעסירט אים נישט.

להבדיל פעלט אויס ביי אונזער געמיינדע אז די פירער זאלן קלאר ארויסברענגען דעם מעסעדזש, און אז דער ציבור זאל נישט זיין נייגעריג וואס פלוני אלמוני זאגט, נאר אינעם אפיציעלן מעסעדזש וואס רבנים און עסקנים הייסן טון.

על זה אנו בוכים, נישטא קיין אפיציעלע מעסידש דאהי!
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 04, 2020 4:20 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו

פון די מענטאליטי קומט ארויס די "קידוש ה'" לויות מיט אלע אירע קאנסעקווענצן..

וואס מיינט גיין אין שוהל מיט סאושל דיסטענסינג? ס'מיינט אז ס'איז נישטא קיין איין מינוט ווי צוויי אירע שטייען נאנט איינער צום צווייטן? אדער ס'מיינט אז נאר ווען מ'שטייט שמו"ע איז מען אפגערוקט. אבער דא און דארט איז מען יא נאר א פיס אפגערוקט. איז עס טאקע סאושל דיסטענסינג? ווייל אויב ס'איז איין מינוט יא נאנט איינער צום צווייטן, פארלירט עס די גאנצע מכוון. לויט ווי איך שטעל מיך פאר, איז נישט פארהאן קיין איין מינוט ווי צוויי אירע קומען זיך צאם. אויב דו זאגסט אז ס'איז סאושל דיסטענסינג. און לויט ווי איך פארשטיי איז סאושל דיסטענסינג 6 פיס. אויב נישט, רוף עס נישט סאושל דיסטענסינג.

אוי נשמה'לע נשמה'לע...

ווען מען גייט אויפן גאס אדער אין גראסערי ביזטו אויך אזוי מדקדק אויב מען שטייט יעדע רגע אפגערוקט זעקס פיס??? מרעדט דאך אז רוב צייט איז מען אזוי

אין גראסעריי גייט מען מיט א מאסק. רוף עס נישט סאושל דיסטענסיג. עס איז נישט סאושל דיסטענסינג. עס האט גארנישט מיט סאושל דיסטענסינג. סאושל דיסטענסינג איז א מהלך וויאזוי א וויירוס זאל זיך נישט איבערכאפן. סאושל דיסטענסינג איז א שיטה וואס מ'דארף יוצא זיין? זאל השי"ת האלטן זיין רעכטע האנט. שומר פתאים ה'.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג מאי 04, 2020 4:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שוואנץ
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:26 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך שוואנץ » מאנטאג מאי 04, 2020 4:21 pm

אויב מעג איך אריין ווארפען מיינע צוויי צענט..........

1. משל - ווען די שטאט מאכט נייע געזעצען ביים פארען רעד לייטס, ספיד, סיט בעלטס, סטאפ סיינס וכדו' טראכט נישט קיינער קיין צווי מאהל נאר מען פאלגט.
ביטע זיך נישט ארויף כאפען אויף די משל נאר פארשטיין מיין נקודה אז אינטער נארמאלע אומשטענדען און אינטער נארמאלע געזעצען פאלגט א יעדער איינער און אויב נישט פארשטייט ער אז ער קען אויסשטיין קנסות פאר דעם (ובפרט ביי זאכען דעבידי לגלויי פאר די רעגירונג)

2. "קאראנע" וויפיל מען זאל נאר מסביר זיין און סטראשענען און אנצייגען וויפיל עס זענען שוין אוועק און ווי שטארק מען זעהט שוין די שעדליכקייט און אנשרעקען דעם עולם וועט עס נישט העלפען פאר צוויי סיבות א. ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק (שריי מיר נישט אז כמעט 2000 יודען זענען אוועק וייל דאס איז ווייניגער ווי א צענטעל פון א פראצענט פון די צענדליגער צו אפשר הונדרעטער טויזענטער אידען וואס זענען געבליבען לעבען און ניטאמאהל געהאט קאמפליקאציעס.
ב' ווייל וויפיל מען זאל נאר מסביר זיין און סטראשענען און אנצייגען וויפיל עס זענען שוין אוועק און ווי שטארק מען זעהט שוין די שעדליכקייט און אנשרעקען דעם עולם איז דאך למעשה די גאנצע זייך ווייט פון קלאהר וואס די ריכטיגע מהלך איז און די רעגירונג אליינס איז דאך מודה צו דעם ממילא נעמען נישט מענטשען אזוי ערענסט די גנצע זאך.

קום איך יעצט צו צום אויספיר:
כדי א מענטש (איד) זאל פאלגען די רעגירונג דארף זיין צוויי זאכען 1. ער זאל פארשטיין אז די פארלאנג פון די רעגירונג וועט באמת ראטעווען די פראבלעם וואס מען וויל ראטעווען און אן דעם וועט טאקע זיין קאטאסטראפע 2. אז די באשלוס פון די רעגירונג איז גאר אן ערענסטע און וועט זיך נישט טוישען א יעדע פאהר טעג ווייל זיי גלייבען און דעם און מען וועט דאס באמת אינפארסירען.

ממילא ביי א געזעץ פון נישט פארען אויף רויט לייט וואס יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט און קאטעסטראפע אן דעם, און מען זעהט די אמתדיגקייט וואס די רעגירונג האט צו דעם און די קנסות וואס מען באקומט פארן נישט פאלגען איז נישט דא קיין פראבלעמען און די מעיאר דארף נישט אראפקומען דאס צו אינפארסען, משא"כ קאראנע וואס נישט יעדער פארשטייט די ווכטיגקייט והא ראי' אז קיינער איז נישט געשטארבען (כמעט קיינער ווי אויבען דערמאנט) מיטן גיין און מקוה, ביהמ"ד, אנע מאסקע, און די זעקס פיס פונעם שכן...... און די רעגירונג איז אליינס נישט זיכער מיט זיך און אינפארסט עס נישט ווי די רויטלייט (עכ"פ ביז יעצט) פאלגט מען נישט

לסיכום:
א יעדער נארמאלע מענטש פאלגט וואס די שטאט הייסט וח"ו צו זאגען אז די יודעלעך פאלגען נישט נאר ווען עס קומט צו אזא שווערע, מאדנע, אומקלארע זאך איז דא אסאך וואס פאלגען נישט, אבער אוודאי דארף מען אונז זיין קלוגער פון דעם און אויספאלגען סיי אלס דינא דמלכיתא דינא, סיי אלת קידוש השם און סיי אלס המציל נפש אחת

(אנטשולדיגט אויב עס איז צו לאנג און אומקלאהר אבער פרובירט צו פארשטיין וואס איך וויל ארויס ברענגען)

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 4:26 pm

שוואנץ האט געשריבן:א. ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק (שריי מיר נישט אז כמעט 2000 יודען זענען אוועק וייל דאס איז ווייניגער ווי א צענטעל פון א פראצענט פון די צענדליגער צו אפשר הונדרעטער טויזענטער אידען וואס זענען געבליבען לעבען און ניטאמאהל געהאט קאמפליקאציעס.

מסכים, אבער רוב פון די הונדרעטער טויזענטער אידען האבן פארלוירען אדער כמעט פארלוירען א באקאנטע. דעס וואלט געדארפט צו זיין גענוק.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 04, 2020 4:27 pm

שוואנץ האט געשריבן:"ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק..."

אפילו אויב עס זענען נישט געשטארבן (ווייל השי"ת האט געהיטן) נאר ווייסעך וויפיל, מיט דעם אלעם, דער צוגאנג אליין, דער צוגאנג אז מ'מוז נישט אזוי אכטונג געבן, ווייל עס גייען נאר שטארבן כך וכך, דער צוגאנג האט געמאכט - בדרך הטבע - אז ס'זאל שטארבן כך וכך. אפילו אויב דער כך וכך איז נאר א פראצענט פון א פראצענט. וואלטן נישט געווען אזויפיל אנגעשטעקטע, וואלטן - בדרך הטבע - נישט געשטארבן אזויפיל מענטשן. ווי מער אנגעשטעקטע, אלץ מער וועלן שטארבן - בדרך הטבע. און מיר דארפן גיין בדרך הטבע ווען ס'קומט צו די מידה פון רציחה/רחמנות. כי יפול הנופל ממנו.

מיר יודן האבן א פליכט פון האבן די מידה פון רחמנות. ווען דו זאגסט אז ס'האט ממש נישט צו טון מיט סאושל דיסטענסינג. ווייל דו ווייסט הונדערט פראצענט אז מ'האט זיך באמת געוואטשט, און דאך זענען געשטארבן כך וכך. קענסטו זאגן: קוק אהער, איך בין אין הימעל, און איך ווייס קלאר אז ס'האט נישט קיין שייכות איינס מיט'ן צווייטן. צום ביישפיהל: ס'האט מיט די לופט. אבער דו ביסט מודה אז א פראצענט זענען יא געשטארבן, און דוקא פון דעם צוגאנג. איז רבש"ע פון וואו נעמסטו דאס אחריות דאס אנצורופן אז קיינער איז נישט געשטארבן? פון וואו?

די גאנצע זאך אז מ'איז נישט געשטארבן, קומט נישט פון 'סייענס'. עס קומט ווייל דער פון אויבן האט געהיטן. וויפיל ניסים ונפלאות איז געשעהן אז מ'איז נישט געשטארבן. וויפיל? דו ווייסט? דו האסט א אהנונג? שומר פתאים ה'.

אבער דאס אז מ'היט זיך נישט, דאס איז כנגד התורה. ס'איז כנגד התורה צו זאגן אז "קיינער איז נישט געשטארבן". סייענטיסטן זאגן אזוי. סייענטיסטן זאגן: קיינער איז נישט געשטארבן. פארוואס? ווייל פראצענטועל איז קיינער נישט געשטארבן. אבער א יוד? מיט הארץ?

אנשטאט זאגן "מיר וואלטן זיך געדארפט מער אכטונג געבן, כדאי עס זאלן נישט שטארבן אזויפיל מענטשן" זאגסטו "קיינער איז נישט געשטארבן" ?

קודם האט מען זיך נישט אזוי אכטונג געגעבן, ווייל עס גייט נאר שטארבן אפשר א מיעוט שבמיעוט, טאקע פון די נישט אכטונג געבן. און נאכדעם דארף מען זיך נישט אכטונג געבן ווייל "זעהסט דאך אז קיינער איז נישט געשטארבן".

איך מיין נישט דיך. איך בין זייער ברוגז אויף דעם אויסדרוק "קיינער איז נישט געשטארבן".

עס איז אונז נישט נוגע צו סאושל דיסטענסינג ארבעט הונדערט פראצענט. מיר טוען סאושל דיסטענסינג ווייל מיר זענען יודן. ווייל אפשר אפשר וועט עס ראטעווען. מיר ווייזן פאר דער אייבערשטער ווי שטארק מיר שוינען א צווייטן יוד. ווי שטארק מיר האבן זיך ליב. און ווי שטארק מיר ווילן נישט אז יענער זאל שטארבן. מיר טוען עס נישט ווייל דאס איז טאקע וואס העלפט.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג מאי 05, 2020 3:53 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: השתגענו???

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 04, 2020 4:28 pm

שכוח שוואנץ!

;l;p-

יעדער פארשטייט אז די דיבורים פון וואס ער רעדט מיינט ער נאר וואס א מענטש טראכט און נישט אז די פאקט איז טאקע אזוי
אבער לעצם הענין, בעיקר די צווייטע טענה זאגט ער זייער גוט, יעדער מענטש האט געקענט טראכטן אז עס איז בכלל נישט וויכטיג (למשל) גיין מיט א מאסק און סאשעל דיסטינסינג, והראי' די פאליציי האבן עס 'בכלל נישט' אינפארסירט ביז א וואך צוריק, ודוק כי נכון הוא
לעצט פאראכטן דורך אונגארישע הייזער אום מאנטאג מאי 04, 2020 5:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מאי 04, 2020 4:30 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
שוואנץ האט געשריבן:א. ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק (שריי מיר נישט אז כמעט 2000 יודען זענען אוועק וייל דאס איז ווייניגער ווי א צענטעל פון א פראצענט פון די צענדליגער צו אפשר הונדרעטער טויזענטער אידען וואס זענען געבליבען לעבען און ניטאמאהל געהאט קאמפליקאציעס.

מסכים, אבער רוב פון די הונדרעטער טויזענטער אידען האבן פארלוירען אדער כמעט פארלוירען א באקאנטע. דעס וואלט געדארפט צו זיין גענוק.

אבער דער (רוב) עולם האט עס דאך שוין געהאט, טא וואס זאל ער יעצט אנטוען א מאסק?

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: השתגענו???

תגובהדורך לייטער » מאנטאג מאי 04, 2020 4:39 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
שוואנץ האט געשריבן:א. ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק (שריי מיר נישט אז כמעט 2000 יודען זענען אוועק וייל דאס איז ווייניגער ווי א צענטעל פון א פראצענט פון די צענדליגער צו אפשר הונדרעטער טויזענטער אידען וואס זענען געבליבען לעבען און ניטאמאהל געהאט קאמפליקאציעס.

מסכים, אבער רוב פון די הונדרעטער טויזענטער אידען האבן פארלוירען אדער כמעט פארלוירען א באקאנטע. דעס וואלט געדארפט צו זיין גענוק.

אבער דער (רוב) עולם האט עס דאך שוין געהאט, טא וואס זאל ער יעצט אנטוען א מאסק?

ווייל די גוים ווייסן נישט דעיס און די וויירוס דרייט זיך ארום אינדרויסן פון וויליאמסבורג, דזשאסט זיי זאלן אנקיקן אידן ווי אחרית'דיגע מענטשן וואס ווילן נישט אנשטעקן קיינעם
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מאי 04, 2020 5:00 pm

לייטער האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
שוואנץ האט געשריבן:א. ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק (שריי מיר נישט אז כמעט 2000 יודען זענען אוועק וייל דאס איז ווייניגער ווי א צענטעל פון א פראצענט פון די צענדליגער צו אפשר הונדרעטער טויזענטער אידען וואס זענען געבליבען לעבען און ניטאמאהל געהאט קאמפליקאציעס.

מסכים, אבער רוב פון די הונדרעטער טויזענטער אידען האבן פארלוירען אדער כמעט פארלוירען א באקאנטע. דעס וואלט געדארפט צו זיין גענוק.

אבער דער (רוב) עולם האט עס דאך שוין געהאט, טא וואס זאל ער יעצט אנטוען א מאסק?

ווייל די גוים ווייסן נישט דעיס און די וויירוס דרייט זיך ארום אינדרויסן פון וויליאמסבורג, דזשאסט זיי זאלן אנקיקן אידן ווי אחרית'דיגע מענטשן וואס ווילן נישט אנשטעקן קיינעם

אה פון די גוים ארום וומ"ס, איז טאקע א פראבלעם, ווייל זיי קענען ארויסקוקן צוליב וואס זיי גייען נישט מיט קיין מאסקעס...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 04, 2020 5:50 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:שכוח שוואנץ!

;l;p-

יעדער פארשטייט אז די דיבורים פון וואס ער רעדט מיינט ער נאר וואס א מענטש טראכט און נישט אז די פאקט איז טאקע אזוי
אבער לעצם הענין, בעיקר די צווייטע טענה זאגט ער זייער גוט, יעדער מענטש האט געקענט טראכטן אז עס איז בכלל נישט וויכטיג (למשל) גיין מיט א מאסק און סאשעל דיסטינסינג, והראי' די פאליציי האבן עס 'בכלל נישט' אינפארסירט ביז א וואך צוריק, ודוק כי נכון הוא

ש'כח פאר'ן קלאר מאכן. איך האב געמיינט אז דאס איז זיין שיטה. איך בעהט אים איבער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג מאי 04, 2020 6:10 pm

געלעגער האט געשריבן:איך זיץ יעצט נאכן ליינען אגאנצן טאג וואס עס האט זיך היינט אפגעטון אין וויליאמסבורג און אין ב.פ. און איך פראביר מצמצם צו זיין מיין מח און מאכן א סך הכל וואס דא איז געשען. עס גייט פשוט נישט! איך שפיר וואו איך לעצב אין א צווייטע יונעווערס און איך כאפ נישט פונקטליך וואס איז דא געשען מיט אונז.
..

איך בין טויט ערענסט. השתגענו??

צר לי עליך אחי, האסט זיך אנגעשטרענגט צו שרייבן א פאוסט, ס'איז שוין צוגעקומען 8 בלעטער, און עס קוקט מיר אויס ווי קיינער האט נישט געליינט דיין מעסעדזש.

השתגענו??? :cry:

:cry:

איך זעה נישט און זיין שמועס ווי ער זאל האבן גענומען א צד אויף סיי וועלכע מהלך, ער פרעגט דאך פשוט,
דו זעהסט נישט אז מען קוקט אויף דיר?
טראכט וואס דו טוסט!
יא גערעכט צו נישט!
יא העלפן צו נישט!
אווער אדער יא!
מען וועט סייווי שרייען צו נישט!
וואס א חילוק ווער עס האט עס געזאגט? עסקנים גוים הא קעירס?

קען מיר איינער מסביר זיין די שיטה פון ביידע צדדים דא, אין די גאנצע שמועס למאי נפקא מינה?

קענען מיר טאקע נישט דערהערן אביסל קאמען סענס?

זענען מיר טאקע אזוי קליין קעפיג?

:oops: :cry: :roll:

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 6:15 pm

יוד אלף האט געשריבן:
צר לי עליך אחי, האסט זיך אנגעשטרענגט צו שרייבן א פאוסט, ס'איז שוין צוגעקומען 8 בלעטער, און עס קוקט מיר אויס ווי קיינער האט נישט געליינט דיין מעסעדזש.

:oops: :cry: :roll:

מה''ת מרעדט נאך פון די אריגינעילע פראגע?? האסט נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטען א קופע קוקט אויס...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג מאי 04, 2020 6:37 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
צר לי עליך אחי, האסט זיך אנגעשטרענגט צו שרייבן א פאוסט, ס'איז שוין צוגעקומען 8 בלעטער, און עס קוקט מיר אויס ווי קיינער האט נישט געליינט דיין מעסעדזש.

:oops: :cry: :roll:

מה''ת מרעדט נאך פון די אריגינעילע פראגע?? האסט נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטען א קופע קוקט אויס...

שוין מיטגעהאלטן,

די שאלה איז,
מען באציהט זיך יא צום נושא, און ניטאמאל איינער האט געכאפט די טאלקינג פוינט

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 6:39 pm

די מדובר איז פשוט און שיין אויסגעשמוסט אין די ערשטע צוויי בלעטער.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

שאבעלע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך שאבעלע » מאנטאג מאי 04, 2020 6:51 pm

שוואנץ האט געשריבן:ווייל למעשה איז דאך כמעט קיינער נישט אוועק

די תירץ צום קעפל פונעם אשכול האמיר שוין...
לאמיר שרייען הויעך השתגענו!!!

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט