השתגענו???

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: Re:

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג מאי 04, 2020 12:49 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:דיבלאזיא איז זיכער א גרויס חלק שולדיג אין די אימוויסענדקייט ביי די עולם. פארוואס ביי מיזעל'ס איז יעדער וואך געווען עדווערטייסמענטס אין דער איד אין אידיש בשעת ווען ביי קאראונא איז נישט דא קיין איינס? פארוואס האט שמירה געמוזט שוקען זייערע אייגענע קאר'ס ארום ב''פ צו מסביר זיין פארן עולם אביסעל הלכות קאראנא? ווען עס איז געקומען צו סטראשינקעס פון פאליציי האבן זיי פיין געוויסט וועלכער שפראך צו רעדען... וכ''ו וכ''ו

עס איז זיכער די אחריות פון די גאווערמענט זיכער צו מאכן אז דער מעסעדזש זאל אנקומען צו יעדע קאמיוניטי, און מען דארף טאקע זיכער מאכן אז ווען די רעגירונג וועט (האפנטליך) אנגרייטן א ערנסטע פלאן פאר די נעקסטע מאל זאל אויך נכלל ווערן א סטראטעגיע אנצוקומען צו יעדן איינעם, אבער ביים יעצטיגן פאל איז דאס געווען איינע פון די לעצטע פעלערן פון די רעגירונג רעספאנס, זייער רעספאנס האט געפעילט אויף יעדן לעוועל.

שטארק שטארק,
זייער גוט געזאגט

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 04, 2020 12:49 am

פאלעסיידס האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:דער אמת איז אזוי ווי אסאך האבן שוין געשריבן. און דאס איז, אז דער מאיאריטעט "נישט פאלגערס" און אויבער חכמים זענען אזעלכע וואס זייער וויסנשאפט איז זייער באגרעניצט. מסתמא א גרויסע רוב פון זיי הערט ניטאמאל "קול מבשר", און אוודאי האבן זיי נישט קיין צוטריט צו אייוועלט. און פאר גוטע סיבות. און צופעליג איז וויליאמסבורג געבענטש מיט אסאך פון די טייערע אידן. ירושלים דאמעריקא..

און דער מציאות איז אויך אז די אידן האבן אנטוויקלט א אומצוטרוי אין די רעגירונג בכלל, און ספעציעל אין אונזער פאל ווי זייער אינפארמאציע איז אזוי באגרעניצט, און ס'איז אסאך גרינגער צו מאכן אייגענע השארות ווי צו אננעמען די האלב רויע אינפארמאציע.

אוודאי איז דא אויבער חכמים אפילו פון די וואס ווייסן יא וואס טוט זיך, און פאר פארשידענע סיבות, אבער איך מיין אז רוב ציבור וואס "האלט מיט די נייעס" פאלגט מער ווייניגער.

איך בעט מען זאל גוט איבער ליינען מיינע ווערטער אין נישט ענטפערען אומגעאיילט אין מיט ישוב הדעת, ווייל סקען זיין אז אויבערפלעכליך געליינט וועט דיך טאנצען געוויסע ווערטער פון טענעריי דא הין אין צירוק די לעצטע פאר וואכען סא צי נישט קיין מסקנות דא פאר די ליינסט עס גוט דורך צי פארשטיין מיין מיינונג,
אלזא,

דער אמת איז אז זיין אינפארמירט האט נישט מיט דעם אויב מאיז ציגעשמידט צי די כלי נייעס אין פלייץ מיט מעסעזשעס 24/7 אויב עפעס קענען דעי וואס זענען ציגעשמידט צי די מעסעזשעס 24/7 ווערען שנעלער מיסאינפארמירט אין פארלירען די דעת שנעל אין גיין אויף א ראולער קאוסטער ,

ומי גדול לנו מ'המולער אינוועסטיגעשען אלע 16 אמעריקאנע אינטעלעזשענס עיזשענסיס אין די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע אין די סענאט שפיאנאזש קאמיטע, וועלכע האבען בפה אחד מודה געווען וואסארע מיסאינפארמעשען דא גייט פאר אויף די כלים די לעצטע 10/15 יאר, אנגעפאנגען ביי גאן קאנטראל אין געענדיגט ביי מעדעצין,

טערעסאנט ווי פאר אפאר אידעלעך דא פאסט עס נישט מודה צי זיין , ווייל אפשר גייען זיי ווערען אויס קלוג אויב זיי האבען גארנישט חוץ די אלע געמויזאכטצער פון די קלוגע כלים וועלכע יעדע שווארצע שיכור קען האלטען, אין יעדע אנגעדראגטע קרימענאל,

טערעסאנט ווי די פאר אידעלעך אויבער חכמים האלטען זיך קלוגער ווי די גאנצע אמעריקאנע שפיאנאזש געמיינדע, אין האלטען אז זיי זענען אויסשליסליך מער אינפארמירט ווי יעדעם אין סמיינט נישט זיי די גאנצע מולער רעפארט סענאט רעפארט וכו' וואס האט צילייגט אביסעל וואס טוט זיך אפ אויף טוויטער יו טוב פעיסבוק וואטסעפ אין ווי נישט,

טערעסאנט ווי אפאר יודעלעך פיקחים האלטען זיך אימיונט צי די גאנצע זאך, אין קלוגער פון די גאנצע וועלט,

אונז אידען האבען אייביג געוויסט פינקטליך וואס סטוט זיך אויפן וועלט אנגעפאנגען פון די רמב"ם אין געענדיגט ביי ר' עקיבה אייגער חתם סופר ר' אליהו חיים מייזעל זי"ע וכו' וכו',

עקטשעלי זענען רוב צייטען די אידען וועלכע זענען געווען אפגעשיידט פון די וועלט אויסגעטון פון די תענוגי עולם הזה אפגעשיידט פון אלע הבלים געווען 1000 מאל בעסער אינפארמירט ווי די גויאישע מאסען און די מיטעל אלטער, און ווער סזאגט אנדערש איז איגנערענט אין א גרויסע עם הארץ אין וועלטס היסטאריע, פינטעל,

איך פלעג מיך אונטער לאכען יארען צירוק מיט מיינע חבירים ווען אונז האמיר יארען צירוק אנגעטראפען א אימוויסענדע פויער אין די גלילות פון אפסטעיט אין זיי האבען געוויסט נאכציזאגען פון די "רעקארד" אין פון עפעס א זויערע פראפעסער פון yu , אז אונז האמיר נישט קיין טעלעוויזשען, און ער איז געווען געשאקט וויאזוי אונז ווייסמיר די נייעס , אין ווי אונז ווייסמער אז רעיגען איז געווען פרעזידענט, סטייטש אונז לעב מיר אין א באבעל, אזוי האט דאך דער זויערע פראפעסער דער יודען קענער דער עקספערט אויף ארטאדאקסען אליינס געזאגט, זיי האבען נישט געקענט כאפען די סתירה וויאזוי אונז ווייסען מיר יעדע קעפיטעל פון אמעריקאנע סטעיט די קעפיטעל פון יעדע לאנד פינקטליך ווער סאיז פרעזידענט פרעימער מיניסטער, אין יעדע לאנד אין ער האט ניטאמאל געוויסט שטייטצעך, זיי פלעגען ווערען צימישט ווי א פיש,

פארשטייסטע, די ריזיגע ביזנעס לייט מיט די פליפ פאון'ס ווייסען נישט די נייעס זיי באקומען נישט קיין אפדעיטס פון די גאנצע וועלט ווען סאיז זיי נוגע? זיי מוזען זיכער אנקומען צי די הויעך געשפריצטע -צימאל סתם בעלי לשון הרע- אויף וואטסעפ פאר אביסעלע שווער אויסדערווארטע אינפא.. זיי מוזען הערען פון די אלע אנטי וואקסין האטליינס אנעדעם קענען זיי נישט מאכען א דעסיזשען, נאך א מזל אז אלע עסקנים ווי רעביי גלאק ר' לייבוש לעפקאוויטש ר' הערשל קעסטענבוים ר' בעריש פרייליך ר' רפאל גרינוואלד האבען געהאט וואטסעפ מיט די כלים פאר 30 יאר צירוק נאר אזוי האבען זיי געקענט מאכען וויכטיגע דיסיזשענס שטעלטס ענק פאר ווען ר' ישראל יעקב פריינד האט ווען נישט קיין טוויטער 30 יאר צירוק וויאזוי וואלט ער ווען געקענט העלפען אידען וויאזוי וואלט זיך א מעכטיגע גאווענער זיך בכלל גערעכענט מיט זיין צירוק געבליבענע מיינונג??

(דרך אגב פאטאקי האט געשטוינט ווען די מענטש האט געקענט די היסטאריע פון יעדע איינציגסטע פאליטיק אין יעדע איינציגסטע טאון אין ניו יארק זייט ניו יארק האט זיך אנגעפאנגען)

נאר למען האמת וואס גייט דא פאר? גארנישט גייט פאר , וויאזוי סגויאישט זיך אזוי אידישט זיך, יעדע קרימענעל האט א מיינונג אויף סאושעל מידיא וואס די לאו ענפארסמענט דארף טון,
איין זאך יא סאיז געשען אפאר זאכען ביינונז ליידער וואס האט א שייכות מיט די יעצטיגע סומאטכע אפאר זאכען מער אפאר זאכען ווייניגער,

לאמיר צירוק בעקען קודם דא , די יעצטיגע צימישעניש איז געווען אלוועלטליך אויך איבער די גויאישע גאס אין טאקע אנגעפאנגען ביי באריס זשאנסאן אין געענדיגט ביי אונזער דיבלאזאו ירום הודו, אין ווי איך פארשטיי פעלט נישט פון די אויבענדערמאנטע קיין ציטריט צי טוויטער מיט וואטסעפ.
ווער סלייקענט אז די ערשטע וואך האט זיך געטוישט דראמאטיש די מעסעסעזש יעדע צוויי שעה איז א ליגענער אדער א לא לנו, איך ווייס נישט וויאזוי מקען לייקענען אזא זאך בריש גלי פאר אייגענע נערישע אגענדעס זאל מיר איינער קומען זאגען דא אין פנים אז סאיז נישט געווען קיין צימישטע מעסעזשעס די ערשטע פאר טאג,

נו וואס גייט דא פאר? לאמיר אנפאנגען קודם איבער איין זאך וואס מהאט שוין לאנג געדארפט מעורר זיין , לאמיך טרייען עס ארויסציברענגען איידעל ווייל דיזע מענטשען האבען עס נישט געמיינט פאר דוקא חו אין סאיז נישט די ערגסטע זאך ווי מזאגט, אבער כהאב געזען וויאזוי @מחשב האט עס ערווענט וועגען די אומציטרוי וואס אונז האמער צי די רעגירונג פיל איך ווי ממוז עס זאגען
די זאך אזוי די לעצטע פאר יאר בנוגע פדיון שבוים איז אויסגעקומען פאר געוויסע שרייבערס אראפצילייגען די גאווערמענט אין די גאווערמענטס סיסטעם אין זייער נישט קיין שיינע ליכט די שרייבערס האבען גענוצט (זיי האבען זיך זיכער נישט געכאפט) ליבעראלע מיטלען צי העצען אויף די סיסטעם אין די לאו ענפארסמענט, וועלכע האט היבש געהאלפען טוישען אונזער בליק און טראסט אויף אונזער מלכות של חסד, עטס וואלט געדארפט הערען וויאזוי אונזערע עלטערען האבען גערעדט און וואסערע שפראך זיי האבען גענוצט צי אמעריקע, טראץ דעם וואס זיי האבען גוט געוויסט די אלע לעכער אין די סיסטעם, און זיי פלעגען נוצען אלע כוחות דעס צי פארעכטען ובפרט צי העלפען אחינו בני ישראל,
נאר וואס? דעס איז נישט די וויכטיגסטע פרט דא נאר ווי נישט ווי האט דאס געטוישט שפראך אינגאנצען ביי דעם אינגען דור און סהאט פארט א שייכות מיט וואס סשפילט זיך אפ דא,

(עטס וואלטס געדארפט זעען וויאזוי די אחריותדיגע עסקנים האבען ריספאנדעט תיכף צי די אומגעשמאקע מיספארשטענדעניש וואס סאיז געשען מיט וואספארא הערצה זיי האבען גערעדט צום מעיאר אין צי ניו יארק אין צי די פאליס דעפארטמענט, אין קאנטראסט צי אפאר היצקעפ טוויטער שרייבער וואס וואוינען בכלל נישט אין וויליאמסבורג ,וועלכע וואלטען אונז געווארפען אונטערען באס אין איין סעקונדע ווען סקומט זיי גוט אויס, זאגאר אין היצקאפ טוויטער פארזארגער וועלכע האט פארדאמט דיבלאזיא אויף די העכסטע טענער ,האט פאר פסח געריפען דיבלאזיא ברבים פאר מיליאנען גוים אויף די בערני אין סיד שאו אז ער זאל ארעסטירען מענטשען רעכטס אין לינקס ביז די היימישע (צירוק געבליבענע )עולם אין בפ וועט איינריען, דער אלטער טוויטעריסט וואלט קיינמאל נישט געווען ציפרידען קיינמאל ביז ווילאנג סשאדט נישט פאר זיין מדינה אין מיטעל מזרח,)

וואס נאך האט א שייכות מיט די צימישעניש ? די כלים? די אפוועזענהייט פון די נייעס 24/7 ?,

לאו דוקא דא קומט פאר נאך א זאך, די קורצטע ווארט איז.. מחלוקת רח"ל, האלאו די, קוק נישט אוועק, די ווייסט דאך ביי דיר אין הארצען אז סאיז אמת, וויבאלד סאיז א פובליק פארום וויל איך נישט אריינגיין אין קיין דיטעלס, און ספעלט נישט אויס אויך נישט, נאר לתועלת איז גענוג צי פארשטיין אז ווען מהאקט אונטער טאג אין נאכט טראסט אין אונזער ציבור עסקנים קהילות אויף סיי וועלכע שעיפ אין פארום, טראגט עס שווערע קאנסעקווענצען נאך עטליכע יאר, סהאט גארנישט מיט נישט האבען סמארטפאוןס וויאזוי קען מען האבען א פאראייניגטע מעסעזש? אין נאך דערצו אין אזלכע האקעלע פליצלענדיגע שאלות אין לאמיך דא קלאר זאגען דעס וואס אסאך אידען זאגען דא רובא דרובא פון אונזער ציבור איז נאך נארמאל בה על כל פנים זיי טרייען זייער שווער צי טון וואס איז ריכטיג אין נישט ווערען צימישט מיט די אלע הסתהס אויף די אינטערנעט אין האטליינס אבער די איבריגע האבען נעבעך אינטערגעבראכן ווען סאיז געקומען צי א ברעקינג פוינט, ווען זיי זענען געקומען צי א טעסט!!
עטס קענטס פארשטיין וויאזוי די בריונים האבען געקענט פארברענען אין איין נאכט די עסען פון נקדימון בן גריון וואס האט געדארפט קלעקטען פאר עטליכע אין 20 יאר? עטס פארשטייטס וואסארא נאכאנאנדע העצע סהאט געדארפט געשען אפאר יאר פארדעם אז זיי זאלען קענען טון אזא זאך? די חכמים זאלען פארלירען קאנטראל? נישט אומזיסט זאגען אונזערע חכמים אז וועגען שנאת חינם איז חרוב געווארען די ביהמ"ק, עטס מיינטס אז וואטסעפ וואלט דעמאלטס געהאלפען?
איך האב נאך אסאך צי שרייבען בנוגע די געשעעניש וואס איז געשען פאריגע וואך אין וויליאמסבורג אין ווי ארויס פון קאנטראל די קאנטערווערסיע איז געווארען אין ווי געוויסע בשוגג האבען ציגעלייגט אויל צום פייער ווען אחריותדיגע פירעא האבען ביטער שווער געארבעט אויסציגראדען די מיספארשטענדעניש, אין ווי געוויסע מענטשען האבען נישט מורא געהאט צי דרייען א רעדעל לכאן ולכאן (איך מיין צי זאגען קעגען דיבלאזיא און קעגען די שומרים) ווי עטס זעטס האב איך נישט קיין שום זייט דא אין די מעשה ,
נאר וואס איך האב שוין נישט קיין כח צי שרייבען מער יעצט,
נאר איין זאך יא די גוטע נייעס איז אז מקען דעס פיקסען בעז"ה ווען מוויל, ספעציעל די ענין פון מחלוקות אידישע קינדער געטס נישט אויף חלילה און דער אייבישטער וועט אודאי העלפען אז די מנוחה וועט זיך צירוק קערען אין אונזער מחנה

געליינט שטאטלעך. דו שרייבסט היבש אביסל פונקטן.. און מיין כוונה האסטו נישט אזוי גוט פארשטאנען. (ווען איך ווייס ווען אז ס'קומט אזא תגובה וואלט איך מיר מער אנגעשטרענגט זיכער צו מאכן אז מיין תגובה איז קלאר פארשטאנען...).

גיימיר עס איבערשלאפן, מארגן איבערליינען און בעזהשי"ת מגיב זיין.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג מאי 04, 2020 1:02 am

מחשב האסט מיר געקאסט א שמייכעל נאך א העווי טאג, לאמיך נאר קלאר מאכען איך האב נישט גערעדט דוקא צי דיר נאר צים ציבור אבער די האסט מיך געטריגערט ווען די האסט געשריבען אז דער ציבור האט נישט קיין טראסט אין די רעגירונג, וואס איך האלט פונקט ווי דיר,
נאר אז די שרייבסט אז איך האב נישט פארשטאנען דיין כוונה, גיי איך איה מארגען איבערליינען וואס די שרייבסט מיט א רואיגקייט בלנ

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג מאי 04, 2020 1:10 am

יאסל קעניג האט געשריבן:@פאלעסיידס, גאר גאר טיף!

שכח, איך האף נאר אז איך האב עס גענוג קלאר ארויסגעברענגט זייענדיג היבש אויסגעמיטשעט,
אין לאמיר קלאר מאכען פאר דע וואס פרעגען וואס איך מיין מיט מחלוקת? צי איך מיין די סמארטפוינים קעגען די נישט סמארטפוינים? די תירוץ, ניין
איך מיין אויך נישט די וואקסין מחלוקה יעצט

איך מיין די פלעינע פשוטע מחלוקת אין יעדע קהלה די לעצטע 20 יאר וואס האט ציביסליך אונטער געזויגען אונזער מהלך החיים אונזער יסוד אויף וואס אונז זעמיר געשטאנען ,
איך רעד פון מחלוקת וואס די בעלי מחלוקת האבען געזאגט אז סבויעט קהילות און אז אידישקייט בליעט נאר צוליב דע מחלוקת פון דעם רעד איך
די וואקסין סמארטפון איז עווענטשעלי נאר א תוצאה פון די ערשטע מחלוקת

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך דייקן » מאנטאג מאי 04, 2020 9:19 am

לכבוד הרב פאלעסיידס, איך האב געזען וואס דו האסט געשריבען, און איך האב עטליכע הערות אויף דעם, בקיצור שרייבסטו אז די צוויי סיבות פארוואס א חלק עולם איז נישט מקפיד אויף די געזונטהייט מאסנאמען איז ווייל די לעצטע פאר יאר האט מען אנגעפאנגען צו האקען אויף די רעגירונג (בעניני פדיון שבויים), און וועגען די מחלוקת וואס דערפאר קען מען נישט האבען א פאראיינגטע מעסעדזש און מען קוקט אראפ אויף די עסקנים וכו'.

איז אזוי, די פראבלעם מיט דיין טעאריע (וואס איז זייער שיין ארויסגעברענגט געווארען, אז עס וואלט געווען דא א לייק קנעפל וואלט איך דיר געגעבען א לייק, נישט ווייל איך בין מסכים צו דיר, נאר פשוט פארן שרייבען א דורכגעטראכטע תגובה, און נישט א לופטיגע תגובה ווי מאנכע דא) איז אז מען דארף קוקען אין וועלכע קהילות האבען יא (כמעט) אלע מקפיד געווען אויף די מאסנאמען און אין וועלכע קהילות איז געווען א מיעוטא דמינכרא וואס האבען נישט, און דאן זען אויב די טעאריע האלט, און מיך קומט אויס אז נאכען קוקען אין די זאך זעט מען אז דיין טעאריע איז נישט ריכטיג.

לגבי די ערשטע סיבה וואס קוקט אויס צו זיין א ריכטיגע סיבה, בפרט אז מען זעט אז אין א"י איז עס טאקע די קהילות וואס האקען שטענדיג קעגען די רעגירונג, אז פונקט זיי זענען נישט מקפיד (אדער אפשר זענען יא מקפיד צו דוקא זיין נישט מקפיד) אויף די געזונטהייט מאסנאמען, דארף מען אבער א קוק טאן אויף די אנדערע קהילות סיי אין נ. י. און סיי אלוועלטליך, און זען צו דען האקען זיי אויך נישט אויף די רעגירונג ווען עס פעלט אויס, צו דען האבען די פדיון שבויים פרשיות אנגעקומען נאר קיין וויליאמסבורג (איך מיין נישט דוקא די וואס וואוינען דארט, נאר די מענטאליטעט אידען) און נישט צו ב. פ. און קראנהייטס אא"וו, צו דען אין ענגלאנד האט מען נישט געהאקט אויף די רעגירונג בנוגע די פרשיות החינוך ובזיון המת, איז פון דעם אלעם איז לכאו' א ראיה אז נישט דאס איז די אמתע סיבה.
איך מאך נאר א דיסקלעימער, אז איך בין ב"ה נישט אויסגעקאכט אין די נייעס, און אודאי נישט אין די נייעס בלעטער אד"ג, און עס איז מעגליך אז נאר אין וומסב"ג (איך האב שוין פריער געשריבען וואס איך מיין מיט דעם) האט מען גענוצט די פרשיות צו האקען אויף די רעגירונג, און אין אלע אנדערע פלעצער האט מען נאר געשריבען קאנקרעטע טענות אן קיין שוים אויף די ליפען, וואס אויב איז עס טאקע אזוי דאן קען טאקע דיין ערשטע סיבה זיין אמת.

לגבי די צווייטע סיבה קוקט מיך אויס אז עס קען בכלל נישט זיין אמת, ווייל אויך נאך א מחלוקת האט דאך יעדער איינער זיין רבי און זיין קהילה צו ווי ער באלאנגט, וואס ער הערט זיי אויס, וראיה לדבר אז צו דען איז אין אנדערע פלעצער נישט דא קיין מחלוקת, און דאך האבען זיי פיין געהיטען אויף אלע מאסנאמען, ועוד צו דען איז אין די חוגי העדה"ח בא"י דא עפעס א גרויסע מחלוקת וואס זאל גורם זיין צו מזלזל זיין אין די מאסנאמען, נאר עס זעט אויס אז די צווייטע סיבה איז אינגאנצען נישט ריכטיג.

וואס עס זעט מיר אויס צו זיין די ריכטיגע סיבה האב איך שוין געשריבען אין פריערדיגע תגובות, ואכתבנו בקצרה, אז די וואס האבען די קנאישע בלוט זיך נישט צו רעכענען מיט די גאס האבען פיל א גרעסערע נסיון זיך דא יא צו רעכענען מיט די גאס און זיך אונטערווארפען די געזעצען (וואס קוקען כביכול אויס צו זיין קעגען די תורה) [וזה משפיע גם על המנהיגים, שלא רוצים לצאת כנגד ה"מחמירים" והקיצוניים].

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 04, 2020 9:54 am

דייקן האט געשריבן:לכבוד הרב פאלעסיידס, איך האב געזען וואס דו האסט געשריבען, און איך האב עטליכע הערות אויף דעם, בקיצור שרייבסטו אז די צוויי סיבות פארוואס א חלק עולם איז נישט מקפיד אויף די געזונטהייט מאסנאמען איז ווייל די לעצטע פאר יאר האט מען אנגעפאנגען צו האקען אויף די רעגירונג (בעניני פדיון שבויים), און וועגען די מחלוקת וואס דערפאר קען מען נישט האבען א פאראיינגטע מעסעדזש און מען קוקט אראפ אויף די עסקנים וכו'.

אבער די טעאריע האט אויך א פירכא, דען עס זענען דא היבש אביסל פון גאר פרומע מענטשן, וואס האבן פארט געפאלגט אלע אנווייזונגען. און דאס איז ווייל זיי האבן יא געהאט דער יש דעת יש הבדלה, וואס איז ריכטיג צו טוען און וואס נישט, וואו קומט אריין דאס אז די רעגירונג מאכט פראבלעמען פאר אידישקייט און וואו נישט.

נישט אז איך מאך אינגאנצן אוועק די סברא, עס איז זיכער אמת אויף א צאל מענטשן אז די סיבה פארוואס זיי האבן נישט גענומען ערנסט די אנווייזונגען איז ווייל זיי האבן נישט קיין טראסט אין די רעגירונג. און דאס איז אפילו (און אפשר אפילו נאך שטערקער) ביי די וואס זענען נישט דוקא קיצונ'יש געשטימט אידישלעך, נאר זענען סתם אזוי אנטי עסטעבלישמענט פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין ואייוועלט דידן יוכיח. אבער זיכער איז דאס נישט די איינציגסטע הסבר צו די אויפפירונג פון די מענטשן וואס נעמען נישט ערנסט די אנווייזונגען.

און איך וואלט געוואלט איבערשרייבן וואס איך האב שוין געשריבן, און דאס זאל דינען אלס הסבר אויך פאר @פאליסעידס, אז א גרויסער טייל פון דער עולם וואס מחמת פרומקייט פאלגן נישט די הוראות זענען אזעלכע מענטשן וואס האבן נישט קיין "קראנטע" אינפארמאציע, זיי הערן אלע געהעריגע אנווייזונגען זייט ביי זייט מיט אלע אבערגלויבישע נארישקייטן. דער זעלבער קול מבשר וואס ברענגט אראפ די אפיציעלע אנווייזונגען וועט זיין גרייט צו מאכן א אינטערוויא מיט יעדן בעל דמיון און פאנטאזירער. און עפ"ר הערן די אידן ניטמאל אויס געהעריג קול מבשר, זיי לאזן די נשים אויסהערן, און זיי הערן עס שוין אשה מפי איש.. און אין מקוה הערט ער אנדערע זאכן, און יעדע האטליין פאר זיך האט אנדערע בדוק ומנוסה'דיגע צוגענג. און דער איד ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, ער קען זיך נישט אויס בעניני רפואה, ממילא נעמט ער אינפארמאציע פון וועם ס'לאזט זיך, און מאכט זיין אייגענע הכרעה וואס לכאורה איז יא ריכטיג און וואס נישט.

און הרב פאליסיידס, איך האב אוודאי נישט געמיינט צו זאגן אז מ'דארף האבן אלע כלים ח"ו, אוודאי איז נישט דאס וואס געבט דוקא די ריכטיגע אינפארמאציע ווי איר האט אזוי שיין ארויסגעברענגט, אבער פון דארט ביז דעם אז די איינציגסטע מקור הנייעס זאל זיין די נשים מפי ההאטליינס למיניהם איז א וועג צו גיין.

און איך זאג נישט אז מ'דארף הערן קול מבשר. א איד וואס וויל זיין אפגעזונדערט פון די אלגעמיינע גאס, ובתורת ה' חפצו, און צוליב דעם וויל ער נישט הערן קול מבשר, אשרי לו. און עס ליגט טאקע דער חוב אויף די עיני העדה יא צו געוואר ווערן וואס איז ריכטיג און וואס נישט און געבן די הוראות פארן ציבור וואס צו טוען.

סך הכל מיין איך אז כולהו איתנייהו. עס איז דער נישט זיין פארגלייבט אין די רעגירונג (וואס איז נארמאל), עס איז דער נישט האבן קיין געהעריגע אינפארמאציע, און ביי טייל מענטשן - פרומע ווי נישט פרומע - איז דאס דער איפכא מסתבר'דיגע צוגאנג צו אלעס וואס האט מיט עסטאבלישמענט און רעגירונג.

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך דייקן » מאנטאג מאי 04, 2020 10:17 am

מחשב האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:לכבוד הרב פאלעסיידס, איך האב געזען וואס דו האסט געשריבען, און איך האב עטליכע הערות אויף דעם, בקיצור שרייבסטו אז די צוויי סיבות פארוואס א חלק עולם איז נישט מקפיד אויף די געזונטהייט מאסנאמען איז ווייל די לעצטע פאר יאר האט מען אנגעפאנגען צו האקען אויף די רעגירונג (בעניני פדיון שבויים), און וועגען די מחלוקת וואס דערפאר קען מען נישט האבען א פאראיינגטע מעסעדזש און מען קוקט אראפ אויף די עסקנים וכו'.

איז אזוי, די פראבלעם מיט דיין טעאריע (וואס איז זייער שיין ארויסגעברענגט געווארען, אז עס וואלט געווען דא א לייק קנעפל וואלט איך דיר געגעבען א לייק, נישט ווייל איך בין מסכים צו דיר, נאר פשוט פארן שרייבען א דורכגעטראכטע תגובה, און נישט א לופטיגע תגובה ווי מאנכע דא) איז אז מען דארף קוקען אין וועלכע קהילות האבען יא (כמעט) אלע מקפיד געווען אויף די מאסנאמען און אין וועלכע קהילות איז געווען א מיעוטא דמינכרא וואס האבען נישט, און דאן זען אויב די טעאריע האלט, און מיך קומט אויס אז נאכען קוקען אין די זאך זעט מען אז דיין טעאריע איז נישט ריכטיג.

לגבי די ערשטע סיבה וואס קוקט אויס צו זיין א ריכטיגע סיבה, בפרט אז מען זעט אז אין א"י איז עס טאקע די קהילות וואס האקען שטענדיג קעגען די רעגירונג, אז פונקט זיי זענען נישט מקפיד (אדער אפשר זענען יא מקפיד צו דוקא זיין נישט מקפיד) אויף די געזונטהייט מאסנאמען, דארף מען אבער א קוק טאן אויף די אנדערע קהילות סיי אין נ. י. און סיי אלוועלטליך, און זען צו דען האקען זיי אויך נישט אויף די רעגירונג ווען עס פעלט אויס, צו דען האבען די פדיון שבויים פרשיות אנגעקומען נאר קיין וויליאמסבורג (איך מיין נישט דוקא די וואס וואוינען דארט, נאר די מענטאליטעט אידען) און נישט צו ב. פ. און קראנהייטס אא"וו, צו דען אין ענגלאנד האט מען נישט געהאקט אויף די רעגירונג בנוגע די פרשיות החינוך ובזיון המת, איז פון דעם אלעם איז לכאו' א ראיה אז נישט דאס איז די אמתע סיבה.
איך מאך נאר א דיסקלעימער, אז איך בין ב"ה נישט אויסגעקאכט אין די נייעס, און אודאי נישט אין די נייעס בלעטער אד"ג, און עס איז מעגליך אז נאר אין וומסב"ג (איך האב שוין פריער געשריבען וואס איך מיין מיט דעם) האט מען גענוצט די פרשיות צו האקען אויף די רעגירונג, און אין אלע אנדערע פלעצער האט מען נאר געשריבען קאנקרעטע טענות אן קיין שוים אויף די ליפען, וואס אויב איז עס טאקע אזוי דאן קען טאקע דיין ערשטע סיבה זיין אמת.

לגבי די צווייטע סיבה קוקט מיך אויס אז עס קען בכלל נישט זיין אמת, ווייל אויך נאך א מחלוקת האט דאך יעדער איינער זיין רבי און זיין קהילה צו ווי ער באלאנגט, וואס ער הערט זיי אויס, וראיה לדבר אז צו דען איז אין אנדערע פלעצער נישט דא קיין מחלוקת, און דאך האבען זיי פיין געהיטען אויף אלע מאסנאמען, ועוד צו דען איז אין די חוגי העדה"ח בא"י דא עפעס א גרויסע מחלוקת וואס זאל גורם זיין צו מזלזל זיין אין די מאסנאמען, נאר עס זעט אויס אז די צווייטע סיבה איז אינגאנצען נישט ריכטיג.

וואס עס זעט מיר אויס צו זיין די ריכטיגע סיבה האב איך שוין געשריבען אין פריערדיגע תגובות, ואכתבנו בקצרה, אז די וואס האבען די קנאישע בלוט זיך נישט צו רעכענען מיט די גאס האבען פיל א גרעסערע נסיון זיך דא יא צו רעכענען מיט די גאס און זיך אונטערווארפען די געזעצען (וואס קוקען כביכול אויס צו זיין קעגען די תורה) [וזה משפיע גם על המנהיגים, שלא רוצים לצאת כנגד ה"מחמירים" והקיצוניים].

אבער די טעאריע האט אויך א פירכא, דען עס זענען דא היבש אביסל פון גאר פרומע מענטשן, וואס האבן פארט געפאלגט אלע אנווייזונגען. און דאס איז ווייל זיי האבן יא געהאט דער יש דעת יש הבדלה, וואס איז ריכטיג צו טוען און וואס נישט, וואו קומט אריין דאס אז די רעגירונג מאכט פראבלעמען פאר אידישקייט און וואו נישט.

נישט אז איך מאך אינגאנצן אוועק די סברא, עס איז זיכער אמת אויף א צאל מענטשן אז די סיבה פארוואס זיי האבן נישט גענומען ערנסט די אנווייזונגען איז ווייל זיי האבן נישט קיין טראסט אין די רעגירונג. און דאס איז אפילו (און אפשר אפילו נאך שטערקער) ביי די וואס זענען נישט דוקא קיצונ'יש געשטימט אידישלעך, נאר זענען סתם אזוי אנטי עסטעבלישמענט פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין ואייוועלט דידן יוכיח. אבער זיכער איז דאס נישט די איינציגסטע הסבר צו די אויפפירונג פון די מענטשן וואס נעמען נישט ערנסט די אנווייזונגען

איך האב נישט געשריבען ח"ו אז אלע קנאים היטען נישט אויף די אנווייזונגען, נאר אז זיי האבען א גרעסערע נסיון ווי אנדערע, און ממילא איז דא פיל א גרעסערע פרעצענט ביי זיי וואס היטען נישט אויף די אנווייזונגען, טאקע די וואס עס פעלט זיי די ריכטיגע דעת אזויווי דו שרייבסט.
און דאס וואס דו שרייבסט וועגען די אנטי עסטעבלישמענט חברה, איז אה"נ אין יעדע ציבור וועט שטענדיג זיין עטליכע אויבער חכמים וואס מען קען מיט זיי גארנישט מאכען, איך רעד פון דעם וואס אין א געוויסע ציבור איז ליידער דא פיל פיל א גרעסערע פרעצענט וואס היטען נישט אויף די אנווייזונגען, און די טעם פאר דעם זעט מיר אויס ווי איך האב געשריבען, ונפק"מ אז מען זאל וויסען וויאזוי דאס אויסצוראטען (דורך קו"ק און שארפע דרשות פון די רבנים וואס זענען בדר"כ קיצוניותדיג געשטימט אד"ג), און גראדע מיין איך אז טאקע פונקט אין די ציבור איז משום מה אויך דא פיל א גרעסערע פרעצענט וואס זענען אנטי עסטעבלישמענט אויך לגבי אנדערע זאכען ווי למשל וואקסינען (און נאכאמאל איך רעד נישט פון סתם עטליכע יחידים, וואס וועט זיך שטענדיג מאכען איבעראל), און די סיבה זעט מיך אויס צו זיין די זעלבע, אז מען רעכענט זיך נישט מיט די גאס אא"וו.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: השתגענו???

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 04, 2020 10:39 am

Kosher Travel האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:קאושער, א פשוטע שאלה קענסטו נישט ענטפערן געהעריג?
דו זאגסט אז סאטמאר האט עפעס געזאגט, איז ענטפער וואס זיי האבן געזאגט.

1) ביטע זאג נישט זאכן וואס איך האב נישט געזאגט.
2) איהר האט געטוישט אייער קשיא. קודם האט איהר געפרעגט וואס מען האט נישט געפאלגט, איצטער טוישט איהר די קשיא, וואס האט "סאטמאר" געזאגט.

איך האב געזאגט אז קהילות האבן געזאגט, סאטמאר, באבוב, פאפא. איך האב נישט געזאגט אז מען האט נישט געפאלגט סאטמאר. אבער אז איהר ווילט וויסן קלאהר, אזאך וואס איך פראביהר נישט צו רעדן דערוועגן. איינע פון די קהילות האבן קלאהר געזאגט אז מען זאל נישט גיין אין מקוה, און א חלק האבן נישט געפאלגט.

אבער איך זעה אז עפעס באדערט אייך... וועל איך זאגן דעהם ריינעם אמת. דער עולם האט אלעס געפאלגט. איך האב עס נאר אויפגעמאכט.

קאושער, אויב מיינסטו אז אין סאטמאר איז מען געגאנגען אין מקוה נאכן הייסן צומאכן, וויל איך דיר נאר מודיע זיין אז עטליכע פון די קלענערע סאטמארע מקואות (מהרי"י) אין וומסב"ג זענען געווען אפן די 'גאנצע צייט' בהסכמה מליאה פון די הנהגה.

רעד נישט וואס דו ווייסט נישט...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג מאי 04, 2020 11:18 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

גראדע ווייס איך קלאר כאטש אין איין ביהמ''ד אז דער משמש האט עס געטון אויף די אייגענע האנט אן רשות פון די הנהגה.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג מאי 04, 2020 11:21 am

דייקן האט געשריבן:לכבוד הרב פאלעסיידס, איך האב געזען וואס דו האסט געשריבען, און איך האב עטליכע הערות אויף דעם, בקיצור שרייבסטו אז די צוויי סיבות פארוואס א חלק עולם איז נישט מקפיד אויף די געזונטהייט מאסנאמען איז ווייל די לעצטע פאר יאר האט מען אנגעפאנגען צו האקען אויף די רעגירונג (בעניני פדיון שבויים), און וועגען די מחלוקת וואס דערפאר קען מען נישט האבען א פאראיינגטע מעסעדזש און מען קוקט אראפ אויף די עסקנים וכו'.

איז אזוי, די פראבלעם מיט דיין טעאריע (וואס איז זייער שיין ארויסגעברענגט געווארען, אז עס וואלט געווען דא א לייק קנעפל וואלט איך דיר געגעבען א לייק, נישט ווייל איך בין מסכים צו דיר, נאר פשוט פארן שרייבען א דורכגעטראכטע תגובה, און נישט א לופטיגע תגובה ווי מאנכע דא) איז אז מען דארף קוקען אין וועלכע קהילות האבען יא (כמעט) אלע מקפיד געווען אויף די מאסנאמען און אין וועלכע קהילות איז געווען א מיעוטא דמינכרא וואס האבען נישט, און דאן זען אויב די טעאריע האלט, און מיך קומט אויס אז נאכען קוקען אין די זאך זעט מען אז דיין טעאריע איז נישט ריכטיג.

לגבי די ערשטע סיבה וואס קוקט אויס צו זיין א ריכטיגע סיבה, בפרט אז מען זעט אז אין א"י איז עס טאקע די קהילות וואס האקען שטענדיג קעגען די רעגירונג, אז פונקט זיי זענען נישט מקפיד (אדער אפשר זענען יא מקפיד צו דוקא זיין נישט מקפיד) אויף די געזונטהייט מאסנאמען, דארף מען אבער א קוק טאן אויף די אנדערע קהילות סיי אין נ. י. און סיי אלוועלטליך, און זען צו דען האקען זיי אויך נישט אויף די רעגירונג ווען עס פעלט אויס, צו דען האבען די פדיון שבויים פרשיות אנגעקומען נאר קיין וויליאמסבורג (איך מיין נישט דוקא די וואס וואוינען דארט, נאר די מענטאליטעט אידען) און נישט צו ב. פ. און קראנהייטס אא"וו, צו דען אין ענגלאנד האט מען נישט געהאקט אויף די רעגירונג בנוגע די פרשיות החינוך ובזיון המת, איז פון דעם אלעם איז לכאו' א ראיה אז נישט דאס איז די אמתע סיבה.
איך מאך נאר א דיסקלעימער, אז איך בין ב"ה נישט אויסגעקאכט אין די נייעס, און אודאי נישט אין די נייעס בלעטער אד"ג, און עס איז מעגליך אז נאר אין וומסב"ג (איך האב שוין פריער געשריבען וואס איך מיין מיט דעם) האט מען גענוצט די פרשיות צו האקען אויף די רעגירונג, און אין אלע אנדערע פלעצער האט מען נאר געשריבען קאנקרעטע טענות אן קיין שוים אויף די ליפען, וואס אויב איז עס טאקע אזוי דאן קען טאקע דיין ערשטע סיבה זיין אמת.

לגבי די צווייטע סיבה קוקט מיך אויס אז עס קען בכלל נישט זיין אמת, ווייל אויך נאך א מחלוקת האט דאך יעדער איינער זיין רבי און זיין קהילה צו ווי ער באלאנגט, וואס ער הערט זיי אויס, וראיה לדבר אז צו דען איז אין אנדערע פלעצער נישט דא קיין מחלוקת, און דאך האבען זיי פיין געהיטען אויף אלע מאסנאמען, ועוד צו דען איז אין די חוגי העדה"ח בא"י דא עפעס א גרויסע מחלוקת וואס זאל גורם זיין צו מזלזל זיין אין די מאסנאמען, נאר עס זעט אויס אז די צווייטע סיבה איז אינגאנצען נישט ריכטיג.

וואס עס זעט מיר אויס צו זיין די ריכטיגע סיבה האב איך שוין געשריבען אין פריערדיגע תגובות, ואכתבנו בקצרה, אז די וואס האבען די קנאישע בלוט זיך נישט צו רעכענען מיט די גאס האבען פיל א גרעסערע נסיון זיך דא יא צו רעכענען מיט די גאס און זיך אונטערווארפען די געזעצען (וואס קוקען כביכול אויס צו זיין קעגען די תורה) [וזה משפיע גם על המנהיגים, שלא רוצים לצאת כנגד ה"מחמירים" והקיצוניים].

איז עס אמת אז נאר אין וויליאמסבורג האט מען איגנארירט די אנווייזונגען? איך האב געזען בילדער פון סטארס אין בארא פארק, עס האט אויסגעזען פונקט די זעלבע, און די מצב מיט בתי מדרשים איז אויך די זעלבע לויט די שמועות.
אין לעיקוואד זעהט אויס טאקע אז די רבנים האבן זיך מער צאמגענומען און ארויסגעגעבן אנווייזונגען פאר פסח, אבער ווי איך האב געהערט איז דארט אויך געווען אן עולם וואס האט נישט געפאלגט.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: השתגענו???

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 04, 2020 11:45 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:קאושער, א פשוטע שאלה קענסטו נישט ענטפערן געהעריג?
דו זאגסט אז סאטמאר האט עפעס געזאגט, איז ענטפער וואס זיי האבן געזאגט.

1) ביטע זאג נישט זאכן וואס איך האב נישט געזאגט.
2) איהר האט געטוישט אייער קשיא. קודם האט איהר געפרעגט וואס מען האט נישט געפאלגט, איצטער טוישט איהר די קשיא, וואס האט "סאטמאר" געזאגט.

איך האב געזאגט אז קהילות האבן געזאגט, סאטמאר, באבוב, פאפא. איך האב נישט געזאגט אז מען האט נישט געפאלגט סאטמאר. אבער אז איהר ווילט וויסן קלאהר, אזאך וואס איך פראביהר נישט צו רעדן דערוועגן. איינע פון די קהילות האבן קלאהר געזאגט אז מען זאל נישט גיין אין מקוה, און א חלק האבן נישט געפאלגט.

אבער איך זעה אז עפעס באדערט אייך... וועל איך זאגן דעהם ריינעם אמת. דער עולם האט אלעס געפאלגט. איך האב עס נאר אויפגעמאכט.

קאושער, אויב מיינסטו אז אין סאטמאר איז מען געגאנגען אין מקוה נאכן הייסן צומאכן, וויל איך דיר נאר מודיע זיין אז עטליכע פון די קלענערע סאטמארע מקואות (מהרי"י) אין וומסב"ג זענען געווען אפן די 'גאנצע צייט' בהסכמה מליאה פון די הנהגה.

רעד נישט וואס דו ווייסט נישט...

גראדע ווייס איך קלאר כאטש אין איין ביהמ''ד אז דער משמש האט עס געטון אויף די אייגענע האנט אן רשות פון די הנהגה.

איך גיי מיך נישט טענה'ען מיט אייך, איך ווייס נישט פון וועלכע ביהמ"ד איר רעדט אבער איך ווייס קלאר אויף כאטש דריי בתי מדרשים וואס זענען געווען מיט רשות במפורש, צוויי זענען געווען אפן פון אנהייב און איינער נאר שפעטער.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך דייקן » מאנטאג מאי 04, 2020 11:59 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:לכבוד הרב פאלעסיידס, איך האב געזען וואס דו האסט געשריבען, און איך האב עטליכע הערות אויף דעם, בקיצור שרייבסטו אז די צוויי סיבות פארוואס א חלק עולם איז נישט מקפיד אויף די געזונטהייט מאסנאמען איז ווייל די לעצטע פאר יאר האט מען אנגעפאנגען צו האקען אויף די רעגירונג (בעניני פדיון שבויים), און וועגען די מחלוקת וואס דערפאר קען מען נישט האבען א פאראיינגטע מעסעדזש און מען קוקט אראפ אויף די עסקנים וכו'.

איז אזוי, די פראבלעם מיט דיין טעאריע (וואס איז זייער שיין ארויסגעברענגט געווארען, אז עס וואלט געווען דא א לייק קנעפל וואלט איך דיר געגעבען א לייק, נישט ווייל איך בין מסכים צו דיר, נאר פשוט פארן שרייבען א דורכגעטראכטע תגובה, און נישט א לופטיגע תגובה ווי מאנכע דא) איז אז מען דארף קוקען אין וועלכע קהילות האבען יא (כמעט) אלע מקפיד געווען אויף די מאסנאמען און אין וועלכע קהילות איז געווען א מיעוטא דמינכרא וואס האבען נישט, און דאן זען אויב די טעאריע האלט, און מיך קומט אויס אז נאכען קוקען אין די זאך זעט מען אז דיין טעאריע איז נישט ריכטיג.

לגבי די ערשטע סיבה וואס קוקט אויס צו זיין א ריכטיגע סיבה, בפרט אז מען זעט אז אין א"י איז עס טאקע די קהילות וואס האקען שטענדיג קעגען די רעגירונג, אז פונקט זיי זענען נישט מקפיד (אדער אפשר זענען יא מקפיד צו דוקא זיין נישט מקפיד) אויף די געזונטהייט מאסנאמען, דארף מען אבער א קוק טאן אויף די אנדערע קהילות סיי אין נ. י. און סיי אלוועלטליך, און זען צו דען האקען זיי אויך נישט אויף די רעגירונג ווען עס פעלט אויס, צו דען האבען די פדיון שבויים פרשיות אנגעקומען נאר קיין וויליאמסבורג (איך מיין נישט דוקא די וואס וואוינען דארט, נאר די מענטאליטעט אידען) און נישט צו ב. פ. און קראנהייטס אא"וו, צו דען אין ענגלאנד האט מען נישט געהאקט אויף די רעגירונג בנוגע די פרשיות החינוך ובזיון המת, איז פון דעם אלעם איז לכאו' א ראיה אז נישט דאס איז די אמתע סיבה.
איך מאך נאר א דיסקלעימער, אז איך בין ב"ה נישט אויסגעקאכט אין די נייעס, און אודאי נישט אין די נייעס בלעטער אד"ג, און עס איז מעגליך אז נאר אין וומסב"ג (איך האב שוין פריער געשריבען וואס איך מיין מיט דעם) האט מען גענוצט די פרשיות צו האקען אויף די רעגירונג, און אין אלע אנדערע פלעצער האט מען נאר געשריבען קאנקרעטע טענות אן קיין שוים אויף די ליפען, וואס אויב איז עס טאקע אזוי דאן קען טאקע דיין ערשטע סיבה זיין אמת.

לגבי די צווייטע סיבה קוקט מיך אויס אז עס קען בכלל נישט זיין אמת, ווייל אויך נאך א מחלוקת האט דאך יעדער איינער זיין רבי און זיין קהילה צו ווי ער באלאנגט, וואס ער הערט זיי אויס, וראיה לדבר אז צו דען איז אין אנדערע פלעצער נישט דא קיין מחלוקת, און דאך האבען זיי פיין געהיטען אויף אלע מאסנאמען, ועוד צו דען איז אין די חוגי העדה"ח בא"י דא עפעס א גרויסע מחלוקת וואס זאל גורם זיין צו מזלזל זיין אין די מאסנאמען, נאר עס זעט אויס אז די צווייטע סיבה איז אינגאנצען נישט ריכטיג.

וואס עס זעט מיר אויס צו זיין די ריכטיגע סיבה האב איך שוין געשריבען אין פריערדיגע תגובות, ואכתבנו בקצרה, אז די וואס האבען די קנאישע בלוט זיך נישט צו רעכענען מיט די גאס האבען פיל א גרעסערע נסיון זיך דא יא צו רעכענען מיט די גאס און זיך אונטערווארפען די געזעצען (וואס קוקען כביכול אויס צו זיין קעגען די תורה) [וזה משפיע גם על המנהיגים, שלא רוצים לצאת כנגד ה"מחמירים" והקיצוניים].

איז עס אמת אז נאר אין וויליאמסבורג האט מען איגנארירט די אנווייזונגען? איך האב געזען בילדער פון סטארס אין בארא פארק, עס האט אויסגעזען פונקט די זעלבע, און די מצב מיט בתי מדרשים איז אויך די זעלבע לויט די שמועות.
אין לעיקוואד זעהט אויס טאקע אז די רבנים האבן זיך מער צאמגענומען און ארויסגעגעבן אנווייזונגען פאר פסח, אבער ווי איך האב געהערט איז דארט אויך געווען אן עולם וואס האט נישט געפאלגט.

איך האב געשריבען אין סוגריים אז איך מיין נישט דוקא וומסב"ג, ווי אויך האב איך געשריבען אז אודאי וועט שטענדיג זיין עטליכע אויבער חכמים, איך רעד נאר פון דעם וואס אין געוויסע קהילות איז עס געווען פיל פיל א גרעסערע פרעצענט ווי אין אנדערע מקומות, ווי אויך וויל איך דא קלארשטעלען אז איך בין נישט אזוי באקאנט אין די מציאות, איך שרייב נאר לויט וויאזוי עס זעט אויס אין די נייעס (למשל די חילוק פון די לויות פון די אנדערע (סארט מענטאליטעט) קהילות) און לויט וויאזוי איך האב געהערט פון מאנכע די מציאות.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג מאי 04, 2020 1:13 pm

.
לעצט פאראכטן דורך טראק דרייווער אום מאנטאג מאי 04, 2020 7:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: השתגענו???

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 04, 2020 1:31 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:קאושער, א פשוטע שאלה קענסטו נישט ענטפערן געהעריג?
דו זאגסט אז סאטמאר האט עפעס געזאגט, איז ענטפער וואס זיי האבן געזאגט.

1) ביטע זאג נישט זאכן וואס איך האב נישט געזאגט.
2) איהר האט געטוישט אייער קשיא. קודם האט איהר געפרעגט וואס מען האט נישט געפאלגט, איצטער טוישט איהר די קשיא, וואס האט "סאטמאר" געזאגט.

איך האב געזאגט אז קהילות האבן געזאגט, סאטמאר, באבוב, פאפא. איך האב נישט געזאגט אז מען האט נישט געפאלגט סאטמאר. אבער אז איהר ווילט וויסן קלאהר, אזאך וואס איך פראביהר נישט צו רעדן דערוועגן. איינע פון די קהילות האבן קלאהר געזאגט אז מען זאל נישט גיין אין מקוה, און א חלק האבן נישט געפאלגט.

אבער איך זעה אז עפעס באדערט אייך... וועל איך זאגן דעהם ריינעם אמת. דער עולם האט אלעס געפאלגט. איך האב עס נאר אויפגעמאכט.

קאושער, אויב מיינסטו אז אין סאטמאר איז מען געגאנגען אין מקוה נאכן הייסן צומאכן, וויל איך דיר נאר מודיע זיין אז עטליכע פון די קלענערע סאטמארע מקואות (מהרי"י) אין וומסב"ג זענען געווען אפן די 'גאנצע צייט' בהסכמה מליאה פון די הנהגה.

רעד נישט וואס דו ווייסט נישט...

פאר אייך האב איך שוין גענטפערט:
אבער איך זעה אז עפעס באדערט אייך... וועל איך זאגן דעהם ריינעם אמת. דער עולם האט אלעס געפאלגט. איך האב עס נאר אויפגעמאכט.

ווייל דער אמת איז אז איעדער האט געפאלגט אלע תקנות! און קיינער, ניין קיינער! האט נישט געמאכט קיין חילול השם! און קיינער, ניין קיינער, האט נישט גורם געוועהן אנדערע זאלן קראנק ווערן.

איך וועל פראבירן נאכאמאהל מסביר זיין וואס איך האב געשריבן. און דאס איז א סך הכל פון מיינע נארישע שרייבעריי די לעצטער 8 וואכן.

דער עולם האט קודם נישט געכאפט וואס פארא סכנה דאס איז.
עס איז נישט געוועהן קלארע הדרכות פון א אחדות'דיגע שטאט אין ווילאמסבורג, מאנסי און בארא פארק. אנדערשט ווי אין אנדערע געגענטער, ווי למשל אנטווערפען, וואס די שטאט רב הרב שיף איז ארויסגעקומען מיט קלארע הדרכה.
ווי שוין אפאר מאהל געשריבן, וועל איך האב גפיבערט אין בעט, און איך האב נישט געוויסט וואס וועט זיין, האב איך זיך אונטערגענומען נישט צו שרייבן וועגן מקוואות און מנינים. ווייל ווער זאגט איך בין גערעכט? אפשר איז עס בכלל נישט קיין סכנה, און אפשר גאר איז א חיוב מן התורה צו דאווענען מיט מנין, נאך דערצו אויפן גאס, און זאלן אלע גויים פלאצען, נאך דערצו אז מען שטייט אפגעריקט, א חוץ די פאר בחור'ימלעך וואס שפאצירן אהין און צירוק, און א חוץ ביי קריאת התורה (ביטע מיהר נישט אפרעגען פון די מנינים ווי איעדער האט עולה געוועהן פון זיין פלאץ. איך רעדט ווי מען האט נישט).

אבער בקיצור נמצרץ... דא אין די נושא פון השתגענו??? האב איך קודם ארויסגעברענגט לשבח די אלע וואס האבן יא איינגעהאלטן. די אלע וואס ווייסן די קלארע הלכה אז ספק פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולו. און איך האב אויך משבח געוועהן די פאר קהילות וואס זענען יא קלאהר ארויסגעקומען מיט הדרכה, ווי למשל, באבוב, סאטמאר און פאפא. און דאן האב איך געשריבן אז ליידער האבן א חלק נישט געפאלגט זייערע אייגענע קהילות. מען האלט דאך און איין שרייען דא: "איעדער האט זיין אייגענע רב און קהילה, זאל איעדער פאלגן זיין רב" און דאס איז געוועהן מיין טענה. איך האב נישט געזאגט וועלכע קהילה, איך האב נישט געזאגט וואס מען האט נישט געפאלגט. איהר מיט לך לך האבן אפגעמאכט אז איך האב געזאגט סאטמאר און איך האב גערעדט פון מנין.

הגם איך וויל נישט רעדן דערפון, וועל איך זאגן די איין מאהל: א קהילה וואס זייער בית דין האט געהאט א ספעציעלע וויכטיגע טעלעפאן קאנפערענץ, ווי מען האט געהערט קודם דברי מוסר, התחזקות און השקפה אויף די מצב, און דערנאך איז געקומען איינע פון די חשוב'סטע דיינים אין די קהילה, און בשם די רבי שליט"א, און בשם די גאנצע בית הוראה האט ער קלאהר געזאגט מען זאל נישט גיין אין מקוה, און חישב לעשות מצוה ולא עשה... וכו' און דאס האבן א חלק אהנגעפיפען. ווייל זיי זענען נאך הייליגער.

איך וועל נאכאמאהל איבערקייען: איך ווייס נישט פארוואס מען דארף אלעס ווייטוואשען. פארוואס מען טאר נישט מעורר זיין צו ראטעווען לעבענס פון אידן. פארוואס אויף אלעס איז א חוב קדוש און א מצוה מעורר זיין, ווי למשל סמארטפאונס, קורצע קליידער און לאנגע שייטלעך, אבער אויף פיקוח נפש ממש טאר מען נישט. און ווער עס איז יא מעורר, ווערט א מסור. ניין! איך רעדט נישט דער וואס גייט צו די מידיע אדער פאליציי. איך רעדט דער וואס קומט דא צו אייך! און בעט זיך ברחמים, זיי נישט קיין רוצח! דארף מען איהם פארווארפען אז ער מאכט אויף מעשיות. איהר ווייסט פארוואס דאס קומט? איגנערענץ און אגערענץ. פשוט און גראד! ממילא איהר האט נישט קיין השגה וויאזוי די ווירוס פארשפרייט זיך. אבער אז מען זאגט אייך! פארוואס פאלגט מען נישט?!

און דאס איז וואס די נושא איז: השתגענו??? און דער ענטפער איז, יא! טויט משוגע!
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג מאי 04, 2020 1:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 04, 2020 1:31 pm

עס האט גארנישט מיט פרום ווס קיל ספעקטרום.

נאכאמאל, עס האט גארנישט מיט ווי פרום מען איז.

עס האט מיט די איך פארשטיי אליינס ווס איך פאלג ספעקטרום עי קעי עי עסטעבלישמענט ווס אויבער חכם.

באשולדיגט נישט דעם אייבערשטן און זיינע פרומע ביטע.

כן נראה לפי עניית דעתי
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: השתגענו???

תגובהדורך לייטער » מאנטאג מאי 04, 2020 1:40 pm

סאיז דא מענטשן וואס א מנהג אדער ענין איז דוחה דאורייתא אפילו די 3 ערגסטע עבירות ווי שפיחת דמים כ''ש א פלענע לא תעשה
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

טעינו אדער השתגענו?

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מאי 04, 2020 1:48 pm

א טייל תגובות דא זאגן אז מענטשען זענען פשוט געווען אומוויסענד און נישט-אינפארמירט מיט די ריכטיגע פאקטן
לו יהא אז סאיז אמת גלייב איך אז די אידן האבן זיך געקלאפט על חטא: טעינו

אבער די יונגערמאן וואס די האסט פונקטליך געוויסט וואס גייט פאר, האסט אפילו געהאט א מיינונג (און געטוישט יעדן טאג כפי ערך הזמן) אז נע סאיז איבערגעטריבן וכו׳ וכו׳, השתגעת!
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קול זעקה
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך קול זעקה » מאנטאג מאי 04, 2020 2:01 pm

איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו
718-480-5349

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך ראנדער » מאנטאג מאי 04, 2020 2:08 pm

קול זעקה האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: השתגענו???

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 04, 2020 2:23 pm

קול זעקה האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו

גערעכט, גערעכט. עס איז געוועהן א טעות די גאנצע שרייען דא.
וטעות לעולם חוזר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: השתגענו???

תגובהדורך לייטער » מאנטאג מאי 04, 2020 2:33 pm

קול זעקה האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו

@הרב קול זעקה, ניין, ח'' וו קיינער שרייט נישט אויף זיי,
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 04, 2020 3:22 pm

א פרומע היימישע חסידישע איד, וואס האט נישט קיין אינטערנעט, ער האט נישט קיין סמארטפאון, ער האט נישט פון ווי צו באקומען זיין אינפארמאציע.

קול מבשר האט אלעס געמאלדן. די צייטונגען האבן אלעס געמאלדן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג מאי 04, 2020 3:28 pm

קול זעקה האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר אויף וועם מען שרייט דא?

אויף די וואס זענען געגאנגען אין שול/מקוה מיט סאשעל דיסדענסינג?

אויף די וואס טוען נישט יעצט אהן מאסקעס בשעת ס'אווער?

אויף די וואס מסר'ן (אמת צו שקר)?

אויף די וואס גייען צו די מידיע?

דאון נאו

פון די מענטאליטי קומט ארויס די "קידוש ה'" לויות מיט אלע אירע קאנסעקווענצן..

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: השתגענו???

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג מאי 04, 2020 3:35 pm

נשמה האט געשריבן:
א פרומע היימישע חסידישע איד, וואס האט נישט קיין אינטערנעט, ער האט נישט קיין סמארטפאון, ער האט נישט פון ווי צו באקומען זיין אינפארמאציע.

קול מבשר האט אלעס געמאלדן. די צייטונגען האבן אלעס געמאלדן.

My father - who is over 65 - does not read any news papers or listen to kol mevaser, he is still laughing at the whole thing to the point that it hurts him badly that in not going to him for shabbos

Not having the information that he needs to hear can turn out to be very dangerous for him chas v'shulem
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 04, 2020 3:36 pm

נשמה האט געשריבן:
א פרומע היימישע חסידישע איד, וואס האט נישט קיין אינטערנעט, ער האט נישט קיין סמארטפאון, ער האט נישט פון ווי צו באקומען זיין אינפארמאציע.

קול מבשר האט אלעס געמאלדן. די צייטונגען האבן אלעס געמאלדן.

קודם כל ער הערט נישט קול מבשר, די בני בית הערט, און געט איבער ווי זי פארשטייט. משא"כ דאס אז אין בארא פארק האט עס שוין יעדער געהאט האט ער אליין געהערט פון משה עסקן ביי די סאשעל געדיסטענסינג מנין. נו מה חזית?...

ועוד, אז דער זעלבער קול מבשר האט אויך א אינטערוויא אז פאר אינגע מענטשן איז עס גארנישט/אויך שעדליך, און אז די סגולה שמירעכטץ העלפט וואונדערליך/נישט, און אז 90 פראצענט קר"י האט עס שוין געהאט/נישט געהאט, און אז די שפיטאל איז וואס הרג'עט נישט די וויירוס, און אויך דער אינטערוויא אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז דער שפיטאל הרג'ט.

נו, איז וואס טוט מען למעשה? מ'טוט וואס ס'זעהט אויס מאכט די מערסטע סענס פאר אזא סייענטיסט ווי ער, און אויך דאס וואס זעהט אויס לייכט צו קענען לעבן דערמיט.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט