ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:04 pm

אזוי ווי דאס יאר, וועלן אידן ליידער נישט קענען זיך צוזאמענקומען זיך פרייען מיט רשב"י, זינגען און טאנצן ביי די געהויבענע הדלקות בחצרות קודש, און אין די בתי-מדרשים, אזוי ווי מען איז צוגעוואוינט יעדע יאר. אבער אידן ווילן דאך אזוי שטארק זיך מקשר זיין מיט רבי שמעון, אנהאלטן די הייליגע הדלקות און זיך פארבינדן מיט מירון און מיט רבי שמעון... דאס הארץ ווייטאגט צו זען, ווי אזוי אזא געהויבענער ל"ג בעומר, וועט מען זיך מוזן באגיניגן אן קיין הדלקה.

נאכן נוצן די עצות פון ארומפארן מיט מוזיק אין טראקס, און שפעטער מאכן ברכת האילנות אויף טראקס, וועלכע האבן מחיה געווען טויזנטע אידן און מזכה געווען כלל-ישראל מיט ברכת האילנות, און סתם אריינגעגעבן שמחה דורך די טראקס. וואלט געווען א גוטע עצה צו מאכן א הדלקה אויף טראקס, מען קען דאס מאכן אויף א פארזיכערטע וועג. מוזיק וועט ברענען און מ'וועט זינגען "לכבוד התנא האלקי", און די פייער טראקס וועלן אריבערפארן די היימישע געגנטער, וואו די קינדער מיט די עלטערע אידן וועלן זיך צוזאמענקומען פון די פארטשן זינגען בר-יוחאי.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:11 pm

מקשר זיין צו ר' שמעון דורך א דורכפארענדע טראק מיט א פייער. גאנץ גרינג.
איינער האט עפעס א פאטענט וויאזוי זיך מקשר זיין צו משה רבינו?


דאנט געט מי ראונג, ס'איז א גוטע אינטערהאלטונג פאר די קינדער, אבער ביטע האלטן די קאפ גראד

שרייב-פעדער
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך שרייב-פעדער » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:22 pm

דריידל האט געשריבן:מקשר זיין צו ר' שמעון דורך א דורכפארענדע טראק מיט א פייער. גאנץ גרינג.
איינער האט עפעס א פאטענט וויאזוי זיך מקשר זיין צו משה רבינו?


דאנט געט מי ראונג, ס'איז א גוטע אינטערהאלטונג פאר די קינדער, אבער ביטע האלטן די קאפ גראד

און ווען די פייער ליגט אויף די סיידוואק, אדער אויף א הויכע סטעיזש?
דאנט געט מי ראנג, ס'איז א גוטע אינטערהאלטונג פאר די טאטעס, אבער ביטע האלטן די קאפ גראד
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך Programming » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:24 pm

וויאזוי האט מען געלייגט פרוכט ביימער אויף טראקס? איך שטעל זיך פאר אז עס איז נישט געוואקסן דארט אויפן טראק...

מען האט אפגעשניטן א פרוכט בוים?

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:37 pm

וואלט געווען א געניאלער געדאנק צו שפילן לג בעומר ניגונים מיט מוזיק אין א באשטומטע זמן אויף די שבת פייפער הויכהילכערס און די גאנצע שטאט זאל זיך אינאיינעם ארויס לאזן אין ריקודין
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג אפריל 28, 2020 7:57 pm

Programming האט געשריבן:וויאזוי האט מען געלייגט פרוכט ביימער אויף טראקס? איך שטעל זיך פאר אז עס איז נישט געוואקסן דארט אויפן טראק...

מען האט אפגעשניטן א פרוכט בוים?


היינטיגע צייטן אנשטאט אריינלייגן קערעלעך אין ד'רערד און ווארטן עס זאל בליען א עפל בוים, פלאנצט מען עס קודם איין אין א פלאוער פאט אין א "פלענט נוירסערי" וואס דארט גיבט מען זיך בעסער אפ מיט די אינגע ביימעלעך, און ווען עס וואקסט צו א געוויסע הייעך טראגט מען עס ארויס אין פעלד און פלאנצט עס איבער. אויפן טראק זענען געווען אינגע ביימעלעך פון די נוירסערי

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך Programming » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:09 pm

אה ייש"כ

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:20 pm

דריידל האט געשריבן:מקשר זיין צו ר' שמעון דורך א דורכפארענדע טראק מיט א פייער. גאנץ גרינג.
איינער האט עפעס א וויאזוי זיך מקשר זיין צו משה רבינו?


דאנט געט מי ראונג, ס'איז א גוטע אינטערהאלטונג פאר די קינדער, אבער ביטע האלטן די קאפ גראד

משא"כ יעדע יאר?
מקשר זיין מיט רבי שמעון מיט א פייער אין אויסטראליע איז עפעס בעסער?

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:21 pm

א פייער אויף א טראק וועט לכאו' נישט זיין.
אבער מען דארף טאקע זעהן עפעס צו לעבעדיג מאכן לכבוד היום!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך פייערקרעקערס » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:31 pm

ע''פ קבלה דארף די פייער זיין מחובר לקרקע

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:07 am

קאץ און מויז האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מקשר זיין צו ר' שמעון דורך א דורכפארענדע טראק מיט א פייער. גאנץ גרינג.
איינער האט עפעס א וויאזוי זיך מקשר זיין צו משה רבינו?


דאנט געט מי ראונג, ס'איז א גוטע אינטערהאלטונג פאר די קינדער, אבער ביטע האלטן די קאפ גראד

משא"כ יעדע יאר?
מקשר זיין מיט רבי שמעון מיט א פייער אין אויסטראליע איז עפעס בעסער?

שרייב-פעדער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מקשר זיין צו ר' שמעון דורך א דורכפארענדע טראק מיט א פייער. גאנץ גרינג.
איינער האט עפעס א פאטענט וויאזוי זיך מקשר זיין צו משה רבינו?


דאנט געט מי ראונג, ס'איז א גוטע אינטערהאלטונג פאר די קינדער, אבער ביטע האלטן די קאפ גראד

און ווען די פייער ליגט אויף די סיידוואק, אדער אויף א הויכע סטעיזש?
דאנט געט מי ראנג, ס'איז א גוטע אינטערהאלטונג פאר די טאטעס, אבער ביטע האלטן די קאפ גראד

העי! באפאלטס מיך נישט. איך האב פשוט געקוואט וואס די פותח האשכול האט געשריבן. ער זיכט אן עצה פאר אידן זיך מקשר זיין צו ר' שמעון און שלאגט פאר א טראק פייער.
א סטעיזש פייער אין אויסטראליע אדער ווי אימער איז גארנישט אנדערש.

זעירא
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך זעירא » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:10 am

פייערקרעקערס האט געשריבן:ע''פ קבלה דארף די פייער זיין מחובר לקרקע

למעלה מעשרה טפחים...

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:44 am

פייערקרעקערס האט געשריבן:ע''פ קבלה דארף די פייער זיין מחובר לקרקע

אויב לייגטסו נישט דריי פינטעלעך, וועט מען דיר נאך בעטן א מראה מקום...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:18 am

און וואס וועט זיין מיט א ה' אייר הדלקה? אפשר קען איינער ארלעדיגן א טראק מיט א ברענעדיגע איזראעלי פאן?
ווי זענען די עסקנים?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:22 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
פייערקרעקערס האט געשריבן:ע''פ קבלה דארף די פייער זיין מחובר לקרקע

אויב לייגטסו נישט דריי פינטעלעך, וועט מען דיר נאך בעטן א מראה מקום...


נעעה היינט איז שוין אייוועלט גענוג מ"מ...

זעירא
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך זעירא » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:30 pm

דריידל האט געשריבן:און וואס וועט זיין מיט א ה' אייר הדלקה? אפשר קען איינער ארלעדיגן א טראק מיט א ברענעדיגע איזראעלי פאן?
ווי זענען די עסקנים?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2169278#p2169170

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 9:55 pm

עפעס לעבעדיג מיז קומען.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך זעליג » פרייטאג מאי 01, 2020 3:42 am


אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך מענטשאלע » פרייטאג מאי 01, 2020 5:03 am

ישראל'יק פרוש פון אלעד האט גענומען ערנסט, פלאנט הדלקות אויף טראקס מיט מיוזיק, העמיר זעהן ואס וועט זיין למעשה

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך blue moon » פרייטאג מאי 01, 2020 5:33 am

די נאנסענס פון די -ניי אויפגעקומענע- פייער חגא האט מען שוין פון לאנג געדארפט קאטען שארט.
היי יאר וועלען די איזאלירטע טאנצען פארענט פונעם פלאם אויפן געז רענטש, און וואס זענען מהדר אויף מנין וועלען אנצינדען די גריל אויף פארטשעס.

מיך באדערט מער אויב עס וועט זיין ל״ג בעומר סעילס אויף פאנדזעלאס. איך שטעל מיך פאר אז די סטאר אייגעטימער וועלען מוסר נפש זיין נישט צו-צוברעכן דעם אנגענומענעם מנהג.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג מאי 01, 2020 8:26 am

blue moon האט געשריבן:די נאנסענס פון די -ניי אויפגעקומענע- פייער חגא האט מען שוין פון לאנג געדארפט קאטען שארט.
היי יאר וועלען די איזאלירטע טאנצען פארענט פונעם פלאם אויפן געז רענטש, און וואס זענען מהדר אויף מנין וועלען אנצינדען די גריל אויף פארטשעס.

מיך באדערט מער אויב עס וועט זיין ל״ג בעומר סעילס אויף פאנדזעלאס. איך שטעל מיך פאר אז די סטאר אייגעטימער וועלען מוסר נפש זיין נישט צו-צוברעכן דעם אנגענומענעם מנהג.

;l;p- זייער ריכטיג, וואס מען האט געמאכט מיט דעם ל"ג בעומר...
אבער א פרייליכן טאג איז עס פארט, און עפעס לעבעדיג דארף מען מאכן.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך מחנך » פרייטאג מאי 01, 2020 9:26 am

blue moon האט געשריבן:די נאנסענס פון די -ניי אויפגעקומענע- פייער חגא האט מען שוין פון לאנג געדארפט קאטען שארט.
היי יאר וועלען די איזאלירטע טאנצען פארענט פונעם פלאם אויפן געז רענטש, און וואס זענען מהדר אויף מנין וועלען אנצינדען די גריל אויף פארטשעס.

מיך באדערט מער אויב עס וועט זיין ל״ג בעומר סעילס אויף פאנדזעלאס. איך שטעל מיך פאר אז די סטאר אייגעטימער וועלען מוסר נפש זיין נישט צו-צוברעכן דעם אנגענומענעם מנהג.


פייער חאגע? אויף א הדלקה ביומא דהילולא קדישא פון רשב"י? שעם דיך!

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך דייקן » פרייטאג מאי 01, 2020 10:04 am

אין רוב קהילות קדושות (עכ"פ אין חו"ל) איז נישט געווען די מנהג צו מאכען א פייער ל"ג בעומר ביז ממש די לעצטע יארען, אבער למעשה אין פיל פעלער איז עס די רב ואדמו"ר וואס האט עס לעצטענס איינגעפירט, איז דערפאר טאקע נישט שיין עס צו רופען א פייער חגא, חוץ מזה וואס אין א"י, און אודאי אין מירון, איז עס א מנהג ותיקין פון פילע דורות.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 01, 2020 10:05 am

לעכטל האט געשריבן:עפעס לעבעדיג מיז קומען.

כ'האף אז נישט קיין לויה. ביז אהער זענען די לעבעדיגסטע זאכן געווען לוויות...
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ל"ג בעומר: הדלקות אויף טראקס...

תגובהדורך דריידל » פרייטאג מאי 01, 2020 10:12 am

מחנך האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די נאנסענס פון די -ניי אויפגעקומענע- פייער חגא האט מען שוין פון לאנג געדארפט קאטען שארט.
היי יאר וועלען די איזאלירטע טאנצען פארענט פונעם פלאם אויפן געז רענטש, און וואס זענען מהדר אויף מנין וועלען אנצינדען די גריל אויף פארטשעס.

מיך באדערט מער אויב עס וועט זיין ל״ג בעומר סעילס אויף פאנדזעלאס. איך שטעל מיך פאר אז די סטאר אייגעטימער וועלען מוסר נפש זיין נישט צו-צוברעכן דעם אנגענומענעם מנהג.


פייער חאגע? אויף א הדלקה ביומא דהילולא קדישא פון רשב"י? שעם דיך!

די לשון קודש/ אראמישע ווערטער קוקן אויס זייער שרעקעדיג - יומא הילולא קדישא, און ווער רעדט נאך ווען די שרייבסט רשב"י, ס'פאלט א פחד


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט