בלאט 4 פון 9

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 2:48 am
דורך ערמון
דאס זעט אויס צו זיין די נומערן פון הרב לייפער שליט"א

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 3:12 am
דורך געוואלטיג
סקוקט נישט אויס צי זיין קיין קעטשי מחלה לויט די נומערן "דערווייל"

אבער ליתר שאת איז גוט לכאורה צי טאן אלעס וואס שטארקט די אימיון אזוי ווי ביי יעדע וויירוס וואס דא מיינט עס ווייטעמין סי און די און אימיון פאווער אדער בוסטער און א מולטי ווייטעמין.

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 8:02 am
דורך nmi
פארווייטאגט האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:וואס קען מען טוהן צו געבן פאר די קינדער זיך קענען שטארקן אויף דעם? וועלכע ווייטימינען וכדו' ?

Call
3479328563
Until he picks up the phone


יעצט ביינאכט דוקא? ווער איז דאס? און וואס איז דאס?
וועמען פראבירט איהר דא צו באזאלצען? טמ"נ?

אויב קאלט איינער דעי נאמבער זאל ער ביטע צוריק ק6מען זאגן וואס ער האט געזאגט דארט

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 12:49 pm
דורך yid
פארווייטאגט האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:וואס קען מען טוהן צו געבן פאר די קינדער זיך קענען שטארקן אויף דעם? וועלכע ווייטימינען וכדו' ?

Call
3479328563
Until he picks up the phone


יעצט ביינאכט דוקא? ווער איז דאס? און וואס איז דאס?
וועמען פראבירט איהר דא צו באזאלצען? טמ"נ?

You can call 24 hours

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:10 pm
דורך eller
איז דאס א ערענסטע מחלה ?

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:24 pm
דורך פארווייטאגט
yid האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:וואס קען מען טוהן צו געבן פאר די קינדער זיך קענען שטארקן אויף דעם? וועלכע ווייטימינען וכדו' ?

Call
3479328563
Until he picks up the phone


יעצט ביינאכט דוקא? ווער איז דאס? און וואס איז דאס?
וועמען פראבירט איהר דא צו באזאלצען? טמ"נ?

You can call 24 hours



עפעס פרטים ? וואס איז דאס?

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:27 pm
דורך Goodmorning
eller האט געשריבן:איז דאס א ערענסטע מחלה ?
זייער, ווען עס אטאקירט די הארץ. וויכטיג צו גיבן קעיר גלייך. זעט אויס מער ווי א דילעיד אווער ריעקשאן וואכן נאכן זיין אויסגעשטעלט צו די קאראנע, ווי א זאך וואס קען יעצט איבערגיין. אזוי ווי מען קען נישט כאפן די נירן, הארץ, אדער בלוט פארגליווערונג פראבלעמען וואס מען טרעפט וואכן נאכן ווירוס ביי אדאלטס.

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:30 pm
דורך כא כא כא
ס׳איז ב״ה נישט קעטשי און מ׳קען עס טריטן ב׳׳ה

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:34 pm
דורך Goodmorning
כא כא כא האט געשריבן:ס׳איז ב״ה נישט קעטשי און מ׳קען עס טריטן ב׳׳ה

אבער נישט ח׳ו אפשטופן צו באקומען הילף גלייך ווען מען פארדעכטיגט. מען זאגט אויך אז קינדער נידריג אין וויטאמין די זענען מער אויסגעשטעלט

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:37 pm
דורך eller
מיין קינד האט עלעקזשי אין האט לעצטענס באקומען א רעש וואס ער קראצט זיך. אזוי אויך האט ער נעכטן נישט געוואלט געהעריג עסן און געבראכן.
איז דאס א סימפטעם ?

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:41 pm
דורך IMBZ
מיין מיידעל האט קליינטשיגע רעשעס, ווי טשיקען פאקס איז דאס א סימפטעם ?

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 1:43 pm
דורך קלוגע חכם
eller האט געשריבן:מיין קינד האט עלעקזשי אין האט לעצטענס באקומען א רעש וואס ער קראצט זיך. אזוי אויך האט ער נעכטן נישט געוואלט געהעריג עסן און געבראכן.
איז דאס א סימפטעם ?


זיכער נישט שלעכט צו גיין צום דאקטער עס אויסצוטשעקן, ווי פריער מען גייט אלץ בעסער בס"ד

מיין מיידל האט שוין פאר איטליכע וואכן א עס קומט ארויס אזעלכע רויטע פלעקן, און עס גייט אוועק און עס קומט פרישע, געווען שוין ביים דאקטער, געגעבן א קריעם, גייט מען היינט צוריק צום דאקטער, הערן וואס ער זאגט

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 2:32 pm
דורך פליטה גדולה
זאל השי"ת העלפן כאשר בא כן ילך.

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 2:49 pm
דורך פאלעסיידס
אמן

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 3:47 pm
דורך אפשר פארקערט
געוואלטיג האט געשריבן:סקוקט נישט אויס צי זיין קיין קעטשי מחלה לויט די נומערן "דערווייל"


פון וועלעכע נומערן רעדסטו?

MAY 4 איז געווען די ערשטע באריכט דערוועגן אז עס איז דא 15 קינדער אנגעשטעקט דערפון.

מען האלט סך הכל MAY 10 און עס האלט שוין ביי 85 קינדער און 3 דערפון טויט רח''ל.

לאמער כאפען א בליק וואס איז געווען ביי קעראנע,

FEB 15 האט עס געהאלטען ביי 12 מענטשען MAR 2 איז עס הערשט אנגעקימען צי 85 מענטשען און הערשט FEB 29 די ערשטע טויט.

זייער זייער שרעקעדיגע נומערן !!!

דעס איז חיץ פון דעם אז דא רעדט מען נאר פון קינדער און דארט פון אלע יארגאנג.

און דא רעדט מען פון NY אליינס און דארט פון גאנץ אמעריקע.

נאר וואס דען ווי לאנג די דוקטורים ווייסען בכלל נישט וואס צי זאגען דערוועגן דארפן מיר בכלל נישט פאניקען נאר זיך פארלאזען אויפן אייבערשטער ווייל מיר קענען סיי ווי גארנישט טיען.

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 3:53 pm
דורך אסדר לסעודתא
IMBZ האט געשריבן:מיין מיידעל האט קליינטשיגע רעשעס, ווי טשיקען פאקס איז דאס א סימפטעם ?

דאכט זיך אז דאס דארף קומען מיט פיבער.

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 4:13 pm
דורך קאלט
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:מיין מיידעל האט קליינטשיגע רעשעס, ווי טשיקען פאקס איז דאס א סימפטעם ?

דאכט זיך אז דאס דארף קומען מיט פיבער.

און אפשר איז דאס אזויווי קאראנע (אזויווי די קאנספיריסי זאגט אז דאס איז א ווערסיע) אז מ'קען האבן נאר א חלק פון די סימפטעמס?

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 4:15 pm
דורך קאלט
אפשר פארקערט האט געשריבן:
נאר וואס דען ווי לאנג די דוקטורים ווייסען בכלל נישט וואס צי זאגען דערוועגן דארפן מיר בכלל נישט פאניקען נאר זיך פארלאזען אויפן אייבערשטער ווייל מיר קענען סיי ווי גארנישט טיען.

;l;p- ;l;p-
יפה אמרת!

מיר דארפן טוהן כל מה שביכלתינו, אבער מיר דארפן נישט טון מער ווי דעם (דהיינו פאניקן וכדו' זאכן וואס העלפן נישט אויף למעשה) ולה' הישועה!

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 5:08 pm
דורך נשמה
נאר וואס דען ווי לאנג די דוקטורים ווייסען בכלל נישט וואס צי זאגען דערוועגן דארפן מיר בכלל נישט פאניקען נאר זיך פארלאזען אויפן אייבערשטער ווייל מיר קענען סיי ווי גארנישט טיען.

מ'דארף שוין עפענען א האטליין מיט חיזוק, פיהל מיט אמונה, און בטחון. צו שטארקן אונזערע פארקלעמטע הערצער. געבן קלארע אנווייזונגען. און נישט פאניקן.

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 8:22 pm
דורך חומש
ווייסט איינער וועלכע יארגענג זענען אינקלאדעט צו זיין אויסגעשטעלט צו די קינדער קרענק?

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 9:20 pm
דורך טראק דרייווער
איך זעה דא אזוי סאך תגובות וואס דערשרעקן צום טויט, און דערנאך קומט עפעס א לחש וואס רופט זיך "נישט פאניקן"....

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 9:26 pm
דורך הסרפד
חומש האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכע יארגענג זענען אינקלאדעט צו זיין אויסגעשטעלט צו די קינדער קרענק?

דעם געווענליכן קאוואסאקי טרעפט מען כמעט אך ורק ביז די 5, אבער פון א רעדע פון א וויראלאג האב איך געהערט אז דעם נייען האט מען געטראפן ביי די 14-15 אויכעט.

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 11:02 pm
דורך שמחהלע
אין קרית יואל איז דא עטליכע פעלער מיט די דיזיעס ה"י

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2020 12:01 am
דורך Goodmorning
שמחהלע האט געשריבן:אין קרית יואל איז דא עטליכע פעלער מיט די דיזיעס ה"י

געהערט איינער שוין ארויס פון איי סי יו אסאך בעסער ב״ה א צוועלף יעריג יונגע

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2020 12:01 am
דורך נאך איינער
שמחהלע האט געשריבן:אין קרית יואל איז דא עטליכע פעלער מיט די דיזיעס ה"י

.