מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

איכאדאמרי
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך איכאדאמרי » דינסטאג מאי 12, 2020 3:38 am

אין בעלגיע איז געמאלדען שוין איבער 30 פעלער פון דעם קינדערקראנקהייט השם ירחם

קול זעקה
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך קול זעקה » דינסטאג מאי 12, 2020 9:42 am

נשמה האט געשריבן:
נאר וואס דען ווי לאנג די דוקטורים ווייסען בכלל נישט וואס צי זאגען דערוועגן דארפן מיר בכלל נישט פאניקען נאר זיך פארלאזען אויפן אייבערשטער ווייל מיר קענען סיי ווי גארנישט טיען.

מ'דארף שוין עפענען א האטליין מיט חיזוק, פיהל מיט אמונה, און בטחון. צו שטארקן אונזערע פארקלעמטע הערצער. געבן קלארע אנווייזונגען. און נישט פאניקן.


להתחזק 8459994950
(פאר קאראנע)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מאי 12, 2020 11:02 am

קאוואסאקי איז נישט דאס וואס מען היילט מיט ציגן מילך?

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג מאי 12, 2020 1:26 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:קאוואסאקי איז נישט דאס וואס מען היילט מיט ציגן מילך?

Coxsackievirus vs. Kawasaki Disease

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך KMW » דינסטאג מאי 12, 2020 10:51 pm

זוך איך ארום אויף די ״זעלטענע״ קאוואסעקי דיזיעס זעה איך אז עס איז גארנישט אזוי זעלטן, אין 2000 איז געווען בערך 5000 קעיסעס ״אין שפיטאל״ וואס מיינט אסאך מער קעיסעס סתם אזוי.

https://www.cdc.gov/kawasaki/about.html

זוכענדיג אביסל מער זעה איך אז די ערשטע קעיס אין אמעריקע איז געווען אין 1976 ווען מען האט אנגעהויבן מער צו וואקסינירן, אויך איז מורהדיג אינטרעסאנט אז דאס איז א auto immune דיזיעס וואס קומט רוב מאל פון וואקסינס, און עס שטייט אין די insert פון אפאר vaccines אז דאס קען זיין א side effect, אפשר האט עס א שייכות און עס האט גארנישט מיט קאראנא?? (ועוד ראי׳ אז נישט אלע קינדער זענען אדער פאזיטיוו אדער האבן anti bodies)

דיסקלעימער: איך זאג עס בדרך אפשר,איך האב נישט נאכגעקיקט אלע לינקס, ביטע נישט באשייגעצן... א דאנק

https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC6768949/

https://www.longdom.org/open-access/is- ... 000234.pdf

https://journals.lww.com/pidj/FullText/ ... ng.31.aspx

https://www.fda.gov/media/75718/download

https://www.tandfonline.com/doi/full/10 ... rc=recsys&

https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articl ... 90736title

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מאי 12, 2020 11:03 pm

KMW האט געשריבן:זוך איך ארום אויף די ״זעלטענע״ קאוואסעקי דיזיעס זעה איך אז עס איז גארנישט אזוי זעלטן, אין 2000 איז געווען בערך 5000 קעיסעס ״אין שפיטאל״ וואס מיינט אסאך מער קעיסעס סתם אזוי.

https://www.cdc.gov/kawasaki/about.html

זוכענדיג אביסל מער זעה איך אז די ערשטע קעיס אין אמעריקע איז געווען אין 1976 ווען מען האט אנגעהויבן מער צו וואקסינירן, אויך איז מורהדיג אינטרעסאנט אז דאס איז א auto immune דיזיעס וואס קומט רוב מאל פון וואקסינס, און עס שטייט אין די insert פון אפאר vaccines אז דאס קען זיין א side effect, אפשר האט עס א שייכות און עס האט גארנישט מיט קאראנא?? (ועוד ראי׳ אז נישט אלע קינדער זענען אדער פאזיטיוו אדער האבן anti bodies)

דיסקלעימער: איך זאג עס בדרך אפשר,איך האב נישט נאכגעקיקט אלע לינקס, ביטע נישט באשייגעצן... א דאנק

https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC6768949/

https://www.longdom.org/open-access/is- ... 000234.pdf

https://journals.lww.com/pidj/FullText/ ... ng.31.aspx

https://www.fda.gov/media/75718/download

https://www.tandfonline.com/doi/full/10 ... rc=recsys&

https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articl ... 90736title

ב"ה דו ווייסט חאטש אז עס קומט דיך בא'שגצ'ן.

נעם דיין 'דרך אפשר' און געב עס איין 'אנחיה בשי"ן תי"ו', דו אנטי-וואקסער.
מיר קענען דעם מהלך, פון האלאקאסט דענייערס און אלע סארטן משוגעים ווען זיי ווילן זיך האלטן מער מכובד. איך פרעג נאר שאלות! איך צייגן נאר צו מקורות! ... צו פוסטע, הוילע שטותים וואס איז געמאכט צו פיהרן מענטשן צו דיין עלענדע טאהל פון איבער-חכמה.

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 12, 2020 11:06 pm

ביטע לאזן וואקסין אין אנדערע אשכולות מדארף מיר נישט אומזיסטע 1000 בלעטער פון פריש

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מאי 12, 2020 11:10 pm

(במחילה פון דער וואס זיצט גלייך איבער מיר. דער תגובה קעגן וועם איך שרייב דא איז פארהוילן, איך מיין נישט אייך.)

אזא גרויסע צדיק. דו טוסט וואס דער שכל איז מחייב.

די אנטי-וואקסערס האבן פארכאפט מיינע קרובים צו זייער כת. איך האב זיי פיינט שנאת מוות, און איך אהן שגצ'ן יעדער האלבער-חכם וואס גייט זיך באנוצן מיט מענטשנס שרעק צו פארדרייען נאך מענטשן אין זייער כת.
לעצט פאראכטן דורך הסרפד אום דינסטאג מאי 12, 2020 11:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מאי 12, 2020 11:13 pm

דו קומט איינער, וואס א דאנק די נייעס איז ער געוואהר געווארן פון א ווארט וואס ער האט קיין מאהל נישט געקענט, א מחלה וואס מען שטודירט שוין עטליכע פערציג יאהר, און ער נוצט עס 'בדרך אפשר' ארויף צו זעצן זיין הסתה והדחה. איך קריעגן מיך נישט מיט דעם חכם תום ערשטן מאהל, איך האב נישט קיין ספק וואס ליכט הינטער זיינע ווערטער.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מאי 12, 2020 11:25 pm

הסרפד, דא איז נישט קיין פלאץ זיך אויסצוגעבן משפחה ווייטאג
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך לייטער » דינסטאג מאי 12, 2020 11:39 pm

קאוואסעקי איז זייער א זעלטענע מחלה פאר קינדער
מיין חבר האט עס געהאט אלס קינד מען האט אים געטריט אין קלאמביע האספיטאל, סזענען געקומען אסאך דאקטוירים און סטודענטן פון קלאמביע יונעווערסעטי קאלידש צי זעהן און לערנען וועגן די מחלה
סאיז זייער זעלטן
ווי פריער מען נעמט קער אלץ בעסער, אויב מען פארנאכלעסיקט עס קען עס שעדיגן די הארץ
ער האט געהאט מזל אז א דאקטאר אין קרית יואל האט ציזאמגעשטעלט דעמאלטס אז סאיז די זעלטענע קאוואסעקי
ער האט געהאט אייווי פאר עטליכע טעג, מען האט אים געטריט ווי א קעניג און א ספעציעלע פריוואטע צימער

( אגב מיין חבר דרייטציך אויף אייוועלט און האט נאך נישט קיין ניק.. ער האט זיך יעצט איינגעשריבן און ווארט אויף מען זאל אום אנעמען אדערוויילע שרייב איך פאר אים, )
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום דינסטאג מאי 12, 2020 11:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 12, 2020 11:45 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:הסרפד, דא איז נישט קיין פלאץ זיך אויסצוגעבן משפחה ווייטאג

קודם כל ווער זאגט? והשנית, וואס שטערט עס אייך?

דריטנס, מזל טוב צום טויזענטער...
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מאי 12, 2020 11:46 pm

מחשב האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:הסרפד, דא איז נישט קיין פלאץ זיך אויסצוגעבן משפחה ווייטאג

קודם כל ווער זאגט? והשנית, וואס שטערט עס אייך?

דריטנס, מזל טוב צום טויזענטער...


ברוכים תהי'... און מזל טוב צום צוויי טויזענסטער....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

מיסטעריעזע קינדער מחלה שוין אין ארצינו הקדושה

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך מאי 13, 2020 9:56 am

https://www.kikar.co.il/abroad/359724.html

קורונה נדירה בארץ פגעה בילדים, אחד נפטר; 'כולם חרדים'

התפתחות נדירה מאוד של נגיף הקורונה, הפוגעת דווקא בבני נוער, הגיעה לאחרונה לישראל; עד כה היא התגלתה בגופם של שישה ילדים - כולם חרדים - אחד מהם למרבה הצער אף נפטר (אקטואליה)

"זיהום כלל מערכתי" - כך מגדירים בקהילה הרפואית את אופיה של התפתחות נדירה של נגיף הקורונה, שמתגלה דווקא אצל ילדים. בישראל אירעו עד כה שישה מקרים שכאלו, כולם בקרב הציבור החרדי, כאשר אחד מהם אף הסתיים באסון: הילד נפטר. כך חושף פרופסור גבי ברבש.

בדיווח שהתפרסם לראשונה ב'חדשות 12' הסביר ברבש, לשעבר מנכ"ל משרד הבריאות ובית החולים איכילוב, כי "ווירוס הקורונה מלמד אותנו כל פעם שיעור חדש, והפעם אלו מקרים שאירעו בשבועיים-שלושה האחרונים, שגילו תופעה מאוד נדירה, ממנה נפגעו כבר עשרות ילדים בארה"ב ובאירופה; 38 בניו יורק לבדה".

עיתוי הפגיעה, מתברר, הינו מספר שבועות לאחר תחילת המחלה. לדברי הפרופסור הנחשב, חלק מהילדים יוצאים שלילי לקורונה בבדיקת המטושים הרגילה, "אבל כשבודקים להם את הדם, מוצאים נוגדנים המורים שהם נחשפו קודם לכן לווירוס הקורונה".

יודגש, כי למרות שכמעט ואין תסמיני שיעול, ההנחיה היא לגשת בדחיפות עם הילד לאבחון אצל רופא, ברגע שהנתונים שצוינו נראים מול עיני הורי הילדים.

ברבש הוסיף והרגיע, כפי שאישר גם בשיחה עם 'כיכר השבת', כי "התחזית הרפואית במקרים שכאלו מוגדרת כטובה מאוד, בשל העובדה כי רוב הילדים עד כה הבריאו מהתפתחות זו של הקורונה. קהיליית הרופאים בארץ מודעת לפגיעה הזו של הנגיף, המידע עליו עובר מהאחד לשני וגובש לגביו טיפול מסודר".

בישראל ישנם כאמור נכון לעכשיו שישה ילדים שהסוג הזה של נגיף הקורונה אותר בגופם, אחד מהם נפטר - כולם מבני הציבור החרדי, מירושלים, מאזור הצפון ומבית שמש. "אף אחד לא יודע להסביר למה זה דווקא אצל חרדים", ציין הפרופסור הבכיר.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך א פיינע מענטש » מיטוואך מאי 13, 2020 10:08 am

אברהם מאיר פאללמאן פון הצלה האט נעכטן ארומגערופן אז יעדער איינער זאל מעסטן די קינדער'ס פיבער 2 מאל א טאג, וואס איז פשט פון מאכן אזא פאניק ?

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך מאי 13, 2020 10:16 am

א פיינע מענטש האט געשריבן:אברהם מאיר פאללמאן פון הצלה האט נעכטן ארומגערופן אז יעדער איינער זאל מעסטן די קינדער'ס פיבער 2 מאל א טאג, וואס איז פשט פון מאכן אזא פאניק ?

די אלע וואס פרעגן דע קשיא האבן געפרעגט די זעלבע ווען די קראנע האט זיך אנגעפאנגען.
הצלה וויל פארזיכערן אז אויב איינער האט די סימפטאמס זאל מען עס כאפן באצייטנס אין באהאנדלען
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך מאי 13, 2020 10:18 am

שמערלער האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:אברהם מאיר פאללמאן פון הצלה האט נעכטן ארומגערופן אז יעדער איינער זאל מעסטן די קינדער'ס פיבער 2 מאל א טאג, וואס איז פשט פון מאכן אזא פאניק ?

די אלע וואס פרעגן דע קשיא האבן געפרעגט די זעלבע ווען די קראנע האט זיך אנגעפאנגען.
הצלה וויל פארזיכערן אז אויב איינער האט די סימפטאמס זאל מען עס כאפן באצייטנס אין באהאנדלען

ויציב
ונכון
וקיים
וישר
וכו'.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך מאי 13, 2020 10:41 am

אינטערוויו: אלעס ארום די מיסטעריעזע קאראנא-פארבינדעטע קינדער קרענק וואס פארשפרייט זיך אין לעצטע טעג
חרדישע דאקטער פון עזרת חולים קר"י
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18957

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך אפשר פארקערט » מיטוואך מאי 13, 2020 10:45 am

רבותי לאמער נעמען ערנסט די זאך ווייל מען גייט נישט קענען שרייען אז די שפיטעלער זענען שילדיג ווייל זיי לאזען אריין עלטרן צי זיין מיט די קינדער און אזוי אויך ווייסט מען נאך נישט צי די קנאבעל ווייסער העלפט פאר דעם אויך

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 13, 2020 1:23 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:רבותי לאמער נעמען ערנסט די זאך ווייל מען גייט נישט קענען שרייען אז די שפיטעלער זענען שילדיג ווייל זיי לאזען אריין עלטרן צי זיין מיט די קינדער און אזוי אויך ווייסט מען נאך נישט צי די קנאבעל ווייסער העלפט פאר דעם אויך

וואס מיינסטו מיט "נעמען ערנסט"?

די איינציגע זאך וואס מ'קען טון מיט די ערנסטקייט איז מתפלל זיין. נישטא דערווייל עפעס וואס ווערט אנגעצייגט אלס א מיטל דאס צו פארמיידן.
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך מאי 13, 2020 1:46 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:רבותי לאמער נעמען ערנסט די זאך ווייל מען גייט נישט קענען שרייען אז די שפיטעלער זענען שילדיג ווייל זיי לאזען אריין עלטרן צי זיין מיט די קינדער און אזוי אויך ווייסט מען נאך נישט צי די קנאבעל ווייסער העלפט פאר דעם אויך

נישט געזארגט מוועט שוין טרעפן וועים צי באשילדיגן, דא האסטו א דוגמא
KMW האט געשריבן:זוכענדיג אביסל מער זעה איך אז די ערשטע קעיס אין אמעריקע איז געווען אין 1976 ווען מען האט אנגעהויבן מער צו וואקסינירן, אויך איז מורהדיג אינטרעסאנט אז דאס איז א auto immune דיזיעס וואס קומט רוב מאל פון וואקסינס, און עס שטייט אין די insert פון אפאר vaccines אז דאס קען זיין א side effect, אפשר האט עס א שייכות און עס האט גארנישט מיט קאראנא?? (ועוד ראי׳ אז נישט אלע קינדער זענען אדער פאזיטיוו אדער האבן anti bodies)

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5497
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 13, 2020 2:00 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:רבותי לאמער נעמען ערנסט די זאך ווייל מען גייט נישט קענען שרייען אז די שפיטעלער זענען שילדיג ווייל זיי לאזען אריין עלטרן צי זיין מיט די קינדער און אזוי אויך ווייסט מען נאך נישט צי די קנאבעל ווייסער העלפט פאר דעם אויך

יעדע שפיטאל לאזט אריין עלטערן צו זיין מיט קינדער. איך בין געווען אין NYU און איך קען פערזענליך איינער וואס איז געווען אין מאונט סיני מיט א קינד.

ס'איז נישט כדאי צו פארשפרייטן שקרים און דערנאך גורם זיין אז אנדערע זאלן זיך אפהאלטן פון גיין אין שפיטאל צוליב דעם.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
דיין בעסטע חבר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 4:02 pm

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך דיין בעסטע חבר » מיטוואך מאי 13, 2020 2:09 pm

לייטער האט געשריבן:קאוואסעקי איז זייער א זעלטענע מחלה פאר קינדער
מיין חבר האט עס געהאט אלס קינד מען האט אים געטריט אין קלאמביע האספיטאל, סזענען געקומען אסאך דאקטוירים און סטודענטן פון קלאמביע יונעווערסעטי קאלידש צי זעהן און לערנען וועגן די מחלה
סאיז זייער זעלטן
ווי פריער מען נעמט קער אלץ בעסער, אויב מען פארנאכלעסיקט עס קען עס שעדיגן די הארץ
ער האט געהאט מזל אז א דאקטאר אין קרית יואל האט ציזאמגעשטעלט דעמאלטס אז סאיז די זעלטענע קאוואסעקי
ער האט געהאט אייווי פאר עטליכע טעג, מען האט אים געטריט ווי א קעניג און א ספעציעלע פריוואטע צימער

( אגב מיין חבר דרייטציך אויף אייוועלט און האט נאך נישט קיין ניק.. ער האט זיך יעצט איינגעשריבן און ווארט אויף מען זאל אום אפנעמען אדערוויילע שרייב איך פאר אים, )

מיין חבר האט פריער געשריבן אין מיין נאמען אין יעצט האב איך שוין מיין אייגענעם ניק קען איך אייך העלפן מיט אלע קשיות

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך מחנך » מיטוואך מאי 13, 2020 2:58 pm

א ברידש איז איינגעפאלען, קארס קומען צו פליען אין דעי דירעקשען, און ווייסען אין וואסערע סכנה זיי פארען יעצט אריין. שטייען דארטען 2 מענטשען און שרייען, פארטס נישט דארטען, ווייל ענק גייען אריינטראסקענען אין ים און גע'הארג'עט ווערן!, קומען דארטען אהן חכמים און שרייען אהן די צוויי מענטשען, רשעים! פארוואס דערשרעקען ענק די מענטשען? דו ווייסט וואסערע פעניק אטאקס זיי קענען באקריגען פון דעהם? הערטס שוין אויף צו ווארענען און דערשרעקען די עולם!

פונקט אזא פנים האבען דא אפאהר שרייבערס

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: מיסטעריעזע קינדער מחלה - מעגליך קאראנע ווערסיע

תגובהדורך KMW » מיטוואך מאי 13, 2020 3:18 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן:רבותי לאמער נעמען ערנסט די זאך ווייל מען גייט נישט קענען שרייען אז די שפיטעלער זענען שילדיג ווייל זיי לאזען אריין עלטרן צי זיין מיט די קינדער און אזוי אויך ווייסט מען נאך נישט צי די קנאבעל ווייסער העלפט פאר דעם אויך

יעדע שפיטאל לאזט אריין עלטערן צו זיין מיט קינדער. איך בין געווען אין NYU און איך קען פערזענליך איינער וואס איז געווען אין מאונט סיני מיט א קינד.

ס'איז נישט כדאי צו פארשפרייטן שקרים און דערנאך גורם זיין אז אנדערע זאלן זיך אפהאלטן פון גיין אין שפיטאל צוליב דעם.


אמת מען לאזט אריין אין שפיטאל מיט א קינד אבער מיט זייער גרויסע באגרענוצונגען, איך האב א קרוב איז ער געווען איינגעשפארט אין צימער פאר דריי טעג אן מעגן ארויסגיין.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: moshenies, א פיינע מענטש, יש ברירה און 21 געסט