אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג מאי 19, 2020 12:56 pm

metsboy האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:לאמיר אלע שרייען צוזאמען, וואו זענען די עסקנים?


נאכדעם וואס הונדערטער אידען זענען געשטארבן, און די מצב איז שוין טויזנט מאל בעסער, ווערט מען יעצט א העלד.

זאג נאר די האסט צוגעלייגט א פינגער דא צו די האסט פשוט הנאה אראפצורייסן עסקנים ?
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג מאי 19, 2020 12:57 pm

זייער וויכטיג צו געדענקן אז און אינזער הענט ליגט איצט בדרך הטבע די עתיד פון די ענדגילטיגע פאלעסי
נאכן שווערליך אויספועלען א 2 וואכן "טריי-אוט"
ועל הציבור ליזהר
(זיי נישט גערעכט, זיי קליג...)
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

Kollel
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך Kollel » דינסטאג מאי 19, 2020 1:00 pm

שמערלער האט געשריבן:
metsboy האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:לאמיר אלע שרייען צוזאמען, וואו זענען די עסקנים?


נאכדעם וואס הונדערטער אידען זענען געשטארבן, און די מצב איז שוין טויזנט מאל בעסער, ווערט מען יעצט א העלד.

זאג נאר די האסט צוגעלייגט א פינגער דא צו די האסט פשוט הנאה אראפצורייסן עסקנים ?

דו ביסט אפילו מסופק אז ער האט צוגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער?

סתם א העיטער וואס זוכט צו באשמיצן עסקנים וואס שלאפן נישט קיין נעכט בשעת ער שנארכעצט פיין
לעצט פאראכטן דורך Kollel אום דינסטאג מאי 19, 2020 1:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מאי 19, 2020 1:00 pm

פארשטענדליך אז די עיקר קרעדיט גייט פאר די פארשידענע חשוב'ע האטליין רעדנער וועלכע האבן די גאנצע צייט אריינגעלייגט טייערלעס עפערדס אין די אישו. נישט קיין ספק אז אלעס איז זיי צו פארדאנקען.

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » דינסטאג מאי 19, 2020 1:04 pm

yid האט געשריבן:יודו לה' חסדו: גאווערנער קואמא מעלד א צוויי וואכעדיג פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער אין 16 ניו יארקער שפיטעלער

I
דער גאווערנער האט ארויס געשטעלט א ליסטע מיט 16 שפיטעלער וועלכע גייען אנטייל נעמען אין די פילאט פראגראם, אריין גערעכנט דערין ען-וויי-יו, פרעסבעטעריען, מאונטי סיטי, מאנטיפיוארי, וועסטשעסטער מעדיקל, מאימאנעדיס און לענאקס היל, ווי די נאנטע וועלן אין געוויסע שעות זיין נעבן פאציענטן זייענדיג אנגעטאן מיט ספעציעלע פראטעקטיוו קליידונג. דאס קומט א דאנק די העפטיגע איבערמידליכע שתדלנות פון ניו יארקער עסקנים.

זיין אנגעטון מיט ppe איז א חלק פון די גזירה
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 19, 2020 1:07 pm

קענסט די ווערטל?
פארוואס האט מען אריינגעלייגט פסוקים אין די מגילה וואס מען זינגט מיט'ן איכה ניגון? כדי צו געבן עפעס פאר די אנגעזויערטע

לענינינו: עפעס האט מען געדארפט געבן פאר די קאמפלעינערס, די גלגולים פון די אמאליגע מתאוננים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך ספרים שטוב » דינסטאג מאי 19, 2020 1:12 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
yid האט געשריבן:יודו לה' חסדו: גאווערנער קואמא מעלד א צוויי וואכעדיג פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער אין 16 ניו יארקער שפיטעלער

I
דער גאווערנער האט ארויס געשטעלט א ליסטע מיט 16 שפיטעלער וועלכע גייען אנטייל נעמען אין די פילאט פראגראם, אריין גערעכנט דערין ען-וויי-יו, פרעסבעטעריען, מאונטי סיטי, מאנטיפיוארי, וועסטשעסטער מעדיקל, מאימאנעדיס און לענאקס היל, ווי די נאנטע וועלן אין געוויסע שעות זיין נעבן פאציענטן זייענדיג אנגעטאן מיט ספעציעלע פראטעקטיוו קליידונג. דאס קומט א דאנק די העפטיגע איבערמידליכע שתדלנות פון ניו יארקער עסקנים.

זיין אנגעטון מיט ppe איז א חלק פון די גזירה

ליידער זענען דא אסאך חולי ישראל אין קורנעל ווי דארט איז עס נישט אפפראוועט.
מען האט געטרייעט אויף אלע פראנטן, אבער א וואנט איז גרינגער צו רוקן ווי זיי, ליידער.

סתם אינטערעסאנט אויב איינער ווייסט:
איינער וואס האט משפחה למשל אין קורנעל ווי מען קען נישט אריינגיין, צו מען קען זיי טרענספארן צו NYU ווי מען קען שוין אריינגיין.
איז עס שייך?
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5340
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 19, 2020 1:14 pm

metsboy האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:לאמיר אלע שרייען צוזאמען, וואו זענען די עסקנים?


נאכדעם וואס הונדערטער אידען זענען געשטארבן, און די מצב איז שוין טויזנט מאל בעסער, ווערט מען יעצט א העלד.

ניין וואס רעדסטו דו מיט דיין גרויסע פיסק (קיבארד..) דו בוסט די העלד..
כ'מין זאלסט אויסהערן די צוויי אינטערוויאס און נאכדעם זאלסטו ווייטער שרייען און חוזק מאכן פון די עסקנים וואס זענען די לעצטע צוויי חדשים געווען ביים ביטש אין פלארידע..

אורח הכבוד האט געשריבן:פרישע 2 זייער אינפארמעטיווע אינטערוויאוס מיט די שתדלנות ביז אהער
1 מיט ר' דוד שווארטץ בארא פארק דיסטריקט לידער וואס איז געווען שטארק אינוואלווד און ארגענעזירן די בריוו פון קאנגרעס זיין ציזאמען ארבעט מיט די געטריי עסקנים וואס האבן געארבעט יומם ולילה כאטש זיי האבן געהערט נאר קריטיק די גאנצע צייט.
מיט ר' דוד שווארטץ
2 מיט הצלה מעמבער ר' בערל לעפקאוויטש (חבר הנהלת המוסדות מהר''יי ב.פ) וואס אלאמיערד די געטרייע עסקנים נאך פורים נאכן זעהן בעיניו וואס גייט פאר און די שפיטעלער, און וואס זיי האבן געטוהן פון דאן ביז איצט.
מיט ר' בערל לעפקאוויטש
מערכת סאטמאר
7188317000 113#
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג מאי 19, 2020 2:26 pm

וואס איז מיט קאלאמביע?

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג מאי 19, 2020 2:28 pm

טעם וריח האט געשריבן:וואס איז מיט קאלאמביע?


פרעסבעטעריען איז קאלאמביע

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג מאי 19, 2020 2:37 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
yid האט געשריבן:יודו לה' חסדו: גאווערנער קואמא מעלד א צוויי וואכעדיג פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער אין 16 ניו יארקער שפיטעלער

I
דער גאווערנער האט ארויס געשטעלט א ליסטע מיט 16 שפיטעלער וועלכע גייען אנטייל נעמען אין די פילאט פראגראם, אריין גערעכנט דערין ען-וויי-יו, פרעסבעטעריען, מאונטי סיטי, מאנטיפיוארי, וועסטשעסטער מעדיקל, מאימאנעדיס און לענאקס היל, ווי די נאנטע וועלן אין געוויסע שעות זיין נעבן פאציענטן זייענדיג אנגעטאן מיט ספעציעלע פראטעקטיוו קליידונג. דאס קומט א דאנק די העפטיגע איבערמידליכע שתדלנות פון ניו יארקער עסקנים.

זיין אנגעטון מיט ppe איז א חלק פון די גזירה

ליידער זענען דא אסאך חולי ישראל אין קורנעל ווי דארט איז עס נישט אפפראוועט.
מען האט געטרייעט אויף אלע פראנטן, אבער א וואנט איז גרינגער צו רוקן ווי זיי, ליידער.

סתם אינטערעסאנט אויב איינער ווייסט:
איינער וואס האט משפחה למשל אין קורנעל ווי מען קען נישט אריינגיין, צו מען קען זיי טרענספארן צו NYU ווי מען קען שוין אריינגיין.
איז עס שייך?

קארנעל הייסט אויך פרעסבעטעריען
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » דינסטאג מאי 19, 2020 2:44 pm

Orange Regional רירט זיך זייער שטאט מיט פראגרעס
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג מאי 19, 2020 2:47 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:Orange Regional רירט זיך זייער שטאט מיט פראגרעס

א גאנץ יאר

אחד הרבנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג מאי 19, 2020 3:03 pm

Borough Park האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
yid האט געשריבן:יודו לה' חסדו: גאווערנער קואמא מעלד א צוויי וואכעדיג פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער אין 16 ניו יארקער שפיטעלער

I
דער גאווערנער האט ארויס געשטעלט א ליסטע מיט 16 שפיטעלער וועלכע גייען אנטייל נעמען אין די פילאט פראגראם, אריין גערעכנט דערין ען-וויי-יו, פרעסבעטעריען, מאונטי סיטי, מאנטיפיוארי, וועסטשעסטער מעדיקל, מאימאנעדיס און לענאקס היל, ווי די נאנטע וועלן אין געוויסע שעות זיין נעבן פאציענטן זייענדיג אנגעטאן מיט ספעציעלע פראטעקטיוו קליידונג. דאס קומט א דאנק די העפטיגע איבערמידליכע שתדלנות פון ניו יארקער עסקנים.

זיין אנגעטון מיט ppe איז א חלק פון די גזירה

ליידער זענען דא אסאך חולי ישראל אין קורנעל ווי דארט איז עס נישט אפפראוועט.
מען האט געטרייעט אויף אלע פראנטן, אבער א וואנט איז גרינגער צו רוקן ווי זיי, ליידער.

סתם אינטערעסאנט אויב איינער ווייסט:
איינער וואס האט משפחה למשל אין קורנעל ווי מען קען נישט אריינגיין, צו מען קען זיי טרענספארן צו NYU ווי מען קען שוין אריינגיין.
איז עס שייך?

קארנעל הייסט אויך פרעסבעטעריען

קארנעל איז אויך אינטער NY Presbyterian אבער די איינע וואס איז א חלק פון די 16 איז א דריטע NY Presbyterian שפיטאל (נישט קאלאמביע און נישט קארנעל) וואס איז אין לאוער מענהעטן נישט ווייט פונעם ברוקלין ברידזש.
NYU איז אויך נישט די גרויסע שפיטאל. עס איז די געוועזענע joint disease שפיטאל וואס הייסט היינט NYU Orthopedic

yid
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך yid » דינסטאג מאי 19, 2020 3:14 pm

דעטאלירטע ליסטע פון אלע ניו יארקער שפיטעלער וועלכע גייען מיטארבייטן מיט די פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער


'נארטוועל פּלעינוויו' אין לאנג איילענד,
נארטוועל האנטינגטאן אין לאנג איילענד,
לענאקס היל אין מאנהעטן,
ניו יארק פרעסביטעריען אין לאוער מאנהעטן,
ען-וויי-יו לענגאן אָרטאָפּידיק אין מאנהעטן,
מאונט סיטי אין מאנהעטן,
דזשעקאבי אין די בראנקס,
מאטיפיוארי אין די בראנקס,
קאני איילענד אין ברוקלין,
מאימאנעדיס אין בארא פארק,
מאונט סיטי אין קווינס,
ראזוועל פארק אינסטיטוט אין אירי,
סט. דזשאסעפס אין אַנאָדיגא,
וועסטשעסטער מעדיקל אין וועסטשעסטער,
בעסעט מעדיקל סענטער אין אטסעיגא
אלבאני מעדיקל סענטער אין אלבאני.

אוועטאר
jay
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 20, 2017 9:50 am

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך jay » דינסטאג מאי 19, 2020 3:25 pm

טעם וריח האט געשריבן:וואס איז מיט קאלאמביע?

זיי זאגן אז זיי לאזן נישט אריין

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 19, 2020 3:30 pm

yid האט געשריבן:דעטאלירטע ליסטע פון אלע ניו יארקער שפיטעלער וועלכע גייען מיטארבייטן מיט די פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער


'נארטוועל פּלעינוויו' אין לאנג איילענד,
נארטוועל האנטינגטאן אין לאנג איילענד,
לענאקס היל אין מאנהעטן,
ניו יארק פרעסביטעריען אין לאוער מאנהעטן,
ען-וויי-יו לענגאן אָרטאָפּידיק אין מאנהעטן,
מאונט סיטי אין מאנהעטן,
דזשעקאבי אין די בראנקס,
מאטיפיוארי אין די בראנקס,
קאני איילענד אין ברוקלין,
מאימאנעדיס אין בארא פארק,
מאונט סיטי אין קווינס,
ראזוועל פארק אינסטיטוט אין אירי,
סט. דזשאסעפס אין אַנאָדיגא,
וועסטשעסטער מעדיקל אין וועסטשעסטער,
בעסעט מעדיקל סענטער אין אטסעיגא
אלבאני מעדיקל סענטער אין אלבאני.

ען וויי יו, קארנעל, קאלאמביע, און מאונט סיינע ווי רוב חולי ישראל זענען לאזן נאכנישט אריין?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מאי 19, 2020 3:58 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
yid האט געשריבן:דעטאלירטע ליסטע פון אלע ניו יארקער שפיטעלער וועלכע גייען מיטארבייטן מיט די פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער


'נארטוועל פּלעינוויו' אין לאנג איילענד,
נארטוועל האנטינגטאן אין לאנג איילענד,
לענאקס היל אין מאנהעטן,
ניו יארק פרעסביטעריען אין לאוער מאנהעטן,
ען-וויי-יו לענגאן אָרטאָפּידיק אין מאנהעטן,
מאונט סיטי אין מאנהעטן,
דזשעקאבי אין די בראנקס,
מאטיפיוארי אין די בראנקס,
קאני איילענד אין ברוקלין,
מאימאנעדיס אין בארא פארק,
מאונט סיטי אין קווינס,
ראזוועל פארק אינסטיטוט אין אירי,
סט. דזשאסעפס אין אַנאָדיגא,
וועסטשעסטער מעדיקל אין וועסטשעסטער,
בעסעט מעדיקל סענטער אין אטסעיגא
אלבאני מעדיקל סענטער אין אלבאני.

ען וויי יו, קארנעל, קאלאמביע, און מאונט סיינע ווי רוב חולי ישראל זענען לאזן נאכנישט אריין?


ען וויי יו שטייט דאך אינעם ליסט אז יא

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג מאי 19, 2020 4:00 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
yid האט געשריבן:דעטאלירטע ליסטע פון אלע ניו יארקער שפיטעלער וועלכע גייען מיטארבייטן מיט די פילאט פראגראם אריין צו לאזן באזיכער


'נארטוועל פּלעינוויו' אין לאנג איילענד,
נארטוועל האנטינגטאן אין לאנג איילענד,
לענאקס היל אין מאנהעטן,
ניו יארק פרעסביטעריען אין לאוער מאנהעטן,
ען-וויי-יו לענגאן אָרטאָפּידיק אין מאנהעטן,
מאונט סיטי אין מאנהעטן,
דזשעקאבי אין די בראנקס,
מאטיפיוארי אין די בראנקס,
קאני איילענד אין ברוקלין,
מאימאנעדיס אין בארא פארק,
מאונט סיטי אין קווינס,
ראזוועל פארק אינסטיטוט אין אירי,
סט. דזשאסעפס אין אַנאָדיגא,
וועסטשעסטער מעדיקל אין וועסטשעסטער,
בעסעט מעדיקל סענטער אין אטסעיגא
אלבאני מעדיקל סענטער אין אלבאני.

ען וויי יו, קארנעל, קאלאמביע, און מאונט סיינע ווי רוב חולי ישראל זענען לאזן נאכנישט אריין?


ען וויי יו אום מאונט סיני שטייט דאך אינעם ליסט אז יא
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אחד הרבנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג מאי 19, 2020 4:03 pm

דאס איז נישט די גרויסע ען וויי יו

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מאי 19, 2020 4:07 pm

בס"ד

עס שטייט "ארטאפידיק," לכאורה די אמאליגע דזשאוינט דעזיס האספיטאל
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך בלא בלא בלא » דינסטאג מאי 19, 2020 4:23 pm

*יודו לה' חסדו: *
* גאָווערנאָר קאָומאָ מעלדט פּילאָט פּראָגראַם אויסצוברייטערן שפּיטאָל
באַזוכן פון משפחה מיטגלידער*
*די **UJO** באדאנקט אסעמבלימאן דזשאָו לענטאל פאר טשאמפיאנירן די אישו, און
אָנהייבן עפנטליכע קאַמפּיין צו עפענען שפּיטעלער פאַר באַזוכער צו צושטעלן
פּערזענליכע באַדינונגען און עמאָציאַנעלע הילף פאַר פּאַציענטן*

*דריקט אויס האָפענונג אַז דער פּראָגראַם וועט ווערן פאַרלענגערט און
אויסגעברייטערט*

*גאָווערנאָר'ס מעלדונג פאָלגט נאָך:*


- *כמעט צוויי חדשים שתדלנות דורך די **UJO**, חרד'ישע און רפואה
ארגאניזאציעס און עסקנים;*
- *בריוו אונטערגעשריבן דורך 35 אסעמבלי מיטגלידער אָרגאַניזירט דורך דער
וויליאַמסבורגער אַסעמבלימאַן דזשאָו לענטאָל**;*
- *אַסעמבלימאַן לענטאָל'ס אַרייטראָגן אַ געזעץ דערוועגן, און סטעיט
סענאטאָר ר' שמחה פעלדער האָט אַריינגעטראָגן דעם געזעץ אין סטעיט סענאַט;*
- *סטעיט סטעיט בריוו אָרגאַניזירט דורך סטעיט סענאַטאָר קארלוטשי
אונטערגעשריבן דורך 25 סענאַטאָרן;*
- *סיטי קאונסיל בריוו אָנגעפירט דורך קאָונסיל-פרוי קאַרלינאַ ריוועראַ* *און
אונטערגעשריבן דורך 36 קאָונסיל-לייט;*
- *קאָנגרעסיענאַלע בריוו אָרגאַניזירט דורך קאָנגרעסמאַן מעקס ראָוז און
אונטערגעשריבן פון 15 קאָנגרעסלייט*

אָלבאַני – די יו.דזשעי.אָ. איז ב"ה צופרידן צו מעלדן אַז גאָווערנאָר קאָומאָ
האָט היינט געמאָלדן אַ 2-וואָכן פּראָבע אַריינצולאָזן קרובים צו באַזוכן
פּאַציענטן אין זעכצן שפּיטעלער. די מעלדונג פאָלגט נאָך כמעט צוויי חדשים
וואָס די UJO שתדל'ט שוין צו ערלויבן באַזוכן צו פּאַציענטן אין שפּיטעלער,
און נאָך וואָס אַסעמבלימאַן לענטאָל האָט אָנגעהויבן אַן עפנטליכע קאַמפּיין
צו ברענגן אויפמערקזאַמקייט צו די אישו, מיט אַ בריוו וואָס איז אונטערגעשריבן
דורך 35 אַסעמבלי-מיטגלידער און אַ פאָרגעשלאָגענע געזעץ אין די ניו יאָרק
סטעיט אַסעמבלי.
צווישן די שפּיטעלער וואָס זענען אַריינגעשלאָסן אינעם פּראָגראַם זענען
עטליכע שפּיטעלער וואָס ווערן שטאַרק באַנוצט דורכ'ן ציבור, ווי לענאָקס היל,
מאַונט סיני שפּיטאָל, מאימאַנידעס מעדיקעל צענטער, וועסט-טשעסטער מעדיקעל
צענטער און די NYU אָרטאָפּעדישע שפּיטאָל (אויף די 17'טע גאַס).
נאָכפאָלגנדיג אַסעמבלימאַן דזשאָו לענטאָל'ס בריוו, אונטערגעשריבן דורך 34
פון זיינע קאָלעגעס – אַריינגערעכנט דער העלט קאָמיטע טשעיר אַסעמבלימאַן
גאָטפריעד, און אַסעמבלימאַן ר' שמחה אייכענשטיין וועלכער האָט שטאַרק
אַרויסגעהאָלפן אין די קאַמפּיין - האָט אַסעמבלימאַן לענטאָל אויך
אַריינגעטראָגן אַ געזעץ פאָרשלאַג צו פאַרלאַנגן אַריינצולאָזן באַזוכער.
סטעיט סענאַטאָר ר' שמחה פעלדער האָט אַריינגעטראָגן דעם זעלבן געזעץ אין
סטעיט סענאַט. סטעיט סענאַטאָר דעוויד קאַרלוטשי האָט אָרגאַניזירט אַן ענליכן
בריוו אין סענאַט, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורך 24 פון זיינע
קאָלעגעס.
קאָונסילפרוי קאַרלינאַ ריוועראַ האָט אָרגאַניזירט אַן ענליכע בריוו אין די
סיטי קאָונסיל – מיט די הילף פון קאָונסילמאַן מאַרק לעווין און
וויליאַמסבורג'ס קאָונסילמאַן סטיוו לעווין – אויף וואָס 36 קאָונסיללייט
האָבן אונטערגעשריבן אַ בריוו רופנדיג פאַר אַן ענליכע באַזוכער פּראָגראַם.
קאָונסילמאַן ר' חיים דייטש האָט אויך אונטערגעשריבן דעם בריוו און איז געווען
זייער אינסטרומענטאַל און העלפן ברענגן פאַרלייכטערונג פאַר חולי ישראל, און
קאָונסילמאַן ר' קלמן יעגער האָ אונטערגעשריבן די אַסעמבלי בריוו.
אויפ'ן פעדעראַלן שטאַפּל, האָט קאָנגרעסמאַן מעקס ראָוז אָרגאַניזירט אַ
בריוו אונטערגעשריבן דורך 15 ניו יאָרקער קאָנגרעסלייט. באָראָ פּאַרק
דיסטריקט ליעדער ר' דוד שוואַרטץ הי"ו איז געווען אינסטרומענטאַל צו ברענגן
קאָנגרעסמאַן ראָוז צו אָרגאַניזירן דעם וויכטיגן בריוו.
דער פּראָגראַם וואָס איז היינט געמאָלדן געוואָרן – נאָך אינטענסיווע שתדלנות
ביים גאָווערנאָר'ס אָפיס - וועט ערמעגליכן פאַר באַגרעניצטע-צייט באַזוכן צו
פּאַציענטן אין די 16 שפּיטעלער וואָס זענען אָנגעשלאָסן אין די פּראָבע.
באַזוכער וועלן דאַרף אָנטאָן פולקאָמע שוץ קליידונג, און וועלן זיין
אויסגעשטעלט צו טעמפּעראַטור און סימפּטאָם אונטערזוכונגען.
"זינט סוף חודש אדר, האָבן מיר אויפגעפּאַסט ווי קריטיש משפחה באַזוכן זענען
פאַר די ערהוילונג און וואוילזיין פון חולי ישראל. משפחה מיטגלידער קענען
העלפן מיט פּערזענליכע באַדינונגען ווי אויך צו געבן חיזוק. דאָס פאַרלייכטערט
אייגענטליך פאַר די מעדיצינישע שטאַב פון זיך דאַרפן אָפּגעבן מיט
פּאַציענטנ'ס פּערזענליכע געברויכן. אַרבעטנדיג מיט אַ גרופּע פון געטרייע
עסקנים און אָרגאַניזאַציעס, האָבן מיר געקלאַפּט אויף אַסאַך טירן. ענדליך
איז דאָ אַן עפענונג. מיר באַדאַנקן גאָווערנאָר ענדרו קאָומאָ פאַר צושטאַנד
ברענגן דעם פּילאָט פּראָגראַם, און מיר האָפן און זענען מתפלל אַז עס זאָל
ווערן פאַרלענגערט און אויסגעברייטערט," האָט געזאָגט הרה"ח ר' משה דוד
ניעדערמאַן, פּרעזידענט פון די UJO.
"מיר זענען זייער דאַנקבאַר פאַר אונזער אַסעמבלימאַן דזשאָו לענטאָל פאַר
אָנהייבן דעם עפנטליכן קאַמפּיין פאַר שפּיטאָל באַזוכן, וואָס האָט געברענגט
עפנטליכע אויפמערקזאַמקייט איבער וויכטיג עס איז פאַר די ערהוילונג פון
פּאַציענטן. מיר באַדאַנקן סטעיט סענאַטאָר קאַרלוטשי, קאָונסילפרוי ריוועראַ
און קאָנגרעסמאַן מעקס ראָוז פאַר אָרגאַניזירן זייערע לעגיסלאַטיוו הייזער צו
רופן פאַר וויזיט פּראָגראַמען," האָט ר' משה דוד צוגעלייגט.
מייניש כ'ווייס נישט וואו כ'שטיי איין, כאניש קאנאנוג;
אינו דומה מאה, למאה ואחדאינו דומה מאתים, למאתים ואחד
באשעפער כ'דאנק דיר אויף אלע טאלאנטן, כ'בעט אויף ווייטער!

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 19, 2020 6:32 pm

נישט געווען אין אפיס צי אפדעיטן אבער בס"ה זעהט שוין יעדער די נייעס ב"ה

און יעדער נעמט טאקע קרעדיט און באמת קומט זיך פאר יעדן עסקן און יעדן ארגענעזעישאן בלי יוצא מן הכלל וואס האבן אלע אלע געטאן במסירת נפש

אבער די מכה בפטיש איז געווען די TV עדס פון יאסי געשטעטנער באצאלט דורך נדיבים בעם און בארבעט דורך די עסקנים
און אין שפיץ פון די עסקנות נאנסטאפ יומם ולילה איז געווען העסקן ר' נפתלי משה אינדיג וואס ער איז גערופן געווארן פרייטאג אמור פונעם גאווערנערס העכסטע (איינער וואס איז מיטגעפארן קיין וואשינגטאן מיטן גאווערנער ווען ער האט זיך געטראפן מיט טראמפ)
און פון דארט איז עס געאגנגען ווייטער ב"ה ווען ער האט אינאיינעם מיט אלע ארגענעזאלציעס און הצלה קארדינעיטארס איבערגעגבן די געברויכן פונעם ציבור ווי די נעמען פון שפיטעלער און די שווערגיקייטן וואס מאיז ליידער אריבער

אבער סאיז בלויז א אנהייב ווען מהאפט צו גיין ווייטער אינגאנצן צי עפענען האפענלטיך
און טאקע יעצט ביי א קאנפרענס פון די עסקנים האט מען אויסעגשמועסט די פרטים וויזאוי צי געבן אלע אנווייזינגען כדי די 2 וואכן זאל זיין בהצלחה און די שפיטעלער זאלן נישט קענען טרעפן תירוצים פון מבטל זיין די פראגראם און אלע פראבלעמען אויב מזעהט אדער מהאט זאל מען נאר באריכטן אויפן נומער און נישט אריינגיין חלילה אין טענהרייען מיט די באמטע און אדרבה מזאל געבן טשאקלעדס און שכח'ס פאר די באמטע וויפיל סגייט

מען האט אויף אויפגעשעלט א אפיס פאר אלע אינפארמאציע איבער באזוכן אויב איר האט איינעם אין שפיטאל די נומער אריינצורופן איז 7182983882
לאזט א מעסעדש און די עסקנים וועלן אייך אי"ה צוריקרופן
(אזוי ווי די פרטים ווערן נאך יעצט צוגענדיגט ווען די גיידליינס ווערן יעצט געשריבן עס ווי ספיק דעריבער איז נאכנישט קלאר אלע דעטאלן און סאיז מעגליך אז מוועט אייך צוריקרופן הערשט מארגן)
און די זכות פון הצלת חולי ישראל וועט אוודאי יעדן ביישטיין פאר אלע עסקנים בלי יוצא מן הכלל וואס טייל פון זיי זענען קיין נעכט נישט געשלאפן און געטאפט א וואנט כמעט 2 חדשים אין א ציע ביז ווען די ליכטיקייט פונעם ענדע טונעל האט אנגעהויבן שיינען לאמיר האפן אויף די ביטול רוע הגזירה אינגאנצן

אלטע נייעס
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 1:30 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך אלטע נייעס » דינסטאג מאי 19, 2020 6:37 pm

די ליסטע פון די 16 שפיטעלער נעמט נישט אריין אזעלעכע שפיטעלער וואו די געהעריגע NYU און געהעריגע קאלאמביע און געהעריגע מנט סיני...
איינער ווייסט צו מען וועט קענען מאכן א גזירה שוה צו א אנדערע שפיטאל פון די זעלבע סיסטעם?

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 19, 2020 6:57 pm

אלטע נייעס האט געשריבן:די ליסטע פון די 16 שפיטעלער נעמט נישט אריין אזעלעכע שפיטעלער וואו די געהעריגע NYU און געהעריגע קאלאמביע און געהעריגע מנט סיני...
איינער ווייסט צו מען וועט קענען מאכן א גזירה שוה צו א אנדערע שפיטאל פון די זעלבע סיסטעם?

עס גייט אי"ה יא אריינעמען די אלע שפיטעלער סאיז נאר געווען א טעות הדפוס און אויך איז דא כלליותדיגע בעה"ב וואס פארפיגן אויף עטליכע אנדערע
ממילא די נעמען וואס מזעהט אויפן טשארט איז נישט פונקטליך
כך שמעתי ממקור ראשון
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום דינסטאג מאי 19, 2020 7:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליינער און 29 געסט