אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

כטרעף נישט וואו צו שרייבן ווייל סדא עטליכע צישפרייטע אשכולות איבער דעם און אויך איז גוט צו האבן אלעס איבער דעם צוזאמען
1) בנוגע די אסעמבלי בריוו פארט עס ב"ה ווייטער און האלאט שוין איבער 40 חתימות אויפן בריוו פון דשוי לענטאל
2) און היינט איז ב"ה אויך געעפענט געווארן א פרישע פראנט ביי סענעטארס ווי סענעטאר קארלוטשי האט געמאכט די זעלבע ווי דשאו לענטאל אין אסעמבלי
3) אויך ארבעט מען מיטן געווארנערס אפיס וואו מגיבט איבער די מעשיות פונעם עולם און זיי טענהן אז ביז אפאר טעג וועט האפענטליך עפעס ווערן
4) אויך ארבעט מען מיט א קאמפעני וואס ארבעט מיט די יוניען פון שפיטעלער און זיי טענהן אז ווי סקוקט זיי אויס וועט ביז א וואך 2 ווערן בטיל די זאך דעריבער איז זיי שווער זיך צי שלאגן אויף אזא זאך וואס גייט מילא בטיל ווערן אבער די עסקנים פרובירן נאך אלץ מיטן טענה אז יעדן טאג פאלן נעבעך קרבנות און מקען נישט ווארטן קיין וואך און אוודאי נישט 2
5) אויך ארבעט מען מיט פי אר אין מידיע וואו עטליכע האבן שוין באריכטעט ב"ה איבער דעם וכן יעזור ה' להלאה ווייל סנאך ווייט פון גענוג

- קלאָצקאָפּ
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6462
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
א גרויסן דאנק פאר די אינפארמאציע!
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר מאה
- תגובות: 186
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
שכח פארן גיין פתיחה!
און פארן אפדעיטן,
די ווידעא פון א נורס איז געווארן אראפגענומען, און מ'האט פארמאכט איר אקאונט! (כך שמעתי מאחד העסקנים)
נו וויאזוי קען מען דא מאכן א קאמפיין אויף מידיא?!?

פארשעי חסיד האט געשריבן:שכח פארן גיין פתיחה!

וועלעכע ווידיא?

פארגעסן פון א 6טע השתדלות וואס אנדערע עסקנים ארבעטן אויף א לאוי סיוט וואס זיי האבן נעכטן געסיינט קאנטראקט מיט א גרויסן לויער
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
אויך האט ר' אהרן בנציון געמאלדן אז מקאלעקט עקסטערע אלע מעשיות וואס זענען נאך עקטיוו ובפרט די וואס זענען על פי החוק פונעם געווארנער ווען יא ערלויבט אריינצוגיין מיט די עטליכע תנאים וואס מהאט געמאכט און מלאזט זיי נישט
די נומער איז 6464705428
און די נומער פאר די וואס זענען שוין באפרייט פון שפיטאל און האבן צו פארציילן איז 6465803040
די נומער איז 6464705428
און די נומער פאר די וואס זענען שוין באפרייט פון שפיטאל און האבן צו פארציילן איז 6465803040
-
- שר מאה
- תגובות: 186
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
Haklal האט געשריבן:פארשעי חסיד האט געשריבן:שכח פארן גיין פתיחה!
און פארן אפדעיטן,
די ווידעא פון א נורס איז געווארן אראפגענומען, און מ'האט פארמאכט איר אקאונט! (כך שמעתי מאחד העסקנים)
נו וויאזוי קען מען דא מאכן א קאמפיין אויף מידיא?!?
וועלעכע ווידיא?
דא ערגעץ איז געווען נאר די אוידיאו דערפון
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
ר' אהרן בנציון ווידער יעצט מאנטאג נאכמיטאג
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18048
יוסי געשטענער היינט מאנטאג
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18039
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18048
יוסי געשטענער היינט מאנטאג
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18039
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
פארשעי חסיד האט געשריבן:שכח פארן גיין פתיחה!
און פארן אפדעיטן,
די ווידעא פון א נורס איז געווארן אראפגענומען, און מ'האט פארמאכט איר אקאונט! (כך שמעתי מאחד העסקנים)
נו וויאזוי קען מען דא מאכן א קאמפיין אויף מידיא?!?
Not true it's still on
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
נפתלי משה אינדיג טענהט יעצט אויף קול סאטמאר אז אויב וועט מען עס יעצט חלילה אויפגעבן קען עס חלילה ווערן די נייע נארמאל ווייל די שפיטעלער וואלטן זייער געוואלט עס זאל בלייבן אזוי חלילה הי' לא תיהי'
7186891010
נומער 10
7186891010
נומער 10
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום מאנטאג אפריל 27, 2020 6:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
אינטערוויו: די חרדישע אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון בארא פארק ארבייט אויף אלע פראנטן אז די גזירת השפיטעלער זאל קומען אן אפשטעל, און שטיט אין שפיץ פון די ספעציעלע בריוו פון די אסעמבלילייט צום גאווערנאר און העלט דעפארטמענט
https://www.yiddish24.com/interviews/12/17930

די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...
(פרעזידענט לינקאלן)
(פרעזידענט לינקאלן)
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
לעכטל האט געשריבן:אינטערוויו: די חרדישע אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון בארא פארק ארבייט אויף אלע פראנטן אז די גזירת השפיטעלער זאל קומען אן אפשטעל, און שטיט אין שפיץ פון די ספעציעלע בריוו פון די אסעמבלילייט צום גאווערנאר און העלט דעפארטמענט
https://www.yiddish24.com/interviews/12/17930
סאיז נישטא יעצט קיין ער אדער יענער ווייל יעדער ארבעט אינאיינעם און יעדער טוט וואס ער קען אבער ר' שמחה קען מען טאקע זאגן איז די שפיץ פון דעם ערשטן בריוו
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
אויב איינער קען מסביר זיין וויאזוי מלייגט א בילד קען איך לייגן די בריוו פון סענאט
- טרעוולער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 429
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
- לאקאציע: אין פליגער
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
געוואלטיג האט געשריבן:נפתלי משה אינדיג טענהט יעצט אויף קול סאטמאר אז אויב וועט מען עס יעצט חלילה אויפגעבן קען עס חלילה ווערן די נייע נארמאל ווייל די שפיטעלער וואלטן זייער געוואלט עס זאל בלייבן אזוי חלילה הי' לא תיהי'
7186891010
נומער 10
לויט די CDC וועט קומען נאך א פארשפרייטונג פון די וויירוס נאכן זומער ח"ו, ממילא וויפיל מ'שלאגט זיך יעצט דערויף גייט אי"ה צוניצקומען שפעטער.
איך האף אז ס'וועט זיין א פערמענאנטע געזעץ דערויף.
-
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
געוואלטיג האט געשריבן:ר' אהרן בנציון ווידער יעצט מאנטאג נאכמיטאג
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18048
יוסי געשטענער היינט מאנטאג
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18039
זייער קלארע אינטערוויוס, בפרט די אינטערוויו פון יאסי וואס "עקאוט" דעם דעת הקהל איבער דעם חובת העסקנות אויף אלע פראנטן, און ווי מען האלט איבער די מצב.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
היות סאיז דא מערער סארט עסקנים וואס יעדער ארבעט אויף א אנדערע פראנט און די צוזאמענשטעל איז נאר מיטן צוזאמענארבעט באופן כללי דעריבער איז זיכער דא צווישן די עסקנים געוויסע וואס האלטן אז מדארף זיין שטיל אינגאנצן און קיינעם נישט אינפארמירן
אבער היות רוב פון די עסקנים האלטן יא אז מדארף אינפארמירן דעם עולם סיי אלס מענטשהייט און סיי אלס תפילה דרבים און סיי ווייל דער ציבור קען אמאל צוגעבן די חיזוק און מוט אדער געלט אדער עצות פאר די עסקנים ותשועה ברוב יועץ
דעריבער וועל איך יא שרייבן די אפדעיטס עכ"פ בראשי פרקים
אפדעיט:
די לויער/לאביאיסט וואס ארבעט מיטן געווארנערס אפיס האט באקומען די ליסטע היינט פון די שאקירנדע מעשיות איבערגעטייטש אין א היי לעוועל ענגליש דורך מערערע ארבעטער
ער האט אנגערופן 5 דערפון צו הערן די מעשה אליין פון די בעלי מעשה
און ער זאגט אז ער האפט אז ביז א טאג 2 וועט זיין נייעס
יעצט בלייבט נאר איבער צי מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה
און די וואס האבן נאך מעשיות זאלן ווייטער רופן אויף 6465803040
און די וואס האבן פעלער וואס וואלטן יעצט שוין געדארפט אריינגעלאזט ווערן לויטן געזעץ און די שפיטאל פייפט זיך אריין זאל רופן אויף א עקטערע נומער 6464705428

יישׁר כּח גדול @געוואלטיג
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
דער אויבערשטער זאל העלפן. בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5013
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
געוואלטיג האט געשריבן:היות סאיז דא מערער סארט עסקנים וואס יעדער ארבעט אויף א אנדערע פראנט און די צוזאמענשטעל איז נאר מיטן צוזאמענארבעט באופן כללי דעריבער איז זיכער דא צווישן די עסקנים געוויסע וואס האלטן אז מדארף זיין שטיל אינגאנצן און קיינעם נישט אינפארמירן
נניח, לאמיר שוין זאגן ביזט גערעכט מיטן נישט דארפן אינפארמירן "וואס" דו טוסט, דארפסטו אבער לכל הפחות קומען און זאגן פארן עולם, איינס, מיר הערן און ווייסן און פארשטייען די טיפקייט פונעם פראבלעם און די גרויסע ווייטאג, און צוויי, זאגן אז דו טוסט אלעס וואס דו קענסט נאר טון און דו לאזט נישט איבער קיין שטיינדל אומבארירט, נאר צוליב די האקלעקייט קענסטו נישט זאגן קיין פרטים ווייל ס'קען קאליע מאכן
אבער היות רוב פון די עסקנים האלטן יא אז מדארף אינפארמירן דעם עולם סיי אלס מענטשהייט און סיי אלס תפילה דרבים און סיי ווייל דער ציבור קען אמאל צוגעבן די חיזוק און מוט אדער געלט אדער עצות פאר די עסקנים ותשועה ברוב יועץ
דעריבער וועל איך יא שרייבן די אפדעיטס עכ"פ בראשי פרקים
אפדעיט:
די לויער/לאביאיסט וואס ארבעט מיטן געווארנערס אפיס האט באקומען די ליסטע היינט פון די שאקירנדע מעשיות איבערגעטייטש אין א היי לעוועל ענגליש דורך מערערע ארבעטער
ער האט אנגערופן 5 דערפון צו הערן די מעשה אליין פון די בעלי מעשה
און ער זאגט אז ער האפט אז ביז א טאג 2 וועט זיין נייעס
יעצט בלייבט נאר איבער צי מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה
און די וואס האבן נאך מעשיות זאלן ווייטער רופן אויף 6465803040
און די וואס האבן פעלער וואס וואלטן יעצט שוין געדארפט אריינגעלאזט ווערן לויטן געזעץ און די שפיטאל פייפט זיך אריין זאל רופן אויף א עקטערע נומער 6464705428
מיינע קאמענטארן זענען באלד אנדערליינד
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5013
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
וואס איך האב געשריבן אין אנדערן אשכול עס איז נוגע אויך פאר געוואלטיג אין דעם אשכול
איך בין שוין נמאס פון איבערזאגן נאכאמאל. די זאך איז אזוי.: איך רעד יעצט "נאר" וועגן פערסעפשען וויאזוי דער ציבור וועט עס אנקוקן. טאמער וועט נישט געלונגען ח"ו צו מאכן א זאכליכע שינוי לטובה וועט דער ציבור עס אנקוקן אלץ פאראט סיי פון עסקנים און סיי פון די היימישע מידיע, דאס איז כמעט ברור.
דער ציבור האט צוליב סיי וועלכע סיבה ס'זאל נישט זיין נישט באקומען דעם "גאנצן" אמת, און דער ציבור האט נישט געהערט שפעטער גענוג באצייטנס אז מען טוט דערין.
לאמיר האפן און מתפלל זיין אז אלעס זאל נתהפך ווערן במהרה לחסדים גלויים אמן.
איך בין שוין נמאס פון איבערזאגן נאכאמאל. די זאך איז אזוי.: איך רעד יעצט "נאר" וועגן פערסעפשען וויאזוי דער ציבור וועט עס אנקוקן. טאמער וועט נישט געלונגען ח"ו צו מאכן א זאכליכע שינוי לטובה וועט דער ציבור עס אנקוקן אלץ פאראט סיי פון עסקנים און סיי פון די היימישע מידיע, דאס איז כמעט ברור.
דער ציבור האט צוליב סיי וועלכע סיבה ס'זאל נישט זיין נישט באקומען דעם "גאנצן" אמת, און דער ציבור האט נישט געהערט שפעטער גענוג באצייטנס אז מען טוט דערין.
לאמיר האפן און מתפלל זיין אז אלעס זאל נתהפך ווערן במהרה לחסדים גלויים אמן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
קיינער האט נישט קיין דירעקט ליניע צום גאווערנאר? דער יוקל וואס קומט יעדע כ״א כסליו פון אלבעני און מען לאזט אים דרשענען האט אפשר א טעלעפאן נאמבער?
עס איז א גוטע ביישפיל פון ביוראקראטיע הרגעט מענטשען במלוא מובן המילה, ווי שנעל קאומא האט געחתמעט די עקזעקיוטיוו ארדער אזוי שנעל קען ער עס טוישען.

די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5013
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
מטעמים האט געשריבן:קיינער האט נישט קיין דירעקט ליניע צום גאווערנאר? דער יוקל וואס קומט יעדע כ״א כסליו פון אלבעני און מען לאזט אים דרשענען האט אפשר א טעלעפאן נאמבער?
עס איז א גוטע ביישפיל פון ביוראקראטיע הרגעט מענטשען במלוא מובן המילה, ווי שנעל קאומא האט געחתמעט די עקזעקיוטיוו ארדער אזוי שנעל קען ער עס טוישען.
דער מר. עיב אייזנער וואס קומט יעדעס יאר כ"א כסלו רעדן איז נישט פון אלבאני, ער איז פון די רייכע אמעריקאנע פרומע מאדערן ארטערדאקס סטיל - ער איז שוין אויך נישט נאנט מיטן גאווערנאר די לעצטע צוויי דריי יאר, אפשר קומט ער נאך ווייטער אנצוהאלטן א חזקה וואס לוינט זיך נישט צו ארום טוישן, אבער איך בין אביסל איוונוואלווד מיט אים ער האט שוין זייער ווייניג אויב בכלל עפעס מיטן גאווערנאר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1275
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
מטעמים האט געשריבן:קיינער האט נישט קיין דירעקט ליניע צום גאווערנאר? דער יוקל וואס קומט יעדע כ״א כסליו פון אלבעני און מען לאזט אים דרשענען האט אפשר א טעלעפאן נאמבער?
דא האסטו: פון NY.GOV
- פעיק ניוז
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12564
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
מלאכי האט געשריבן:יישׁר כּח גדול @געוואלטיג
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5013
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער
פעיק נוז האט געשריבן:מלאכי האט געשריבן:יישׁר כּח גדול @געוואלטיג
גא"מ
מ'קען דיך צולייגן אויף די ליסט ביי די טענקיו דרייו טרו
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פויליש פארווע און 9 געסט