אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:39 am

אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

ראש חודש ניסן יהי' ביום החמישי....
הערט זיך די שטילע שטימע פון אונזער שכן דער בנש"ק וועלכע וואוינט אין אונזער בנין און דאווענט צוזאמען מיט אונזער מנין אויפן געצוימטן דאך - אין ניי וויליאמסבורג דעם פארגאנגענעם שבת החודש, קיינער אבער קיינער האט בשעת מעשה נישט געגלייבט אז מ'וועט דא שטיין אויפן דאך אדער אויפן פארטש אין א חודש ארום און זאגן ראש חודש אייר יהי' ביום וכו', מ'האט בלויז געגלייבט אז דאס איז א צייטווייליגע באפעל וואס וועט אפגעשאפן ווערן ביז אפאר טעג.

אין די איינע חודש וואס דער וויירוס בושעוועט האמיר זיך באגעגנט מיט אסאך מיני טבע'ס פון מענטשן וואס האט מיר געגעבן אסאך חומר למחשבה, אבער ביז יעצט איז פשוט נישט געוועהן דער ווינקל און דער מקום מנוחה (ווען אלע קינדער זיצן אינדערהיים) זיך צו זעצן שרייבן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ, אבער לאמיר אנפאנגען קודם מיט די מיני ערליי מענטשן וואס זייער טבע שטארט ספעציעל ארויס אין די יעצטיגע וויירוס סעזאן.

פאלגערס: הנקרא בלשונינו "גראדע מעכל", אז מ'הייסט בלייבן אינדערהיים, פאלגט ער, אנע קשיות, ער גייט נישט אין ערגעץ, נישט אין שול, נישט אין גראסערי (רופט אויפן טעלעפאן פאר דעליווערי) און טוט נישט גארנישט וואס מ'הייסט טוט מען, אט די מענטשן זענען געוועהן אלץ קינד א ברכה פאר די עלטערן, גיי שלאפן – ער איז אין בעט, אויפשטיין – ער איז אויף, גיי ארויף גיי אראפ – ער פאלגט אלעס.

אנטי פאלגער'ס: מענטשן וואס קענען נישט פאלגן, ווי הגרנ"י מייזעלס ז"ל פלעגט זאגט אז געוויסע מענטשן וואלטן גערן צוגעגאגנען צום עמוד נאר ער גייט נישט צו צום ברעטל ווייל אויב גייט ער יא צו - איז פשט אז דער גבאי האט אים געהייסן און איך האב אים געפאלגט, דאס קען ער נישט בשום אופן טון סתם דיך פאלגן ווי א נער?.... דו הייסט - און איך טו? נאפ. צווישן אונזער ציבור איז דא א ריזיגע טייל מענטשן וואס וואלטן אפשר געבליבן אינדערהיים און אויסגעפאלגט די רעגולאציעס אדער דא קומט אריין דעם פראבלעם פון "פאלגן" הייסט דאס אז דו האסט געהייסן בלייב אינדערהיים און איך נער פאלג? ניין, איך גיי יא ארויס אין שול, מקוה, גראסערי, ווייל איך טו כל אשר לבי חפץ..., און בין נישט קיינעמס נער וואס פאלגט ווי א טאטע'לע.

פאניקער'ס: מענטשן מיט א פאניק, ער איז ב"ה געזונט און פריש, אבער ער האקט קנאבל, זינק, וויטאמין די, ער שטאפט די קינדער מיט אלע באבסקע רפואות, ער טראגט זיך מיט אין טאש אזא אלקעהאלישע שארפע זייף צו הרג'נען אלע באצילן, ער האט א קאלאקציע פון כל מיני מאסק'עס, ער הערט אויס די נייעס און שרעקט זיך איבער פון יעדע נפטר, זיכט צו הערן נאר יעדע שלעכטע נייעס, (ביי די גוטע נייעס מישט ער אוועק...), ער פאניקט, ער קויפט איין ריזיגע קוואנטום טישוס און סקיטס וואסער, ער איז שוין געוועהן ביים דאקטאר 20 מאל און צו להכעיס וויל אים דער דאקטאר נאר זאגן נעגעטיוו, ער האלט אז די מצב איז שוין אזוי ווייט אז די טהרה שטיבלעך בויען אויף ריזיגע טענט'ס אויפן גאס צו אקאדאמירן דעם ריזן ציבור נפטרים....., א פאניקער.

טעטיגער: געווענדליך אגאנץ יאר איז ער גאנץ איינגעהאלטן שטיל אבער כאן מצא בעל חוב לגבוה את חובו, ער איז דא יעצט געווארן דער קליינע גבאי און דער ארגיניזירער פונעם ניי געשאפאנען מנין אין הויף, ער רופט בעלי תפלות, טעטיג ביים מנין, ער שאפט א ס"ת, ער מאכט עליות מיט ירידות, שרייט הכרזות, הענגט צעטלעך, מאכן שיעורים מיט דרשות, ער איז טעטיג.

רוטינער: אזא טיפיקל זעקס אזייגער מנין איד, וועלכע זיין גאנץ לעבן לויפט ווי א ראבאט, גייט, קומט, דאוונט, עסט, אלעס אזוי באקסי און מסודר, מצות אנשים מלומדה אן קיין ספייס, דער האט שוין די מצות חמשה עשר בשבט, און די ד' מינים א' סליחות, אט די מיני מענטשן האבן געכאפט דעם גרעסטן פליק אינעם יעצטיגן מצב, פשוט דער סדר היום איז אים נישט ווי געווענדליך - רוטין, דאס איז כולל אלע מיני עידשעס מענטשן פון 40 יאר און פונקט אזוי בחור'לעך פון 15 יאר, אט די מיני מענטשן קענען גיין אין שול אין מקוה וכו', נישט מצד זיין שטארקע מסי"נ פאר א דבר מצוה, נאר דער רוטינער טבע פון זיך פירן אגאנץ לעבן אזא בהמה'לע געשטעל וואס גייט טעגליך געבן מילך און עסט די זעלבע גראז, דאס לאזט אים יעצט נישט טון אנדערשט וויי זיין אמאליגן סדר היום, און פארשטייט זיך ער איז יעצט ביטער דיפרעסד ווייל דער "סדר" איז נישט מסודר.

פרישקייט: מענשטן וואס האבן ליב חידושים, יעדן טאג זיכט ער ווי קען מען עפעס האבן פריש, אט די מענשטן האבן אויפגעלעבט הערנדיג אז מ'גייט דאווענען אין הויף, מיט א בליץ אין די אויגן זאגט ער פארן חבר, מ'גייט היינט דאווענען ביי בערל אויפן פארטש, מארגן הערט ער נייעס אז מ'קען דורך די גאס אריין אין קעלער טרעפן א וועגן צום ביהמ"ד אין מקוה – אריין....., און דא טרעפט ער יעדן טאג פרישע חידושים וואס מ'קען מחדש זיין ביים לאקאלן מנין אין בעק-יארד, היינט שאפט מען א שטענדער, מארגן א גרויסן חזן סידור, איבערמארגן א גרויסן לעקטער, א יארצייט, א ניגון, חידושים – פרישקייט.

בעלי מסירת נפש: אידן וואס זייער לעבן איז איין שטיק הקרבה פאר באשעפערס וועגן, און דא שטעלט זיך ארויס זיין מסי"נ אין פולן זין, אבער ביי יעדן איינעם פון די בעלי מסי"נ איז מסי"נ א צווייטע זאך, ביי איינעם איז דאס אויפשטיין 5'ע פארטאג'ס ווייל בלויז דעלמאטץ קען ער טרעפן א מקוה, און ביי א צווייטן איז מסי"נ ווען ער זיצט אינדערהיים און עסט זיך דאס געזונט אז ער קען נישט דאווענען מיט מנין, אין די צייט וואס ביז די 65 יאר האט ער נישט פארפאסט קיין איין תפלה בציבור איז דאס יעצט כהיום איין שטיק מסי"נ דאס בלייבן אינדערהיים, הקרבה פארן רצון ד', אדער גאר הקרבה פארן באשעפער צו שטיין אין די קעלט און ענפערן א אמן, הקרבה פארן באשעפער צו טרעפן ערגעץ ווי 10 אידן און הערן א ברכו – מסירת נפש.

אויסנאם'ער: מ'מיינט נישט מיך, אט די מענטשן וועמען רש"י ווארנט אן אנהייב פ' אחרי מיטן באקאנטן משל צום דאקטער וואס ווארנט אן דעם געזונטן מענטש שלא מת כדרך שמת פלוני, וואס הייסט, דו זעהסט דאך קלאר אז יענער איז געשטארבן דאס אליין איז דיר נישט גענוג צו וויסן וויאזוי זיך צו היטן?, ניין, ס'קומט א עקסטערע פסוק אחרי מות וואס דארף אנזאגן דעם איד, רבי איד! איך מיין טאקע דיך, אזוי זענען פארהאן דאהי מענטשן בתוכינו וואס האלטן באמת אז "איך" בין נישט פון די חברה שטארבער'ס, יעדער איינער וואס ווערט נפטר ל"ע איז דאך דא עפעס א סיבה, אבער "איך"? אויף מיר עס איז נישט שולט די מחלה די וויירוס, איך כאפ נישט פון אנדערע, אנדערע כאפן נישט פון מיר, איך בין א אויסנאם, איר קענט זיי?, אט די מענטשן לאזן זייערע געניצטע האנטוכער אויף די פלאר און טישוס אויפן טיש, ווייל איך בין א "אויסנאם".

בעלי חסד: אפגערעדט די חברה הצלה וועלכע לויפן שבת יו"ט, ערב שבת ערב יו"ט, בייטאג, ביינאכט, מיט די שווערע זעק אויף די פלייצע צו העלפן א צווייטן איד אריין און ארויס פון שפיטעלער און זענען אויסגעשטעלט יעדע מינוט אליין צו כאפן דעם וויירוס, זענען אבער פארהאן אזעלכע שטילע בעלי חסד אנע גלעקלעך, וואס שמעקן שוין ארום ווי מ'קען א טובה טון א איד, א שכן, א שטוב ווי דער ראש המשפחה איז אין בעט שמעקט שוין דער בעל חסד וואס מ'דארף דארט טון, צו כשר'ן דעם קאך לכבוד פסח, אדער אריין ריקן אפאר דאללאר, אדער סתם קאנעקטן דעם פסח אויוון, בעיני ראיתי א וואך פאר פסח פייפט א קאר צו מיר און זאגט מיר יוגנערמאן! איך גיי נאך געלט פאר א היימישע משפחה לכבוד יו"ט ווילסט אריין ווארפן עפעס?, מי כעמך ישראל.

שונאי הדת: נעבאך מכם ומכם, מענטשן וואס האבן שוין פון לאנג א שנאה צו אידישקייט, א מנין, א מקוה, א חומרא, אבער משפה ולחוץ דערקענט זיך גארנישט אז ער האט פיינט דעם תפלה בציבור, דא פלוצלינג באקומט ער אזא שנאה צו די פאר אפגעריסענע אידן וואס מאכן זיך אזא מנין'דל אויפן דאך אדער אין לאבי פון זייער בנין, ער קומט ווי דער רשע אין די הגדה און שרייט "מה העבודה הזאת לכם"? די רבנים האבן געהייסן דאווענען ביחידות, ענק פאלגן נישט די רבנים (דרך אגב די זעלבע רבנים האבן גע'אסרט דיין כלי אויך....) (די אידן וואס האבן גענומען אויף זיך די מצוה פון מסר'ן מיטן תירוץ אז זיי זענען גאר מציל אידן, פון זיי וויל איך אפי' נישט רעדן), ער קוקט מיט שנאה אויף דעם איד וואס האט גע'כאפט ערב שבת א מקוה אזש ער וויל אים פשוט צורייסן, לאמיר נישט אריין קריכן אין די נושא פון סמארטפאון'ס, אבער דער טיילונג פון בעלי סמארטפאון'ס מיט פשוט'ע פאונס האט זיך יעצט צוטיילט אויף פיל פיל א גרעסערע ריס ווי ביז יעצט אין אלע הינזיכטן, די בעלי פשוט'ע פאון'ס טענה'ן אז אין די בתי מדרשים מיט די האלב פארלאשענע לייט'ס זעהט מען נישט קיין סמארטפאון צו געפינען ווייל זיי זענען קאלט צו אידישקייט, לעומת זה טענה'ן די בעלי סמארטפאון'ס אז די אנדערע טייל אידן מיט די פשוט'ע פאונס זענען נישט גענוג אינפארמירט איבער די הארבקייט אין די סכנה פונעם מצב, גיי ווייס, איז טאקע אזוי אז די בעלי סמארטמאן זענען גרעסערע מחמירים אין ונשמרתם? אדער גאר מקילים אין תפלה בציבור?, און די פשוט'ע פאונס זענען מקילים אין ונשמרתם און מחמירים בתפלה בציבור?, גיי ווייס.

פאלשע פרומער: דער יונגערמאן וואס איז געלאפן אין מקוה ערב שבת אין זיך געטוישט צו די ווייסע זאקן און נאכער ארויס ברחובו של עיר מיט א דורכזיכטיגע בעג מיט וועש דערון און זיך געקעמט די נאסע פיאות אין די גאס כאילו ער פראטעסטירט זיין מקוה גיין...., יא אים מיין איך, א פאלשער פרומאק, דער שטייט נישט אויף 5'ע פארטאג'ס צו קענען כאפן א מקוה, נאר ער קומט אן 9:30 אין ביהמ"ד און מאכט משוגע דעם משמש זאל אים יעצט עפענען די מקוה, רבי איד! ביסט א פרומער? טו עפעס פאר דיין פרומקייט, נישט קום דיר אן יעצט און דריי איבער די שטאט פאר דיין הנהגה, אט דער זעלביגער טענה'ט אז מ'האט איינגערעדט די רבנים מיט פאלשע אינפארמאציע און אזוי זענען די שול'ן מיט די מוסדות געווארן פארשפארט, און ווען די פאליציי קומט אן צו זיין געזעמל און בעט אז מ'זאל זיך פארשפרייטן איז זיין מיינונג אז מ'דארף נישט פאלגן ווייל ס'איז אמעריקא און ס'איז פרידאם, ווי זאגט ר' מיילעך בידערמאן? דער מחלה צווינגט צו זיין א בודד, זיץ אליין ביי דיר און ארבעט אויף דיינע אייגענע עבירות נישט אויף יענעמס (טאקע די וואך פ' מצורע בדד ישב) דאס איז גולטיג פאר דעם געמאכטן פרומאק.

מכובדים: מענטשן וואס זענען געווענדליך נישט נהנה פון צופיל כבוד, צו ווייל ער דאוונט אגאנץ יאר אין א גרויס ביהמ"ד ווי ס'איז נישט מעגליך צו באקומען ברעטלעך יעדע מינוט, אדער פשוט די סביבה האט נישט אנערקענט אין דעם פארשוין אז ער איז א איש מכובד, אבער אין הויף /בעק-יארד/דאך/פארטש, צווישן נייע מענטשן און במתי מעט איז ער געווארן א שטיקל מכובד, ער קען בענטשן ר"ח, זאגן הלל, עולה זיין שישי, כאפן א יו"ט'דיגן מוסף מיט דוכענען, ד' מלך ביי ש"ש, אזא בענטשן טל וואס דאס איז א תאוה וואס ער האט אין זיין לעבן נישט גע'חלום'ט און דא באקומט ער דאס לכתחילה אומגעבעטן, געוויסע תאות וואס ער האט זיך נישט ערלויבט צו באקומען ביז היינט און יעצט ווערט ער ענדליך א "מכובד".

מיינונגען: אינטרעסאנט נעכטן האב איך אים געהערט זאגן פונקטל פארקערט ווי היינט, דער ווערט מושפע פון א אינטערוויא, א אפהאנדלונג, א יעלה ויבוא קלאפער, און טוישט זיין מיינונג יעדן טאג, זונטאג זאגט ער ס'איז לא תרצח צו גיין אין שול, מאנטאג זאגט ער אז אמן יהא שמי' צוברעכט אלע גזירות, דינסטאג האט ער א שארפע מיינוג איבער די שמורים, מיטוואך איז ער גינסטיג פאר זיי, ער פליט מיט די ווינט וואס האט אים געבלאזן אויפן גרופ... דער עיקר איז אז ער האט א מיינונג זיך צו לאזן הערן.

כולל אלעס: געוויסע מענטשן זענען יעדן טאג אין א אנדערע גיסטע, היינט איז ער אין א פאניק און לויפט קויפן טישוס, און מארגן לאכט ער פון די גאנצע זאך, און איבערמארגן העצט ער, און סוף וואך ווערט ער א גאנצער דאקטאר וואס פארשטייט און האט ארויס די גאנצע זאך יסודות'דיג, און א טאג דערויף ווערט ער א בעל מסי"נ אדער א שטיקל עסקן, מכובד, און א אויסנאמער.

לאמיר לייגן אלע ווערטלעך אין די זייט, וואס גייט דא באמת פאר?
ס'האט מיר געזאגט א איד אז אלץ קינד האט אים דער מלמד ארויסגעשיקט פון קלאס און געזאגט ווען דו וועסט וויסן פארוואס איך האב דיר ארויסגעשיקט מעגסטו צוריק קומען.....
רבותי! מ'האט אונז ארויסגעווארפן פון קלאס, שול, חדר, וכו', מיר דארפן וויסן פארוואס און נאכדעם קענען מיר צוריק קומען,
קען דען א מענטש זאגן איך ווייס פארוואס?, איז דען דא היינט איינער וואס קען זאגן 100 פראצענט איך ווייס אז דאס איז געקומען צוליב דעם און דעם?. ניין, אבער מ'קען אבער אזויפיל זאגן אינו יודע, איך ווייס נישט, וואס דאס איז אויך א מדריגה, ווייל נישט יעדער איז גרייט מודה צו זיין און הייבן הענט, אפי' נאך 5 וואכן אריין אין די וויירוס זענען נאכאלץ דא מענטשן וואס לייגן אלעס אריין אין די טבע, אין די צייט וואס ווי א טאג שפעטער שטעלט זיך ארויס אז קיינער האט נישט קיין השגה וואס דא טוט זיך, יעדן טאג קומען ארויס פרישע שטודיעס, למשל אז איינער וואס האט דאס שוין געהאט דער איז שוין אימיונט אזש ער קען שוין גאר היילן אנדערע, נעקסטן טאג ניין, דער קען עס נאך באקומען נאכאמאל אפשר גאר שטערקער, קיצור גארנישט איז נישט גארנישט.

מעשה שהי' א אמת'ע מעשה, לעצטנס איז דא געוועהן א יונגערמאן אזא שטופער און גאנץ קיל, מ'האט אריין געפירט זיין יונגל אין שפיטאל צוליב א אינפעקציע און דער געטרייער טאטע האט ארגיניזירט צווישן די משפחה געטרייע וואלענטירן יעדע נאכט ווער ס'זאל איבער שלאפן מיטן קינד, (אבער דער טאטע זעלבסט איז געשלאפן אין זיין אייגענעם בעט יעדע נאכט...) און דא האלט מען שוין 5 טעג אין שפיטאל די דאקטורים אליין קענען עפעס נישט כאפן וואס פונקטליך גייט פאר מיטן קינד, ביז איין טאג זאגט א שוואגער פארן אבי הבן, אהובי ידידי דו זעהסט נישט אליין אז דער באשעפער וויל פון דיר עפעס? ער וויל פשוט דו זאלסט איין נאכט איבערשלאפן אין שפיטאל און מודה זיין יא! רבש"ע איך בין כאין וכאפס פאר דיר און נאר דו כביכול קענסט מיר העלפן!, יענע נאכט אז דער טאטע אליין בכבודו ובעצמו ארביער געקומען און איבער געשלאפן אין שפיטאל ולפלא מארגן צופרו האט מען געכאפט ביי די טעסטן פונקטליך ווי די אינפעקציע איז און מ'האט אהיים געשיקט דאס קינד.

דאס איז לכאורה די יעצטיגע מעסעדש, מיר פאלן כורעים ווי די בית המקדש אידן וואס האבן זיך מבטל געמאכט זייער גאנצע וועזן כל כלו פארן בורא כל עולמים, און מיר שרייען אויס ד' הוא אלקים און מיר קליינע מענטשעלעך ווייסן "גארנישט"... מיר ליגן טאטאל אין די האנט פון כביכול כחומר ביד היוצר כן אנחנו בידך, נישטא קיין דאקטורים, שפיטעלער, מעדעצין, עסקנים, קאנעקשאן'ס, גארנישט, נישטא קיין "איך", איך ווייס, און איך קען, און איך וועל עלעדיגן, גארנישט, איך קען נישט גארנישט, ס'איז דא א בורא עולם ותו לא, און ווען מיר וועלן זיך שטארקן מיט די אמונה און כאפן דעם מעסעדש פארוואס מ'האט אונז ארויס געשיקט פון קלאס, וועלן מיר קענען צוריק קומען.

און צום שלוס מודים אנחנו לך אז מיר גלות אידן שנת תש"פ האבן זוכה געוועהן צו זעהן אזא התגלות וואס איז נאכנישט געוועהן זינט דעם דור המבול (אפי' בשעת מלחמות איז געוועהן בלויז א האלבע וועלט א דריטל וועלט פארמישט, אבער ממש די גאנצע ערד קוגל זאל ווערן אפעקטירט און נאר געוועהן ביים דור המבול און איצט), וויפיל דורות פריער האבן זיך געבעטן הראינו ד', לאמיר דיך זעהן כביכול, באווייזן דיין גבורה, זאל די וועלט זעהן דיין גרויסקייט, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, און מיר נבחרים האבן באקומען די מתנה פון זעהן מיט אפענע אויגן ווי כביכול האט אראפגעברעגנט די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו אויף די קני, יעדן פליעדיגן פליגער זיצט איינגעלייגט, ס'איז געווארן א ריינע ציכטיגע וועלט, די לופט איז לויטער ריין (א שטייגער ווי דער ר"ר מענדלע האט געזאגט ערב שבת נאך די מקוה די לופט איז ריין יעצט קענען מיר פארשטיין איין שטיקל נוע"א) נישטא קיין עבירות, קיין קריים, קיין פאסקונדע, מ'הוליעט נישט, מ'זיצט איינגעלייגט און מ'ווארט אויף ישועת ד', משיח עומד אחר כתלינו, לאמיר זיך פרעגן, צפית לישועה???......

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6743
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:40 am

מאסיוו!!!

בעסטע קאראנע ארטיקל ביז היינט...
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3735
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:46 am

געוואלדאוונע!!!
בוי זיך זעלבסט

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:46 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מאסיוו!!!

בעסטע קאראנע ארטיקל ביז היינט...

גא"מ
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך אלטער » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:57 am

Wow!!!!!! נישט דא קיין ווערטער!!! זיך באלעקט די פינגער בשעת'ן ליינען

אונז האמיר עם דא לייוו אפשר קען מען בעטן ער זאל דא פארבלייבן אביסל... און אהער שטעלן נאך סחורה דא...
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך קעדילעק » מיטוואך אפריל 22, 2020 11:01 am

הערליך שאץ מאץ, ווי שטענדיג..

איין סעיף'עלע וואס דו האסט - זיכער בטעות - אויסגעלאזט וועל איך אריינפולן..

דער געווארענער פ'ר'ו'מ'ער:
געווענליך קומט ער אן אין ביהמ"ד 9:00 מיט נאסע פאה'לעך וואס טריפן אריין אין זיי קאווע, ער קנאקט דורך אלע נייעס און פאליטיק אין קאווע צימער, צומאך איז ער גאר א "חסיד'ישער אינגערמאן און רעדט "חסיד'ישע" ענינים, דערנאך ווען ער זעט אז "זיין" מנין פארט שוין , ווארפט ער ארויף דעם טלית אויף די פלייצע און לויפ ארום צוענדיגן די פרישע נייעס און נעמען אנטייל אין די היציגע דעבאטעס, און ווען דער בעל תפילה זאגט שוין יוצר אור ובורא.... לויפט ער אריין און פארט מיט, דאס זעלבע ווי עס וואכן'ט זיך אזוי שבת'ט זיך, שבת אינדערפרי מאכט ער די הכנה צו די וואך מיט די גאנצע ברייטקייט, ער קען ציילן מיט'ן פינקי פינגער פון איין האנט וויפיל מאל ער האט שוין געדאוונט מיט מנין. .
אבער יעצט ווען עס איז דא א צעמישעניש ווייל טייל רבנים שרייען אז ס'איז אסור צו דאווענען מיט מנין, טייל רבנים זאגן בלויז אז מ'איז פטור, זוכט ער אויף די רבנים וואס זאגן אז מ'איז מחוייב צו דאווענען מיט מנין, זיי ווערן יעצט זיינע עקסקלוסיווע רבי'ס און ער ווער א גאנצער אפארטוניסט, ער גייט מיט מסירות נפש ביז'ן עק, ער איז גרייט מוסר נפש זיין אנדערע, און אויך זיך פאר די מורא'דיגע מצוה פון מנין, פלוצלינג נאך אזויפיל יארן איז ער געוואויר געווארן פון די מצוה פון מנין..

דער מיטכאפער:
יא, דער וואס דו זעסט אים שטעמדיג לויפן כאפן דעם באס פונקט איין מינוט נאך דער באס איז אפגעפארן, זיינע קינדער קומען שטענדיג שפעט אין חדר מיט א "צעטל", שבת האט ער מזל אז ווען ער קומט נאר אן האט שוין איינער געכאפט זיין פלאץ, קומט אן אין באנק פונקט א מינוט פאר די באנק שפארט צו..
אצינד האט ער א מנין אין הויף, און מ'שטעלט זיך שפעט, ווייל קיין ישיבה איZ נישט דא און קיין ארבעט אויך נישט, ווי יאגט מען זיך? אבער דער מיטכאפער באווייזט דא אויך שטנדיג אנצוקומען ווען די טירן פון באן זענען שוין פארמאכט..

וואס קען מען טון, קאראנע טוישט נישט די טבע פון מענטשן..

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך פיטום » מיטוואך אפריל 22, 2020 11:05 am

אה! ענדליך עפעס ערנסט גערעדט!!!
שכח
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אפריל 22, 2020 11:12 am

דיינע אבזערוואציעס זענען ריזיג! האסט אויסגעלאזט היבש אפאר טיפן... (איך האב מיר נישט געטראפן אין קיין איינס..). אבער וואס דו שרייבסט יא איז געוואלדיג!

דיין עיקר פונקט איז פשוט, אבער טיף צילענד! פשטות מיט א קנאק!
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך אפריל 22, 2020 11:42 am

שאץ מאץ עז יוזשעל.. סופער סופער..

גרינגער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך גרינגער » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:05 pm

PDF ביטע

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:07 pm

שכח
וועקאם בעק

נישט דא קיין ווערטער
גיט צילייגט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:10 pm

איך האב נישט געגלייבט אז אן ארטיקל איבער קאראונע קען זיין אינטערעסאנט.
אין פאקט האב איך מיך אבער געטראפן פלוצלינג אפגעליינט דעם גאנצן ארטיקל.
שכח שאץ מאץ.

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך אלטער » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:15 pm

שטומפיג האט געשריבן:איך האב נישט געגלייבט אז אן ארטיקל איבער קאראונע קען זיין אינטערעסאנט.
אין פאקט האב איך מיך אבער געטראפן פלוצלינג אפגעליינט דעם גאנצן ארטיקל.
שכח שאץ מאץ.

ווען ר' שאץ'ל שרייבט איז קאראנע אויך אינטערסאנט...
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:23 pm

שאץ מאץ מקדמת דנא בתקופת הקראנא
צוגעלייגטע
אדם ניכר בקראונותו.pdf
אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ
(61.1 KiB) דאונלאודעד 367 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:25 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:שאץ מאץ מקדמת דנא בתקופת הקראנא

תודה רבה!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:33 pm

הומאריסטיש און צום פינטל - א מייסטערווערק פון אן ארטיקל!
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:36 pm

וואף דער קומט אריין קרעיזי שטארק! ;l;p-

גליקליכע ברודער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:37 am

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך גליקליכע ברודער » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:39 pm

גרינגער האט געשריבן:PDF ביטע

https://drive.google.com/file/d/1gQxLNi ... sp=sharing

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:53 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ



שלום עליכם אן אלטער פריינט, איר מעגט אמאל אהער אריין קומען אויף שמחות אויך.

א מייסטער ארטיקל כדרכך!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24060
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:02 pm

שאץ, האסט דאס עפעס אזוי גוט ארויסגעברענגט, ייש"כ, זאלסטו זיין געזונט און שטארק.

***
די פסוקים טייטשן זיך עפעס אזוי באשיינפערליך
לכו חזו מפעלות ה' אשר שם שמות בארץ, קשת ישבר וגו' הרפו ודעו כי אנכי אלקים וכו'
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:05 pm

וועלקעם בעק.. געוואלדיג !!! (איך וויל דיך באדאנקען פאר דיינע שיינע ארבעט אויף פסח כאמעך באלעקט דעם יו׳ט דערמיט !!)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:39 pm

נישט נאר מענטשן שטארבן שוין נישט...

נאר די באגראבענע קריכן שוין אויך ארויס פון זייערע לעכער...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אפריל 22, 2020 2:03 pm

שקויעך ר' שאצ'ל
זייער שיין

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך להודיע » מיטוואך אפריל 22, 2020 2:06 pm

גאר א זיסער ארטיקל, חזק ביותר!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: אדם ניכר בקראונותו / שאץ מאץ

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אפריל 22, 2020 2:40 pm

אן אשכול האשכולות, אשכול שהכל בו -- הומאר, השקפה, מוסר, שריפט.
שאץ מאץ האט אונז נישט דיסאפאוינטעד!!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט