דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני

תגובהדורך פרישע קוגל » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 7:29 pm

lebediger berel האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:ר'בערל,
ווען פארט מען ארויס? האסט געמאכט א גיטע איבערקערעניש דא, אבער למעשה?.....

דערווייל לאמיר הערן פון אונזערע פאליטישע פארטרעטער, וואו האלטן זיי מיט גאווערנאר קאומא?
ר' אהרן בנציון, ר' יוסף, ר' משה דוד, הצדיק ר' משה מארגערעטן (באמת זענען אלע צדיקים, אבער ר' משה האטמעך איבערגענומען) רופט אייך אן, קומט ארויף אויף קול מבשר און לאזט וויסן, אפילו ר' שמחה אייכענשטיין וכו' מיר ווילן הערן פון ענק!

זיי ליינען אייוועלט?
איינער האט זיי שוין איינגעליידענט ארויפצוגיין אויף קולמע און זאגען ווי זיי האלטן?
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 9:35 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:ר'בערל,
ווען פארט מען ארויס? האסט געמאכט א גיטע איבערקערעניש דא, אבער למעשה?.....

דערווייל לאמיר הערן פון אונזערע פאליטישע פארטרעטער, וואו האלטן זיי מיט גאווערנאר קאומא?
ר' אהרן בנציון, ר' יוסף, ר' משה דוד, הצדיק ר' משה מארגערעטן (באמת זענען אלע צדיקים, אבער ר' משה האטמעך איבערגענומען) רופט אייך אן, קומט ארויף אויף קול מבשר און לאזט וויסן, אפילו ר' שמחה אייכענשטיין וכו' מיר ווילן הערן פון ענק!

זיי ליינען אייוועלט?
איינער האט זיי שוין איינגעליידענט ארויפצוגיין אויף קולמע און זאגען ווי זיי האלטן?

נעוואדע, אומזינסט מיינסטו איז נעכטן געווען א אינטערוויו פון ר' שמעון מיט ר' יואל פון רפואה
און ווער סהאט זייערע אימעילס און אנדערע קאמיוניקאציע איז געלאדן עס זיי צו שיקן, מיטן גרעסטן כבוד און דרך ארץ
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 9:59 pm

אויב מ'הערט נישט גארנישט גייט מען זיך אראפ זעצן אויסארבעטן די פלענער
ווער ווייסט פון נישט אידן עכ"פ נישט חרד'ישע אידן וואס קענען זיין פאן טרעגער דא זאל זיך מעלדן פון זונטאג אנגעפאנגען אין אישי
מיר גייען זיין די טויזענטער נאכשלעפער אבער נישט די פאן טרעגער
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ווער ווייסט די פרטים, ווער זענען די עסקנים אויף דעם נומער? ווער איז געווען אויף דעם טעלעקאנפערענץ

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אפריל 24, 2020 7:50 am

בד"וו איך האלט אז געוויסע אין קול מבשר האבן עפעס א שטיקעלע בלוטיגע האנט אין דעם קאווער אפ און פארטיידיגונג וואס גייט פאר אין די שפיטעלער און כ'ווייס נישט פארוואס, ווען כ'האב געהערט ברייער אינטערוויוען צוקער האב איך שיעור צובראכן מיין טעלעפאן פאר כעס און ווייטאג ווי ער לאזט אים גליטשיג איבער די אישו, אין מיין אני מאשים וועט קול מבשר האבן א קליינע סעיף קטן!
Annotation 2020-04-24 044306.png
Annotation 2020-04-24 044306.png (33.43 KiB) געזעהן 2848 מאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

דערווייל ווער ס'האט נאך נישט אונטערגעשריבן זאל יעצט אונטערשרייבן

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אפריל 24, 2020 7:59 am

https://www.change.org/p/governer-andre ... us-patient
We only need 1,812 more signatures to reach the next goal - can you help
אויב סאיז אמת אז די עסקנים טוען, גיבט זיי דאס נאר כח און וואפן ווייטער אנצוגיין!
דער גאנצער "וועבסייט" מיט אלעס ארום טשענדזש דאטארג איז שטותים והבלים וכו' אבער דער עצם "אונטערשרייבן" איז פיקוח נפש און קען ראטעווען לעבנס, וואס זאל מען טון אז דארט מאכט מען עס ? מען גייט אויך אין די שפיטעלער פאר רפואות כאטש כאטש כאטש...
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » פרייטאג אפריל 24, 2020 8:30 am

עסקנים זוכן ערשט האנטיגע עפיזאדן פון שפיטאל, צו טוישן די שרעקליכע איינפיר פון נישט לאזן א נאנטער ביים בעט
ו' תזו"מ פ'
היינט נאכט איז פארגעקומען א טעלעקאנפערענץ פון פירענדע עסקנים ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן די ביז יעצטיגע שריט וואס איז געטאן געווארן, און די ווייטערדיגע פלענער וואס צו טאן אפצושטעלן די שרעקליכע פאברעך פון איבערלאזן פאציענטן אליינס. עסקנים האבן שוין גערעדט מיטן ניו יארק סטעיט גאווערנאר'ס אפיס, וואס האט געזאגט, אז זיי דארפן נאך ערשט האנטיגע פערזענליכע געשעענישן פון אייגענע עקספיריענס.סיי ווער עס האט א קלארע, קראנטע ערשטהאנטיגע פאסירונג פון א שפיטאל, ביטע רופן 646-580-3040 און האט א חלק אין ראטעווען אידישע נפשות.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:00 pm

:-]לויפט און הערט יעצט ר' אהרן בנציון ווידער'ס אינטערוויו אויף קול מבשר 1-1-4[/color]
[/size][/u][/b]
[size=]איך רוף און פאדער צו קול מבשר -קול פון אלע קהלות און מוסדות זאל שוין לייגן די מעלדונג נאך פאר אלע אדווערטייזמענט גראד ווען מ'רופט אריין![/size]

און אלע וואס האבן סטעטוס טוויטער וכל שום דחניכא דאית להו, לייגט שוין!! ארויף אויף אייער סיסטעם
ווען איר וועט הערן די אינטערוויו וועט איר פארשטיין

נ.ב. די געפלאנטע אלבאני קאר דרייוו איז אפגעשטופט דערווייל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך Bissli » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:19 pm

בריוו מיט 36 נ.י. סטעיט אסעמבלי מעמעבער'ס אינטערגשריבן היינט געווארן ארויסגעשיקט צו די נ.י. שפיטעלער און צו גאווערנער קאומא,
אז זיי זאלן שוין אנהייבן אריינלאזן פאמילע מעמבער'ס, וואלענטירס ארויסצוהעלפן די פאציענטן.

דאס איז ב"ה א שטארקע דורכבראך און די שווערע ארבעט פון די עסקנים.

יעצט ווערט געשריבן א אפציעלע לעדזשיסטלעישאן ביל, וואס וועט גיין און די נאנטע טעג פאר א וואויט און די סטעיט אז עס זאל ווערן א אפציעלע געזעטץ מ'זאל דארפן צו יעדע ציין אריינלאזן וואלענטירן און די שפיטעלער.

דאס וועט בעזהשי"ת ראטעווען טויזענטער לעבן'ס.

די דרייוו פאר די געזעטץ ווערט אנגעפירט דורך די איבערגעבענע און ביטער שווערע ארבעט פון די צוויי נ.י. סטעיט אסעמבלי מעמבערס,
דזשאו לענטאל פון וויליאמסבורג,
און שמחה אייכנשטיין פון ב.פ.

וואס זיי ארבעטן שוין לאנגע טעג און נעכט מיט די עסקנים,
ב"ה עס האט באקומען א שטארקע מאמענטום און שטיצונג ביי די סטעיט לעגיסטלעיטארס.

וחפץ ה' בידינו יצליח.
וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם!
.If they don't know you personally, don't take it personal

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך פלאחותיך » פרייטאג אפריל 24, 2020 1:26 pm

האמער אהער געברענגט דעם בריוו

לאמיר זיך לערנען אויף להבא
אז עסקנים וואס טוען,
האבן נישט קיין צייט צו רעדן,
ווילן נישט רעדן בעפאר זיי זענען מצליח
און לטובת ההצלחה שבו, טארן נישט רעדן בעפאר זיי זענען מצליח

דאס מערסטע וואס זיי קענען זאגן ברבים אז אונז ארבייטן דעראויף

ליינט די בריוו, דאס קומט נישט אן אזוי גרינג אהער צושטעלן

יעצט לאמיר זעהן דא כאטש עטליכע תגובות מיט גרויסע קאלירטע אותיות אויסצושרייען א ריזיגן יש"כ פאר די עסקנים
צוגעלייגטע
CHVP - hospitals.pdf
דא האט איר
(129.53 KiB) דאונלאודעד 174 מאל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אפריל 24, 2020 1:45 pm

צדיק'ל איך כאפ נישט די עסקנים אישו דא - זעט אויס עפעס שפילט זיך אפ וואס איך ווייס נישט.
למעשה האט קיינער נישט געזאגט ביז היינט ברבים "אונז ארבעט מיר דערויף" די קול מבשר אינטערוויוס האבן אויסגעזען ווי שלום געמאכט און מסכים מיטן מצב נאר געקרעכצט אז מ'קען גארנישט טון.
און איינס פון די פיר
אדער, מ'איז געווען אזוי פארנומען מיט עסקנות אז מ'האט נישט געהאט קיין צייט צו רעדן (אבער פון וואו זאל דער ציבור וויסן)
אדער, אז מ'האט באמת זייער ווייניג געטון און מ'האט געווארט מ'זאל שרייבן גרויסע רויטע אותיות און דעמאלטס האבן זאכן אנגעפאנגען ריקן
אדער, די מענטשן האלטן אז דער ציבור דארף זיין רואיג פשוט מיטן פאקט אז מיר האבן עסקנים, און דאס איז די ענטפער אויף אלע פראבלעמען
אדער, עפעס וואס דו וועסט מיר זאגן
למעשה יא הצלה שרייט מען אלץ העכער ווי חסדי ד' סא דארפסט אליין פארשטיין אז דערווייל איז נישטא קיין גרויסע רויטע אותיות אבער - גערעכט - לאמיר עס לייגן.
ישר כח פאר אלע עסקנים וואס ארבעטן צו העלפן דעם פראבלעם פון משפחה אין שפיטאל כל אחד בשמו הטוב יבורך
דערווייל איז ר' אהרן בנציון געווען דער איינציגסטער מיטן "נאמען" סא ער קען נעמען די קרעדיט און עס איינטיילן פונקטליך וויאזוי ס'קומט זיך אבער איך גלייב זיי ווארטן נישט דערויף
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אפשר? א דרייוו קאר טענק יו ראלי אויב מפירט אויס!

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אפריל 24, 2020 4:41 pm

פרעגט מיך א איד צו מ'קען ארגאניזירן א טענק יו אדער אפרישיעשאן ראלי אויב מ'פירט אויס
מ'קען אויך אריבער פארן אלע גרויסע עסקנים'ס הייזער (איך - דער ניק וואוין אין אייוועלט) ע בעסער אז נישט טאמער מ'פארגעסט א נאמען
צו אפרישיעטן וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך להודיע » פרייטאג אפריל 24, 2020 4:57 pm

lebediger berel האט געשריבן:צ
דערווייל איז ר' אהרן בנציון געווען דער איינציגסטער מיטן "נאמען" סא ער קען נעמען די קרעדיט און עס איינטיילן פונקטליך וויאזוי ס'קומט זיך אבער איך גלייב זיי ווארטן נישט דערויף


ווייל ער מאכט די מערסטע נויז ? לאו דוקא אז נויז אויף קול מבשר איז דאס וואס מדארף יעצט האבן. אראנזשירן אזא בריוו פון לענטאל איז מער ווערט ווי טויזנט אינווערוויאס אויף קול מבשר און פופציג אשכולות אויף אייוועלט.

zwe
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 3:14 pm

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך zwe » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:04 pm

להודיע האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:צ
דערווייל איז ר' אהרן בנציון געווען דער איינציגסטער מיטן "נאמען" סא ער קען נעמען די קרעדיט און עס איינטיילן פונקטליך וויאזוי ס'קומט זיך אבער איך גלייב זיי ווארטן נישט דערויף


ווייל ער מאכט די מערסטע נויז ? לאו דוקא אז נויז אויף קול מבשר איז דאס וואס מדארף יעצט האבן. אראנזשירן אזא בריוו פון לענטאל איז מער ווערט ווי טויזנט אינווערוויאס אויף קול מבשר און פופציג אשכולות אויף אייוועלט.

גרעכט .. אין די וויסט ווער עס הייסט לענטעל טעוהן די עסקן וואס רעדט די וייניגסטע אבער טוט דאס מערסטע .. העסקן היודע משה דוד נידערמאן

happyman
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:49 pm

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך happyman » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:22 pm

איך זען דא און איך הער פון נאך פלעצער ווי מ'שימפט קעגן עסקנים פאר גארנישט טאן, און איך פלעג אויך מיך אפרעדן – פארוואס נישט.

אין די לעצטע טעג איז מיר אבער אויסגעקומען צוליב א פערזענליכע זאך צו דארף זוכן הילף פאר א פאציענט און איך בין אביסל געווארן אינוואלווד און געהערט וואס מ'האט שוין אלץ געטאן. איך בין אויך געקומען מיט טענות און דערביטערט, אבער איך בין געווארן נבהל ונשתומם ווי אזוי מ'ארבעט אונטער'ן טיש, ס'איז דא א גרופע פון ארום צען צי מער עסקנים וואס זיצן און ארבעטן, צווישן זיי זענען עסקנים און עסקניות אינעם תחום פון רפואה, איך וויל נישט זאגן קיין נעמען. מ'האט א לאיער, מ'האט גענומען סטעיטמענטס, מ'האט געקלאפט אלע פענסטערס, מ'האט פרובירט אלע מיטלען, די העלט קאמישאנער, דער גאווערנאר, לאקאלע באאמטע, מ'העלפט מענטשן פריוואט, מ'האט שוין פרובירט אלעס און אלעמען כדי צו ברענגן א פארבעסערונג.

צווישן זיי איז איין געוויסער עסקן וועמען מענטשן גלייכן צו באשמיצן, ווייל מ'האלט אז ער קען אלעס און וואלט געדארפט טאן. דער עסקן גיט זיך אוועק יום ולילה, איז פארבינדן מיט די פרטי פרטים, און האט שוין א געוואלד אויפגעטאן.

א חלק פון די גרופע האבן געארבעט יום טובאיך בין ממש אויסער מיר, ווי אזוי זיי ארבעטן שטילערהייט, נישט קיין קול מבשר, נישט קיין וואטס עפפ, אבער מ'ווענדט אן אלעס.זיי האבן שוין ב"ה ערלעדיגט אין עטליכע פעלער אריינצורוקן מענטשן אין שפיטעלער.איך בין געוואויר געווארן פון א פאל וואס אדאנק דעם דרוק האט מען צוריק אנגעהויבן טריעטן א מענטש וועמען די דאקטוירים האבן שוין געוואלט אפהאקן.

דער דרוק האט געברענגט אז די העלט דעפארטמענט זאל ארויסגעבן א נייע דירעקטיוו וואס ברייטערט אויס ווען די שפיטעלער מוז'ן יא אריינלאזן מענטשן. ליידער פאלגן עס נישט רוב שפיטעלער, און מ'ארבעט אויף יעדן שפיטאל באזונדער און מ'האט שוין אויך אריינגעגעבן קאמפלעינטס, אבער אין עטליכע פעלער איז עס שוין ב"ה צונוץ געקומען.

זיי האבן געקלאפט ביי די פעדעראלע רעגירונג, נוצנדיג קאנטאקטן וואס זענען זייער נאנט צום פרעזידענט און האבן געוואלט העלפן, אבער מ'האט געקלאפט א וואנט. דארט האבן זיי איצט גענוג דאגות.

דער היינטיגער בריוו פון וויליאמסבורגער אסעמבלימאן לענטאל האט דער שתדלן געארבעט דערויף די לעצטע צוויי טעג השכם והערב, און ער און די עסקנים מיט אים לאזן נישט אז מ'זאל אפילו דערמאנען זייער ראלע, ווייל דער ציל איז געווען אז עס זאל נישט קומען אלס אידישע אישו, נאר מ'האט דירעקט ארויפגעלייגט אנדערע און מינאריטעטן, כדי ס'זאל כאפן דעם דעת הקהל.

און ס'איז ספעציעל געשריבן רעספעקטפול צו די שפיטעלער – בעת מ'רעדט אויך פון א געזעץ צו לייגן דרוק אויב נויטיג – כדי צו פרובירן נאך א וועג און לויט די מומחים קען דאס האבן בעסערע שאנסן, אנשטאט פארפירן ביים גאווערנאר וועלכער איז איצט על הגובה ווייל יעדער באוואונדערט ווי ער באהאנדעלט דעם קריזיס, און אנשטאט שרייען אויף שפיטעלער רוצחים, וואס ביים עולם גולם זענען זיי איצט פארגעטערט. די גרופע האבן אויפגענומען א לאביאיסט מיט וועמען מ'ארבעט ווייטער צו ברענגן טוישן אויפ'ן סטעיט שטאפל.

ס'איז דא אידן וואס לאזן זיך דארט קאסטן געלט און ווילן אלעס אנווענדן פאר סכנת נפשות.אין טייל שפיטעלער האבן זיי מיטלען זיכער צו מאכן אז מ'גיט זיך גוט אפ און מ'קוקט זיך אום אויף א פאציענט, אויפ'ן אלטן וועג, ואכל"מ.

זיי ארבעטן אויך אין געוויסע שפיטעלער אז מ'זאל האבן גוטע עסן דירעקט פונעם שפיטאל. פארוואס האבן די גויים עסן און די כשר'ע טרעיס האבן נישט נארמאל קיין עסן און מ'האט געגעבן חמץ אין פסח מיט א הכשר ר"ל. אז עטץ וועט הערן די פרטים אין וואס מ'האט זיך דא אנגעשטויסן, וועט זיך די האר פון קאפ אויפשטעלן ווער עס זענען די רוצחים.

די עסקנים דארפן אוועקגעבן שעות פאר אינערליכע פראבלעמען און ס'לאזט זיך נישט גלייבן מיט וועמען מ'האט דא צו טאן.די אלע פעולות ווערט דורכגעפירט אויפ'ן שטילן וועג. ווען ס'איז היינט עטליכע מאל דערמאנט געווארן דעם שתדלנ'ס נאמען בנוגע דעם בריוו, האבן ער און זיינע מיטארבעטער פארפירט אז דאס מוז אראפקומען.

עס וועט נישט העלפן פאר די מערכה.אזוי ווי עס איז מיר אויסגעקומען אביסל מיטצוהאלטן, זייענדיג בקשר מיט איינעם פון זיי און הערן די פרטים, שפור איך מוז שרייבן.

רבותי, וועקט ענק אויף, שתדלנות מיינט נישט גיין אויף קול מבשר נומער 4 אדער גייען אויף סאשעל מידיא און פארפירן.

אויב דאס מיינט דערפאלגרייכע שתדלנות, וואלט דער מצב אין ראקלענד קאונטי איצט בעסער געווען. מאכן פון יעדן שפיטאל עקזעקוטיוו אן עד דעי וועט נישט בלויז גארנישט אויפטאן, נאר מ'וועט ליידן דערפון דורות.

דאס אז מ'גיט דיר נישט קיין באריכט השכם והערב, מיינט נישט אז מ'טוט נישט.

ס'זענען נאך ערליכע עסקנים וואס מיינען די זאך, און פון זיי וועט איר ווייניג הערן


אגב, דא איז דער ריכטיגער בריוו וואס אסעמבלימאן לענטאל האט

ארויסגעשיקט https://www.dropbox.com/s/7q4ympdqk24ju8u/Lentol-CHVP.pdf?dl=0 

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך להודיע » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:30 pm

אה ענדליך א דערפרישענדע קאממען סענס תגובה אין דעם מבול פון קינדערגארטן געשרייען.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג אפריל 26, 2020 9:29 am

דא איז בכלל נישט דער פלאץ און נישט דער פלאן פון דעם אשכול, און ס'מאכט דעריבער נישט קיין סענס מגיב צו זיין אויף די וואס ווילן פאגלייכן דעם עסקן צו יענעם עסקן, וכו'
איך בין נישט קיין שר העשר און נישט קיין מאות,
איך בין דא אויף אייוועלט נאך פאר אסאך נייע מגיבים האבן בר מצוה געהאט אדער אפילו געלערנט גמרא.
נישט דאס איז דער תכלית שעפעלעך, און דאס שעדיגט פאר כלל ישראל! ווען ר' הערשל וועבער וכת דיליה (וואס האבן געטון א צודרייטע זאך לויט דעמאלטסדיגע באגריפן, ואאריך אפשר בענין זה עוד בעת הכושר, איר וועט זיך באלעקן די פינגער אי"ה) וואלטן געדארפט דאס טון אין אונזער אייוועלט (וכל המסתעף ) תקופה ווייס איך נישט צו הצלה וואלט אמאל געעפנט געווארן!
עס קומט זיך קרעדט פאר אלע וואס האבן געטון און איך האב געענטפערט אהרן בנציונ'ס נאמען אלץ ענטפער צו פאלחותיך'ס פארלאנג פאר שכח'ס

בנוגע דעס צו מ'דארף לאזן וויסן דעם ציבור אז מ'טוט - בין איך נישט איינשטימיג מיט דעם מהלך פון נישט אינפארמירן, מוזט נישט זאגן פונקטליך, אבער ווען בלוט גיסט זיך אויף די גאס און דו עסקן (הועווער יו אר) ביזט דער וואס פארלאנגט דעם ציבור צו קומען וואטען, מוזטו פשוט אלץ פראקטישקייט קומען און זאגן פארן עולם די מערסטע וואס איז שייך וואס מ'טוט. אבער עכ"פ אזויפיל "אז" מ'טוט. פאר איין פשוט'ע סיבה אז טאמער וועט מען נישט אויפטון וועט דיר קיינער נישט גלייבן אז האסט באמת געטון אלעס וואס דו קענסט. און דו קענסט דאס נישט עפארדן. אלזא 114 איז יא זעהר א וויכטיגע קנעפל פאר עסקנים, והראי' ר' משה דוד איז אויך דארט ווען ער דארף צוקומען צום ציבור.
נחזור לענינינו, דא איז בעצם מיט א וואך צוריק געווען א עת שכרות (ולא מיין) די קעפ זענען ביי קיינעם נישט געווען אויפן פלאץ און מען קען קיינעם נישט באשולדיגן, נישט דעם עסקן פארן נישט זאגן, און נישט דעם ציבור פארן שרייען (און פאר דעם בין איך אויך שטיל געווען און זיך געביסן די ליפן און געקראכט אויף מיין טעלעפאן) אבער אזוי ווי מאיז ארויסגעקראכן פונעם "נפש מבהלה" האבן מיר אנגעפאנגען צו שרייען און מ'זעט די רעזולטאטן .
און איך בעט זייער אינגעלייט מיט די הנהלה דא, לאמיר נישט מאכן דא קיין עסקנים קאמפעטישען רעיטינגס וכו' בפרט יעצט ווען ס'זעט זיך א שטראל פון האפענונג, ביטע טוט דאס נישט ס'העלפט נישט דעם מצב בשמים אריין צו ברענעגן לשה"ר רכילות וכו' אינעם בילד אין אזא צייט, און ס'העלפט נישט דא אז עסקנים זאלן נישט פארלירן דעם אפעטיט
ס'קען זיין א שפיל מיט אידיש בלוט, יעצט זעט איר דאך אז מ'ארבעט יא, לאז די זאך פארן ריכטיג האפענטליך מיטן אויבערשטנס הילף
און צו דיר וואס אלעס איז קינדערגארטן געשרייען ווען אידיש בלוט גיסט זיך אין די גאסן, מוז איך אייך געבן א קלענערע קלאס אונטער קינדערגארטן אפשר פרי סקול? דזשאסט קידינג נעם עס נישט פערזענליך אבער מעגסט העכערן דיין לעוול פון געשרייבעכץ
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: אפשר? א דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג אפריל 27, 2020 4:37 pm

happyman האט געשריבן:איך זען דא און איך הער פון נאך פלעצער ווי מ'שימפט קעגן עסקנים פאר גארנישט טאן, און איך פלעג אויך מיך אפרעדן – פארוואס נישט.

אין די לעצטע טעג איז מיר אבער אויסגעקומען צוליב א פערזענליכע זאך צו דארף זוכן הילף פאר א פאציענט און איך בין אביסל געווארן אינוואלווד און געהערט וואס מ'האט שוין אלץ געטאן. איך בין אויך געקומען מיט טענות און דערביטערט, אבער איך בין געווארן נבהל ונשתומם ווי אזוי מ'ארבעט אונטער'ן טיש, ס'איז דא א גרופע פון ארום צען צי מער עסקנים וואס זיצן און ארבעטן, צווישן זיי זענען עסקנים און עסקניות אינעם תחום פון רפואה, איך וויל נישט זאגן קיין נעמען. מ'האט א לאיער, מ'האט גענומען סטעיטמענטס, מ'האט געקלאפט אלע פענסטערס, מ'האט פרובירט אלע מיטלען, די העלט קאמישאנער, דער גאווערנאר, לאקאלע באאמטע, מ'העלפט מענטשן פריוואט, מ'האט שוין פרובירט אלעס און אלעמען כדי צו ברענגן א פארבעסערונג.

צווישן זיי איז איין געוויסער עסקן וועמען מענטשן גלייכן צו באשמיצן, ווייל מ'האלט אז ער קען אלעס און וואלט געדארפט טאן. דער עסקן גיט זיך אוועק יום ולילה, איז פארבינדן מיט די פרטי פרטים, און האט שוין א געוואלד אויפגעטאן.

א חלק פון די גרופע האבן געארבעט יום טובאיך בין ממש אויסער מיר, ווי אזוי זיי ארבעטן שטילערהייט, נישט קיין קול מבשר, נישט קיין וואטס עפפ, אבער מ'ווענדט אן אלעס.זיי האבן שוין ב"ה ערלעדיגט אין עטליכע פעלער אריינצורוקן מענטשן אין שפיטעלער.איך בין געוואויר געווארן פון א פאל וואס אדאנק דעם דרוק האט מען צוריק אנגעהויבן טריעטן א מענטש וועמען די דאקטוירים האבן שוין געוואלט אפהאקן.

דער דרוק האט געברענגט אז די העלט דעפארטמענט זאל ארויסגעבן א נייע דירעקטיוו וואס ברייטערט אויס ווען די שפיטעלער מוז'ן יא אריינלאזן מענטשן. ליידער פאלגן עס נישט רוב שפיטעלער, און מ'ארבעט אויף יעדן שפיטאל באזונדער און מ'האט שוין אויך אריינגעגעבן קאמפלעינטס, אבער אין עטליכע פעלער איז עס שוין ב"ה צונוץ געקומען.

זיי האבן געקלאפט ביי די פעדעראלע רעגירונג, נוצנדיג קאנטאקטן וואס זענען זייער נאנט צום פרעזידענט און האבן געוואלט העלפן, אבער מ'האט געקלאפט א וואנט. דארט האבן זיי איצט גענוג דאגות.

דער היינטיגער בריוו פון וויליאמסבורגער אסעמבלימאן לענטאל האט דער שתדלן געארבעט דערויף די לעצטע צוויי טעג השכם והערב, און ער און די עסקנים מיט אים לאזן נישט אז מ'זאל אפילו דערמאנען זייער ראלע, ווייל דער ציל איז געווען אז עס זאל נישט קומען אלס אידישע אישו, נאר מ'האט דירעקט ארויפגעלייגט אנדערע און מינאריטעטן, כדי ס'זאל כאפן דעם דעת הקהל.

און ס'איז ספעציעל געשריבן רעספעקטפול צו די שפיטעלער – בעת מ'רעדט אויך פון א געזעץ צו לייגן דרוק אויב נויטיג – כדי צו פרובירן נאך א וועג און לויט די מומחים קען דאס האבן בעסערע שאנסן, אנשטאט פארפירן ביים גאווערנאר וועלכער איז איצט על הגובה ווייל יעדער באוואונדערט ווי ער באהאנדעלט דעם קריזיס, און אנשטאט שרייען אויף שפיטעלער רוצחים, וואס ביים עולם גולם זענען זיי איצט פארגעטערט. די גרופע האבן אויפגענומען א לאביאיסט מיט וועמען מ'ארבעט ווייטער צו ברענגן טוישן אויפ'ן סטעיט שטאפל.

ס'איז דא אידן וואס לאזן זיך דארט קאסטן געלט און ווילן אלעס אנווענדן פאר סכנת נפשות.אין טייל שפיטעלער האבן זיי מיטלען זיכער צו מאכן אז מ'גיט זיך גוט אפ און מ'קוקט זיך אום אויף א פאציענט, אויפ'ן אלטן וועג, ואכל"מ.

זיי ארבעטן אויך אין געוויסע שפיטעלער אז מ'זאל האבן גוטע עסן דירעקט פונעם שפיטאל. פארוואס האבן די גויים עסן און די כשר'ע טרעיס האבן נישט נארמאל קיין עסן און מ'האט געגעבן חמץ אין פסח מיט א הכשר ר"ל. אז עטץ וועט הערן די פרטים אין וואס מ'האט זיך דא אנגעשטויסן, וועט זיך די האר פון קאפ אויפשטעלן ווער עס זענען די רוצחים.

די עסקנים דארפן אוועקגעבן שעות פאר אינערליכע פראבלעמען און ס'לאזט זיך נישט גלייבן מיט וועמען מ'האט דא צו טאן.די אלע פעולות ווערט דורכגעפירט אויפ'ן שטילן וועג. ווען ס'איז היינט עטליכע מאל דערמאנט געווארן דעם שתדלנ'ס נאמען בנוגע דעם בריוו, האבן ער און זיינע מיטארבעטער פארפירט אז דאס מוז אראפקומען.

עס וועט נישט העלפן פאר די מערכה.אזוי ווי עס איז מיר אויסגעקומען אביסל מיטצוהאלטן, זייענדיג בקשר מיט איינעם פון זיי און הערן די פרטים, שפור איך מוז שרייבן.

רבותי, וועקט ענק אויף, שתדלנות מיינט נישט גיין אויף קול מבשר נומער 4 אדער גייען אויף סאשעל מידיא און פארפירן.

אויב דאס מיינט דערפאלגרייכע שתדלנות, וואלט דער מצב אין ראקלענד קאונטי איצט בעסער געווען. מאכן פון יעדן שפיטאל עקזעקוטיוו אן עד דעי וועט נישט בלויז גארנישט אויפטאן, נאר מ'וועט ליידן דערפון דורות.

דאס אז מ'גיט דיר נישט קיין באריכט השכם והערב, מיינט נישט אז מ'טוט נישט.

ס'זענען נאך ערליכע עסקנים וואס מיינען די זאך, און פון זיי וועט איר ווייניג הערן


אגב, דא איז דער ריכטיגער בריוו וואס אסעמבלימאן לענטאל האט

ארויסגעשיקט https://www.dropbox.com/s/7q4ympdqk24ju8u/Lentol-CHVP.pdf?dl=0 


דבר פשוט בעיני ,איבריג יעדע ווארט פאר ווער עס קען אביסל די סארט עסקנים.
קענסט אפשר איבערלייגען די לינק?
ייש''כ
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

פארשעי חסיד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך פארשעי חסיד » מאנטאג אפריל 27, 2020 8:22 pm

זיידי, נאכאלץ אפגעשטופט??
אפשר מאכן מיר א דעדליין?
איך האב זייער מורא אז דער גאווערנאר האט געבעטן מעשיות נאר צו שלעפן די צייט, והא ראי' אז מ'בעט כסדר נאך, נישט גענוג איבער 400 ערשט האנטיגע פעלער!?

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אפריל 27, 2020 9:44 pm

הער אויס צדיק, נער הייתי גם זקנתי ולא ראיתי צדיק נעזב, אז אזעלכע מענטשן ווי אהרן בנציון און שמחה אייכנשטיין קומען ארויף און נעמען אונערשיפ מוז איך אריין גיין אין די בעק סיט.
איך האב נישט קיין ברירה טול מקל והך על קדקדם דבר אחד לדור וכו' מ'קען נישט ציען די בענדלעך אויף צוויי זייטן ווייל עס ווערט צוריסן.
מיר קומען יעצט מיטן צוקערל
לאמיר זען דעליווערט און מיר וועלן מאכן א טענק יו דרייו!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:15 am

מאיזה סיבה גלייב איך נישט אז א טענק יו דרייו גייט אויפנעמען מער ווי א בלאק...
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:52 am

סטיטשינער האט געשריבן:מאיזה סיבה גלייב איך נישט אז א טענק יו דרייו גייט אויפנעמען מער ווי א בלאק...

מיט א ווערטל קען איך דיר ענטפערן: מען וועט מוזן זוכן איינעם וואס וויל שטארק, און ביי אים וועט מען נישט דורכפארן, אזוי וועט זיין אסאך בעלנים.
עניוועי, הלואי האלט מען שוין דארט (ביי א טענקיו,) נאך גרויסע צרות צרורות (דערווייל)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך פרוכט בוים » דינסטאג אפריל 28, 2020 7:08 pm

Anyone can go in Manhattan as an individual with a poster on the car with a clear sharp message
if it is a community who is doing it, it has to be done the right way, but just an individual would be great and I believe many people will love to see someone speaking out

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 07, 2020 8:23 am

איך וואלט באמת זייער געוואלט בעטן די חברים דא וואס האבן (מיט א היתר פון א רב) די כלים וואס מ'קען זען ווער אין די נישט אידישע גאס וואלט מיטגעהאלטן - אדער זיך ארויסגעשטעלט אלץ פירער - (לפנים) פון אזא סארט דעמאנסטראציע.
ווי מער איך הער און ליין סיי פון אפענע און סיי פון באהאלטענע באריכטן זע איך (און אנדערע עוסקי בצורכי ציבור - אויך מיין עכטע נאמען נישט מיין ניק - וואס מוז געניצט ווערן אלץ "שתדלנות" און די זעלבע נעמען קענען נישט אפען רעדן פון די אנדערע אפציע) אז אויב "חס ושלום" ס'וועט קומען נאך א וועיוו וכדו' ווען זיין סך סך וויכטיגער "צו האבן איינעם אין שפיטאל מיטן חולה"
דע "נישט משפחה" ארדער פון קאומאו'ס העלט קאמישענער צוקער (כ'האלט מיך איין פון אים גיבן א ימח שמו) "מוז" אראפגיין פאר יעדן פרייז - אז נישט קען מען חס ושלום באצאלן גאר גאר א טייערן פרייז וואס מ'וועט שפעטער באוויינען!
איין קליינע ביישפיל.
היינט ארויס געקומען א קלארע באריכט אז סאיז דא א מאנגל אין דייאליסיס מאשינען, אויב קיינער שטייט נישט ביים בעט קעמפן פאר זיין חולה - קענען די נירן אויפהערן צו ארבעטן און דערנאך, וכו' וכו' יעדע באריט וואס וועסט ליינען וועסטו זען מער און מער וואו וויכטיג דאס איז
די גאנצע אנטיבאדי בריוועריי איז א נחמה פורתא למאוד מען טוט עס אלץ פארצווייפלטע פרואוו צו ברעכן דעם אייז, מיט איין ווארט קענען זיי זאגן אז זיי האלטן אנטיבאדי זאגט נישט גענוג זיכער, וחסל, עס "מוז" ווערן א געשריי מקצה העולם ועד סופו מתהום רבה עד רום רקיע!!!!!!!!!!!! מיר דארפן פארלאנגען א פארקערטע ארדער אז שפיטאל ארבעטער "מוזן" געבן רעכט אפילו פאר קאראנא פאציענטן צו האבן משפחה וכדו' העכסטענס מיט א רייע באווארענונגען!

ביטע ממשיך זיין דעם שמועס (מיט אייערע טענות) אינעם נייעם אשכול,
viewtopic.php?f=104&t=42446
כ'האב עס אוועק געריקט ווייל כ'האב שוין נישט געקענט טוישן דעם קעפל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יוני 19, 2020 9:49 am

הענגט אין שול צעטלען פאר א פריעדליכע ראלי אויף ליע קארנער וואלעבאוט איבער עפענען די שפיטעלער געהעריג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: דרייוו קאר פיקעטינג קיין אלבאני אפגעשטופט דערווייל

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג יוני 19, 2020 10:56 am

farshlufen האט געשריבן:הענגט אין שול צעטלען פאר א פריעדליכע ראלי אויף ליע קארנער וואלעבאוט איבער עפענען די שפיטעלער געהעריג.

עס איז ווארשיינליך א קאווער פאר א קאמפיין ראלי, אדער די פועל יוצא זאל זיין צו וואטען, שוין וואסזאלמעןטוען?
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דביקות, וואנאוויטשער, כשר סעל און 24 געסט