זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

יונגלעך יא
35
12%
יונגלעך ניין
70
23%
מיידלעך יא
30
10%
מיידלעך ניין
71
23%
בחורים יא
44
15%
בחורים ניין
53
17%
 
סך הכול שטימען: 303

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אפריל 19, 2020 10:15 pm

זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט, ליידער האבן גאר אסאך געהאט וויינגער פרנסה מיט דעם אלעם וואס די הוצאת זענען ווייטער געווען די זעלבע
לעצט פאראכטן דורך הרב_שלום אום זונטאג אפריל 19, 2020 10:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Save $10 when you spend $40
https://amzn.to/3auDAB3

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אפריל 19, 2020 10:19 pm

לפענ"ד זאל מען קרית יואל און מאנסי מבטל זיין קעמפ, אין די לימודים זאלן אנגיין פונקט ווי א גאנצע יאהר, סיי ביי די בחורים און סיי ביי די מיידלעך
גאר אסאך האבן פארלוירען שווערע געלטער אין די טעג מיט דעם אלעם וואס די הוצאת זענען ווייטער אנגעגאנגען
Save $10 when you spend $40
https://amzn.to/3auDAB3

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך אדיר איום » זונטאג אפריל 19, 2020 10:28 pm

פאר אינגעלעך זאל יא זיין
פאר מיידלעך נישט

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך IMBZ » זונטאג אפריל 19, 2020 10:30 pm

פאר בחורים זאל זיכער זיין

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך IMBZ » זונטאג אפריל 19, 2020 10:33 pm

וואלסט ווען געדארפט לייגן די אפציע פין עקסטער אינגעלעך מיידלעך און בחורים

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אפריל 19, 2020 10:36 pm

IMBZ האט געשריבן:פאר בחורים זאל זיכער זיין

פאר א בחור אין קרית יואל וואס האט קעמפ בלויז איין וואך, אין מען לערנט נישט די געהעריגע לימודים זאל היי יאהר נישט זיין
Save $10 when you spend $40
https://amzn.to/3auDAB3

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אפריל 19, 2020 10:38 pm

IMBZ האט געשריבן:וואלסט ווען געדארפט לייגן די אפציע פין עקסטער אינגעלעך מיידלעך און בחורים

געטוישט
Save $10 when you spend $40
https://amzn.to/3auDAB3

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך ציגעלע » זונטאג אפריל 19, 2020 10:40 pm

בחורים זיכער

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 19, 2020 10:41 pm

ציגעלע האט געשריבן:בחורים זיכער

ווייל?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג אפריל 19, 2020 10:43 pm

ניין! עס זאל נישט זיין קומענדיגע יאר אויך נישט!
עס זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך אויפהערן די רשעות'דיגע גזילה פון שווערע טויזענטער דאללארן פון בלוטיגע ארימעלייט וועלכע מוטשען זיך מיט פרנסה אזוי אויך דורכ'ן יאר, אלעס ווייל די מלמדים און משגיחים\מדריכים [אדער בעסער געזאגט זייערע משפחות ווייל זיי זעלבסט ארבייטן באמת שווער] דארפן האבן אן אויסגעצאלטע וואקאציע מיט עסן!
אלע עסקנים פון די צדקה וחסד ארגאניזאציעס שרייען שוין די לעצטע יארן א הימל געשריי איבער דעם טרויעריגן מציאות, אז מען שטעלט אויס אלע עלטערן פון די היימישע מוסדות צו א סיסטעם אז מען "מוז" שיקן אלע גרויסע קינדער אין קעמפ, און א גרויסער טייל עלטערן דארף זיך פאר'חובות'ן א גאנצן יאר דערפאר!
איי מען דארף אבער אוועקפארן פון די שטאט מיט אירע שווערע נסיונות? איז כמה תשובות יש בדבר 1) מען איז אויסגעשטעלט צו די זומער'דיגע נסיונות פון פסח ביז ר"ה, 2) די קינדער ווערן אין די קעמפס אויסגעשטעלט צו א רייץ פון פארשידענע תאוות עוה"ז וד"ל 3) והוא העיקר: צוליב דעם אלעם "מוז" מען דען טאקע אוועקפארן אויף 2 חדשים און צורייסן די טאשן - און די הערצער - פון פילע עלטערן?!
[מיר רעדן נישט דא פון די עצם קאנטרי 2 חדשים וואס ברענגט ליידער אזויפיל מכשולות ברוחניות ובגשמיות ל"ע כידוע, ווען אידן פארלאזן די שטאט אויף "שמירת עינים" אין וואלמארט... ואכמ"ל בזה]

מען האט ליידער גארנישט געקענט טוהן צו פייטן דעם סיסטעם, אבער אצינד האט השי"ת דערלאנגט א מאסיוון זעץ פאר'ן גאנצן סיסטעם און דערווייל חלומ'ט מען נאך ניטאמאל פון עפענען די קעמפס, זאל השי"ת העלפן ווייטער אז דער זעץ זאל אנהאלטן אויך אויף אלע יארן ווייטער עד ביאת גוא"צ.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך ציגעלע » זונטאג אפריל 19, 2020 10:43 pm

הענדימען האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:בחורים זיכער

ווייל?

איך פארשטיי פין דיין שאלה אז דו האסט נאכנישט קיין בחורים

האקט

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 19, 2020 10:45 pm

הרב_שלום האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:פאר בחורים זאל זיכער זיין

פאר א בחור אין קרית יואל וואס האט קעמפ בלויז איין וואך, אין מען לערנט נישט די געהעריגע לימודים זאל היי יאהר נישט זיין

פארוואס פאר אנדערע יא?

די קעמפס זענען שוין לאנג א חורבן. לאמיר כאפן דעם געלעגנהייט און פטור ווערן דערפון

איינפאכער האקט

ציגעלע. ס'ווערט מיר שלעכט טראכטנדיג וויפיל דאס גייט מיר קאסטן ווען מיינע יונגלעך גייען זיין בחורים
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך ציגעלע » זונטאג אפריל 19, 2020 10:47 pm

איך מיין אז ווען דו גייסט עס האבען וועסטו זעהן אז ס'ווערט

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 19, 2020 10:55 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:3) והוא העיקר: צוליב דעם אלעם "מוז" מען דען טאקע אוועקפארן אויף 2 חדשים און צורייסן די טאשן - און די הערצער - פון פילע עלטערן?!

ס'זענען דא אסאך גאר גוטע זאכן וואס וואלטן געקאסט ווייניגער ווי קעמפ און מ'טוט עס נישט ווייל מ'קען נישט אויסרייסן אזויפיל פון די עלטערן

איינפאכער איד האט געשריבן:[מיר רעדן נישט דא פון די עצם קאנטרי 2 חדשים וואס ברענגט ליידער אזויפיל מכשולות ברוחניות ובגשמיות ל"ע כידוע, ווען אידן פארלאזן די שטאט אויף "שמירת עינים" אין וואלמארט... ואכמ"ל בזה]

זייער אסאך גייען אין די קאנטרי טאקע נאר ווייל די קינדער זענען סייווי אין די קעמפס סאו די קעמפס זענען א שטארקע חלק פון דעם פראבלעם אויך

איינפאכער איד האט געשריבן:מען האט ליידער גארנישט געקענט טוהן צו פייטן דעם סיסטעם, אבער אצינד האט השי"ת דערלאנגט א מאסיוון זעץ פאר'ן גאנצן סיסטעם און דערווייל חלומ'ט מען נאך ניטאמאל פון עפענען די קעמפס, זאל השי"ת העלפן ווייטער אז דער זעץ זאל אנהאלטן אויך אויף אלע יארן ווייטער עד ביאת גוא"צ.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 19, 2020 10:58 pm

ציגעלע האט געשריבן:איך מיין אז ווען דו גייסט עס האבען וועסטו זעהן אז ס'ווערט

זעהט אויס איר ווייסט נישט דעם טעם פון ארויסנעמען פון טאש געלט וואס מ'האט נישט. און נישט סתם געלט נאר גרויס געלט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שרייב-פעדער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך שרייב-פעדער » זונטאג אפריל 19, 2020 11:00 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:ניין! עס זאל נישט זיין קומענדיגע יאר אויך נישט!
עס זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך אויפהערן די רשעות'דיגע גזילה פון שווערע טויזענטער דאללארן פון בלוטיגע ארימעלייט וועלכע מוטשען זיך מיט פרנסה אזוי אויך דורכ'ן יאר, אלעס ווייל די מלמדים און משגיחים\מדריכים [אדער בעסער געזאגט זייערע משפחות ווייל זיי זעלבסט ארבייטן באמת שווער] דארפן האבן אן אויסגעצאלטע וואקאציע מיט עסן!

איך בין אלעס מסכים מיט דיר, אויסער מיט די שורה.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', ארבעטן ביטער שווער אין קעמפ, אפשר נאך שווערער ווי א גאנץ יאר.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', באקומען אלטע צוקראכטע באנגעלויס, וואו ס'נישט דא קיין פלאץ פאר די אייגענע קינדער צו שלאפן.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', וואלטן פונקט אזוי ווי דו און איך מוותר געווען אויף די גאנצע קעמפ.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך ווער איז דאס » זונטאג אפריל 19, 2020 11:04 pm

פין מארגען זיי אלע איינשפארן דארט אין יוצא ואין בא
דאס וואלט געווען די ריכטיגע זאך

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך לייטער » זונטאג אפריל 19, 2020 11:06 pm

איך וואלט געשטימט אז מען זאל גיין אין קעמפ פאר 2 3 טעג, מאקסימום א וואך 2
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 19, 2020 11:24 pm

שרייב-פעדער האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ניין! עס זאל נישט זיין קומענדיגע יאר אויך נישט!
עס זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך אויפהערן די רשעות'דיגע גזילה פון שווערע טויזענטער דאללארן פון בלוטיגע ארימעלייט וועלכע מוטשען זיך מיט פרנסה אזוי אויך דורכ'ן יאר, אלעס ווייל די מלמדים און משגיחים\מדריכים [אדער בעסער געזאגט זייערע משפחות ווייל זיי זעלבסט ארבייטן באמת שווער] דארפן האבן אן אויסגעצאלטע וואקאציע מיט עסן!

איך בין אלעס מסכים מיט דיר, אויסער מיט די שורה.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', ארבעטן ביטער שווער אין קעמפ, אפשר נאך שווערער ווי א גאנץ יאר.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', באקומען אלטע צוקראכטע באנגעלויס, וואו ס'נישט דא קיין פלאץ פאר די אייגענע קינדער צו שלאפן.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', וואלטן פונקט אזוי ווי דו און איך מוותר געווען אויף די גאנצע קעמפ.

הייבט זיך נישט אן. איך האב גערעדט צו עטליכע מלמדים און מגידי שיעורים און זיי זענען זיך מחי' אין קעמפ.

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך Borough Park » זונטאג אפריל 19, 2020 11:28 pm

דריידל האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ניין! עס זאל נישט זיין קומענדיגע יאר אויך נישט!
עס זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך אויפהערן די רשעות'דיגע גזילה פון שווערע טויזענטער דאללארן פון בלוטיגע ארימעלייט וועלכע מוטשען זיך מיט פרנסה אזוי אויך דורכ'ן יאר, אלעס ווייל די מלמדים און משגיחים\מדריכים [אדער בעסער געזאגט זייערע משפחות ווייל זיי זעלבסט ארבייטן באמת שווער] דארפן האבן אן אויסגעצאלטע וואקאציע מיט עסן!

איך בין אלעס מסכים מיט דיר, אויסער מיט די שורה.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', ארבעטן ביטער שווער אין קעמפ, אפשר נאך שווערער ווי א גאנץ יאר.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', באקומען אלטע צוקראכטע באנגעלויס, וואו ס'נישט דא קיין פלאץ פאר די אייגענע קינדער צו שלאפן.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', וואלטן פונקט אזוי ווי דו און איך מוותר געווען אויף די גאנצע קעמפ.

הייבט זיך נישט אן. איך האב גערעדט צו עטליכע מלמדים און מגידי שיעורים און זיי זענען זיך מחי' אין קעמפ.

אוואדי איז מען זיך מחי׳ מיט די ליפט די גראז די אטמעספערע אבער נישט מיט די באנגעלא
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך א גוטן » זונטאג אפריל 19, 2020 11:36 pm

געשטימט יונגלעך "ניין" מיידלעך "ניין" פשוט ווייל די קינדער האבן עס פיינט און סאיז נישטא קיין שום סיבה סתם ארויסצושלעפן קינדער פון דערהיים און מיט דעם צוזאמען באראבעווען די עלטערן מיט שווערע צענדליגער טויזענטער דאלאר, משא״כ די בחורים בדרך כלל ענדשויען דעם קעמפ און די לופט איז אויך דארט ריינער, נו עפעס מעג מען זיך לאזן קאסטן פאר חינוך הבנים.
לעצט פאראכטן דורך א גוטן אום זונטאג אפריל 19, 2020 11:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך שארף און קליג » זונטאג אפריל 19, 2020 11:40 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:ניין! עס זאל נישט זיין קומענדיגע יאר אויך נישט!
עס זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך אויפהערן די רשעות'דיגע גזילה פון שווערע טויזענטער דאללארן פון בלוטיגע ארימעלייט וועלכע מוטשען זיך מיט פרנסה אזוי אויך דורכ'ן יאר, אלעס ווייל די מלמדים און משגיחים\מדריכים [אדער בעסער געזאגט זייערע משפחות ווייל זיי זעלבסט ארבייטן באמת שווער] דארפן האבן אן אויסגעצאלטע וואקאציע מיט עסן!
אלע עסקנים פון די צדקה וחסד ארגאניזאציעס שרייען שוין די לעצטע יארן א הימל געשריי איבער דעם טרויעריגן מציאות, אז מען שטעלט אויס אלע עלטערן פון די היימישע מוסדות צו א סיסטעם אז מען "מוז" שיקן אלע גרויסע קינדער אין קעמפ, און א גרויסער טייל עלטערן דארף זיך פאר'חובות'ן א גאנצן יאר דערפאר!
איי מען דארף אבער אוועקפארן פון די שטאט מיט אירע שווערע נסיונות? איז כמה תשובות יש בדבר 1) מען איז אויסגעשטעלט צו די זומער'דיגע נסיונות פון פסח ביז ר"ה, 2) די קינדער ווערן אין די קעמפס אויסגעשטעלט צו א רייץ פון פארשידענע תאוות עוה"ז וד"ל 3) והוא העיקר: צוליב דעם אלעם "מוז" מען דען טאקע אוועקפארן אויף 2 חדשים און צורייסן די טאשן - און די הערצער - פון פילע עלטערן?!
[מיר רעדן נישט דא פון די עצם קאנטרי 2 חדשים וואס ברענגט ליידער אזויפיל מכשולות ברוחניות ובגשמיות ל"ע כידוע, ווען אידן פארלאזן די שטאט אויף "שמירת עינים" אין וואלמארט... ואכמ"ל בזה]

מען האט ליידער גארנישט געקענט טוהן צו פייטן דעם סיסטעם, אבער אצינד האט השי"ת דערלאנגט א מאסיוון זעץ פאר'ן גאנצן סיסטעם און דערווייל חלומ'ט מען נאך ניטאמאל פון עפענען די קעמפס, זאל השי"ת העלפן ווייטער אז דער זעץ זאל אנהאלטן אויך אויף אלע יארן ווייטער עד ביאת גוא"צ.



גם אני מצטרף, גם בשם אבי, חברים שלי, השכנים שלי, בשם קרן עזר, ועוד ועוד.

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אפריל 19, 2020 11:54 pm

ציגעלע האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:בחורים זיכער

ווייל?

איך פארשטיי פין דיין שאלה אז דו האסט נאכנישט קיין בחורים

האקט


פאר א בחור אין קרית יואל וואס האט קעמפ בלויז איין וואך, אין מען לערנט נישט די געהעריגע לימודים זאל היי יאהר נישט זיין
Save $10 when you spend $40
https://amzn.to/3auDAB3

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אפריל 20, 2020 12:06 am

הרב_שלום האט געשריבן:פאר א בחור אין קרית יואל וואס האט קעמפ בלויז איין וואך, אין מען לערנט נישט די געהעריגע לימודים זאל היי יאהר נישט זיין

הערשט דא א שטיקל דור הפלגה'דיגע מצב

איך רעד פון שטאט וואו בחורים גייען אויף 8-9 וואכן פאר $2,500 פלאס טעקסעס, פיעס (מיט א פיי) און סורטשארדזשעס
נאכדעם פאלט ביי פאר'ן מנהל אז ס'וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו בלייבן נאך א וואך\צוויי\דריי. יעדער לויט זיין מאגן און קישקע. און מ'איז מחייב די עלטערן מיט קרוב צו אן אלף ווייל היות די אנדערע קעמפס זענען שוין פארמאכט קאסט זיי עס טייערער

דאס איז נישט פרוכט פון מיין פאנטאזיע. איך האב דאס מיטגעהאלטן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זאל זיין קעמפ היי יאהר אדער נישט

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 20, 2020 12:07 am

Borough Park האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ניין! עס זאל נישט זיין קומענדיגע יאר אויך נישט!
עס זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך אויפהערן די רשעות'דיגע גזילה פון שווערע טויזענטער דאללארן פון בלוטיגע ארימעלייט וועלכע מוטשען זיך מיט פרנסה אזוי אויך דורכ'ן יאר, אלעס ווייל די מלמדים און משגיחים\מדריכים [אדער בעסער געזאגט זייערע משפחות ווייל זיי זעלבסט ארבייטן באמת שווער] דארפן האבן אן אויסגעצאלטע וואקאציע מיט עסן!

איך בין אלעס מסכים מיט דיר, אויסער מיט די שורה.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', ארבעטן ביטער שווער אין קעמפ, אפשר נאך שווערער ווי א גאנץ יאר.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', באקומען אלטע צוקראכטע באנגעלויס, וואו ס'נישט דא קיין פלאץ פאר די אייגענע קינדער צו שלאפן.
רוב מלמדים און משגיחים וכו' וכו', וואלטן פונקט אזוי ווי דו און איך מוותר געווען אויף די גאנצע קעמפ.

הייבט זיך נישט אן. איך האב גערעדט צו עטליכע מלמדים און מגידי שיעורים און זיי זענען זיך מחי' אין קעמפ.

אוואדי איז מען זיך מחי׳ מיט די ליפט די גראז די אטמעספערע אבער נישט מיט די באנגעלא

וואס'א נפקא מינא? למעשה האבן זיי עס ליב און זיי ווילן עס מיט די אלע חסרונות


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, רעים און 12 געסט