וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך רעסטאראנט » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:23 pm

דריידל האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט

shalsheles האט געשריבן:מוז נישט הצלה געזעצליך טראגן קריטישע פאציענטן צו דעם נענטסטען שפיטאל?


ביים ווינקל פון וויליאמסבורג איז אויך דא א שפיטאל און דק הצלה טראגט קיינמאל נישט אהין


ארום וויליאמסבורג איז דא אסאך שפיטעלער
וואדהאלל
ברוקלין
ווייקאף
און נאך

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך רעסטאראנט » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:26 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט


ממה נפשך אויב איז עס א שאלה פון לעבן און טויט ווי קומט אריין טרחה?

פארדעם איז דאך הצלה געמאכט צו ראטעווען נפשות



עס זאגט זיך גרינג
במציאות איז עס א ריזיגע טויש

בארא פארק האט די מערסטע הצלה קולס זייענדיג די גרעסטע חרידישע שטאט אין אמעריקא און אזוינס צו קענען באווייזן דארף מען זיין אויסשטאפירט מיט גענוג מעמבערס

די נקודה פון וויזיטעשענס איז אויך נישט אוועקצומאכען
יולדות קענען גרינג האבן הילף בפרט שבתים

ובכלל אז זיי לאזן די עולם זיך דרייען אין ICU וואו כאילו דער עולם איז דארט איינגעשטעלט

פרוביר אריינצוגיין אין די נאכט שטונדען אין weastchester שפיטאל - העסט טאפן דארט א וואנט

יולדת'ן קענען ווייטער דארט זיין , ביי רובא דרובא יולדת'ן מאכט באמת נישט אויס וועלכע שפיטאל, high risk פעלער גייען על פי רוב קיין מאנהעטען , פארשטייט זיך די וואס זיכן געזונט ביפאר באקוועמליכקייט , איך האב געטראפן אין מאונט סיינאי שפיטאל עטליכע וואכן צוריק שבת 4 אינגעלייט פון בארא פארק וועגן עס איז געווען היי ריסק קעיסעס

ווייטער זיך קענען דרייען אין icu ווי א אנגעשטעלטער קוק איך אן ווי א חסרון און בכלל נישט קיין מעלה, דאס ווייזט נאך א סיבה אז די שפיטאל פארט אויף רעדער אן קיין פארמאלע ווירטשאפט

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך רעסטאראנט » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:31 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:לאז מיר פרעגן א קלאץ קשיא וואס האט א שפיטאל פון זיין נאכגעלאזט?

שפארן זיך שווערע מיליאנען , גוטע דאקטוירים , נורסעס און סתם ארבעטערס קאסט אסאך אסאך געלט, צו בויען בנינים צו קענען האבן מער פלאץ קאסט הונדערטע מילאנען

אנשטאט צאלן זיי געלט צו שמירן די רעדער פאר א ארגענעזעישאן יעדע פאציענט וואס זיי ברענגן אריין ... און מאכן געלט אויף א גאלדענע טאץ אפילו זיי זענען א שפיטאל ערגער פון א דריטע וועלט לאנד

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך Greeneryid » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:08 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט


קיינער רעדט נישט פון פאדערן. מען מוז נישט זיין קיין וואלונטיר, אויב קענסטו נישט טוהן קיין גאנצע ארבעט, טוה גארנישט. די שטאטישע EMS טראגט אויך צום לאקאלן שפיטאל, פאר דעם דארף מען נישט קיין הצלה.

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך Greeneryid » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:09 pm

איך וויל וויסן פארוואס איז נישטא קיין היימישע אידן אויף זייער באורד

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:26 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:לאז מיר פרעגן א קלאץ קשיא וואס האט א שפיטאל פון זיין נאכגעלאזט?

איך מיין אז די עולם מאכט א טעות. די עיקר פראבלעם פון די שפיטאל איז געווען אז זיי זענען געווען understaffed.

איינער וואס ארבייט דארט אלטס א assistant doctor איז מיין מאמע׳ס פרענד, און זי האט געזאגט פאר מיין מאמע אז די גאנצע ווייראס איז געווען א פלינצלינג׳דיגע זאך און ס׳געווען אזוי פוהל emergencies און די סטעף איז געלאפן פון איין emergency צום צווייטען און ס׳איז דערפאר ליידער געשעהן וואס ס׳איז געשעהן. יעצט איך ווייס נישט צו זיי זענען שילדיג צו נישט. מען דארף קענען אביסעל מער די פאקטן און כללים פון ווי אזוי א שפיטאהל ארבייט, וואלטן זיי געדארפט האבן גרייט מער סטעף אלטס בעק-אפ? אפי׳ זיי האבן געהאט אזאלכע, אפשר וועגן די וויראס האבן געפעלט דאקטורים און נירסעס וואס זענען נישט געווען עוועליבעל, אדער אפשר נישט? איז די פירערעשאפט אין דעם שפיטאל נישט געניג גרייט צו קענען הענדלען אין א צייט פון א קריזיס אדער זענען זיי יא נאר שי מצב איז נישט געווען מעגליך צו זיין גרייט פאר? און נאך דעם איז דא די אלגעמיינע טענות אויף די שפיטאל וואס מענשטען זאגן כסדר און ווי איך האב שוין פריער געברענגט אז ס׳דא א גאנצע עדה קדושה וואס ניצט נישט די שפיטאל, סא ס׳שוווער צו זאגן א מיינונג לענ״ד אויב מען קען נישט אביסעל מער די פאקטן פון די נאנט, איך פארטיידיג נישט די שפיטאל אבער באשילדעג זיי אויך נישט מחמת צו ווייניג פאקטן פון אינעווענדיג וואס איך ווייס נישט. מסתמה הצלה דארף לכאורה צו קענען וויסן די אמת צו זיי זענען שילדיג.

אשר ע״כ זאל די אייבערשטער העלפן אז אלע יודן וואס זענען געזינט זאלן בלייבן געזינט און די אלע וואס דארפען רפואות און ישועות זאלן האבן רפואות און ישועות און די אלע וואס האבן פארלירען ליידער זייער נאנטע זאל זיי די אייבערשטער טרייסטן מיט א נחמה. און אונז שוין אלע טרייסטן מיט א גאנצע ישועה און שיקן די גואל צדק במהרה.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך Borough Park » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:33 pm

Greeneryid האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס איז נישטא קיין היימישע אידן אויף זייער באורד

ס׳איז יא דא
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

פרייליכען
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך פרייליכען » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:40 pm

איך גיי נישט אריין אין די נושא צו ער טראגן צו מיימאנודיס צו נישט, אבער דאס אז הצלה וועט דארפן מער מעמבער'ס איז בכלל נישט קיין תירוץ. עס איז דא צענדליגע אז נישט הונדערטער יונגעלייט וואס חלש'ן אריין צו גיין אין הצלה, און הצלה נעמט זיי נישט זיי נישט אן, נישט וויבאלד זיי טויגן נישט, נאר וויבאלד אריינצוגיין אין הצלה היינט דארף מען אסאך פראטעקציע.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:54 pm

Ozd האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי אלס געווען א שוואכערע שפיטאל, עס איז דאך באוואוסט אז אינעם קלויזענבורגע הויף נוצט מען זיי נישט ע״פ הוראות האדמו״ר שליט״א.

האדמו"ר זצוק"ל

לענ"ד מאכט נישט קיין טראפ סענס נישט צו ניצן די שפיטאל ווייל די רבי האט נישט ליב געהאט די געפיראכץ אדער די דאקטוירים דארט פאר 50 יאר צוריק. במשך די יארן האבן פולע זאכן זיך געטוישט אין אלע שפיטעלער און ס'קען זיין אז מיימאנידיס איז היינט בעסער ווי אסאך אנדערע פלעצער. בקיצור, דאס איז א זאך וואס מ'דארף קאנסטענטלי מאניטורן און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף א הוראה פון צענדליגע יארן צוריק.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 19, 2020 12:13 am

פרייליכען האט געשריבן:איך גיי נישט אריין אין די נושא צו ער טראגן צו מיימאנודיס צו נישט, אבער דאס אז הצלה וועט דארפן מער מעמבער'ס איז בכלל נישט קיין תירוץ. עס איז דא צענדליגע אז נישט הונדערטער יונגעלייט וואס חלש'ן אריין צו גיין אין הצלה, און הצלה נעמט זיי נישט זיי נישט אן, נישט וויבאלד זיי טויגן נישט, נאר וויבאלד אריינצוגיין אין הצלה היינט דארף מען אסאך פראטעקציע.


פארוואס זאל טאקע הצלה נישט אננעמען נאך מעמבער'ס?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך j718 » זונטאג אפריל 19, 2020 1:15 am

טראק דרייווער האט געשריבן:
פרייליכען האט געשריבן:איך גיי נישט אריין אין די נושא צו ער טראגן צו מיימאנודיס צו נישט, אבער דאס אז הצלה וועט דארפן מער מעמבער'ס איז בכלל נישט קיין תירוץ. עס איז דא צענדליגע אז נישט הונדערטער יונגעלייט וואס חלש'ן אריין צו גיין אין הצלה, און הצלה נעמט זיי נישט זיי נישט אן, נישט וויבאלד זיי טויגן נישט, נאר וויבאלד אריינצוגיין אין הצלה היינט דארף מען אסאך פראטעקציע.


פארוואס זאל טאקע הצלה נישט אננעמען נאך מעמבער'ס?

ווייל זיי האבן גענוג
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

פרייליכען
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך פרייליכען » זונטאג אפריל 19, 2020 1:30 am

j718 האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
פרייליכען האט געשריבן:איך גיי נישט אריין אין די נושא צו ער טראגן צו מיימאנודיס צו נישט, אבער דאס אז הצלה וועט דארפן מער מעמבער'ס איז בכלל נישט קיין תירוץ. עס איז דא צענדליגע אז נישט הונדערטער יונגעלייט וואס חלש'ן אריין צו גיין אין הצלה, און הצלה נעמט זיי נישט זיי נישט אן, נישט וויבאלד זיי טויגן נישט, נאר וויבאלד אריינצוגיין אין הצלה היינט דארף מען אסאך פראטעקציע.


פארוואס זאל טאקע הצלה נישט אננעמען נאך מעמבער'ס?

ווייל זיי האבן גענוג

אבער דאן קענסטו עס נישט ניצען פאר א תירוץ נישט צו טראגן צו א ווייטערע שפיטאל

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אפריל 19, 2020 2:07 am


אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג אפריל 19, 2020 8:01 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:לאז מיר פרעגן א קלאץ קשיא וואס האט א שפיטאל פון זיין נאכגעלאזט?

איך מיין אז די עולם מאכט א טעות. די עיקר פראבלעם פון די שפיטאל איז געווען אז זיי זענען געווען understaffed.

איינער וואס ארבייט דארט אלטס א assistant doctor איז מיין מאמע׳ס פרענד, און זי האט געזאגט פאר מיין מאמע אז די גאנצע ווייראס איז געווען א פלינצלינג׳דיגע זאך און ס׳געווען אזוי פוהל emergencies און די סטעף איז געלאפן פון איין emergency צום צווייטען און ס׳איז דערפאר ליידער געשעהן וואס ס׳איז געשעהן. יעצט איך ווייס נישט צו זיי זענען שילדיג צו נישט. מען דארף קענען אביסעל מער די פאקטן און כללים פון ווי אזוי א שפיטאהל ארבייט, וואלטן זיי געדארפט האבן גרייט מער סטעף אלטס בעק-אפ? אפי׳ זיי האבן געהאט אזאלכע, אפשר וועגן די וויראס האבן געפעלט דאקטורים און נירסעס וואס זענען נישט געווען עוועליבעל, אדער אפשר נישט? איז די פירערעשאפט אין דעם שפיטאל נישט געניג גרייט צו קענען הענדלען אין א צייט פון א קריזיס אדער זענען זיי יא נאר שי מצב איז נישט געווען מעגליך צו זיין גרייט פאר? און נאך דעם איז דא די אלגעמיינע טענות אויף די שפיטאל וואס מענשטען זאגן כסדר און ווי איך האב שוין פריער געברענגט אז ס׳דא א גאנצע עדה קדושה וואס ניצט נישט די שפיטאל, סא ס׳שוווער צו זאגן א מיינונג לענ״ד אויב מען קען נישט אביסעל מער די פאקטן פון די נאנט, איך פארטיידיג נישט די שפיטאל אבער באשילדעג זיי אויך נישט מחמת צו ווייניג פאקטן פון אינעווענדיג וואס איך ווייס נישט. מסתמה הצלה דארף לכאורה צו קענען וויסן די אמת צו זיי זענען שילדיג.

אשר ע״כ זאל די אייבערשטער העלפן אז אלע יודן וואס זענען געזינט זאלן בלייבן געזינט און די אלע וואס דארפען רפואות און ישועות זאלן האבן רפואות און ישועות און די אלע וואס האבן פארלירען ליידער זייער נאנטע זאל זיי די אייבערשטער טרייסטן מיט א נחמה. און אונז שוין אלע טרייסטן מיט א גאנצע ישועה און שיקן די גואל צדק במהרה.


די גאנצע דרשה וואס דו שרייבסט האט נישט קיין שייכות מיט דעם אז מ'האט לכאורה נישט געטארט אהין טראגן מענטשן אין קריזיס צייט זיכער נישט, לאמיר שוין זאגן אז דו ביזט גערעכט!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך יונגרייז » מאנטאג אפריל 20, 2020 5:02 pm

הצלה האט פאר א וואך צייט אויפגעהערט נוצען מיימאנעדיס צוליב וואס גייט דארט פאר אין די יעצטיגע מצב

עפעס א נייע דיעל האט מיימאנעדיס געמאכט מיט הצלה אז זיי גייען זיך מער צושטעלן, און מען שיקט שוין דארט ווייטער

אין א"י איז מען נישט געווען צעפרודען פון צוות הצלה האט מען געמאכט איחוד הצלה (אדער פארקערט)

אין ב"פ האט שוין שומרים קאמפיטישען...
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך יונגרייז » מאנטאג אפריל 20, 2020 5:07 pm

פאליציי האט געזאגט פאר איינע פון די עסקנים מען זאל זיך ווענדען צו די fbi בנוגע מיימאנעדיס
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך Greeneryid » מיטוואך אפריל 22, 2020 3:14 am

Borough Park האט געשריבן:
Greeneryid האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס איז נישטא קיין היימישע אידן אויף זייער באורד

ס׳איז יא דא


איך זיך נאך

https://www.maimonidesmed.org/about-us/our-leadership

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 22, 2020 9:26 am

צום קעפל,
ערשטענס דארף מען אויפהערן ניצן דעם שפיטאל. שטורעמען סאשעל מידיע און פארשפרייטן די רשעות, און פארנאכלעסיגקייט וואס קומט דארט פאר, אריינריפן טאוק שאוס און שיקן עפיזאטן צו די צייטונגן וואס זיי זאלן עס ברייט דעקן אזוי אז הצלה וועט האבן אסאך היעט נישט אהינצוטראגן פאציענטן.
די ציל איז נישט אז די שפיטאל זאל אינטערגיין, פארקערט, ס'איז א געוואלדיגע מעלה צו האבן א שפיטאל אין צענטער פון היימישע געגענט. האפענטליך וועט די נעגאטיווע דעקונג און די פאקט אז אסאך הערן עס אויף צו ניצן, אויפוועקן די פירערשאפט דארט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:05 am

יונגרייז האט געשריבן:הצלה האט פאר א וואך צייט אויפגעהערט נוצען מיימאנעדיס צוליב וואס גייט דארט פאר אין די יעצטיגע מצב

עפעס א נייע דיעל האט מיימאנעדיס געמאכט מיט הצלה אז זיי גייען זיך מער צושטעלן, און מען שיקט שוין דארט ווייטער

אין א"י איז מען נישט געווען צעפרודען פון צוות הצלה האט מען געמאכט איחוד הצלה (אדער פארקערט)

אין ב"פ האט שוין שומרים קאמפיטישען...

וואס איז די נייע דיל?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:26 am

יונגרייז האט געשריבן:פאליציי האט געזאגט פאר איינע פון די עסקנים מען זאל זיך ווענדען צו די fbi בנוגע מיימאנעדיס

איך וואלט ענדערש געזאגט מ'זאל גיין צו נאסא...
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:31 am

דריידל האט געשריבן:צום קעפל,
ערשטענס דארף מען אויפהערן ניצן דעם שפיטאל. שטורעמען סאשעל מידיע און פארשפרייטן די רשעות, און פארנאכלעסיגקייט וואס קומט דארט פאר, אריינריפן טאוק שאוס און שיקן עפיזאטן צו די צייטונגן וואס זיי זאלן עס ברייט דעקן אזוי אז הצלה וועט האבן אסאך היעט נישט אהינצוטראגן פאציענטן.
די ציל איז נישט אז די שפיטאל זאל אינטערגיין, פארקערט, ס'איז א געוואלדיגע מעלה צו האבן א שפיטאל אין צענטער פון היימישע געגענט. האפענטליך וועט די נעגאטיווע דעקונג און די פאקט אז אסאך הערן עס אויף צו ניצן, אויפוועקן די פירערשאפט דארט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.


דאס וואס דו שרייבסט אויפהערן ניצן איז נישט אלץ פראקטיש,
ערשטנס איז דא פעלער אין פרידנס צייט וואס ממנדס איז די בעסטע צב"ש ביי גאר אלטע וואס אלע שפיטעלער ווארפן ארויס, אפגערעדט ענוויייו.
נאכדעם אמאל איז נישטא אפילו קיין עקסטערע סעקונדע פאר א באראפארקע טראמא פאל.
במילא דארף מען וויסן ווי איין און וואו אויס
למעשה די איינציגסטע גרעסטע בענעפיט וואס זיי האבן געהאט ביז היינט אז זיי זענען נאנט פאר משפחה - און דאס איז באמת א בענעפיט פאר די משפחות וואס קענען נישט גיין אדער ווילן נישט גיין ווייט זיין מיטן חולה, אמאל וועגט דאס איבער די גוטע שפיטאל - קוק וואו סזעט אויס ווען מלאזט חולים אליין.
אבער איצט אז זיי האבן דעס נישט. איז ממש נישט דא קיין שום בענעפיט דארט זע איך טאקע נישט פארוואס מ'זאל אהינטראגן אויב די משפחה קען סייווי נישט זיין מיטן חולה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 22, 2020 11:57 am

lebediger berel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צום קעפל,
ערשטענס דארף מען אויפהערן ניצן דעם שפיטאל. שטורעמען סאשעל מידיע און פארשפרייטן די רשעות, און פארנאכלעסיגקייט וואס קומט דארט פאר, אריינריפן טאוק שאוס און שיקן עפיזאטן צו די צייטונגן וואס זיי זאלן עס ברייט דעקן אזוי אז הצלה וועט האבן אסאך היעט נישט אהינצוטראגן פאציענטן.
די ציל איז נישט אז די שפיטאל זאל אינטערגיין, פארקערט, ס'איז א געוואלדיגע מעלה צו האבן א שפיטאל אין צענטער פון היימישע געגענט. האפענטליך וועט די נעגאטיווע דעקונג און די פאקט אז אסאך הערן עס אויף צו ניצן, אויפוועקן די פירערשאפט דארט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.


דאס וואס דו שרייבסט אויפהערן ניצן איז נישט אלץ פראקטיש,
ערשטנס איז דא פעלער אין פרידנס צייט וואס ממנדס איז די בעסטע צב"ש ביי גאר אלטע וואס אלע שפיטעלער ווארפן ארויס, אפגערעדט ענוויייו.
נאכדעם אמאל איז נישטא אפילו קיין עקסטערע סעקונדע פאר א באראפארקע טראמא פאל.
במילא דארף מען וויסן ווי איין און וואו אויס
למעשה די איינציגסטע גרעסטע בענעפיט וואס זיי האבן געהאט ביז היינט אז זיי זענען נאנט פאר משפחה - און דאס איז באמת א בענעפיט פאר די משפחות וואס קענען נישט גיין אדער ווילן נישט גיין ווייט זיין מיטן חולה, אמאל וועגט דאס איבער די גוטע שפיטאל - קוק וואו סזעט אויס ווען מלאזט חולים אליין.
אבער איצט אז זיי האבן דעס נישט. איז ממש נישט דא קיין שום בענעפיט דארט זע איך טאקע נישט פארוואס מ'זאל אהינטראגן אויב די משפחה קען סייווי נישט זיין מיטן חולה.

גערעכט
אויפהערן ניצן מיין איך טאקע ווען מ'האט א ברירה. ביז איצט איז מיימאנידיס געווען די דעפאולט שפיטאל וואס טאמער האט מען נישט געהאט קיין סיבה נישט אהינצוגיין איז מען דארט געגאנגן. דאס זאל זיך טוישן און מ'זאל עס נישט ניצן נאר ווען ס'איז א הכרח

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך קאץ און מויז » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:03 pm

lebediger berel האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:הצלה האט פאר א וואך צייט אויפגעהערט נוצען מיימאנעדיס צוליב וואס גייט דארט פאר אין די יעצטיגע מצב

עפעס א נייע דיעל האט מיימאנעדיס געמאכט מיט הצלה אז זיי גייען זיך מער צושטעלן, און מען שיקט שוין דארט ווייטער

אין א"י איז מען נישט געווען צעפרודען פון צוות הצלה האט מען געמאכט איחוד הצלה (אדער פארקערט)

אין ב"פ האט שוין שומרים קאמפיטישען...

וואס איז די נייע דיל?

מסתם אביסל מער גרינס ווי ביז יעצט

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך פרנס היום » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:08 pm

lebediger berel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צום קעפל,
ערשטענס דארף מען אויפהערן ניצן דעם שפיטאל. שטורעמען סאשעל מידיע און פארשפרייטן די רשעות, און פארנאכלעסיגקייט וואס קומט דארט פאר, אריינריפן טאוק שאוס און שיקן עפיזאטן צו די צייטונגן וואס זיי זאלן עס ברייט דעקן אזוי אז הצלה וועט האבן אסאך היעט נישט אהינצוטראגן פאציענטן.
די ציל איז נישט אז די שפיטאל זאל אינטערגיין, פארקערט, ס'איז א געוואלדיגע מעלה צו האבן א שפיטאל אין צענטער פון היימישע געגענט. האפענטליך וועט די נעגאטיווע דעקונג און די פאקט אז אסאך הערן עס אויף צו ניצן, אויפוועקן די פירערשאפט דארט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.


דאס וואס דו שרייבסט אויפהערן ניצן איז נישט אלץ פראקטיש,
ערשטנס איז דא פעלער אין פרידנס צייט וואס ממנדס איז די בעסטע צב"ש ביי גאר אלטע וואס אלע שפיטעלער ווארפן ארויס, אפגערעדט ענוויייו.


מאימאנידיס ווארפט נישט ארויס אלטע מענטשן , נאר פשוט זיי הארגענען זיי דורך אויספלאגן מאשינען אדער סתם שיסטערס און זיי קעירען נישט , איך האב א זיידע און א באבע וועם זיי האבן געהארגעט אין די לעצטע 48 חדשים, דאס שוין נאכן נישט איבעלאזן פאר א מינוט אליינס ,זיי ממש האבן נישט געקעירט , וועגן זיי זענען געווען העכער 90
עס איז איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין מאונט סינאי אפאר וואכן צוריק ביי א חולה און דערנעבן איז געווען א 96 יעריגע מענטש און איינער 99 , די נערסעס האבן געקעירט פאר זיי ווי פאר א ניי געבוירן קינד , מאימאנידיס איז ממש א סכנה פאר א עלטערע מענטש אייביג געווען

און די סיבה פטרוואס מען איז דארט געווען וועגן די משפחה וואינט לעבן דעם, דערנאך האט עס די גאנצע משפחה באוויינט , עטליכע מאל ווען די משפחה איז ארויס פאר א מינוט , האבן די איינגעשטעלטע ממש געפאטשקעט מיט די פאציענט ווי צו הארגענען , און איך כסדר די זעלבע מעשות , פאר עלטערע מענטשן זענען די נורסעס ממש נישט אינטערסירט צו קעיר נעמען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:40 pm

זעסט פרנס, דעס איז די חילוק (אין פרידנס צייט) צווישן מממנדס און אנדערע פלעצער, און ממנדס געשעט עס נישט בשיטה, נאר בטעות אדער דורך שלעכטע נוירסעס, אין אנדערע פלעצער זאגט מען בשיטה פאר די אלטע לויטע אויב האט איר א פראבלעם שרייב א ד.נ.ר. ד.נ.איי. מ'וועט דיך שוין הרג'ענען
מאונט סייני אויב קען מען אריין באקומען זיך איז עס פון די בעסטע אדער גאר די בעסטע פלאץ, די פראבלעם איז אז סאך מאל איז שווער זיך אריין צו באקומען פאר עלטערע קראנקע, והשנית אויב די משפחה קען/וויל נישט זיין דארט מיט די חולים דארף מען זייער שווער דן זיין וואס וועגט איבער וואס, דאס זיין מיטן חולה אדער א בעסערע פלאץ אודאי "מוז" די משפחה טון דאס ריכטיגע, איך רעד נאר ווען מען קען/וויל ניטש טון וואס מען מוז
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט