וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:04 am

מען האלט אינמיטן די אפידעמיע , אבער עז איז צייט פאר א שטיקעל חשבון בנוגע די לאקאלע בארא פארקער שפיטאל. וואו אסאך שמועות דרייען זיך ארום האבן אחינו בנ״י נישט באקומען דארט גוטע באהאנדלונגען - לפי ידיעתי איז נישט דא קלארע עדות אז זיי האבן דיסקראמענירט אידן

קודם אביסעל פאקטען:
• בארא פארק איז די איינציגסטע היימישע שטאט מיט די פריוועליגיע פון א גרויסע שפיטאל אינמיטן שטאט, צוגעשטעלט מיט אלע אידישע באדערפענישן
• אין נארמאלע אומשטענדען זענען די visitations זייער צוגעשטעלט פארן עולם לכה״פ אזוי גוט וואו סיי וועלכע שפיטאל
• הצלה וועט אין כמעט אלע פעלער שיקן ״נאר״ אהין צוליב עטליכע סיבות וואס איך העל לאזן פאר א צווייטן צו שרייבן צוליב דעם וואס איך האב נישט ערשטהאנטיג אינפו
• תושבי בארא פארק וואס ווילן ניצן אנדערע שפיטעלער ניצן עפ״ר די פריוואטע אידישע פירמע East Midwood וואס האט פילע היימישע וואלונטורן אין זיי פארן קיין מאנהעטן וכדומה
• די ER אין מיימאנעדיס איז אגאנץ יאר כאאס אין אנגעפילט מיט פאציענטן וואס האבן נישט אינשורענס . איך ווייס נישט צו ערגעץ אנדערש איז בעסער
• מיימאנעדיס הייסט איז א גוטע שפיטאל פאר הארץ פאציענטן
•לכאורה אויב זאלן אידן אויפהערן ניצן די שפיטאל , קען זיך די שפיטאל פארמאכן זייער שנעל

די שאלה דא איז , כרגע דרייען זיך ארום א געוואלד מיט שמועות לא טובות איבער די בהאנדלונגען פון די סטעף כלפי אידן דורכאויס קורונה, איז די שאלה וויאזוי זאל מען צוגיין דערצו בכלליות
פון איין זייט האמיר אונז די פריוועליגיע פון א שפיטאל אינעם חצר וואס פארגרינגערט גאר אסאך מיטן קענען קומען באזיכן זייער אסאך ובפרט שבת ויוט ומצד שני ברויך מען קלערען צע אפשר פילט די שפיטאל וואו זיי האבן אונז אין טאש

וואס האלט דער עולם ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:47 am

איך האב זיי שוין לאנג פארגעסן, איך גיי קיין מעטעדהיסט...

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:49 am

עס איז אויך דא א NYU אפטיילונג אויף די ערשטע עוו.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:52 am

דיין קשיא און די תירוץ זאגסטו אליינס, מאימאנידיס איז אייביג א געפאר פאר א אידיש נפש אפילו פאר א שניט אדער א קעסט, פשוט יעצט אין כאאס זעט מען די ריכטיגע פארבן, איך גלייב אז מען מאכט א פעטיעציע צו הצלה ד'בארא פארק מיט טויזענטער חתימות פון תושבי בארא פארק וועלן זאכן זיך אנהויבן ריקן מעגליך און טאמער נישט איז צייט פאר א קאמפיטאשען,אז איינע פון די טובות פון בורא כל עולמים אין די הסתר וועט זיין אז הצלה טראגט מער נישט קיין ערענסט קראנקע פאציענטען קיין מאימאנידיס דיינו !

אנהויבן מיט א change פעטיציע קען זיין א גוטע התחלה .
זייער עמערזשענסי רום טאג טעגליך איז ערגער ווי א דריטע וועלט לאנד, אין ניו יארק סיטי אפילו בעלוויו זעט נישט אזוי אויס, דאס אז עמטליך קען מען ליגן 36 שעה אין עמערזשענסי רום צו באקומען א רום האט נישט קיין שום תירוץ שבעולם ווען די זעלבע ווירטשאפט גייט שוין אן אזוי יארן יארן לאנג , און אין כל ואין עונה , אידישע נשמות ווערן דארט גע'הרג'עט לעבעדיגערהייט טאג טעגליך אן קיין שום סיבה, איך ווייס נישט וויזוי קינדער קענען אהינטראגן זייערע עלטערע עלטערן מיט די אויסרייד אז סאיז וואלקינג דיסטענס .
סאיז יעצט די צייט זיך אויפצווועקן

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:00 pm

מוז נישט הצלה געזעצליך טראגן קריטישע פאציענטן צו דעם נענטסטען שפיטאל?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:22 pm

shalsheles האט געשריבן:מוז נישט הצלה געזעצליך טראגן קריטישע פאציענטן צו דעם נענטסטען שפיטאל?

אויב מיימאנעדיס הייסט א שפיטאל ביסטו גערעכט

שלעפעריג
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 2:22 am

תגובהדורך שלעפעריג » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:39 pm

איך נעם נישט קיין שטעלונג צו מען מעג יא אדער מען טאר נישט אריין טרעטן צו מיימאנעדיס, רוב היץ ווערט געדרייוו׳ט אויף וואטסעפפ, א פלאטפארמע וועמענס אינפארמאציע איז נישט געניגט קראנט, צו בויען דערויף לעבענס באשלוסן, פאר איינער באשלוסט אויב ער זאל יא אדער נישט אריינגיין אהין, זאלער זיך בעסער אדורך רעדן מיטן א מעדיקל פראפעשענעל און נישט מיט וואטסעפפ.

וועגן געזעץ, הצלה וויליאמסבורג האט נענטערע שפיטעלער אין ברוקלין, אבער נאך אלס טרענספערן זיי קיין מאנהעטען, דאכצעך מיר אז עס איז מער פאלעסי ווי געזעץ, און די פריוואטע אמבולאנס קאמפעניס (אינקלודינג הצלה) פירען זיך נישט אזוי.

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re:

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:42 pm

שלעפעריג האט געשריבן:איך נעם נישט קיין שטעלונג צו מען מעג יא אדער מען טאר נישט אריין טרעטן צו מיימאנעדיס, רוב היץ ווערט געדרייוו׳ט אויף וואטסעפפ, א פלאטפארמע וועמענס אינפארמאציע איז נישט געניגט קראנט, צו בויען דערויף לעבענס באשלוסן, פאר איינער באשלוסט אויב ער זאל יא אדער נישט אריינגיין אהין, זאלער זיך בעסער אדורך רעדן מיטן א מעדיקל פראפעשענעל און נישט מיט וואטסעפפ.

וועגן געזעץ, הצלה וויליאמסבורג האט נענטערע שפיטעלער אין ברוקלין, אבער נאך אלס טרענספערן זיי קיין מאנהעטען, דאכצעך מיר אז עס איז מער פאלעסי ווי געזעץ, און די פריוואטע אמבולאנס קאמפעניס (אינקלודינג הצלה) פירען זיך נישט אזוי.

נאר 911 מוז גיין צו די נעינסטע אבער הצלה ווענט זיך מער לויט די פראמעדיק אן קאלל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:44 pm

וואספארא שריט? דאס דארף מען פרעגן א רב אדער לכה"פ א דיין. נישט געמאכט פאר אידן מיט אינטערנעט צו פסק'נען דיני נפשות.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך גראמער » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:39 pm

ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי אלס געווען א שוואכערע שפיטאל, עס איז דאך באוואוסט אז אינעם קלויזענבורגע הויף נוצט מען זיי נישט ע״פ הוראות האדמו״ר שליט״א.

אין א צייט ווי איצט וואס אפילו אסאך בעסערע און גרעסערע שפיטעלער ווי זיי זענען זייער פארנומען, און אווער-וועלמד, און די סערוויסעס זענען היפש שוואך אדער גאר שלעכט, איז פארשטענדליך אז א שפיטאל ווי זיי וואס זענען אייביג שוואך, זאל אין א מצב ווי איצט האבן היפש שלעכטע סערוויס, מילד גערעדט.

און וויבאלד זיי זענען אין בארא פארק, און באדינען הונדערטער אידן, דאן ווערן אונז די מערסטע אפעקטירט.

דאס אז שפיטעלער קענען נישט פארנעמען די פולע פאציענטן איז א זאך וואס אלע האבן פאראויסגעזאגט, און מען האט שטארק מורא געהאט דערפאר, און דאס איז איינע פון די הויפט סיבות פון ׳סאשעל דיסטינסינג׳ צו פארשטייטערן די פארשפרייטונג אז די שפיטעלער זאלן קענען יעדן באהאנדלען ווי עס דארף צו זיין. ליידער איז די מגיפה אין פולן שוואונג און טויזענטער געפונען זיך אין די שפיטעלער, און די נאכווייען איז אין לשער.

איצט גיין אין קריג מיט א שפיטאל אדער העלט סיסטעם וועט נאר פארערגערן די מצב, און עס איז א שאלה פון פיקוח נפש. דא אסאך אידן וואס אין עמערדזשענסי פעלער קענען זיי נישט פארן קיין מאנהעטן, אוי זיי מוזן אנקומען אין מיימאנידעס.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:47 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:וואספארא שריט? דאס דארף מען פרעגן א רב אדער לכה"פ א דיין. נישט געמאכט פאר אידן מיט אינטערנעט צו פסק'נען דיני נפשות.

רוב רבנים האבן נישט גענומען א שטעלונג יעצט ביי דיני נפשות , רבנים זאגן שבת הגדול דרשות און פסק'ענען שאלות ,דיני נפשות און פיקוח נפש און ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז א פשוט'ע פסוק אין חומש , איך זע נישט ווי רבנים קומט אריין דא , טאמער הצלה שטעלט זיך אהער ווי כלל ישראל'ס ארגענעזעישען דארפן זיי זיך צושטעלן צו די כלל ,טאמער איז עס א ביזנעס ,דעמאלס קען מען עפענען א קאמפיטעשען

אישון-בת-עין
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:45 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך אישון-בת-עין » פרייטאג אפריל 17, 2020 2:40 pm

איך האב אמאל געהערט אז זיי זוכן אריינצומישן טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס ווען אימער זיי קענען. איז דאס אמת?

בערך 15 יאר צוריק איז געווען א אידישע אויסגאבע וואס האט באשריבן זייערע מעשים אין א סעריע פון אפאר וואכן. איינער געדענקט עס? וויאזוי ברענגט מען יענץ אפיר?

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך פרישע קוגל » פרייטאג אפריל 17, 2020 2:48 pm

אישון-בת-עין האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז זיי זוכן אריינצומישן טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס ווען אימער זיי קענען. איז דאס אמת?

בערך 15 יאר צוריק איז געווען א אידישע אויסגאבע וואס האט באשריבן זייערע מעשים אין א סעריע פון אפאר וואכן. איינער געדענקט עס? וויאזוי ברענגט מען יענץ אפיר?

וועלכע אויסגאבע?
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

Ozd
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך Ozd » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:12 pm

גראמער האט געשריבן:ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי אלס געווען א שוואכערע שפיטאל, עס איז דאך באוואוסט אז אינעם קלויזענבורגע הויף נוצט מען זיי נישט ע״פ הוראות האדמו״ר שליט״א.

האדמו"ר זצוק"ל

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:36 pm

איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:43 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט


ממה נפשך אויב איז עס א שאלה פון לעבן און טויט ווי קומט אריין טרחה?

פארדעם איז דאך הצלה געמאכט צו ראטעווען נפשות

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך נאך איינער » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:45 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
אישון-בת-עין האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז זיי זוכן אריינצומישן טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס ווען אימער זיי קענען. איז דאס אמת?

בערך 15 יאר צוריק איז געווען א אידישע אויסגאבע וואס האט באשריבן זייערע מעשים אין א סעריע פון אפאר וואכן. איינער געדענקט עס? וויאזוי ברענגט מען יענץ אפיר?

וועלכע אויסגאבע?

צייטשריפט

אוסף החסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך אוסף החסיל » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:54 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:•לכאורה אויב זאלן אידן אויפהערן ניצן די שפיטאל , קען זיך די שפיטאל פארמאכן זייער שנעל

וואס האלט דער עולם ?

אז עס וועט זיך אפשפארן וועט א צווייטער עס איבערנעמען, מיר וועלן בלייבן מיט א שפיטאל אין שטאט.
צו די נייע באהערדע וועט זיין בעסער? גיי ווייס. אבער וואס קען מען דערלייגען?

אוסף החסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך אוסף החסיל » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:55 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:וואספארא שריט? דאס דארף מען פרעגן א רב אדער לכה"פ א דיין. נישט געמאכט פאר אידן מיט אינטערנעט צו פסק'נען דיני נפשות.

אויב האט מען משומר, קען מען שוין פרעגן?....

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:07 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט

shalsheles האט געשריבן:מוז נישט הצלה געזעצליך טראגן קריטישע פאציענטן צו דעם נענטסטען שפיטאל?


ביים ווינקל פון וויליאמסבורג איז אויך דא א שפיטאל און הצלה טראגט קיינמאל נישט אהין

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:16 pm

געווען א שטיק צייט וואס הצלה דוויליאמסבורג פלעגט טראגן צו די דערנעבענדיגע ברוקלין האספיטאל און גאר אסאך קיין ליטש
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג אפריל 17, 2020 5:14 pm

מצב כללי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט


ממה נפשך אויב איז עס א שאלה פון לעבן און טויט ווי קומט אריין טרחה?

פארדעם איז דאך הצלה געמאכט צו ראטעווען נפשות



עס זאגט זיך גרינג
במציאות איז עס א ריזיגע טויש

בארא פארק האט די מערסטע הצלה קולס זייענדיג די גרעסטע חרידישע שטאט אין אמעריקא און אזוינס צו קענען באווייזן דארף מען זיין אויסשטאפירט מיט גענוג מעמבערס

די נקודה פון וויזיטעשענס איז אויך נישט אוועקצומאכען
יולדות קענען גרינג האבן הילף בפרט שבתים

ובכלל אז זיי לאזן די עולם זיך דרייען אין ICU וואו כאילו דער עולם איז דארט איינגעשטעלט

פרוביר אריינצוגיין אין די נאכט שטונדען אין weastchester שפיטאל - העסט טאפן דארט א וואנט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג אפריל 17, 2020 5:26 pm

מען דארף דא קענען שרייבן מיט אסאך אחריות דערפאר שרייב איך נישט.

א קליינע נקודה און א פאקט מעג איך דאך שרייבן.

פאר די וואס ווייסן נישט ס׳איז דא א גאנצע חסידות א עדה קדושה פון יודן וואס ניצען נישט מיימאנעדיס מיט א קפידא. חסידות קלוזענבורג ומשום מעשה שהיה.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » פרייטאג אפריל 17, 2020 7:05 pm

לאז מיר פרעגן א קלאץ קשיא וואס האט א שפיטאל פון זיין נאכגעלאזט?
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

תגובהדורך רעסטאראנט » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:22 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען פאדערן אז הצלה זאל נעמען א ווייטע שפיטאל אין מטריח זיין מעמבערס אז א יעדער קאל זאל נעמען איבער א שעה אנשטאט 10 מינוט אהין אין צוריק

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין מהלך
ס״ה דערמאן איך די פאקט

אז קרית יואל'ע הצלה און שיכון סקווירא הצלה קענען טראגן כמעט יעדע קאלל קיין מאנהעטען וואס קען נעמען יעדע קאלל אפאר לאנגע שעה , קען הצלה ד'בארא פארק זיכער ,
טאמער קענען זיי נישט זאלן זיי איבערגעבן די לייצעס פאר אנדערע עסקנים


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאפל, חנוך, ממה נפשך, פריינד און 30 געסט