ביזת הים

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר שוין באקומען די ביזת הים פין פעטער שמואל

יא
145
58%
ניין
84
34%
איך בין נישט עלעדשיבעל צו באקומען
20
8%
 
סך הכול שטימען: 249

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

ביזת הים

תגובהדורך ציגעלע » מאנטאג אפריל 13, 2020 7:59 pm

העט איר שוין באקומען די ביזת הים פין פעטער שמואל?

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ביזת הים

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אפריל 14, 2020 12:09 am

איך בין נישט מסכים מ'זאל מאכן אזאנע סארט אנקעטעס, אפילו איך שטים היינט אויף ניין, וועט דאך נעקסטע וואך (האפנטליך) מיין שטימע זיך דארפן טוישן אויף יא.
אויב איז די תכלית פון די אנקעטע צו זעהן וויפיל האבן שוין ביז יעצט ערהאלטן די מתנות, העט דאך די אנקעטע געדארפט האבן אן אפלויף דאטום. נישט אזוי?
בכלל איז די אנקעטע הענטלאז און פיסלאז.
נ.ב. "העט" איז נישט ריכטיג געזאגט על פי דקדוק.
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 14, 2020 12:13 am

שטומפיג האט געשריבן:בכלל איז די אנקעטע הענטלאז און פיסלאז.

אבער א לאנגע נאז האט עס יא... און ער שטעקט עס אריין אין ריכטיגן ארט: אין מיין באנק קאנטע...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 14, 2020 12:15 am

כ'האב כאטש הנאה צו זען אז דער עולם איז פיין עלעדזשיבל דא.
אפשר וואלט געווען א גרעסערע שמחה ווען מ'איז נישט עלעדזשיבל...

אגב, אויב כ'וואלט איבערכאזערט דאס ווארט עלעדזשיבל א דריטע מאל, וואלט איך געמוזט ארויסשרייבן נאכאמאל אלע דריי באשטאנדטיילן פונעם בוכשטאב G?
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: ביזת הים

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 14, 2020 12:41 am

ס'איז דא וואס האבען שוין באקומען??
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 14, 2020 12:42 am

סטיטשינער האט געשריבן:ס'איז דא וואס האבען שוין באקומען??

12% פונעם מענטשהייט. זעסט נישט?
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: ביזת הים

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 14, 2020 12:48 am

היי יאר איז די ערשטע מאהל איך האב געפיילד (משום איזה סיבה האב איך געכאפט א התעורורת תשובה דאס יאהר...) און געצאלט האב איך נאך נישט. וויזוי גייט ער וויסען ווי צו לייגן דאס געלט??
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: ביזת הים

תגובהדורך j718 » דינסטאג אפריל 14, 2020 4:51 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ס'איז דא וואס האבען שוין באקומען??

12% פונעם מענטשהייט. זעסט נישט?

אראפ צו 8%
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג אפריל 14, 2020 6:03 am

ציגעלע האט געשריבן:העט איר שוין באקומען די ביזת הים פין פעטער שמואל?

רבותי!
שטייטס אין א גראדע ליין! נישט שטופן, עס איז דא גענוג פאר יעדן!
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 14, 2020 9:39 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:העט איר שוין באקומען די ביזת הים פין פעטער שמואל?

רבותי!
שטייטס אין א גראדע ליין! נישט שטופן, עס איז דא גענוג פאר יעדן!

פעטער, ס'טאקע דא גענוג? האסט נאך לענדער פון וועמען צו בארגן?

וואדעווער די קעיס איז,
מאך זיכער אז איך באקום מיין מוציא.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ב שלום
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך ב שלום » דינסטאג אפריל 14, 2020 9:55 am

איך קוק יעדע פאר שעה מיין באנק אקאונט, ביזדערווייל נאך גארנישט אריינגעקומען..
כל העולם כולו גשר צר מאוד... והעיקר לא לפחד כלל!!!
יודעלע האב נישט קיין מורא!!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 14, 2020 6:17 pm

מ'גיימער דארפן גוט מכוון זיין ביים שירת הים, אז מ'זאל זוכה זיין אינגיכן צום ביזה.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

Re: ביזת הים

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 9:33 pm

איך האב נאכנישט באקומען, כ'הייב אן ווערן נערוועז.

קען מען אפשר נאכאמאל אנהייבן דעיע אנקעטע? עטליכע האבען באקומען יעצט יו"ט
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ביזת הים

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 9:53 pm

שוין באקומען. וואס טוט מען מיט די געלט?

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 9:56 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:שוין באקומען. וואס טוט מען מיט די געלט?

געב עס פאר @זינגער, ער איז דעספערעט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 9:58 pm

שוין באקומען ב''ה.
איך באנק ביי טשעיס.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

Re: ביזת הים

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:08 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:שוין באקומען ב''ה.
איך באנק ביי טשעיס.

איך בענק אויך ביי טשעיס

אויב איך האב געצאלט יענע יאר גיי איך אויך באקומען יעצט?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:08 pm

זינגער האט געשריבן:איך האב נאכנישט באקומען, כ'הייב אן ווערן נערוועז.

קען מען אפשר נאכאמאל אנהייבן דעיע אנקעטע? עטליכע האבען באקומען יעצט יו"ט

מקען שוין טרעקן ביי irs ווי עס האלט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ביזת הים

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:09 pm

זינגער האט געשריבן:איך האב נאכנישט באקומען, כ'הייב אן ווערן נערוועז.

קען מען אפשר נאכאמאל אנהייבן דעיע אנקעטע? עטליכע האבען באקומען יעצט יו"ט

האסט געפיילט יאר 18 אדער 19 טעקס רעטוירן?
אויב יא, האסטו איינגעגעבן א באנק אקאונט?
אויב יא, איז די אקאונט נאך אקטיוו?
פארדינסטו מער ווי 150 אלפים א יאר?

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ביזת הים

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:11 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:שוין באקומען. וואס טוט מען מיט די געלט?

איך באנק ביי עפל.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

Re: ביזת הים

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:39 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:איך האב נאכנישט באקומען, כ'הייב אן ווערן נערוועז.

קען מען אפשר נאכאמאל אנהייבן דעיע אנקעטע? עטליכע האבען באקומען יעצט יו"ט

האסט געפיילט יאר 18 אדער 19 טעקס רעטוירן?
2018
אויב יא, האסטו איינגעגעבן א באנק אקאונט?
יא, זיי האבען ארויסגענומען פון מיין עקאונט די געלט, נישט דורך א טשעק.
אויב יא, איז די אקאונט נאך אקטיוו?
יא ס'איז אקטיוו
פארדינסטו מער ווי 150 אלפים א יאר?
נאך נישט
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 11:29 pm

האב איך באקומען ב"ה דעם יו"ט ביזת הים

ווי אזוי ארבעט עס? 2400 פאר די עלטערן און 500 פער קינד?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

הרב אבא האלבערשטאם
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:36 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך הרב אבא האלבערשטאם » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 11:37 pm

איך האב געפיילט 18 און 19. באקומען א ריפאנד ביידע יאר דורך דירעקט דיפאזיט. אבער ביזת הים האב איך נאכנישט געקריגען.
אויף די IRS וועבזייטל שטייט Status not available.
איינער קען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע?
באקומט איין סטאק בלויז פאר'ן זיך איינשרייבן, און "נאכאיינס" פאר'ן מאכן א דעפאזיט!
פלאס איר שטיצט א צווייטע איד

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8480
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 11:51 pm

מי יודע האט געשריבן:האב איך באקומען ב"ה דעם יו"ט ביזת הים

ווי אזוי ארבעט עס? 2400 פאר די עלטערן און 500 פער קינד?

יע
דביה תחדי נפשא

צווילינג
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 10:24 pm

Re: ביזת הים

תגובהדורך צווילינג » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 11:59 pm

ווייסט איינער אויב 2018 האב איך געפיילט אבער נאכנישט 2019 און איך האב געמאפט און נאכנישט אפדעטעד מיין אדרעס און איך האב נישט קיין דירעקט דיפאזיט אויף די website says status not available?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, PetalBot, יעקב99 און 16 געסט