קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א חזן
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 4:22 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חזן »

מיכל הירש האט געשריבן:מענטשן מיינען אז עס איז אדער שווארץ אדער ווייס. אדער זענען די אנטיסעמיטן אינגאצן גערעכט אדער אינגאנצן נישט.
אוודאי זענען דא וואס האבן אונז פיינט גלאט אזוי. אבער אויב האבן זיי אמאל געדארפט שטאף אנטקעגען אונז, האבן מער דאס צוגעשטעלט ביד רחבה. נישטא נאך א געגנט וואס זעהט אויס ווי וויליאמסבורג. גאנצעטע משפחות דרייען זיך ארום אויפן גאס, אן קיין מאסקעס. און יעדער ווייסט פון די פילע מנינים וכדו'.

אוודאי יש לישב בדוחק, אבער טראכט אריין ווען דער נארמאלער גוי זוצט איינגעשפארט גאנצעטע וואכן (פארט דורך מאנהעטן מיט די קאר, רעזידענטשאַל אדער ביזנעס געגנטער, עס איז 80 אדער מער פראצענט ליידיג.) און דא זענט ער ווי א גאנצע געמיינדע גייט אן כמעט געהעריג, וויאזוי וועט אין דאס מאכן שפירן?

דזשיבויע רב פון מאנטרעאל האט געזאגט אז עס איז אסור צו מאכן א מנין אפילו אויב מען קען עס מאכן שטימען מיט די געזעץ, ווייל בלי ספק וועט דאס מרבה זיין שנאת ישראל און ברענגען סכנה'דיגע קאנסקעווענצן.

אידן נוצט שכל, היט אייך, היט דאס נאמען און זיכערהייט פון כלל ישראל.


וועגן ז'יבוי לכאורה רעדט ער פון מונטריול וואס מען ווואונט ממש צווישן גוים און עס שטערט זיי און שטעכט אויס זייער קעלבענע אויגן
אגב היינט איז געווען אן ערנסטע געראנגל מיט פאליציי און גוי'שע שכנים ביי א מנין אויף de lepee עני מור אינפא?
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

טראק דרייווער האט געשריבן:אלע גויאישע געגנטער זעען אויס די זעלבע, איך בין געווען אין גויאישע געשעפטן און דורכגעפארן זייערע גאסן. פול מיט גוים אן קיין מאסקעס און אן קיין סאשעל דיסטענס. איך קום נישט דא גארנישט בארעכטיגן אדער אומבארעכטיגן, אבער מיכל הירש טוט אהן שווארצע גלעזער ווען ער קומט קיין וויליאמסבורג.

אנטשולדיגט מיר, מאנהעטן איז ליידיג. פארענט פון יעדע גראסערי איז דא א לאנגע שורה ווי יעדער שטייט אפגעריקט. אפילו אין די פארקס זעהט מען נישט מענשטן פארברענגען צוזאמען פוק חזי.
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

והעיקר שכחתי. איך קוק נישט מיט שווארצע גלעזער. איך פארשטיי אז פאר אונז אידן איז פי כמה שווערער צו זיין איינגעשפארט אזוי לאנג אינדערהיים, צוליב פארשידענע סיבות. דאך, אין אזא שעת חירום, ווי מענטשן שטארבן און די גאנצע וועלט זיצט איינגעשפארט אינדערהיים, דארפן מיר זיך אויך איבערשטרענגן.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

בען שפירא האט געשריבן:עס שטעלט זיך נישט אפ....
די פארשאלטענע ניו יארק פאוסט מיט מיט אירע שטורמער סטייל ארטיקלען לאזט נישט נאך מיט איר אבסעסיע מיט היימישע אידן.
דאס מאל זענען מיר שולדיג אויף פילע פייערלעשער פון בארא פארק "וואס זענען געווארן אנגעשטעקט ביים ריספאנדען צו עמיורדזשינסיס אין די חסידישע געמיינדע וואס טוט אין גרויסן איגנארירן די סאשיל דיסטעסינג רולס"
די העצע ווערט נאר ערגער און ערגער.


ווי קען די פייערלעשער אנגעשטעקט ווערן אויב ער פאלגט די רעגולאציעס אין סאושעל דיסטענסינג..?

#דזאוק אוו די דעי
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

מיכל הירש האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:אלע גויאישע געגנטער זעען אויס די זעלבע, איך בין געווען אין גויאישע געשעפטן און דורכגעפארן זייערע גאסן. פול מיט גוים אן קיין מאסקעס און אן קיין סאשעל דיסטענס. איך קום נישט דא גארנישט בארעכטיגן אדער אומבארעכטיגן, אבער מיכל הירש טוט אהן שווארצע גלעזער ווען ער קומט קיין וויליאמסבורג.

אנטשולדיגט מיר, מאנהעטן איז ליידיג. פארענט פון יעדע גראסערי איז דא א לאנגע שורה ווי יעדער שטייט אפגעריקט. אפילו אין די פארקס זעהט מען נישט מענשטן פארברענגען צוזאמען פוק חזי.


ווי איך פארשטיי פון דיין אויסברוך זיצטו ברוך השם אינדערהיים, ממילא זעהסטו נישט וואס עס טוט זיך, טוה ווייטער אזוי, זיץ אינדערהיים און מאך אפ וואס עס טוט זיך אין די פארק'ס.

איך בין יא געווען אין גויאישע געגנטער, און עס איז דא פילע מענטשן וואס פארן מיט בייק'ס און זיצן אין די פארק'ס. און ביי די אידישע גאסן איז אויך סאך סאך ליידיגער, פונקט אזוי ווי אין די גויאישע געגנטער ווי עס איז סאך ליידיגער (דארט ווי מען וואוינט, פארשטייט זיך דארט ווי די גאסן זענען בלויז ביזנעס איז דאס סאך סאך מער ליידיגער). און ביי די אידן זעה איך אויך געשעפטן ווי עס שטייען ליינס אריינצוגיין ווייל מען לאזט נישט אריין.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

טראק דרייווער האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:אלע גויאישע געגנטער זעען אויס די זעלבע, איך בין געווען אין גויאישע געשעפטן און דורכגעפארן זייערע גאסן. פול מיט גוים אן קיין מאסקעס און אן קיין סאשעל דיסטענס. איך קום נישט דא גארנישט בארעכטיגן אדער אומבארעכטיגן, אבער מיכל הירש טוט אהן שווארצע גלעזער ווען ער קומט קיין וויליאמסבורג.

אנטשולדיגט מיר, מאנהעטן איז ליידיג. פארענט פון יעדע גראסערי איז דא א לאנגע שורה ווי יעדער שטייט אפגעריקט. אפילו אין די פארקס זעהט מען נישט מענשטן פארברענגען צוזאמען פוק חזי.


ווי איך פארשטיי פון דיין אויסברוך זיצטו ברוך השם אינדערהיים, ממילא זעהסטו נישט וואס עס טוט זיך, טוה ווייטער אזוי, זיץ אינדערהיים און מאך אפ וואס עס טוט זיך אין די פארק'ס.

איך בין יא געווען אין גויאישע געגנטער, און עס איז דא פילע מענטשן וואס פארן מיט בייק'ס און זיצן אין די פארק'ס. און ביי די אידישע גאסן איז אויך סאך סאך ליידיגער, פונקט אזוי ווי אין די גויאישע געגנטער ווי עס איז סאך ליידיגער (דארט ווי מען וואוינט, פארשטייט זיך דארט ווי די גאסן זענען בלויז ביזנעס איז דאס סאך סאך מער ליידיגער). און ביי די אידן זעה איך אויך געשעפטן ווי עס שטייען ליינס אריינצוגיין ווייל מען לאזט נישט אריין.

די זעלבע זעה איך!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
עץ השדה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 7:42 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עץ השדה »

ס'איז א פחד און א שרעק ווי מיר האלטען אויף דער וועלט, אנטעסעמיטיזם איז ליידער געווען א פאקט אפילו פאר די וויירוס איז אנגעקומען און ליידער נאכדעם איז דאס געווארען אסאך שטערקער און ליידער האלט עס שוין געוויסע פאליטישענס האבען אנגעפאנגען באשולדיגען אידען אין פארשפרייטען דעם וויירוס וואס ווי באקאנט זענען מיר אידען במשך אורך הגלות אייביג געווען די שעיר לעזאזל און ליידער איז עס שוין אויך ונוסף גם הוא על שונאינו ווען געוויסע אידען געבן איבער פאר די מידיע סטעיטמענטס אדער קליפס וואס פארמערט שנאה פון די גוים אויף אידען וואס אפילו דא אין די פרייע אמעריקע האט מען אונז נישט ליב ב"ה כאטש טאלערירט מען אונז אבער די יעניגע וואס טאנצען מה יפית זענען זיכער שולדיג אויף די פארמערטע אנטיסעמיטיזם, ממילא איידער מען שיקט ארויס א קליפ דארף מען טראכטען אויב מען גייט נישט דא אונטערגראבען דעם אייגענעם שיף, און אוודאי ליגט א אחריות אויף יעדן יחיד נישט צו גורם זיין א חילול ה' ווייל ווען די גוי זעט עפעס ביי איין איד מיינט ער אז אלע אידען זענען אזוי ממילא האבען מיר א גרויסע אחריות.
עץ השדה
עץ השדה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 7:42 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עץ השדה »

איסר האטלקי האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אקעי, דאס טועך שוין ...
ועם כל זאת..., איך ערווארט אבסעלוט נישט קיין בעסערע קאווער אויפן פאוסט, נעקסטע וואך
פוי פאר זיי און פוי פאר זייער נאמען..., אנטיסעמיטן נוסח 2020, דאס זענען זיי און דאס גייען זיי בלייבן, אפגעזעהן וואס מיר טוען...,
שוין צייט עס צו אנערקענען, די חברה מיינען גארנישט עפעס אנדערש נאר 'שנאת ישראל'...

גיימר זאגן איבערמארגן נאכט, 'שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצילנו מידם', היינט אויכעט.... 'לכלותינו' אין די נייעס, 'לכלותינו' אין די שפיטעלער היל"ת,

אויב ס'מאכט אויס, די מעשה מיט די בארא פארק פייערלעשער איז געשטאנען אין דעילי ניוז, נישט אין פאוסט. זיי זענען היבש אראפגעריסן געווארן פארן שרייבן אז מ'איז חושד אידן דערויף.


אין פאוסט איז די וואך געווען איין פאזיטיווע ארטיקל אויך, איבער די חסד וואס חסידישע קהילות העלפן ארויס אנדערע אידן פאר פסח.

יא, אפי' די פאוסט קען אמאל דעקן פאזיטיווע זאכן. מ'קען ארויסהעלפן דעם מצב מיט'ן זיין נארמאל און זיי נישט געבן קיין שטאף.
די פאוסט איז זיך ווערט דאס געלט עניוועי פארען באשמוצען דעם היימישען ציבור בכל עת ועונה, זיי צייכענען זיך בכלל נישט אויס מיט קיין אהבת ישראל, אבער קען זיין אז דו האסט געוואלט קלארשטעלען די פאקט אז ס'איז געשטאנען אין דעילי ניוס "יו אר קערעקט"
עץ השדה
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

דעתי נוטה לר' מיכל הירש
בען שפירא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:50 am

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען שפירא »

עץ השדה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אקעי, דאס טועך שוין ...
ועם כל זאת..., איך ערווארט אבסעלוט נישט קיין בעסערע קאווער אויפן פאוסט, נעקסטע וואך
פוי פאר זיי און פוי פאר זייער נאמען..., אנטיסעמיטן נוסח 2020, דאס זענען זיי און דאס גייען זיי בלייבן, אפגעזעהן וואס מיר טוען...,
שוין צייט עס צו אנערקענען, די חברה מיינען גארנישט עפעס אנדערש נאר 'שנאת ישראל'...

גיימר זאגן איבערמארגן נאכט, 'שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצילנו מידם', היינט אויכעט.... 'לכלותינו' אין די נייעס, 'לכלותינו' אין די שפיטעלער היל"ת,

אויב ס'מאכט אויס, די מעשה מיט די בארא פארק פייערלעשער איז געשטאנען אין דעילי ניוז, נישט אין פאוסט. זיי זענען היבש אראפגעריסן געווארן פארן שרייבן אז מ'איז חושד אידן דערויף.


אין פאוסט איז די וואך געווען איין פאזיטיווע ארטיקל אויך, איבער די חסד וואס חסידישע קהילות העלפן ארויס אנדערע אידן פאר פסח.

יא, אפי' די פאוסט קען אמאל דעקן פאזיטיווע זאכן. מ'קען ארויסהעלפן דעם מצב מיט'ן זיין נארמאל און זיי נישט געבן קיין שטאף.
די פאוסט איז זיך ווערט דאס געלט עניוועי פארען באשמוצען דעם היימישען ציבור בכל עת ועונה, זיי צייכענען זיך בכלל נישט אויס מיט קיין אהבת ישראל, אבער קען זיין אז דו האסט געוואלט קלארשטעלען די פאקט אז ס'איז געשטאנען אין דעילי ניוס "יו אר קערעקט"

נישט אז עס מאכט אויס קיין כי הוא זה, אבער דער גרויליגער ארטיקל האב איך געליינט אינעם פאוסט. קען זיין דער דעילי נוז שרייבט עס אויכעט. זיי אלע האבן אונז דאס זעלבע ליב סייווי סיי.
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

האבן שוין איינער פון די אלע שרייבערס געזאגט א קאפיטעל תהלים?
אדער געזאגט א דאנק פארן א גוי?

סתם אזוי די דעליווערי גוי .די פאלעציי .די פייער לעשער. די קלינער אין בית המדרש.
דאס קען אבסיל אוועק נעמן די שנה אויף אינז
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קען איינער אויסקלארן דעם חילוק צווישן דעם וואס שיקט ארום דעם בילד\קליפ און דעם פאוסט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

הענדימען האט געשריבן:קען איינער אויסקלארן דעם חילוק צווישן דעם וואס שיקט ארום דעם בילד\קליפ און דעם פאוסט?

דער פאוסט איז אביסל בארעכטיגט אלס עשיו שונא ליעקב און זיין גיהנום וועט זיין אביסל לייכטער ווי דער היימישער אנטיסעמיט וואס דערנידערט זיינע אייגענע ברידער. דאס איז די חילוק.

אבער די אידן וואס געבן שטאף פארן פאוסט און מאכן זיכער צו פראווענען מנינים ברחוב העיר, גיין חול המועד האלטן אין פארק און מתאבל זיין ביי יעדע לויה, אים בין איך מסופק גענוי וואו ער שטייט...
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:קען איינער אויסקלארן דעם חילוק צווישן דעם וואס שיקט ארום דעם בילד\קליפ און דעם פאוסט?

דער פאוסט איז אביסל בארעכטיגט אלס עשיו שונא ליעקב און זיין גיהנום וועט זיין אביסל לייכטער ווי דער היימישער אנטיסעמיט וואס דערנידערט זיינע אייגענע ברידער. דאס איז די חילוק.

אבער די אידן וואס געבן שטאף פארן פאוסט און מאכן זיכער צו פראווענען מנינים ברחוב העיר, גיין חול המועד האלטן אין פארק און מתאבל זיין ביי יעדע לויה, אים בין איך מסופק גענוי וואו ער שטייט...


דער איד טוט וואס ער מיז טוהן, און ער וואטשט זיך!!! דער גוי כאפט זיך ארויף א א פיצעלע פלאץ ווי דער איד האט זיך נישט געוואטשט, ווי בדרך כלל איז נישט געווען שייך אנדערש, און דארט קומט דער גוי און צושמירט דאס. עס איז נישט שייך בכלל צו ווערן באהיטן פון די שנאת ישראל פון די פאוסט וכדומה, מאך דיך אויף דיינע אויגן.

און עס איז נישטא קיין איין קליפ וואס דער גוי כאפט זיך ארויף וואס זיי זאלן דאס נישט באקומען דוקא פון אידן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איסר האטלקי האט געשריבן:דער פאוסט איז אביסל בארעכטיגט אלס עשיו שונא ליעקב און זיין גיהנום וועט זיין אביסל לייכטער ווי דער היימישער אנטיסעמיט וואס דערנידערט זיינע אייגענע ברידער. דאס איז די חילוק.

;l;p-

איסר האטלקי האט געשריבן:פראווענען מנינים ברחוב העיר

צאמגעשטופט אדער צושפרייט?
ס'איז הימל און ערד
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ברחוב העיר דארף בכלל נישט זיין!! דער גוי וועט אלץ טרעפן פראבלעמען אין אלעם. ס'דא גענוג וואו צו מאכן מנינים במקום סמוי מן העין, ס'מוז נישט זיין אויף ראסס סטריט אדער אין לינטש פארק.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ביסטעך למעשה נישט קיין פוסק, קענעך מחולק זיין

נישט יעדער האט א פארטש
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

;l;p-
איסר האטלקי האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:קען איינער אויסקלארן דעם חילוק צווישן דעם וואס שיקט ארום דעם בילד\קליפ און דעם פאוסט?

דער פאוסט איז אביסל בארעכטיגט אלס עשיו שונא ליעקב און זיין גיהנום וועט זיין אביסל לייכטער ווי דער היימישער אנטיסעמיט וואס דערנידערט זיינע אייגענע ברידער. דאס איז די חילוק.

אבער די אידן וואס געבן שטאף פארן פאוסט און מאכן זיכער צו פראווענען מנינים ברחוב העיר, גיין חול המועד האלטן אין פארק און מתאבל זיין ביי יעדע לויה, אים בין איך מסופק גענוי וואו ער שטייט...

;l;p- ;l;p-
שויתי ה' לנגדי תמיד
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

Programming האט געשריבן:און ווער ווייסט וויפיל אידיש בלוט עס איז אויף די הענט פון די גוטע פרומע ערליכע אידן וואס זענען געקומען, אין די אנגעשטרענגטע ערב פסח טעג, פאר די גרויסע מצוה פון אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן שר וגדול דעם שאפראנער רב זצ"ל???

סיי מיט די עצם אנשטעקן מיטן וויירוס, און סיי מיטן געבן שטאף פאר די בילדער וואס ווערן פארשפרייט. לאו עכברא (די בילדער מאכער, פארשפרייטער) גנב אלא חורא גנב. די טענות אויף די בילדער כאפער האט אזא פנים ווי דער גנב וואס קומט אינמיטן די נאכט גנב'ענען און טענה'ט מען זאל זיין שטיל און נישט שרייען כאפצעם, ווייל מען וועקט דאך אויף די שכנים.

לעצם הענין, דאס פארשפרייטן אויף סאשעל מידיא קוקט אויס צו זיין יצא שכרו בהפסדו, עס זעהט נישט אויס ווי עס זאל העלפן צופיל. פון די אנדערע זייט די שאדן וואס עס מאכט אן, מיד ולדורות, איז ריזיג גרויס. איך מיין אז די ריכטיגע וועג צו טון אין אזא צייט איז דיילן 911 אנשטאט כאפן א בילד און פארשפרייטן פאר אלע אונזערע גוטע פריינט אין די שכנות. פאליציי איז געווענליך מער סענסיטיוו און זוכט נישט סתם אזוי צו פארשפרייטן העץ מאטריאל קעגן קאמיוניטי'ס. זיי וועלן קומען, טון צו די זאך, פארשפרייטן די פארזאמלונג, און געגאנגען ווייטער.

טראכט ווען עס וואלט ח״ו געווען דיין טאטע אדער מאמע אין איינער וואלט געריפן 911 ווי אזוי וואלסטו געטראכט ? רצחים
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דער גוי האט א פראבלעם מיט מילה און צניעות אויך

ווען א איד טוט א מצוה "אזויווי עס דארף צו זיין" טאר ער נישט מורא האבן פון די גוים

דאווענען צאמגעשטופט אין אזא צייט הייסט נישט געטוהן ווי מ'דארף און איז א פראבלעם אפילו אנעם גוי

ס'איז אבער נאכאלץ נישט קיין תירוץ ארומצושיקן


אגב. שטארק מעגליך אז יעצט אז כמעט אלע דיינים זאגן אז מ'איז נישט מחייב מיט מנין טאר מען טאקע נישט מאכן אויפ'ן גאס אלץ מראית עין

איך ביניש דא פארטיידיגן קיינעם. איך וויל נאר אויסקלארן אז די וואס דאווענען קענען זיך אפשר פארענטפערן אבער די פארשפרייטערס נישט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

Programming האט געשריבן:
לעצם הענין, דאס פארשפרייטן אויף סאשעל מידיא קוקט אויס צו זיין יצא שכרו בהפסדו, עס זעהט נישט אויס ווי עס זאל העלפן צופיל. פון די אנדערע זייט די שאדן וואס עס מאכט אן, מיד ולדורות, איז ריזיג גרויס. איך מיין אז די ריכטיגע וועג צו טון אין אזא צייט איז דיילן 911 אנשטאט כאפן א בילד און פארשפרייטן פאר אלע אונזערע גוטע פריינט אין די שכנות. פאליציי איז געווענליך מער סענסיטיוו און זוכט נישט סתם אזוי צו פארשפרייטן העץ מאטריאל קעגן קאמיוניטי'ס. זיי וועלן קומען, טון צו די זאך, פארשפרייטן די פארזאמלונג, און געגאנגען ווייטער.

א מין היתר אויף מסירה נאך מיט א מלבוש פון קנאות. ליידער איז מסירה געווארן א מותר לכתחלה
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

טראק דרייווער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:קען איינער אויסקלארן דעם חילוק צווישן דעם וואס שיקט ארום דעם בילד\קליפ און דעם פאוסט?

דער פאוסט איז אביסל בארעכטיגט אלס עשיו שונא ליעקב און זיין גיהנום וועט זיין אביסל לייכטער ווי דער היימישער אנטיסעמיט וואס דערנידערט זיינע אייגענע ברידער. דאס איז די חילוק.

אבער די אידן וואס געבן שטאף פארן פאוסט און מאכן זיכער צו פראווענען מנינים ברחוב העיר, גיין חול המועד האלטן אין פארק און מתאבל זיין ביי יעדע לויה, אים בין איך מסופק גענוי וואו ער שטייט...


דער איד טוט וואס ער מיז טוהן, און ער וואטשט זיך!!! דער גוי כאפט זיך ארויף א א פיצעלע פלאץ ווי דער איד האט זיך נישט געוואטשט, ווי בדרך כלל איז נישט געווען שייך אנדערש, און דארט קומט דער גוי און צושמירט דאס. עס איז נישט שייך בכלל צו ווערן באהיטן פון די שנאת ישראל פון די פאוסט וכדומה, מאך דיך אויף דיינע אויגן.

און עס איז נישטא קיין איין קליפ וואס דער גוי כאפט זיך ארויף וואס זיי זאלן דאס נישט באקומען דוקא פון אידן.

וועגען דעהם גוי, וויל איך איצטער נישט רעדן. איך פארשטיי נישט וויאזוי עס קומט דא בכלל אריין.

וועגען אידן וואס כאפן אדער שיקען קליפס, וויל איך אויך איצטער נישט רעדן. מיהר האבן זיי שוין גאר שארף אראפגעריסן. איך גלייב, אז די קליפ פארשפרייטער זענען נישט קיין אייוועלט אידן, און ליינען מיטאמאהל אונזער מחאה.

אבער אזוי ווי איהר זאגט, מיהר אידן, זענען טאקע מחוייב צו טוהן אלעס וואס מיהר קענען. איי דער גוי? וואס האסטו מיטן גוי? ער האט דעם כל ישראל ערבים זה לזה?

וואס מיינט טוהן אלעס וואס מען קען? בלייבן אינדערהיים!!! גייט נישט אין סטארס קויפען דאסטערס. גייט אין גראסערי, איין מאהל א וואך, ווען מען מוז, און בלויז איינער פון די משפחה. מיהר זענען אויסגעלאפן פון אויל פאר פסח. איך האב נישט געלאזט גיין אין גראסערי דערפאר! וועט זיין איין קיגל ווייניגער! ווען עס שטייט א מעס שוטער לעבן גראסערי, גייט מען נישט, נאר ווען עס איז שוין נישט דא ממש וואס צו עסן. און אוודאי און אוודאי נישט גיין אין פארקס די טעג. די בית הוראה פון מיין קהילה האט קלאהר געשריבן, מען זאל נישט גיין שפאצירן און פארוויילען די חול המועד. און יא, איך ווער שוין משוגע אויף טויזענט פון מיינע קינדער, וואס קריגן זיך ארום געפערליך, ווייל זיי שפרינגן שוין ארויס פון די הויט. אבער מען מוז איצטער מקיים זיין דעהם לֵ֤ךְ עַמִּי֙ בֹּ֣א בַחֲדָרֶ֔יךָ וּֽסֲגֹ֥ר דְּלָתְיךָ֖ דְּלָתְךָ֖ בַּעֲדֶ֑ךָ חֲבִ֥י כִמְעַט־רֶ֖גַע עַד־יַעֲבָור־יַעֲבָר־זָֽעַם. (און יא, איך ווייס אז דאס איז נישט פשוט פשט. ישר כח פארן הערה.)

איך פראביר נישט צו רעדן פון מנינים. ווייל מאנכע דא מיינען, אז פאלגן אלע גרויסע קהילות מיט בתי דינים פון די וועלט, און דאווענען אין דערהיים, ווי דאס איז איצטער דער חיוב, מיינט אז מען איז א סמארטפאון איד און א בעל מקיל. די תורה איז נישט געמאכט פאר געפילן. ווען די הלכה זאגט קלאהר וחי בהם, דארף מען פאלגן. מנינים אויף די פארטשעס איז א גיטע זאך. אבער אויף די גאס? ווער נעמט אחריות אז ווען א איד קומט אין שפיטאל וועט ער נישט באקומען די ריכטיגע טריעטמענט? איי נישט איעדער האט א פארטש? דאן דאווענט אין די היים. די אינטערנעט איז פיל מיט די נייע אנטיסעמיטישע סלאוגען "נאו קאמפלייענס, נאר טריעטמענט".
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

וואס הייסט מען האט זיי שארף אראפגעריסן די וואס שיקן קליפ'ס? וואס זיי טוען נאר דאס און בלויז דאס איז די שטאף וואס די גוים האבן. ווען נישט זיי וואלטן די גוים נישט געהאט קיין שום פון די קליפ'ס.

און נאכאמאל, עס איז נישט דא קיין שום וועג זיך צו באהיטן פון די שנאת ישראל פון די פאוסט שטירמער וכת דלהון, און אז די ווילסט מעורר זיין אויף קידוש ה' חילול ה' זאל דאס נישט זיין אין א צייט וואס די גוי כאפט זיך ארויף און שרייט אויף אידן סתם אזוי אלס שנאת ישראל! אן קיין שום אנדערע סיבה! דער גוי וואס שרייט אויף דעם באשמוצט אונז ממילא יעדן צווייטן טאג מיט בלבולים שונים ומשונים אין די מידיע, אלס אנטיסעמיטיזם. דאס איז די סיבה פארוואס די גוי שרייט אויף דער איד, נאר ער זיכט זיך אויף וואס ארויפצוכאפן, ממילא איז יעצט נישט די צייט זיך צוצושטעלן צום גוי און אויך שרייען אויף די איד.

און מען מעג דאווענען אויף די גאס אזוי ווי טויזענטער אידן דאווענען אויף די גאס, אפגעריקט איינער פונעם צווייטן לויט ווי די געזעץ ערלויבט, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם, און אז א גוי כאפט זיך ארויף אויף דעם איז נישט דא אויף דעם קיין עצה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

טראק דרייווער האט געשריבן:וואס הייסט מען האט זיי שארף אראפגעריסן די וואס שיקן קליפ'ס? וואס זיי טוען נאר דאס און בלויז דאס איז די שטאף וואס די גוים האבן. ווען נישט זיי וואלטן די גוים נישט געהאט קיין שום פון די קליפ'ס.

און נאכאמאל, עס איז נישט דא קיין שום וועג זיך צו באהיטן פון די שנאת ישראל פון די פאוסט שטירמער וכת דלהון, און אז די ווילסט מעורר זיין אויף קידוש ה' חילול ה' זאל דאס נישט זיין אין א צייט וואס די גוי כאפט זיך ארויף און שרייט אויף אידן סתם אזוי אלס שנאת ישראל! אן קיין שום אנדערע סיבה! דער גוי וואס שרייט אויף דעם באשמוצט אונז ממילא יעדן צווייטן טאג מיט בלבולים שונים ומשונים אין די מידיע, אלס אנטיסעמיטיזם. דאס איז די סיבה פארוואס די גוי שרייט אויף דער איד, נאר ער זיכט זיך אויף וואס ארויפצוכאפן, ממילא איז יעצט נישט די צייט זיך צוצושטעלן צום גוי און אויך שרייען אויף די איד.

און מען מעג דאווענען אויף די גאס אזוי ווי טויזענטער אידן דאווענען אויף די גאס, אפגעריקט איינער פונעם צווייטן לויט ווי די געזעץ ערלויבט, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם, און אז א גוי כאפט זיך ארויף אויף דעם איז נישט דא אויף דעם קיין עצה.

בלויז דאס? און וואס איז ווען דער גוי כאפט די קליפס???
וואס איז ווען די וואך פאר פסח, זענען די קינדער ארומגעלאפן צעהן גאסן אוועק פון דערהיים אויף job sites פון emergency sewer repairs און ממש געשטאנען אונטערן גאפן פונעם טרעקטער? ווען די ארבייטער האבן זיך געבעטן נאכאמאהל און נאכאמאהל, ביז זיי האבן געכאפט א סאך בילדער און זיך איינגעשפראט אין זייער פיק אופ טראקס? האט איהר אכטונג געגעבען אויף אייערע קינדער?

און בכלל, איך כאפ נישט קלאהר וואס איהר ענטפערט מיהר.
די גוים, זיי וועלן באקומען זייערס ווען משיח וועט קומען.
אבער דער איד דארף טוהן זיין. צוויי טעג פאר פסח, האט ווילאמסבורג אויסגעזעהן ווי קיינמאהל גארנישט, בשעת מענטשן זענען געשטארבן אין גרויסן. ווילטס לייקענען? גאו אהעד. ניין, נישט איעדער. רוב פאלגן. אבער א גרויס חלק, א מיעוט ניכר, ווייסט מיטאמאהל וויאזוי די וויירוס פארשפרייט זיך.

וועגען דאווענען אויפן גאס... אזוי האלט איהר... גאר אסאך רבנים און קהילות האבן געגעבן א פסק אז מען זאל נישט דאווענען אויפן גאס.
אבער ווי געזאגט, איך וויל לאזן מנין ארויס פון מיין מחאה.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג אפריל 13, 2020 9:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראנעוויירוס און אנטיסעמעטיזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

טראק דרייווער האט געשריבן:דאס איז די סיבה פארוואס די גוי שרייט אויף דער איד, נאר ער זיכט זיך אויף וואס ארויפצוכאפן, ממילא איז יעצט נישט די צייט זיך צוצושטעלן צום גוי און אויך שרייען אויף די איד. .

דאס איז אייגנס אדער האסט דעקונג דערויף? האסט געפרעגט א דיין אדער רב איבער דעם? קענסט ברענגען א נאמען פון א רב וואס דאווענט אויפן גאס אין די טעג?

האסט שוין געהאט א קרוב אין שפיטאל מיט קאראנע וואס די נורס קוקט אים נישט אן ווייל ער איז א איד וואס פארשפרייט קאראנע און מאכט מנינים? איך ווייס פון א גרויסע רב וואס האט פארמאכט זיין בית המדרש ווען זיין זון איז ארויף אויף א רעספערעיטאר... ס'קוקט אויס ווי אין אייער געגנט איז די מגיפה נאכנישט אנגעקומען אין פולן קראפט. דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”