לוויות ל"ע אין דעם מצב "על כל צרה שלא תבוא"

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

לוויות ל"ע אין דעם מצב "על כל צרה שלא תבוא"

תגובה דורך ידעתי »

עפעס מוז געטון ווערן אין דעם הינזיכט.
יעדער פארשטייט אז מ'מוז אפגעבן כבוד האחרון פאר א נפטר ל"ע. אבער ליידער קומען ארויס דערפון ווייט פון כבוד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

אויבנאויף געטראכט.

הספדים מעג מען דאך סיי ווי נישט מאכן אום ניסן, א"כ שרייב א זייגער ווען די קאר וועט אדורך פארן א געוויסע גאס פון גאס פלוני ביז גאס פלוני, די קאר זאל אדורכפארן און יעדער וועט באגלייטן ד' אמות.

זאל שוין זיין בלויז שמחות ביי אידישע קינדער, א געזונטע פרייליכע יו"ט פסח פאר אלע אידישע קינדער בכל מקומות שהם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19929
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך moishy56 »

ע״פ פסק רבני לאנדאן:

אין לאנדאן, זענען די 8 לעצטע טעג אלע לוויות זענען געווען בלויז פאר 5-10 יונגע נאנטע בני המשפחה,
ביי א שטח נעבן די קבורה, נישט אין די יודישע געגענט.
פשוט צו פארמיידען א קאראנע פארשפרייטונג רח״ל.

אין ניו יארק וועט מען זיכער דאס נאכמאכן, בקרוב ממש.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך שואלכענין »

וואס מיך באדערט איז:
בשעת מען באגלייט און מען לייגט אריין אין די ערד א קאראנע קרבן, האט מען נישט אזויפיל "והחי יתן אל לבו" בדרך הגשמי, צו האלטן דיסטענס און זיך היטן?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך טעם וריח »

פארוואס עפענט מען נישט א רייזיגע שטח אין וויליאמסבורג וואס זאלן ווערן א שטח הלוויית מזאל זיך קענען געהעריג צושפרייטן?! (בראדוועי טרייענגל דארף זיין גוט פאר דעם)
על "טעם וריח" אין להתווכח
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך veltsman »

מילא דאס אז דער עולם וויל שטארבן און אנשטעקן אנדערע איז איין זאך, אבער די חילול השם פון אזא לווי׳ נעכטן אין וויליאמסבורג איז דאך איום ונורא, וויאזוי ווילסטו דער גוי זאל זעהן אזעלכע בילדער און נישט וועלן צורייסן דעים איד?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך קעדילעק »

איך גיי נישט אזויפיל צווישן מענטשן אין די צייטן, אבער צו אזא אדם גדול האב איך געוואלט גיין פאר אפאר מינוט, אויף אן אופן וואס איז אויסגעהאלטן עפ"י תורה און עפ"י מענטשליכקייט און לויט די חוקי העיר, ווי איך בין געשטאנען האב איך געזען רוב מענטשן זענען געשטאנען אפגערוקט און אויסגעשפרייט, חוץ בחורים וואס האבן זיך געהאלטן אין איין שטופן און אריינשטעלן צווישן מענטשן וואס זענען געשטאנען אפגערוקט, און נאך געציילטע אינגעלייטלעך שלא נפתחו עיניהם, וואס האבן געמיינט זיי שטייען ביים רבי'נס טיש אדער ביי א ירושלים'ער הפגנה, אינצווישן איז פאליציי געקומען און אראפגעשיקט פון גאדער, געלאזט שטיין נאר אויפ'ן סיידוואק, דארט איז די זאך צופארן, ס'האט אויסגעזען ווי זיי ווייסן נישט פונקטליך פארוואס זיי זענען דארט בכלל, איין פאליס קאר האט אויסגערופן יעדע שטיק צייט עפעס וועגן צושפרייטן, מ'האט נישט געקענט הערן קלאר וואס זיי זאגן, די אנדערע פאליס קאר האט כסדר אנגעצונדען די אלארם מ'זאל נישט קענען מיטהאלטן די לויה, אבער די פאליסלייט וואס זענען געלאפן אהין און אהער האבן נאר אראפגעיאגט פון גאדער, פאר קיין שום סיבה, און דאס איז געווען דער עיקר גורם אז מ'זאל נישט שטיין מסודר, אנשטאט בעטן מ'זאל זיך שפרייטן, האבן זיי נאר געמאכט זיכער אז קייינער זאל נישט שטיין מיט א האלבע שיך אויף די גאדער, דאך האט מען געזען רוב מענטשן האבן זיך נאך אלס פרובירט צו האלטן אפגערוקט מיט א שטיקל דיסטענס, איך בין אוועקגעגאנגען, האב איך געהערט היינט אז ביים באגלייטן דח מיטה איז עס צופארן און ס'איז געווען מענטשן וואס האבן געבראכן די רולס..
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19929
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך moishy56 »

פשוט צו פארמיידען א קאראנע פארשפרייטונג רח״ל..

שרייב א זייגער ווען די קאר וועט אדורך פארן א געוויסע גאס פון גאס פלוני ביז גאס פלוני,
די קאר זאל אדורכפארן.. און יעדער וועט באגלייטן ד' אמות...
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך איינס »

veltsman האט געשריבן:מילא דאס אז דער עולם וויל שטארבן און אנשטעקן אנדערע איז איין זאך, אבער די חילול השם פון אזא לווי׳ נעכטן אין וויליאמסבורג איז דאך איום ונורא, וויאזוי ווילסטו דער גוי זאל זעהן אזעלכע בילדער און נישט וועלן צורייסן דעים איד?

די אפקלאנג איז געגאנגען מקצה העולם ועד סופו, די תירוצים איז קיינעם נישט אינטערסאנט.
א בושה וחרפה פאר אונז אליין (אן קוקן וואס דער גוי זאגט) אז סאיז נאך דא אידן וואס פירן זיך אזוי. וויפל צייט דארף נעמען אנצוטון א מאסק אפילו נאר פאר די סיבה א מהאט געבעטן דאס טוען? פעלט דען פלאץ צו זיך צושפרייטן? שטייסט דאך עני וועי נישט אין די ד׳ אמות?

איך שעם מיר נישט צו זיין א איד און אזא צייט (דער וואס זאגט דאס איז דאס ווייל ער שעמט זיך אייביג, נאר יעצט קען ער דאס זאגן), איך בין שטאלץ צו זיין א איד וואס פירט זיך נארמאל כאטש סאיז דא וואס פירן זיך נישט נארמאל. איך שרעק מיר גאנץ ווייניג ווען א גוי שרייט מיר אן אויף עוולות וואס א צווייטער איד האט געטוען. די שרעק און פחד איז אז דא רעדט מען פון אייגענע בלוט, מפארגיסט דאך די בלוט פון אונזערע טאטעס פון אונזערע מאמעס פון אונזערע ברודערס פון אונזערע שוועסטערס?!

איין זאך איז זיכער אז קיין כבוד המת איז זיכער נישט דא, ווער רעדט פון כבוד החי.
ווען דער וועט ארויף קומען אויבן וועט איהם דער שאפראנער אנקעגן קומען נישט צו מלמד זכות זיין, נאר צו געבן מנה אחת אפים: פארוואס האסטו מיר אזוי פארשעמט ביי מיין לויה?

און פארוואס שרייב איך היינט?
ווייל כלל ישראל האט היינט געוווויזן אז מקען יא זיין נארמאל, באגלייטנדיג הרה״ג ר׳ משה גרין אין מאנסי האבן אחינו בני ישראל געוויזן אז מקען מאכן כבוד גדול במותו, און דער כבוד קען נאך זיין גרעסער אינעם יעצטיגן מצב ווען מאיז מכבד דעם מת און גלייכצייטיג מכבד זיין דעם חי.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך מים חיים »

איינס האט געשריבן:

זעט אויס ביזט נישט דארט געווען

איך בין יא, צווישען 306 אין סיוזען שווער צו גלייבען אז סקען זיין ערגער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך פעיק ניוז »

איינער האלט אז עס איז א סגולה צו האלטן אין איין מקטרג זיין אויף אידן איז אזעלכע אומשטענדן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך איינס »

מים חיים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
veltsman האט געשריבן:מילא דאס אז דער עולם וויל שטארבן און אנשטעקן אנדערע איז איין זאך, אבער די חילול השם פון אזא לווי׳ נעכטן אין וויליאמסבורג איז דאך איום ונורא, וויאזוי ווילסטו דער גוי זאל זעהן אזעלכע בילדער און נישט וועלן צורייסן דעים איד?

די אפקלאנג איז געגאנגען מקצה העולם ועד סופו, די תירוצים איז קיינעם נישט אינטערסאנט.
א בושה וחרפה פאר אונז אליין (אן קוקן וואס דער גוי זאגט) אז סאיז נאך דא אידן וואס פירן זיך אזוי. וויפל צייט דארף נעמען אנצוטון א מאסק אפילו נאר פאר די סיבה א מהאט געבעטן דאס טוען? פעלט דען פלאץ צו זיך צושפרייטן? שטייסט דאך עני וועי נישט אין די ד׳ אמות?

איך שעם מיר נישט צו זיין א איד און אזא צייט (דער וואס זאגט דאס איז דאס ווייל ער שעמט זיך אייביג, נאר יעצט קען ער דאס זאגן), איך בין שטאלץ צו זיין א איד וואס פירט זיך נארמאל כאטש סאיז דא וואס פירן זיך נישט נארמאל. איך שרעק מיר גאנץ ווייניג ווען א גוי שרייט מיר אן אויף עוולות וואס א צווייטער איד האט געטוען. די שרעק און פחד איז אז דא רעדט מען פון אייגענע בלוט, מפארגיסט דאך די בלוט פון אונזערע טאטעס פון אונזערע מאמעס פון אונזערע ברודערס פון אונזערע שוועסטערס?!

איין זאך איז זיכער אז קיין כבוד המת איז זיכער נישט דא, ווער רעדט פון כבוד החי.
ווען דער וועט ארויף קומען אויבן וועט איהם דער שאפראנער אנקעגן קומען נישט צו מלמד זכות זיין, נאר צו געבן מנה אחת אפים: פארוואס האסטו מיר אזוי פארשעמט ביי מיין לויה?

און פארוואס שרייב איך היינט?
ווייל כלל ישראל האט היינט געוווויזן אז מקען יא זיין נארמאל, באגלייטנדיג הרה״ג ר׳ משה גרין אין מאנסי האבן אחינו בני ישראל געוויזן אז מקען מאכן כבוד גדול במותו, און דער כבוד קען נאך זיין גרעסער אינעם יעצטיגן מצב ווען מאיז מכבד דעם מת און גלייכצייטיג מכבד זיין דעם חי.

זעט אויס ביזט נישט דארט געווען

איך בין יא, צווישען 306 אין סיוזען שווער צו גלייבען אז סקען זיין ערגער

איך בין געווען אויף מעיפל א קידוש שם החיים!

אויב אויף 306 איז נישט גוט געווען איז טאקע אויך חילול החיים און זענען זיך מצטרף צו די אידן ביים שאפראנערס לויה. די פוינט איז אז סאיז נאך אלטס דא אידן מיט א געפיל פארן לעבן וואס דער באשעפער שענקט אונז.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובה דורך אחראי »

דער שנירל איז געשטעלט בלויז פאר עצות פראקטיש גערעדט ווי אזוי צו טאן "על כל צרה שלא תבוא", יעדע שמועס איבער אן עבר וועט פארמעקט ווערן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב "על כל צרה שלא תבוא"

תגובה דורך אוהב ספרים »

דער שואל ומשיב שרייבט (מהדו"ק ח"א, סימן עח) בעת המגפה ר"ל בשנת תקצ"א

"בעת ההיא אין איש הולך לנחם משום ביעתותא"
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב

תגובה דורך ספרים שטוב »

פעיק נוז האט געשריבן:איינער האלט אז עס איז א סגולה צו האלטן אין איין מקטרג זיין אויף אידן איז אזעלכע אומשטענדן?

זיכער אז נישט.
אבער הרג'נען אידן אין אזאלכע אומשטענדן איז יא א סגולה?

לדעתי איז דער חוב אויף די בני המשפחה, געוויסע וואס האבן ארויסגעגעבן קלארע אנווייזונגען אז "קיינער" טאר נישט קומען, און מען האט צוגעשטעלט א לייוו האקאפ, האבן טאקעע מצליח געווען אז קיינער איז נישט געקומען.

נאך אלעס וועט אריבערגיין, וועט מען ווארשיינליך ממילא מאכן א מעמד עצרת התעוררות, ווי מען וועט זיך צוזאמענקומען און מספיד זיין און אפגעבן די ריכטיגע כבוד המתים והחיים.

איך האלט אז יעדע קהילה וועט דארפן מאכן אזא זאך, מספיד צו זיין אלע בני הקהילה כראוי וכנכון, אויף א שטייגער ווי דער דרשת ז' אדר פונעם ווינער רב שליט"א ווי ער איז מספיד אלע גדולים פונעם יאר וואס זענען נפטר געווארן, (אוי גייט ער האבן א ליסטע קומענדיגע יאר... ס'זאל נאר נישט גרעסער ווערן).
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: לוויות ל"ע אין דעם מצב "על כל צרה שלא תבוא"

תגובה דורך ספרים שטוב »

נאך אלעס וועט אריבערגיין, וועט מען ווארשיינליך ממילא מאכן א מעמד עצרת התעוררות, ווי מען וועט זיך צוזאמענקומען און מספיד זיין און אפגעבן די ריכטיגע כבוד המתים והחיים.

איך האלט אז יעדע קהילה וועט דארפן מאכן אזא זאך, מספיד צו זיין אלע בני הקהילה כראוי וכנכון, אויף א שטייגער ווי דער דרשת ז' אדר פונעם ווינער רב שליט"א ווי ער איז מספיד אלע גדולים פונעם יאר וואס זענען נפטר געווארן, (אוי גייט ער האבן א ליסטע קומענדיגע יאר... ס'זאל נאר נישט גרעסער ווערן).
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”