לאמיר זיך גרייטן צום סדר

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

לאמיר זיך גרייטן צום סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ס׳דא א ווייראס וואס גייט יעצט ארום איך גלייב אז א יעדער ווייסט שוין יעצט וואס די רעגירונג הייסט צו טוהן, און וואס זיין דיין אדער מורה הוראה אדער רבי הייסט צו טוהן.

די נייעס איבער פינקליך ווער ס׳ליידער אוועק איז נישט נאר נישט נוגע, נאר טוט אויך שאטן. כ׳האב נעכטן גערעדט מיט די סאטמערע דיין פון בארא פארק הרב כץ שליט״א האט ער מיך געזאגט אזוי אגב, אז מען זאל זעהן נישט צו מיט צו האלטן די בד״ה נייעס א חוץ פון די אייגענע משפחה ווען ס׳איז נוגע למשל צו דארפן ריפן מנחם אבל זיין (מען טאר דיך נישט גיין מנחם טבל זיין, קען מען דיך נאר ריפן). ער האט מיר נאך געזאגט וואס ס׳שטייט פונעם בן יהוידע און פון נאך אז בשעת אזא צייט דארף מען זעהן נישט צו מיט האלטן די נייעס פון בד״ה ווייל ס׳שאדט אפי׳ מער ווי די ווייראס אליינס איך וויל נישט ארויס זאגן מער פון דעם, קוקטס דארט נאך.

אלזא ווען איך קום דא אריין גיי איך אפי׳ נישט אריין און די אלע ווייראס אשכולות.

דאס וואלט יא געווען אינטערסאנט ווען איינער זאל מאכן א אשכול נאר איבער וואס די רעגירונג אדער רבנים זאגן אנווייזענגען וואס צו טוהן על פי זייערע חוקים אדער להבדיל הלכות פון די רבנים אבער אן קיין שום בד״ה אדער פאניק שטיקעליך וואס ווי גערעדט שאדט.

אלזא וויל איך בעהטן אלע חברים דא א טובה ס׳דא אזוי פוהל צו רעדן איבער די הייליגע יו״ט פסח די הלכות מנהגים און אנדערע אקטאעלע זאכן צו יום טוב - ס׳איז סיי דא - דא אויפן וועלטל א ים מיט אוצרות, און סיי ווער ס׳קען ברענגען נייע זאכן זאך זאל ביטע טוהן אזוי, לאמיר זיך גרייטן צום יום טוב ווי ס׳דארף צו זיין.

נאכאמאל איך גיי סיי וויי נישט אריין און די אלע פאניק און בד״ה אשכולות (און זעכער מאך מיר נישט די אשכול מיינע אויך אנגעשמירט..) ס׳איז אבער א שאד אז ס׳זאל נישט זיין שרייבערס און ברענגערס איבער די הייליגע יום טוב הבא לקראתנו אנשטאטס אלע אשכולות דא זענען איבער שטותים און פאניק.

צו טוהן אליינס ווי מיין בקשה, גיי איך די בל״נ נעקסטע זאך שרייבן ווען איך האב א מינוט איבער די הלכה פון ניצן לייט גרעפ דזשוס פאר די ד׳ כוסות וואס די דיין (הנ״ל) שליט״א האט מיך נעכטן געזאגט - ער האט עס אויך גערעדט ביי זיין שיעור וואס איז געווען רעקארדירט די וואך, דערנאך אויב וועט זיין מער צייט וועל מיר שרייבן נאך נייע שיינע זאכן אדער ארויף ברענגען פון די אלטע.

ישר כח פון פארויס
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”