א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מחשב האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט ווען עס זענען דא ספעציאליסטן אין סיי וועלכע פעלד וואס זאגן אנדערש ווי הצלה, דהיינו אז זיי קענען העלפן אן גיין אין שפיטאל. איך רעד אין אלגעמיין ווען יעדער ווערט א פארשטייער פאר זיך.

אגב, מ'דארף אבאכט געבן פון וועם מ'נעמט עצות, נישט אויף יעדער אזוי-גערופענער מומחה קען מען זיך פארלאזן ביי פיקוח נפש שאלות.

איך רעד נישט דוקא פו פרעגן עצות (וואס א ודאי דארף מען אכטונג געבן וועם מען פרעגט, אבער דאס איז די דזשאב פון דעם פרעגער אפצומאכן). איך רעד פון מענטשן פאר זיך, פאר זייער משפחה.

מען מוז נישט "הייסן" קיין 'ספעציאליסט' עקשולי צו פארשטיין, און עס איז קיינעמ'ס נישט תפקיד צו דן זיין אויב יענער הייסט א ספעציאליסט אדער נישט.

די אלע מענטשן וואס זענען געשטארבן צוליב די עקשנות נישט צו גיין אין שפיטאל, זענען נישט געגאנגען ווייל זיי האבן "געהאלטן" אז זיי פארשטייען.

איז וואס איז לויט דיר די עצה?


די עצה איז טון די מערסטע השתדלות.

אגב, וויפיל אזאנע קענסטו? איך רעד נישט פון איינער וואס איז פארצופאל געשטארבן אינדערהיים, נאר ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי קענען עס באהאנדלען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך פארשטיי נישט וואס איר ענטפערט, און וואס ס'איז די השתדלות פון וואס איר רעדט.

איז דאס נישט א קאממאן סענס, אז מ'דארף פרעגן די וואס האבן מער פארשטאנד ווי אייך אין די מעדיקל פעלד? איז דאס נישט פשוט אז "אַין ספק" פון מעגליכע הילף נישט פעסטגעשטעלט מיט קיין שום שטודיע איז נישט "דוחה וודאי" פון מעדיקל פראפעשינעלס?
נאך איינער

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

יש בו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
קאנפידענץ האט א פיזישע אפעקט, אפשר וועל איך נאך שרייבן אמאל מער איבער דעם,

מיין מיינונג: רוב פאציענטן זענען געשטארבן נאר א דאנק די פאניק, וואס מ'האט פארזיכערט מענטשן מיטן טויט,

אויב וויל מען עכט פלעטענען די קורוו, זאל די העלט דיפארטמענט אנהייבן א מעסיוו קאמפיין,
וויאזוי זיך צו שטארקן מיט קאנפידענץ אף סורווייוול, און אזוי זאל די באדי ריליעסן די ריכטיגע הארמאנס, וואס וועט פירן צו א גאנצע רפואה


יעצט כאפ איך ווי אזוי דער אויבערשטער שטראפט א פאלק,
ער שיקט א וויירוס, אבער דאס הרג׳ט דאך נישט מענטשן, דריידט ער אן אז אויבן זאלן זיצן חברה וואס מיינען אז א ווירוס היילט מען מיט מעדעצינישע באהאנדלונגען, און די וואס ווייסן וואס איז די העכטע רפואה לאזט ער שרייבן אויף איי וועלט, אזוי ווערט א מגיפה!

ביז יעצט ויען דער אייבערשטער האי געוואלט שטראפן האט ער גשיקט א מגיפה און פארטיג,

היינט צוטאגס מיט אזא מידיע פעלט שוין נישט אויס א מגיפה,
די פאניק אליינס מאכט א פערפעקט זשאב

סא סאיז מעגליך אז דעי אלע מענטשן וואס זענען געשטארבן פין וואקסין איז אויך נאר וועגן די פאניק וואס מהאט אפגעמאכט?
לעצט פארראכטן דורך נאך איינער אום פרייטאג אפריל 03, 2020 2:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

פעיק נוז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט ווען עס זענען דא ספעציאליסטן אין סיי וועלכע פעלד וואס זאגן אנדערש ווי הצלה, דהיינו אז זיי קענען העלפן אן גיין אין שפיטאל. איך רעד אין אלגעמיין ווען יעדער ווערט א פארשטייער פאר זיך.

אגב, מ'דארף אבאכט געבן פון וועם מ'נעמט עצות, נישט אויף יעדער אזוי-גערופענער מומחה קען מען זיך פארלאזן ביי פיקוח נפש שאלות.

איך רעד נישט דוקא פו פרעגן עצות (וואס א ודאי דארף מען אכטונג געבן וועם מען פרעגט, אבער דאס איז די דזשאב פון דעם פרעגער אפצומאכן). איך רעד פון מענטשן פאר זיך, פאר זייער משפחה.

מען מוז נישט "הייסן" קיין 'ספעציאליסט' עקשולי צו פארשטיין, און עס איז קיינעמ'ס נישט תפקיד צו דן זיין אויב יענער הייסט א ספעציאליסט אדער נישט.

די אלע מענטשן וואס זענען געשטארבן צוליב די עקשנות נישט צו גיין אין שפיטאל, זענען נישט געגאנגען ווייל זיי האבן "געהאלטן" אז זיי פארשטייען.

איז וואס איז לויט דיר די עצה?


די עצה איז טון די מערסטע השתדלות.

אגב, וויפיל אזאנע קענסטו? איך רעד נישט פון איינער וואס איז פארצופאל געשטארבן אינדערהיים, נאר ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי קענען עס באהאנדלען.

פעיק, איך וויל די פארציילען א מעשה שהיה מיט מיין פאטער.

ער האט זיך זייער נישט גוט געשפירט, ער האט שווער געאטעמט, ער האט געהאט הצלה ביי זיך כמה פעמים. אין מען האט זיך געטראכט יא אריין גיין אין שפיטאל אדער נישט.
עס איז נאך געווען אנטפאנג פון די אויסברוך ביים היימישע עולם, אין בינו לבינו האבן אנגעפאנגען אריינקומען שמיעות מבהילות וואס טוט זיך אין די שפיטעלער. אין מיין טאטע האט געזאגט בשום אין אופן, ער גייט נישט אין שפיטאל.
אין הצלה זייענדיג אויך נאך אביסעלע צומישט פונעם מצב, האט אויך פראבירט אפצוהאלטען פון אים אריין פירען, זיי האבען פראבירט צו שטיפען ווי ווייט מעגליך אים צו האלטען אינדערהיים.
בחסדי השם האט מיינ'ס א קרוב א חבר א גרויסע דאקטער, אין האט אונז מקשר געווען מיט אים, אין ער האט גערעדט מיט מיין פאטער אויפן טעלעפאון, ער האט אים אויסגעפרעגט וויאזוי ער שפירט, ער האט געהערט ווי אזוי ער פארלירט די אטעם סשעתן רעדן. האט דער דאקטור זייער קלאר געמאכט פאר מיין טאטע אז אויב ווייסט ער וואס איז גוט פאר אים זאל ער שווין אריין גיין אין שפיטאל.
מיין פאטער האט בחסדי השם אוועק געלייגט אלע פחדים אין א זייט, אין ער האט גענימען די אדווייז פון דעם דאקטער, אין ער איז אריין אין שפיטאל.
למעשה האט מען אים דארט געטעסט, האט זיך ארויס געשטעלט ער האט א זייער שווערע דאבעל נעמאניע (ד.ה אויף ביידע לינגען).
ב"ה מען האט געטריעט אין שפיטאל, ער איז געווען דארט פאר 5 טאג, אין בחסדי השם געפינט ער זיך אינדערהיים.
די דאקטער האט געזאגט פאר מיין מאמע, אז ווען ער קומט ווען אהן אין שפיטאל אפאר טאג שפעטער, וואלט ווען שטארק מעגליך געווען צו שפעט ר"ל.

איך מיין אז די מעשה רעדט אסאך פאר זיך, אין עס פעלט נישט אויס צופיל הסבירים.
נאך איינער

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

פעיק נוז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:הצלה ווייסט דער מצב אין די שפיטעלער נאך אזוי גוט, און זיי פארשטייען לכאורה די בעסטע וואס צו טוען.

עס זענען דא מענטשן וואס קענען בשום אופן נישט פארשטיין, אז עס זענען דא מענטשן וואס האבן יא א ידיעה ווי אזוי צו העלפן א מענטש, אן דארפן צוקומען צו אנקומען אין שפיטאל.

זיכער איז דא מענטשן וואס פארשטייען, אבער נישט ווען זייער עקספערטיז קימט פין רעדן אויף א האטליין, אין זייער אגענדע שרייעט ביזן הימל,

דשאסט פאר יור אינפא, סאיז ארים געגאנגען קליפס פין עטליכע יודן וואס מברענגט ארויס פין דערהיים נישט בין החיים ל"ע, איך גלייב אז סאיז געווען מער,
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

נאך איינער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
קאנפידענץ האט א פיזישע אפעקט, אפשר וועל איך נאך שרייבן אמאל מער איבער דעם,

מיין מיינונג: רוב פאציענטן זענען געשטארבן נאר א דאנק די פאניק, וואס מ'האט פארזיכערט מענטשן מיטן טויט,

אויב וויל מען עכט פלעטענען די קורוו, זאל די העלט דיפארטמענט אנהייבן א מעסיוו קאמפיין,
וויאזוי זיך צו שטארקן מיט קאנפידענץ אף סורווייוול, און אזוי זאל די באדי ריליעסן די ריכטיגע הארמאנס, וואס וועט פירן צו א גאנצע רפואה


יעצט כאפ איך ווי אזוי דער אויבערשטער שטראפט א פאלק,
ער שיקט א וויירוס, אבער דאס הרג׳ט דאך נישט מענטשן, דריידט ער אן אז אויבן זאלן זיצן חברה וואס מיינען אז א ווירוס היילט מען מיט מעדעצינישע באהאנדלונגען, און די וואס ווייסן וואס איז די העכטע רפואה לאזט ער שרייבן אויף איי וועלט, אזוי ווערט א מגיפה!

ביז יעצט ויען דער אייבערשטער האי געוואלט שטראפן האט ער גשיקט א מגיפה און פארטיג,

היינט צוטאגס מיט אזא מידיע פעלט שוין נישט אויס א מגיפה,
די פאניק אליינס מאכט א פערפעקט זשאב

סא סאיז מעגליך אז דעי אלע מענטשן וואס זענען געשטארבן פין וואקסין איז אויך נאר וועגן די פאניק וואס מהאט אפגעמאכט?

עס איז אויך מעגליך אז די אלע מענטשען וואס זענען געשטארבן נאכן עסען אייער פאר פרישטיק איז אויך נאר וועגן די פאניק וואס מהאט אפגעמאכט? :lol:
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די מחלות וואס קומען פון פאניק, איז די לעזונג קנאבל מיט שמן ערמון, די אנדערע איז נעבעך פאטאל.
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירום הודו »

מעסעדזש פון א מיטגעמאכטער

https://www.dropbox.com/s/maaetw7rrc1zq ... s.mp3?dl=0
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”