צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעזער פ.
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:58 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך לעזער פ. » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 7:32 pm

בילד

https://www.dryveup.com/klein/

די אויערן הערן גוט? הרה"ח רבי ישראל דוד קליין? ברוך דיין האמת? זכרונו לברכה?

יא ליידער... די אויער הערן ליידער גוט... כלל ישראל האט פארלוירן א בריליאנט, א שטראל פון לעכטיגקייט, אן עמוד החסד, אן עמוד התורה, א מרביץ תורה, און א מקים תורה, א שר החסד, אן עסקן שאין כדוגמתו.

ווי קענען מיר דען אנהייבן שרייבן פונעם עושה חסד לאלפים הרב ר' ישראל דוד ז"ל ווען מיר ווייסן אז מיר קענען נישט ענדיגן, טייכן טרערן גיסן זיך פון טויזענטער אידן וועלכע האבן פון אים נהנה געווען, די וואונד איז דאך אזוי ווייטאגליך, די צער איז דאך אומגעהויער גרויס.

כלל ישראל האט פארלוירן א א איד וואס דער ווארט "ניין" האט ביי אים נישט עקזיסטירט, יעדע פראבלעם, יעדע סארט עסקנות, האט געהאט אן אדרעס ווי מיט א שמייכל איז די תירוץ אלס געווען "א וודאי!"

אוי... זיין ווארימקייט... זיין ליבליך שמייכל... זיין איידלקייט... זיין געטריישאפט... זיין איבערגעגעבנקייט... ווי הייבט מען אן?

במתי מעט האט רבי ישראל דוד ז"ל געשפייזט זיין משפחה זייענדיג א מלמד דרדקי א מחנך נפלא פאר איבער 25 יאר, וואס ער האט אריינגעשיינט מיט זיין ווארימקייט, א ליבשאפט צו תורה און אידישקייט אין די הערצעלעך פון זיינע יונגע תלמידים'לעך.

אבער א יעדע מינוט וואס ער איז נישט געווען אין קלאס, איז געווען איינגעזאפט מיט גמילת חסדים. זיינע חסדים האבן נישט געוואוסט פון קיינע גבולים, ארים, רייך, חסיד'יש, ליטוויש, געזונטע, קראנקע, הכנסת כלה, קרן יתומים'ס, מתנות לאביונים קאמפיין, קמחא דפסחא, תומכי שבת, ביקור חולים, רבי מאיר בעל הנס, קופת עזרה, מוסדות התורה, לומדי תורה, און די ליסטע איז נאך לאנג.

שר וגדול נפל בישראל, א שר החסד, און א גדול בתורה – א גאנצן טאג געלערנט תורה מיט אידישע קינדערלעך, דערנאך געכאפט א חסד קאל צו טראגן א איד אין שפיטאל, פון דארט געלאפן אנפירן א דינער, דערנאך געגאנגען דעליווערן תומכי שבת פעקלעך... און פארן אהיים גיין, אריין געלאפן צו עטליכע אדרעסן צו שאפן געלט פאר אידישע קינדער... אזוי האבן אויס געזעהן זיינע טעג, און נאך פיל מער. אן אויער וואס איז געווען אפן פאר א יעדן נצרך, נישט קיין נ"מ דער צוועק, נישט קיין נ"מ די צייט אין טאג אדער נאכט. אלס געווען גרייט פאר א צווייטן.

זיין התקשרות און התבטלות צו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז געווען עד להפליא, זיין מסירת נפש פאר די באיאנער מוסדות די בכל אתר ואתר, ובפרט פאר די הייליגע ריזינע ישיבה איז געווען בלי גבול, ווי ער האט געקענט צולייגן א פלייצע, צו מיט שאפן געלט, צו מיט העלפן צו גרייטן א דינער וכדו'.

איבער אלעם לא החזיק טיבותא לנפשי', ער האט קיינמאל נישט גענומען קיין קרעדיט פאר אלע זיינע וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן, ער האט אלעמאל אנגעוויזן אויף אנדערע פאר וועמען די קרעדיט קומט זיך.

טייערע ברודער, עס איז צייט צוריק צו צאלן פאר אלע זיינע חסדים. זיין משפחה איז איינגעהילט אין צער און ווייטאג, צו פארלירן אזא טאטע, אזא צדיק. דאס איז א וואונד וואס קען זיך גאר שווער היילן.

לא ראיתי צדיק נעזב וזרעו מבקש לחם - קען דען כלל ישראל צו לאזן אז א איד וואס האט זיין גאנץ לעבן געלייגט ברויט אויפן טיש פאר אנדערע, זאל יעצט זיין אייגענע משפחה לעכצן נאך ברויט?

ניין! דאס קען נישט געשען, און דאס וועט נישט געשען! ער האט נישט געטראכט צוויי מאל פאר ער האט געהאלפן א צווייטע איד, מיר וועלן נישט טראכטן צוויי מאל פאר מיר וועלן העלפן זיין משפחה!

זייט אייך משתתף מיט דעם קאמפיין, עפנט אייער הארץ, לייגט צו א האנט, בייגט אונטער א פלייצע, ווייזט פאר די משפחה אז כלל ישראל פארגעסט נישט די חסדים פון זייער טאטן.

https://www.dryveup.com/klein/

Donate by phone: 845-241-8726

Cong. Oseh Chayil Inc.
9 Maple Leaf Road Suite 201
Monsey NY 10952

Phone: 845-379-4002
Support Email: oc3794000@gmail.com

Tax ID: 46-4313232

Donate to this campaign with OJC, by visiting ojcfund.org

דער טראקער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm
לאקאציע: קוטשא קוטשא

https://www.dryveup.com/malach/eya/

תגובהדורך דער טראקער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 7:41 pm

https://www.dryveup.com/malach/eya/

אוי, א בראך...!
די 'מעשה' איז טאקע א קורצע:

געזונט און פריש.... שווער געארבעט צו מפרנס זיין דער משפחה... א פלוצלינג'דיגער 'קרבן' צום קאראנא מגיפה ה"י.... הוא הלך למנוחות.... פרישע ערשיטערטע אלמנה און יתומים אן א ברויט פארזארגער.... זיי קענען נישט גיין ווייטער אן אונזער הילף!

אבער די געשיכטע אונטער דעם איז אסאך מער פון דעם:
אהר"ן אשר בחר בו, ליידער איז דער טייערער ר' אהרן דניאל זכרונו לברכה, מתושבי החשובים אין קרית יואל, געפאלן א פרישע קרבן אין א פריצייטיגן עלטער, ווען פון איין מינוט אויפן צווייטן האט ער איבערגעלאזט זיין צובראכענע אלמנה מיט די דריי פרישע יתומים אין שטוב ל"ע.

דער היימישער שו"ב, וירא שמים מרבים, וואס האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר כשרות ישראל, און איבער פערציג יאר צוגעשטעלט מהודר'דיגע שחיטה אין מערערע פלעצער אין די וועלט פון וואס מיר אלע האבן הנאה געהאט.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה, עס רייסט ביים הארץ, דער ערשיטערונג פון די אלמנה און נארוואס געווארע יתומים ה"י, וואס זענען אצינד געבליבן אן זייער ברויט פארזארגער, און ווייסן נישט פון ווי זיי וועלן דעקן דעם קומענדיגן טאג אין בוכשטעבליכן זין.

אית מאן דפרע בגופא, מיר פארשטייען נישט דעם רבוש"ע חשבונות, דודי ירד לגנו, און אויסגעוועהלט אזא טייערע ריינע קרבן ארויפצוקומען לחסות תחת כנפיו, א איד וואס האט אונז אלע מחייב געווען מיט זיין איידעלע התנהגות, און געווען א ריכטיגע מזכה את הרבים כל ימיו אשר חי.

ואית מאן דפרע בממונא, מיר וועלן מיט אונזער ווארעם הארץ אפווישן די הייסע טרערן פון דער צובראכרענע פאמיליע, און אנטקעגן קומען מיט דער סכום פון א "האלב מיליאן דאללער" וואס מיר וועלן בעז"ה באווייזן און גרייכן מיט "אייער" ברייטהארציגע נדבה.

א יעדע דאללער ציילט, און א יעדע נדבה וועט אנקומען דירעקט צו די טייערע אלמנה און אירע יתומים שיחי', וואס דאס וועט פארזיכערט ווערן דורך די טייערע עסקנים שיחי', להבחל"ח חבירים פון ר' אהרן דניאל ז"ל, וואס שטייען בראש פון דער "קרן היתומים" קאמפיין.

מי בן שיח שושן חוחים, זיי וועלן טאקע שוין נישט זוכה זיין געפירט צו ווערן אינטער דער חופה פון זייער אומפארגעסליכער פאטער ז"ל, אבער פארט מיט א רואיגן געוויסן, וויסענדיג אז אלע הוצאות החתונה איז באצאלט געווארן, דורך אייער יעצטיגער השתתפות ברוח נדיבה.

עליה השלם כל הקרבנות, אריינטרעטענדיג אינעם חודש פון א'ני י'י' ר'ופאיך, זענען מיר זיכער, אז ווען מיר וועלן טוען פון אונזער זייט וואס מיר קענען אפצוראטעווען דער עתיד פון דער שטוב פונעם טייערן קרבן תמים במעשיו, וועט דער באשעפער העלפן אז דאס זאל שוין זיין דער לעצטער קרבן, ולא תוסיף לדאבה עוד, ולא ישמע שוד ושבר בגבולינו, אמן.



לאמיר נישט פארגעסן דער הבטחה פון הקב"ה:

אם אתה משמח את שלי, אני משמח את שלך.

ווער דארף דען נישט יעצט אזא קלארע הבטחה...?!


https://www.dryveup.com/malach/eya/
צוגעלייגטע
Banner Ad 4.jpg
Banner Ad 4.jpg (213.57 KiB) געזעהן 1303 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: https://www.dryveup.com/malach/eya/

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 8:03 pm

דער טראקער האט געשריבן:https://www.dryveup.com/malach/eya/

אוי, א בראך...!
די 'מעשה' איז טאקע א קורצע:

געזונט און פריש.... שווער געארבעט צו מפרנס זיין דער משפחה... א פלוצלינג'דיגער 'קרבן' צום קאראנא מגיפה ה"י.... הוא הלך למנוחות.... פרישע ערשיטערטע אלמנה און יתומים אן א ברויט פארזארגער.... זיי קענען נישט גיין ווייטער אן אונזער הילף!

אבער די געשיכטע אונטער דעם איז אסאך מער פון דעם:


https://www.dryveup.com/malach/eya/

איך קען אויך מעיד זיין אויף די צוועק
גאר א חשובע איד געווען, געארבעט עבודת הפרך צו ברענגן פרנסה פאר זיינע 15 קינדער בליעה"ר, רוב צייט געווען אוועק פון דערהיים אין ווייטע מדינות
פון טעקסעס ביז מינעסאוטע ביז מעקסיקאו ביז אורוגוויי אלץ שו"ב אויך גסות
און פלוצלים פון איין מינוט אויפן צווייטן און ער איז נישטא מער... ליידער די בושות וואס די משפחה גייט דורך יעצט איז אין לשער...
ביטע ווארפט עפעס אריין
https://www.dryveup.com/malach/eya/
א דאנק

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

הרה"ח ר' משה גולשעווסקי ז"ל לאנדאן

תגובהדורך ערנסט גערעדט » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 8:09 pm

שקעה חמה שלא בעונתה - מיר וועלן נישט שטיל בלייבן

יהדות לאנדאן איז אונטער שאק איבער די פלוצלינג'דיגע פטירה פון איינע פון אירע טייערסטע הרה"ג ר' משה יוסף גאלשעווסקי זצ"ל – מח"ס נשמת נצח וואס איז אזוי גרויזאם אוועקגעריסן דורך די ביטערע קאראנא וויירוס ה"י אין יונגן עלטער פון בלויז 46 יאר.

ר' משה איז איינער פון די גאר באוואוסטע פיגור'ן אין לאנדאן זייענדיג די ר"י פון די ברסלב'ער ישיבה און האט זיך אוועקגעגעבן פאר צובראכענע נשמות מיט זיין אייביגע שמייכל, און אזוי ארום געראטעוועט צענדליגער בחורים פון אונטערגאנג ה"י.

בלויז דעם פארגאנגענעם חודש האט ר' משה חתונה געמאכט צוויי פון זיינע קינדער וואו ער האט נאך זוכה געווען צו זיך פרייען בראש השמחה אלס גליקליכער טאטע.

אבער תיכף נאך די ימי השמחה האט ר' משה אנגעהויבן שפירן די סימפטאמען פונעם וויירוס און נאכ'ן זיך נישט פילן גוט איז ער אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו נאך עטליכע טעג וואס ער האט זיך געראנגעלט מיט זיין אטעם איז ער ל"ע אוועקגעריסן געווארן בחטף איבערלאזנדיג אלע זיינע באקאנטע און א טיפן שאק און טרויער.

איבערהויפט איז די ווייטאג אוימגעהויער גרויס ווען עס איז איבערגעבליבן אן אלמנה מיט 6 קליינע יתומים'לעך אינדערהיים, אן זייער באליבטער טאטע וואס האט זיי באגלייט אלע זייערע יאר'ן.

טייערע אידן די יו"ט פסח זענען זיי שוין געזעצן ליידער אליין, זיי האבן געפרעגט די פיר קשיות אבער זיי ווארטן נאך אויף די תירוץ! וצעקתם עולה עד לב השמים! קיין הרחבה אין שטוב איז קיינמאל נישט געווען נאך וואס ר' משה האט זיך געמוטשעט אויף פרנסה ווער'נדיג אריינגעשלעפט אין ביטערע חובות! אבער אצינד ראנגלען זיי זיך אליין אין שטורעמדיגע וואסערען!

רבותי מיר גייען זיי נישט לאזן פאלן!!! אצינד ככלות השלושים וועלן מיר זיך אלע צוזאם נעמען זיי צו שטעלן אויף די פוס, מיט אלע זייערע באדארפענישן, די געטרייע עסקנים האבן גענומען אויף זיך די עול צוזאם שטעלן £480,000, מיט דעם וועט מען קענען אויף שטעלן א "קרן קיימת" פאר די אלמנה צו קענען שפייזן די 6 יתומים בהרחבה, און זיי קענען פירן בניקל אונטער די חופה בהגיעם לפירקם,

מיט די געוואלדיגע זכות וועלן מיר זוכה זיין אז דער "אבי היתומים" וועט רחמנות האבן אויף זיינע קינדער ויאמר לצרותינו די בביאת גוא"צ בב"א

https://www.charidy.com/kyg
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך TAG » מיטוואך מאי 06, 2020 5:15 pm


אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך מאי 06, 2020 5:34 pm

Phone number to donate for the
קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

https://www.yiddish24.com/interviews/12/18581

.
phone number.JPG
phone number.JPG (22.36 KiB) געזעהן 850 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

גר צדק עם יתומים

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 06, 2020 5:40 pm

https://thechesedfund.com/arelano/yesomim-fund
Annotation 2020-05-06 173422.png
Annotation 2020-05-06 173422.png (85.38 KiB) געזעהן 839 מאל

און געשיקט א מעסידזש פאר מיינע חברים דא
ביטע זיי אויך מנדב!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

Re: גר צדק עם יתומים

תגובהדורך לעמאן סאדע » מיטוואך מאי 13, 2020 12:57 pm

lebediger berel האט געשריבן:https://thechesedfund.com/arelano/yesomim-fund
און געשיקט א מעסידזש פאר מיינע חברים דא
ביטע זיי אויך מנדב!

Annotation 2020-05-13 125606.jpg
Annotation 2020-05-13 125606.jpg (160 KiB) געזעהן 730 מאל

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מאי 14, 2020 2:29 pm

אידן ווארפטס אריין אפאר דאלער.

https://thechesedfund.com/cong-chasdei- ... ingherhome

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג מאי 15, 2020 12:06 am

איינער האט א לינק צו דעם קאמפיין פונען חתן א יתום יענקי
פון די דרעזנער אינטערוויו אויף ק"מ ?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג מאי 15, 2020 7:35 am

פרוביר אויך האט געשריבן:איינער האט א לינק צו דעם קאמפיין פונען חתן א יתום יענקי
פון די דרעזנער אינטערוויו אויף ק"מ ?


די קאמפיין פאר משפחת גוטמאן [מאנטשעסטער]

https://www.charityextra.com/5yesoimim/

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~אור חדש קאמפיין

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג מאי 22, 2020 12:31 am

ברוך ה'! די ווייטאגליכע מציאות וועלכע האט אונז געפאטשט אין פנים טעגליך האט זיך אפגעשטילט. די ביטע בשורות פון נאך א משפחה פארלוירן די טאטע... א משפחה פון עלעף יתומים... נאך ניין יתומים... א יונגע מאמע ליידער אוועק... ב"ה די אלע בשורות האבן זיך אפגעשטילט. הודו לה' כי טוב.

אבער איין מינוט! וואס איז מיט די אלע יתומים? ביי זיי האט זיך גארנישט אפגעשטילט. זיי זענען אלע געבליבן יתומים. זייער טעג זענען נישט בעסער געווארן, זיי שטייען אויף נאך א טאג און נאך א טאג, און די ביטערע מציאות שלאגט זיי אין פנים אריין נאך אמאל און נאכאמאל, ניין, די טאטע איז טאקע נישט דא, ניין די מאמע קומט מער קיינמאל נישט צוריק.

די טיפע ווייטאג, די ביטערעניש גייט נישט אזוי שנעל אוועק, די שוועריקייטן לויפן זיי נאך טאג נאך טאג, יעדן טאג שטויסן זיך די יונגע יתומים'לעך אן מיט פרישע שוועריקייטן וואס די טאטע וואלט זיי ווען ארויסגעהאלפן... אבער ער איז נישטא. ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה אליין?

לייגט זיך נאר אריין אין די שיך פון די יונגע יתומים'לעך, און הייבט אן צו טראכטן וויפיל מאל א טאג מען דארף צו קומען צום טאטן? וויפיל מאל א טאג דארף מען צוקומען צום מאמע'ן, יעדע מאל ציפט די ביטערניש פריש אינעם הארצן אריין.

זייער צער, זייער פארלוירנקייט, זייער בענקעניש, זייער ווייטאג, עס נעמט דאך נישט קיין עק. זיי זוצן זיך אזוי פארטראכט... וועט אונז איינער אמאל פארשטיין?

דער ענטפער איז, יא! "אור חדש", די הייליגע ארגאניזאציע וואס האט גענומען אויף זיך די מיסיע ארויס צו העלפן די אלע יתומים מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, מיט א אויסטערלישע ליבשאפט.

די 800 יתומים וועלכע האבן זיך שוין ביז יעצט געפונען אונטער די פליגלען פון "אור חדש", האבן שוין געוויסט אז ווען עס גייט נישט גוט, ווען מען דארף א גוט ווארט, ווען מען דארף סיי וועלכע הילף רופט מען דעם 'מענטאר' פון אור חדש, א דעזיגנירטע יונגערמאן/פרוי פאר יעדן איינציגן יתום/יתומה.

אז מען דארף א פריוואטע מלמד צו העלפן מיט די לימודים, אור חדש.

אז מען דארף איינער וואס זאל נעמען די קינדער אין ביהמ"ד צום דאווענען, אור חדש.

מען דארף זיך אפרוען אויף א שבת, אור חדש.

מתנות אויף צו לעבן די פארווייטאגטע געמיטער, אור חדש.

די לעצטע פאר יאר, איז ליידער צוגעקומען אונטער די פליגלען פון אור חדש א חשבון פון בערך 20 נייע משפחות פון יתומים פער יאר, וואס דאס איז אומגעפער בערך 100 יתומים'לעך פארווייטאגט און דערביטערט.

טייערע ברודער! אין די לעצטע צוויי חדשים איז צוגעקומען 40 נייע משפחות פון יתומים, און די אסטראנאמישע סומע פון כמעט 200 נייע יתומים! שומו שמים, 200 קינדערלעך, וואס דארפן א באגלייטער, וואס דארפן א וועג ווייזער, 200 קינדערלעך וואס עס ליגט די חוב אויף כלל ישראל זיי צו דערפרייען. 40 אלמנות/אלמן'ס וועלכע דארפן הילף מיט די קינדערלעך, און הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זייערע קינדערלעך.

עס ליגט אויף כלל ישראל א חוב קדוש, זיך מטפל צו זיין מיט די קינדערלעך, אויף צו לייכטן זייער עתיד, זיי צו דערפרייען ווען עס גייט זיי שווער, זיי מחזק זיין ווען זיי זענען שרוי בצער.

אבער טייערע אידן, אנצוהאלטן מיט די אלע קריטישע אקטיוויטעטן לטובת די יתומים, וואס האלט שוין יעצט ביי א סך הכל פון בערך 1000 יתומים, קאסט אפ אסטראנאמישע סכומים. אור חדש האט נישט די פינאנצן צו קענען צושטעלן אלע פראגראמען פאר די יתומים צוליב די שרעקליכע וואוקס וואס איז געקומען מיט אזא שנעלקייט.

טייערע ברודער מיר ווילן נישט דארפן שניידן פון די קריטישע אקטיוויטעטן, און מיר וועלן נישט שניידן. מיר וועלן ממשיך זיין פונקט ווי פריער, און אפשר נאך מער. אבער מיר מוזן דרינגענד צוקומען צו די הילף פון אחינו בני ישראל, אז מיר זאלן דאס קענען אויספירן.

א יעדער יתום קאסט אונז אפ איבער $1,500 דאללער א יאר, וואס דאס קומט אויס איבער א מיליאן פינף הונדערט טויזענט דאללער א יאר!

די הייליגע תורה זאגט אין פרשת ראה "ושמחת לפני ה' אלקיך אתה ובנך ובתך וגו' והיתום והאלמנה אשר בקרבך" זאגן אויף דעם די הייליגע חז"ל, אמר הקב"ה אם אתה משמח את שלי, אני משמח את שלך.

טייערע אידן! דארפן מיר דען א בעסערע הבטחה פונעם רבוש"ע אליין? אז דו וועסט משמח זיין די יתומים ואלמנות, וועט די רבוש"ע משמח זיין אייך מיט אייערע משפחות! כאפט אריין דעם געלעגנהייט משמח צו זיין 1000 יתומים, און הונדערטער אלמנות.

זייט מנדב ברוח נדיבה, און ברענגט ארויף א שמייכל אויפן פנים פון א יתום'ל. דערפרייט זייער צובראכענע הערצער. און דורך דעם וועט איר זוכה זיין אז די רבוש"ע אליין זאל משמח זיין אייך מיט אייער משפחה.

https://www.charidy.com/oc

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 22, 2020 12:54 am

יישר כח פאר'ן אהערברענגען דעם לינק, איך האב מיך יעצט משתתף געווען.

איך בין פערזענליך באקאנט מיט די פעולות פון "אור חדש", און ווייס די וויכטיגקייט פונעם צוועק.

געבט אידעלעך געבט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך moishy56 » זונטאג מאי 24, 2020 8:36 am

איזי גאואינג האט געשריבן:נאכ׳ן זעהן דא דארטן ווי מענטשען זיכען די קאמפיינ׳ס פון געוויסע נפטרים, האב איך צוזאגעשטעלט א שטיקל וועבזייטל מיט אלע קאראנא קאמפיינס מיט א ״זוך״ אפציע און אויך די סך הכל אויפגעטריבן דורך כלל ישראל

מי כעמך ישראל!

https://coronacampaigns.org

.

crowd funding.jpeg
crowd funding.jpeg (313.87 KiB) געזעהן 256 מאל

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג מאי 25, 2020 12:36 pm

די קאמפיין איז לייוו
זייסט ענק משתתף!
https://www.charidy.com/oc
a7a98915771a2f340f8dec96d4a319af_1590389483.jpg
a7a98915771a2f340f8dec96d4a319af_1590389483.jpg (583.58 KiB) געזעהן 182 מאל

930115e6bb786ea50e2a693441183673_1590389466.jpg
930115e6bb786ea50e2a693441183673_1590389466.jpg (626.51 KiB) געזעהן 179 מאל

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג מאי 25, 2020 12:41 pm

זיי האבן דאך נארוואס גענדיגט א ראפפעל קאמפיין
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג מאי 25, 2020 12:45 pm

און זייט דעמאלסט איז צוגעקומען ליידער פרישע 40 נייע משפחות רח"ל

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך אדם הראשון » דינסטאג מאי 26, 2020 5:53 pm

זעה איך אז זיי האבן שוין געהעכערט דעם ציל. ב"ה אידן געבן און געבן

BONUS ROUND
$816,126
108% OF ORIGINAL GOAL $ 750,000 USD

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל

תגובהדורך לייטער » דינסטאג מאי 26, 2020 11:24 pm

רבותי ווארפט אריין נאך 37 מניט https://www.charidy.com/oc


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט