צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

איציק מעכל
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:44 pm

צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך איציק מעכל » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:46 am

הרה"ק ישמח משה זי"ע האט געזאגט בשעת א מגיפה אין זיין צייט אז מען זאל קוקן אויף זיין צורה וועט מען ניצול ווערן
און געזאגט אפילו אויף א בילד.
סיפור נורא דערציילט דורך הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע.
https://drive.google.com/open?id=1ya3q- ... MbQN2wWjAb
צוגעלייגטע
תמונה ישמח משה.jpeg
תמונה ישמח משה.jpeg (20.17 KiB) געזעהן 1537 מאל

גברא רבא
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג מארטש 30, 2020 10:31 am

דאכט זיך מיך אז אין ספר דער הייליגע קדושת יום טוב ברענגט אז הרה"ק מסאטמאר האט פארציילט די מעשה אויפן ייטב לב.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג מארטש 30, 2020 10:41 am

יישר כוח איציק מיכל תזכה למצוות!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג מארטש 30, 2020 10:47 am

איציק מעכל האט געשריבן:און געזאגט אפילו אויף א בילד

מקור?

איציק מעכל
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:44 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך איציק מעכל » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:14 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:און געזאגט אפילו אויף א בילד

מקור?

הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:18 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:און געזאגט אפילו אויף א בילד

מקור?

ביי אינוז האט מען געוויסט אז א בילד איז טרפה...
צדקים האבען קיינמאל געלאזט כאפען בילדער פין זיך.
ווען איך בין געווען א קינד האט כמעט קיין איין פאמליע פין אונזערע חיידר (סאטמער סאיז געווען נאר איינס)געהאט א קעמערע...
ביי חתונה איז געווען נאר ביי די לעדיס.

שווער צי גלייבען אז א צדיק האט געזאגט מזאל קיוקען אויף זיין בילד .
Sorry for my misspellings

גברא רבא
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:32 am

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:און געזאגט אפילו אויף א בילד

מקור?

ביי אינוז האט מען געוויסט אז א בילד איז טרפה...
צדקים האבען קיינמאל געלאזט כאפען בילדער פין זיך.
ווען איך בין געווען א קינד האט כמעט קיין איין פאמליע פין אונזערע חיידר (סאטמער סאיז געווען נאר איינס)געהאט א קעמערע...
ביי חתונה איז געווען נאר ביי די לעדיס.

שווער צי גלייבען אז א צדיק האט געזאגט מזאל קיוקען אויף זיין בילד .

הרה"ק מסאטמאר איז געווען זייער אויסגעשפראכן אנטקגען בילדער און ער האט פארציילד די מעשה ווי דערמאט אויפן ייטב לב

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך אביונה » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:18 pm

אויף דעם גייט דאך די מעשה, אז ער [אדער דער ייטב לב] האט געזאגט... 'נאר בלייבט נאר און מקח בלייבט מקח'...

סאו, אז 'מקח בלייבט מקח' לכאורה האט דאך דער סגולה א שטארקע מקום
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך אוצרות ליסקא » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:20 pm

מתוך ספר דרכי הישר והטוב, שנכתב וי"ל ע"י נכדו רבי זאב וואלף גאלדבערגער ז"ל בן הגה"צ רבי יוזפא גאלדבערגער חתן הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע, וחתן דודו הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע.
צוגעלייגטע
דעת קדשו של הגהק רבי צבי הירש מליסקא זיע אודות תמונת רבו בעל ישמח משה.jpg
דעת קדשו של הגהק רבי צבי הירש מליסקא זיע אודות תמונת רבו בעל ישמח משה.jpg (243.18 KiB) געזעהן 1156 מאל

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:37 pm

ס'איז מסתבר אז א געמאלענע בילד איז אפשר אנדערש ווי א בילד פון א קעמערע
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:38 pm

איך ציטיר וואס איך האב געשריבן דא אין מיין נסיעה לאונגארן טאג בוך.


— ערב שב"ק טהרה.

אוהעל, אונגארן:


...

איינער פון פארזאמלטע האט איבערגעגעבן א וואונדערליכן סיפור, א פערזענליכע בדידיה הוה עובדא וואס עס האט דערציילט הרה"ח ר' שלמה זלמן ווירצבערגער ע"ה, מחשובי חסידי סאטמאר פון בני ברק יצ"ו. (איך שרייב נאר דעם שפיץ פון די עובדא מפי זכרון. מעגליך אז איך האב אויסגעלאזט געוויסע פרטים וואס איך געדענק נישט אזוי קלאר.)

אין די ימי הזעם איז רבי שלמה זלמן ע"ה, צוזאמען מיט א גרופע‏ צוואנגס-ארבייטער אונטערן אויפזיכט פון אפיצירן, אדורכגעפארן דעם שטאט אוהעל. וילן שם כי בא השמש, און רבי שלמה זלמן קלערט צו זיך: אפשר שעברתי על מקום שהתפללו אבותי ולא התפללתי בו. אין דעם סאמען פינסטערע אשמורה, מיט די כוכבי אור אלץ שמירה, ער שארט זיך ארויס פון זיין אכסניא און שפאנט געשווינד צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה. צי לאנג האט ער זיך נישט געקענט אויפהאלטן; מיט א לב נשבר שטעלט ער זיך ביים ציון, ער זאגט א פאר קאפיטלען תהלים און תיקף ער דרייט זיך אויס ארויסצוגיין. אבער צו זיין שרעק ער באמערקט אז דער קלאמקע אויפן דלת איז נעול מאחוריו! ווארטן ביז אינדערפרי אז עמיצער זאל עפענען דעם פארקלאפטן ריגל קומט געוויס נישט אין באטראכט. אויב זיינע אויבערהארן וועלן דערשמעקן אז דער אידל איז נעלם געווארן איז דאך אחת דתו. בצר לו, החזיר פניו צום ציון פונעם גרויסן צדיק און איז ווייטער מתפלל אז ער זאל ניצל ווערן מכל צרה וצוקה.

מיטאמאל הערט א קול פון קוויטשנדע אנגלען. אינסטיקטיוו, ער דרייט זיך אויס און ער זעהט ווי אן עלטערע איד עפנט דעם טיהר און קומט אריין אין ביה"ח. דער איד ווענדט זיך צו אים און זאגט "בחור'ל, וואס זוכסטו דא אינמיטן די נאכט. גיי אהיים געשווינד!" רבי ש"ז האט נישט געזוימט קיין רגע. מיט די נשמה אין די האנט ער גליטשט זיך ארויס פון בית עלמין און פליהט צוריק צו זיין קוואטיר כמתחוי קשת, אן דעם וואס א שווארץ אויג זאל באמערקן אז ער איז אנטרינען פאר א וויילע.

א יאר-צוויי שפעטער, ווען דער ביטערער קריג איז שוין געווען פאריבער, איז רבי ש"ז אנגעקומען אין א ביהמ"ד אין א געוויסע אשכנז'ישע שטאט, און ער באמערקט דארט א ספר ישמח משה ליגן אויפן טיש. ער עפנט אויף דעם ערשטן בלאט, און זעהט אז עס איז דארט אריינגעקלעבט א בילד (פילייכט דעם באקאנטן בילד) פונעם בעל מחבר, דער הייליגער ישמח משה. ער שפירט ווי זיין הארץ פארפעלט א קלאפ! — "דאס איז דאך גענוי דער זקן וואס האט מיר געעפענט דעם טויער דארט ביים ציון!" איצט האט ער פארשטאנען אז דער הייליגער צדיק אליין האט זיך אין יענע קריטישע מינוטען מטריח געווען אים צו ראטעווען פון א סכנה.

ביי איינע פון די נסיעות פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל קיין ארץ הקודש האט רבי שלמה זלמן ע"ה דערציילט דעם דאזיגן עפיזאד, און רבינו הק' — וועלכער איז כידוע געווען א קנאפע חסיד פון סתם מעשיות — איז געווען שטארק מרוגש, און ער האט אים אויסגעפרעגט און איבערגעפרעגט אלע פרטים פון די מעשה.

(עיין בספה"ק ישמח משה שלהי פרשת תצוה דרוש נפלא על מאמר חז"ל גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן, עיי"ש. זכותו יגן עלינו.)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:02 pm

געשמאקער האט געשריבן:ס'איז מסתבר אז א געמאלענע בילד איז אפשר אנדערש ווי א בילד פון א קעמערע

לא זכיתי להבין הסברא

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:20 pm

ביי צדיקים וואס זענען געווען קעגן בילדער איז דאס די זעלבע זאך
דער בך משה זצ"ל האט אוועקגעמאכט דאס וואס מענטשן לייגן א בילד פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע אלס סגולה קעגן מייז אדער אנדערע פגעים רעים.
ער האט געזאגט, אז עס קען נישט זיין אז א זאך וואס צדיקים זענען געווען דערקעגן זאל האבן א סגולה.
ער פלעגט זאגן מען זאל לייגן א צעטל רבי ישעי' ב"ר משה.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:06 pm

איציק מעכל האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:און געזאגט אפילו אויף א בילד

מקור?

הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"


איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט,
און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:12 pm

מרן הייטב לב זצוק"ל
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:13 pm

מרן הייטב לב זצוק"ל
צוגעלייגטע
R_y_y_teitelbaum.jpg
R_y_y_teitelbaum.jpg (12.67 KiB) געזעהן 981 מאל
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:14 pm

מחשב האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:און געזאגט אפילו אויף א בילד

מקור?

הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"


איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט,
און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.

נו, רבי נפתלי'טשע זצ"ל איז מחולק מיט אייך.

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:16 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:מרן הייטב לב זצוק"ל

דאס איז ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל אבד"ק סיגוט בעפארן קריג, זוהן פון מרן העצי חיים זצ"ל

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:21 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:מרן הייטב לב זצוק"ל

דעם בילד קען איך אלס מרן הרה"ק ר' יקותיאל יודא הי"ד בן מרן העצי חיים זי"ע, אב"ד סיגוט, א ברודער מיט'ן רבי'ן דער ברך משה זי"ע

------
האקט
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:24 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:און געזאגט אפילו אויף א בילד

מקור?

הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"


איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט, און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.

נו, רבי נפתלי'טשע זצ"ל איז מחולק מיט אייך.


נישט מיט מיר, נאר מיט דער וואס האט מיר דאס פארציילט, אדער מיט ווי אזוי מ'פארציילט די מעשה אין סאטמאר (כ'מיין אז אזוי שטייט אין ספה"ק מושיען של ישראל..).

איך נעם פארשטייט זיך נישט קיין שטעלונג.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:26 pm

מחשב האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מקור?

הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"


איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט, און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.

נו, רבי נפתלי'טשע זצ"ל איז מחולק מיט אייך.


נישט מיט מיר, נאר מיט דער וואס האט מיר דאס פארציילט, אדער מיט ווי אזוי מ'פארציילט די מעשה אין סאטמאר (כ'מיין אז אזוי שטייט אין ספה"ק מושיען של ישראל..).

איך נעם פארשטייט זיך נישט קיין שטעלונג.

איך האב געהערט די מעשה מיט יארן צוריק פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) אז די מעשה איז געווען מיט'ן ייטב לב זי"ע, און לויט די יארן מאכט עס מער סענדז ווייל אין די ייטב לב'ס צייטן איז געווען די מגיפה פון כולעריא
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:37 pm

טשאלענט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"


איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט, און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.

נו, רבי נפתלי'טשע זצ"ל איז מחולק מיט אייך.


נישט מיט מיר, נאר מיט דער וואס האט מיר דאס פארציילט, אדער מיט ווי אזוי מ'פארציילט די מעשה אין סאטמאר (כ'מיין אז אזוי שטייט אין ספה"ק מושיען של ישראל..).

איך נעם פארשטייט זיך נישט קיין שטעלונג.

איך האב געהערט די מעשה מיט יארן צוריק פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) אז די מעשה איז געווען מיט'ן ייטב לב זי"ע, און לויט די יארן מאכט עס מער סענדז ווייל אין די ייטב לב'ס צייטן איז געווען די מגיפה פון כולעריא


דא
http://www.mysatmar.com/docs/bb/yisro1.pdf
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23381
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:43 pm

לאפוש'ער רב ז"ל ברענגט עס אין תהלה למשהאויפן ייטב לב, ואולי שטאמט טאקע פון דעם דער טעות.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (78.99 KiB) געזעהן 923 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:50 pm

די באקאנטע חולה-רע אויסבראך אין שנת תקצ"א איז פארגעקומען בערך 10 יאר בעפאר די פטירה פון מרן הרה"ק הישמח משה זצ"ל.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 3:28 pm

טשאלענט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"


איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט, און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.

נו, רבי נפתלי'טשע זצ"ל איז מחולק מיט אייך.


נישט מיט מיר, נאר מיט דער וואס האט מיר דאס פארציילט, אדער מיט ווי אזוי מ'פארציילט די מעשה אין סאטמאר (כ'מיין אז אזוי שטייט אין ספה"ק מושיען של ישראל..).

איך נעם פארשטייט זיך נישט קיין שטעלונג.

איך האב געהערט די מעשה מיט יארן צוריק פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) אז די מעשה איז געווען מיט'ן ייטב לב זי"ע, און לויט די יארן מאכט עס מער סענדז ווייל אין די ייטב לב'ס צייטן איז געווען די מגיפה פון כולעריא


אזוי שטייט אויך אין הללו עבדי ה', פון ר' משה ארי' פריינד זצ"ל.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט