מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך מחשב » זונטאג מארטש 29, 2020 6:16 pm

ס'איז א מבוכה אין די פוסקים. די שאלה איז צו מ'גייט נאך הנאת גרונו, אדער הנאת מעיו.

ביטע שרייבט אויב איר האט באקומען א פסק דערוועגן.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך נודניק » זונטאג מארטש 29, 2020 7:06 pm

איך קען פילן צו סאיז זיס אדער ביטער,

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג מארטש 29, 2020 8:16 pm

נודניק האט געשריבן:איך קען פילן צו סאיז זיס אדער ביטער,

טעם האט אויך מיטן נאז איינגעלייגט אבער זיס, ביטער, שארף, זויער, זאלציג האט מיטן צונג און דאס ארבערט געהעריג

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 29, 2020 8:58 pm

נודניק האט געשריבן:איך קען פילן צו סאיז זיס אדער ביטער,

דאס מיינט אז דיין חוש הטעם ארבעט מסתמא געהעריג, דו האסט פשוט נישט געוואוסט ביז היינט וויפיל דער חוש הריח גיבט צו צום טעם.

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך נודניק » זונטאג מארטש 29, 2020 9:29 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:איך קען פילן צו סאיז זיס אדער ביטער,

דאס מיינט אז דיין חוש הטעם ארבעט מסתמא געהעריג, דו האסט פשוט נישט געוואוסט ביז היינט וויפיל דער חוש הריח גיבט צו צום טעם.



איך שפיר נישט קיין שום טעם אויסער ביטער, ציפ, אין זיס,

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך מחשב » זונטאג מארטש 29, 2020 10:30 pm

נודניק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:איך קען פילן צו סאיז זיס אדער ביטער,

דאס מיינט אז דיין חוש הטעם ארבעט מסתמא געהעריג, דו האסט פשוט נישט געוואוסט ביז היינט וויפיל דער חוש הריח גיבט צו צום טעם.



איך שפיר נישט קיין שום טעם אויסער ביטער, ציפ, אין זיס,


די ''טעיסט באדס'' פון די מויל זענען בעיקר פאראנטווארטליך פאר די 5 חלקים פון 'טעם'. זיס, זויער, זאלציג, ביטער, אומאני (איך ווייס נישט אקוראט וואס דאס איז). רוב 'טעם' וואס מ'שפירט קומט פון די נאז. די אלע גערוכן, אראומעס, זענען די וואס מאכן די עיקר חילוק פון איין סארט מאכל צו דער אנדערער. עס זענען אויך דא נאך נערווען וואס זענען ממונה אויף נאך חלקים, ווי למשל: היץ, קעלט, טעקסטשער, אדער עקסטרעמע טעמים ווי למשל: מינט, דער ציפ פון שארפע ספייסי פעפער. די סארט נערווען זענען פלאצירט אין די מויל/צונג, האלז, נאז, אויג.

מיר ווערן געבוירן מיט ארום 10,000 "טעיסט באדס"!, יעדע איינע פון זיי האט צווישן 10 ביז 50 צעלן וואס שיקן די מעסידזשעס פונעם טעם צום מוח. זיי זענען פלאצירט אויף די צונג, דאַך פונעם מויל, און אין די האלז. די טעיסט באדס זענען גלייך צושפרייט אויפן גאנצן צונג (נישט ווי מ'האט אמאל געמיינט אז זיי זענען צוטיילט אויף באזונדערע חלקים אויפן צונג), די צעלן טוישן זיך יעדע 7-10 טעג. ווען מ'ווערט עלטער בערך ביי די פופציג יאר, פאנגט מען אן צו פארלירן די באדס, צומאל קען מען פארלירן אזויפיל ווי האלב, דאס הייסט אז מ'בלייבט איבער מיט בלויז 5,000 "טעיסט באדס", (זאלסט דיך אלזא נישט צוקראצן ווען דיין טאטע קאמענטירט נעגאטיוו אויף דיין אשת חיל'ס עסן...). נאך פאקטארן קענען אויסמאכן צו פארלירן א טייל פון די חוש הטעם, צווישן זיי רויכערן. אזויפיל ווי 19% אמעריקאנער העכער די עידזש פון 40 באריכטן געוויסע טוישונגען אין זייער חוש הטעם.

דער פארלוסט פון שמעק ווערט אנגערופן Anosmia, און דער פארלוסט פון טעם Ageusia. אין די סימפטאמען פון די קאראנע וויירוס ווערן ביידע אריינגערעכנט. למשל אני הקטן, האב פאר א שטיק צייט ניטש געפילט קיין שום חילוק פון וואס איך האב געגעסן, נישט זיס, זויער, וכו', ניטאמאל טעקטשער האב איך געהעריג געשפירט, ווי די חילוק פון פליסיג און הארט. ב"ה יעצט איז שוין בעסער, כאטש מיין שמעק מעגליכקייט האלט נאך ביי נאול.. מיין נאז איז שוין אנגעפילט מיטן טאביק און איך האב נאך נישט זוכה געווען צו נהנה זיין דערפון...

מה רבו מעשיך ה'!
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 29, 2020 10:39 pm

שיינע שיעור.

א דאנק!

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך פליטה גדולה » דינסטאג אפריל 07, 2020 3:04 pm

געהערט פון איינעם א גוט ווארט. מיר אידישע קינדער האבן א בענעפיט פון נישט שפירן א טעם אין עסן לכבוד די וויירוס אזוי אז ביז פסח קומט שוין בעז"ה צוריק דעם טעם אין מויל און אזוי ארום וועט מען קענען עסן די מצה לתיאבון מיט א ריכטיגע אפעטיט, און ווער רעדט נאך די קרבן פסח וואס מיר וועלן עסן נאך היי יאר אין ירושלים.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: מאכן א 'ברכה' ווען מ'שפירט נישט קיין טעם.

תגובהדורך פארשער » זונטאג יולי 19, 2020 7:34 pm

מחשב האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:איך קען פילן צו סאיז זיס אדער ביטער,

דאס מיינט אז דיין חוש הטעם ארבעט מסתמא געהעריג, דו האסט פשוט נישט געוואוסט ביז היינט וויפיל דער חוש הריח גיבט צו צום טעם.



איך שפיר נישט קיין שום טעם אויסער ביטער, ציפ, אין זיס,


די ''טעיסט באדס'' פון די מויל זענען בעיקר פאראנטווארטליך פאר די 5 חלקים פון 'טעם'. זיס, זויער, זאלציג, ביטער, אומאני (איך ווייס נישט אקוראט וואס דאס איז). רוב 'טעם' וואס מ'שפירט קומט פון די נאז. די אלע גערוכן, אראומעס, זענען די וואס מאכן די עיקר חילוק פון איין סארט מאכל צו דער אנדערער. עס זענען אויך דא נאך נערווען וואס זענען ממונה אויף נאך חלקים, ווי למשל: היץ, קעלט, טעקסטשער, אדער עקסטרעמע טעמים ווי למשל: מינט, דער ציפ פון שארפע ספייסי פעפער. די סארט נערווען זענען פלאצירט אין די מויל/צונג, האלז, נאז, אויג.

מיר ווערן געבוירן מיט ארום 10,000 "טעיסט באדס"!, יעדע איינע פון זיי האט צווישן 10 ביז 50 צעלן וואס שיקן די מעסידזשעס פונעם טעם צום מוח. זיי זענען פלאצירט אויף די צונג, דאַך פונעם מויל, און אין די האלז. די טעיסט באדס זענען גלייך צושפרייט אויפן גאנצן צונג (נישט ווי מ'האט אמאל געמיינט אז זיי זענען צוטיילט אויף באזונדערע חלקים אויפן צונג), די צעלן טוישן זיך יעדע 7-10 טעג. ווען מ'ווערט עלטער בערך ביי די פופציג יאר, פאנגט מען אן צו פארלירן די באדס, צומאל קען מען פארלירן אזויפיל ווי האלב, דאס הייסט אז מ'בלייבט איבער מיט בלויז 5,000 "טעיסט באדס", (זאלסט דיך אלזא נישט צוקראצן ווען דיין טאטע קאמענטירט נעגאטיוו אויף דיין אשת חיל'ס עסן...). נאך פאקטארן קענען אויסמאכן צו פארלירן א טייל פון די חוש הטעם, צווישן זיי רויכערן. אזויפיל ווי 19% אמעריקאנער העכער די עידזש פון 40 באריכטן געוויסע טוישונגען אין זייער חוש הטעם.

דער פארלוסט פון שמעק ווערט אנגערופן Anosmia, און דער פארלוסט פון טעם Ageusia. אין די סימפטאמען פון די קאראנע וויירוס ווערן ביידע אריינגערעכנט. למשל אני הקטן, האב פאר א שטיק צייט ניטש געפילט קיין שום חילוק פון וואס איך האב געגעסן, נישט זיס, זויער, וכו', ניטאמאל טעקטשער האב איך געהעריג געשפירט, ווי די חילוק פון פליסיג און הארט. ב"ה יעצט איז שוין בעסער, כאטש מיין שמעק מעגליכקייט האלט נאך ביי נאול.. מיין נאז איז שוין אנגעפילט מיטן טאביק און איך האב נאך נישט זוכה געווען צו נהנה זיין דערפון...

מה רבו מעשיך ה'!

זייער אינפארמאטיוו.
א דאנק!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: moshenies און 13 געסט