זאלן די מוסדות ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאלן די מוסדות ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג?

די מוסדות זאל ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג
55
26%
די מוסדות זאל טשארדשען שכר לימוד מיט אן הנחה
98
46%
די מוסדות זאל נישט טשארדשען שכר לימוד יעצט
59
28%
 
סך הכול שטימען: 212

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: זאלן די מוסדות ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג?

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג מאי 24, 2020 12:20 am

נאך איינער האט געשריבן:C/p

אויף מיין קרעדיט קארד ביל זע איך א טשארזש פון העכער 400 דאלער וואס מיין שול גבאי האט געסווייפט אן מיר זאגן א ווארט.

קלינג איך אים אן פרעגן פשט? זאגט ער אז איך בין געווענליך עולה יעדע וואך אין ביהמ''ד און איך שנד'ר 18 דאלער, אמאל ווארף איך א פופציגער, פסח שנד'ר איך א הונדערטער געווענליך און מקוה א פופציגער יעדע חודש.

אבער כ'זיץ דאך אינדערהיים שוין דריי חדשים וואס מקוה ווען עליה? פראטעסטיר איך אריין אינעם טעלעפאון.

און וואו זענען דיינע קינדער די לעצטע דריי חדשים? פרעגט ער מיר מיט קאנפידענס, און שכר לימוד האסטו געצאלט יא? יא נו שוין.

יא יא, איר זענט גערעכט, זאג איך אים. א גוטן שבת

א גוטע צושטעל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

zurich
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: זאלן די מוסדות ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג?

תגובהדורך zurich » זונטאג מאי 24, 2020 12:56 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:C/p

אויף מיין קרעדיט קארד ביל זע איך א טשארזש פון העכער 400 דאלער וואס מיין שול גבאי האט געסווייפט אן מיר זאגן א ווארט.

קלינג איך אים אן פרעגן פשט? זאגט ער אז איך בין געווענליך עולה יעדע וואך אין ביהמ''ד און איך שנד'ר 18 דאלער, אמאל ווארף איך א פופציגער, פסח שנד'ר איך א הונדערטער געווענליך און מקוה א פופציגער יעדע חודש.

אבער כ'זיץ דאך אינדערהיים שוין דריי חדשים וואס מקוה ווען עליה? פראטעסטיר איך אריין אינעם טעלעפאון.

און וואו זענען דיינע קינדער די לעצטע דריי חדשים? פרעגט ער מיר מיט קאנפידענס, און שכר לימוד האסטו געצאלט יא? יא נו שוין.

יא יא, איר זענט גערעכט, זאג איך אים. א גוטן שבת

א גוטע צושטעל.

דע חילוק איז אז דיין מוסד האט דיר אין בודם, אין צום סוף וועסטו מוזן באצאלן אויב זיי פארלאנגען.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאלן די מוסדות ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג?

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג מאי 24, 2020 2:27 am

אפשר סטאפן מוסדות טזשארדזשען, און אנשטאט וועלן יעדע 5 קינדער דינגן א טויגליכן אינגערמאן. מען וועט עפעס גיבן פארן עכטן מלמד צו אויסער לערנען מיט זיינע פאר קינדער אויך קאארדענירן. וואס איז שלעכט? עס קען זיין א טובה אפילו פאר אסאך קינדער
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איכאדאמרי, אלי' מקוה יוד, האק א לעבן, ירוושלמי22, קלוגער און 20 געסט