קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 12:54 am

באריכט האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:אינטערסאנט. איך קען איינער וואס האט עס געהאט אויף גאר א שווערע פארנעם בתוך שאר חולי ישראל ארום פסח, און יעצט האט עס זיין ווייב באקומען אויף א שווערע פארנעם. דעס איז זיכער, אונז ווייסען אזוי ווייניג אז עס איז שרעקעדיג.

וואס איז אינטרסאנט? זיין ווייב האט פאר א געוויסע סיבה נישט געכאפט פונעם מאן , און יעצט האט זי עס געכאפט פון א חתונה וכו' ופשוט הוא..

דעס איז דאך אינטערסאנט. אזא אנשטעקעדיגע וויירוס און א פרוי כאפט עס נישט פון די אייגענע מאן? והכא ליכא לתרץ ווי פיל ווילען זאגן אז גאר אסאך מענטש זענען נאטירלעך אימיונד, וויבאלד שפעטער האט זי עס יא באקומען. אויב האסטו א הסבר וואלט איך מיך געפריידט.
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג

מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 1:00 am

אז עס זענען דא וואס קענען ווייטער אנשטעקן, און עס זענען דא וואס נישט. עס זענען דא סופער ספרעדערס, און אסאך וואס קענען האבן אן די מעגליכקייט פון פארשפרייטן. דאס קען אויך סיין אפשר פארוואס אסאך פרויען וואס גייען נישט ארויס אזוי סאך, האבן עס נישט געהאט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:47 am

א דאקטאר האט מיר געזאגט אז ער האט שוין געזען ביי אסאך, אז נישט יעדער כאפט עס פון יעדן, ס'זענען פארהאן עטליכע סטרעינס, עס זענען דא וואס כאפן עס פון איינעם נישט, און שפעטער פון א צווייטן יא..

אוועטאר
קווערטי
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 28, 2010 1:10 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך קווערטי » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:05 am

די לאקאלע מידיע באריכט נעכטן און היינט איבער א שענק הויז אויף די 61'סטע גאס וואס אויטאריטעטן האבן געבלאוועט איי-נעכטן שפעט אויפדערנאכט, אדער מער נעכטן אין די פארטאגס שטונדן צוליב א שווערע איבערפלוס פון שיכורים וואס האבן געהיולעט און פארברענגט דארטן פאר לאנגע שעה'ן טראץ די וויירוס רעגולאציעס. באאמטע געבן איבער אז עס זענען דארט געווען 281 פערזאנען, אריינגערעכנט א קליין 10 יאריג קינד.

דאס 10 יעריג קינד איז געווען גאר הויעך און אנגעטרינקען. א פארברעך פאר זיך.

דער שענק איז אינטער די אייגנטום פון א אינגער כינעזער ביזנעסמאן, דאס קען מאכן דעם קלאגע קעגן איהם פיל שווערער נאכהער וואס לויט ווי טראמפ און זיין אדמינסטראציע שווערן זיך, זענען די כינעזער שילדיג אין דעם ווירוס וואס בוזשעוועט אן אפשטעל ארום די גאנצע וועלט. דאס הייסט טראמפ קען זיך ארויפכאפן אויף דעם אלס א באווייז אז די כינעזער ארבעטן אויף אלע פראנטן צי פארשפרייטן דעם ווירוס ווי מער. ה"י

די לאקאלע ראדיו האט אנהייב די נייעס איז ארויסגעקומען באטאונד אז דער אינצעדענט איז פארגעקומען אין בארא פארק, א געגענד וואס איז שוין באקאנט אלס איינע וואס פייפען זיך אן אין די געזינטהייט רעגולאציעס. די מידיע האט אבער שפעטער קלארגעשטעלט אז ס'האט נישט קיין שייכות מיט די אידישע קאמיוניטי.

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 12:40 pm

20200907_123958.jpg
20200907_123958.jpg (442.65 KiB) געזעהן 1204 מאל

Rimnitz
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Rimnitz » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 4:40 pm

די צייטונג בולטון

ניו יארקער העלט קאמישאנער

ווארנט איבער פארגרעסערטע

קאוויד ראטעס אין חרדי'שע

געגענטער

דער נייער העלט קאמישאנער פון די שטאט ניו יארק, דר. דעיוויד טשאקשי, האט זונטאג אווענט ארויסגעשיקט אן "אימעיל" צו די אידישע פּרעסע און מידיא, בעטנדיג אז מ'זאל איבערגעבן פאר די לייענער באזארגנדע קאוויד-19 נייעס, מיט די האפענונג אז דאס וועט ברענגען גינסטיגע רעזולטאטן.

ער שרייבט אז ער האט לעצטענס באמערקט א גרעסערע ראטע פון קאוויד-19 פאלן, אין א סאך געגענטער וואס האבן א גרויסע ארטאדאקסישע אידישע באפעלקערונג, און ער האט אויסגערעכנט עטליכע פון זיי, וואס ווען מ'פארגלייכט די ראטעס דארט צו די שכנות'דיגע געגנטער, זעט מען דעם אונטערשיד. צווישן די געגענטער מיט מער קאוויד פאציענטן זענען, וויליאמסבורג, בארא פּארק און מידוואוד אין ברוקלין, און פארעסט הילס און פאר ראקאוועי אין קווינס.

נאך מער, דער קאמישאנער שרייבט אז זיי באקומען אויך צייכנס וואס זיי באטראכט ווי "סיגנאלן" אין קלענערע טיילן פון יענע געגענטער, וואו עס איז געווען אן אומנארמאלער וואוקס אין קאוויד פאלן.

ער דערמאנט די טעלעפאנישע קאנפערענץ וואס איז אפגעהאלטן געווארן עטליכע וואכן צוריק מיט די אידישע פרעסע, וואו דער קאמישאנער האט געבעטן אז מ'זאל מער פארזיכטיג זיין, אבער מ'זעט נאך אלץ אז דאס איבערגעבן קאוויד זעט אויס אז עס טרעפט זיך מער אפט אין די קאמיוניטיס וואס זענען אין די געגענטער וואס איר דעקט, ווי אין א סאך אנדערע טיילן פון די שטאט. קאוויד-19 קען איבערגעגעבן ווערן פון אן ערוואקסענעם צו א קינד, און מ'זעט דאס אין פאמיליעס, אז קינדער נעמען זיך טאקע איבער פון עלטערע מענטשן אין טייל פון די קאמיוניטיס.

דער קאמישאנער דערמאנט אז די געגענטער וואו מ'זעט איצט אז מ'נעמט זיך מער איבער דעם ווירוס, זענען גאר שווער געטראפן געווארן אין די ערגסטע וואכן פון דעם פּאנדעמיק אין דעם פארלאפענעם פרילינג, "און מיר ווילן קיינמאל נישט צוריקגיין צו יענע שוידערליכע טעג", בעט זיך דער קאמישאנער.

ער שרייבט אויך, אז מיר מוזן באטאנען, אז די פריערדיגע ערפארונג פון קאוויד-19 אין יענע קאמיוניטיס - וואס מיינט אז א גרויסער עולם האט שוין געהאט דעם וויירוס - גאראנטירט נישט אימוניטעט פון צוקונפטיגע איבערנעמען זיך. די וויסנשאפט האט נאך נישט פעסטגעשטעלט אז קיין שום געגנט אין די שטאט ניו יארק, האט דערגרייכט "הערד אימיוניטי" ("טשערדע אימוניטעט", וואס מיינט אז גענוג מענטשן האבן שוין אימוניטעט נישט איבערצונעמען זיך דעם וויירוס, אז מ'דארף שוין נישט זיין באזארגט איבער די קליינע צאל מענטשן וואס האבן נישט די אימוניטעט, ווייל זיי וועלן זיך נישט האבן פון וועמען דאס איבערצונעמען), אדער אפילו ווילאנג די אימוניטעט האלט אן נאך דעם ווי עמיצער האט זיך ערהוילט פון קאוויד-19 (וואס מיינט, אז יענער מענטש האט "אנטיבאדיס").

אלע ניו יארקער, אריינגערעכנט קינדער, מוזן אויספאלגן די באווארענונגען, וואס נעמט אויך אריין וואשן די הענט, צודעקן דאס פּנים (אויב מ'איז שוין עלטער פון צוויי יאר), אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן, און בלייבן אינדערהיים אויב מ'איז נישט געזונט. יעדער מוז אויך פארמיידן גרויסע פארזאמלונגען, און זיך איזאלירן מיט א פארזיכערונג אויב מ'איז אויסגעשטעלט געווארן צו עמיצן אויף וועמען מ'האט פעסטגעשטעלט אז יענער האט געהאט קאוויד-19. אויב איזאלירן זיך אינדערהיים אויף א פארזיכערטן שטייגער איז שווער, קען די שטאט צושטעלן וואו אזעלכע מענטשן זאלן זיך אויפהאלטן, אדער אנדערע הילף מעגליכקייטן.

אלע ניו יארקער דארפן נעמען א טעסט. צו טרעפן א פּלאץ וואו מ'קען נעמען דעם טעסט, רופט 311, אדער גייט צום שטאטישן ספּעציעלן וועבסייט nyc.gov/covidtest.

דער קאמישאנער פירט אויס זיין ביטע-בריוו, אז מיר ווייסן אז יעדער וואס וואוינט אין די דאזיגע געגענטער, טיילט מיט אונזער טיפע זארג פאר זייערע פאמיליעס, פריינט און שכנים, און מיר בעטן אלע ניו יארקער צו טאן זייער חלק צו העלפן קאוויד-19 אוועקשטיין פון אונז.

דער קאמישאנער שרייבט עס אונטער מיט א דאנק און מיט דאנקבארקייט.

*

לויט די סטאטיסטיקס פון זונטאג, האט שוין א גאנצע וואך זיך יעדן טאג געהאלטן ביי בלויז 0.8 פּראצענט די פּראצענט ראטע פון די "פּאזיטיווע" רעזולטאטן פון די קאוויד טעסטס.

אין די שטאט ניו יארק איז אין דעם פארלאפענעם מעת לעת ביז זונטאג 1 אזייגער מיטאג צוגעקומען 295 קאוויד פאלן אבער עס איז ב"ה נישט געווען קיין פרישע פאטאליטעטן. בסך הכל זינט'ן אנהויב פון דעם פּאנדעמיק אין די שטאט איז געווען 236,009 קאוויד פאלן.

אין די גאנצע סטעיט איז צוגעקומען 729 פאלן אין דעם מעת לעת, ווייל עס איז געווען א גרויסער וואוקס אין אן אפּסטעיט קאונטי (ביי קאלעדזש סטודענטן). עס איז געווען 9 פאטאליטעטן וואס בסך הכל האלט די סטעיט פאטאליטעטן ביי 5,359, און עס איז שוין געווען 439,501 באשטעטיגטע קאוויד פאלן.

די צאל נייע מענטשן וואס קומען אריין אין שפּיטעלער איז אין די פארלאפענע וואך געווען צווישן 47 און 84, א טאג, און די שטאטישע געזונטהייט אינסטאנצן ווילן מיט אלע מעגליכקייטן פארזיכערן אז דער מצב זאל זיך נישט פארערגערן, צוליב דעם לייגט מען א גרויסן געוויכט ווען אימער מ'זעט אנדייטונגען פון פרישע פּראבלעמען אין א געוויסע געגענט, אז מ'זאל דאס "דערשטיקן", אראפּקלאפּן פאר עס ווערט ערנסטער.

*

איבעריג צו זאגן, מ'קען נישט גענוג ארויסהויבן און באטאנען די וויכטיגקייט און די וויכטיגע אינפארמאציע וואס מ'זעט אין דעם בריוול, און אויך וואס מ'זעט נישט אין דעם בריוו, נעמליך, דער קאמישאנער סטראשעט נישט, ער ווארענט נישט, ער פּרובירט "מיט גוטן", וואס יעדער געדענקט ווי אזוי עס האט אויסגעזען פּסח צייט, ווען די פּאליציי האט זיך אראפּגעלאזט ווי חיות אויף וויליאמסבורג און שפּעטער אויך אויף בארא פּארק, מיט מער שטרענגקייט ווי קעגן אנדערע וועלכע זענען נישט געגאנגען מיט א מאסק אויפ'ן פּנים, א.ד.ג.

מ'האלט איצט פאר די ימים נוראים, ווען מ'איז מתפּלל און מ'בעט זיך אויס א ניי געזונט יאר, זאל מען אויספאלגן די פארלאנגען אז דער קאוויד וואוקס פון די לעצטע פּאר וואכן זאל זיך אפּשטעלן. עס זאל דערשטיקט ווערן, און נישט ח"ו אז עס זאל נאך מער וואקסן וואס וועט צווינגען די אינסטאנצן צו נעמען שטרענגערע שריט, ווייל עס זענען פאראן זייער א סאך עלעמענטן וועלכע קוקן מיט א קרום אויג אויף אונז, ווי מ'קען דאס זען ביי כמעט יעדע פּרעסע קאנפערענץ פונעם מעיאר, אז ווען עס איז דא עפּעס א נעגאטיווע נייעס איבער א חרדי'שע געגענט אדער חרדי'שע אידן, האלט מען פאר דעם מעיאר אדער דעם קאמישאנער פארוואס מ'נעמט נישט גענוג שטרענגע שריט.

מיט אביסל פארזיכטיגקייט, קען מען זיך פארמיידן א סאך שברי לב, שוין אפּגערעדט פון היטן דאס געזונט, ווייל מיט דעם איז קאמישאנער שאקטשי גערעכט, קיינער וויל אפילו נישט חלומ'ען ח"ו צוריקצוגיין צו די ביטערע וואכן וואס מ'האט געהאט ארום א האלב יאר צוריק. זאל יעדער זיין געזונט און שטארק, און זיך אויפפירן מיט פארזיכטיגקייט

Rimnitz
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Rimnitz » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 4:43 pm

טשארט
צוגעלייגטע
20200907_164211.jpg
20200907_164211.jpg (243.88 KiB) געזעהן 979 מאל

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:03 pm

אין א ישיבה אין קרית יואל האט א בחור זייער נישט גוט געשפירט, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער נישט געקענט שמעקן און טעיסטן. יעצט פילן עטליכע פון די מגיד שיעורים נישט גוט, אבער די מנהל הייסט צוריקומען מיט טיילענאל.

ער טענהט אז עס קען נישט דיין קאראנע
שויתי ה' לנגדי תמיד

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פרוכט בוים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:23 pm

Goodmorning האט געשריבן:אין א ישיבה אין קרית יואל האט א בחור זייער נישט גוט געשפירט, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער נישט געקענט שמעקן און טעיסטן. יעצט פילן עטליכע פון די מגיד שיעורים נישט גוט, אבער די מנהל הייסט צוריקומען מיט טיילענאל.

ער טענהט אז עס קען נישט דיין קאראנע

לאמיר האפן אז די וואס זענען עוסק און רפואה אזוי ווי חברה הצלה אדער היימישע מעדיקעל אפיסעס ווי עזרת חולים וכד.
אז זיי וועלן אלאמירן דער ציבור מיט גיידענס אויב זיי זעהן א אויפשטייג אז די עלטערע זאלן זיך קענען וואטשן און מען זאל נישט דארפן פארשליסן די חדרים און צוריהאלטן פון א שטארקע פארשפרייטונג בכלל

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:25 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אין א ישיבה אין קרית יואל האט א בחור זייער נישט גוט געשפירט, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער נישט געקענט שמעקן און טעיסטן. יעצט פילן עטליכע פון די מגיד שיעורים נישט גוט, אבער די מנהל הייסט צוריקומען מיט טיילענאל.

ער טענהט אז עס קען נישט דיין קאראנע

לאמיר האפן אז די וואס זענען עוסק און רפואה אזוי ווי חברה הצלה אדער היימישע מעדיקעל אפיסעס ווי עזרת חולים וכד.
אז זיי וועלן אלאמירן דער ציבור אויב זיי זעהן א אויפשטייג אז די עלטערע זאלן זיך קענען וואטשן און מען זאל נישט דארפן פארשליסן די חדרים און צוריהאלטן פון א שטארקע פארשפרייטונג בכלל

ליידער זעט אויס ווי מען גייט מער בת היענה סטייל. עזרת חולים האט שוין איבער א וואך צוריק זיך ארויסגעדרייט פון טעסטן, כ פארשטיי אז טעסטן קען טאקע ברענגן צרות אבער איך פארשטיי נישט פארוואס זיי ווארענען נישט די עולם
שויתי ה' לנגדי תמיד

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך גלות איד » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:30 pm

פארוואס זאלן זיי יא ווארנען די עולם? גייט די עולם זיי אננעמען ערענסט??
חברה הצלה און קהילות ווי באבוב און סאטמאר זענען לעצטע וואך ארויס געקומען מיט א ווארנוג פאר עלטערע זיך צו היטן. האט איינער זיי אנגענומען ערענסט? די עולם האט דא אנגעהויבן פארפירן, היתכן מ'מאכט א פאניק, מ'פאלט פאר די דרוק פון די שטאטישע טאטעס וכו' וכו', איך קען אפילו נישט נאכברענגן אלע דברי הבאי.

אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, והחכם עיניו בראשו, און ווען ער זעהט א אויפשטייג היט ער מער אויף זיך און אויף עלטערע מענטשן, ולה' הישועה.

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פרוכט בוים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:33 pm

איך האף זיי זענען נישט אזעלעכע בת היענהס אזוי ווי פורום צייט
און אז זיי אלאמירן נישט, איז נישט ווייל מען איז פארנאכלעסיג אזוי ווי און די ווינטער נאר זיי האלטן פשוט אז די זאך איז סטאבעלזירט בעז"ה

מיר קוקט אויס ווי זאכן זענען בה מער צו די גוטע זייט איך האף איך בין גערעכט מען דארף אפשר אויפמערקזאם מאכן די יודן וואס האבן סימנים אדער פילן זיך נישט גוט אז זיי זאלן נישט זיין צווישן מענטשן און די משפחה אויב עס פעלט אויס זאלן בלייבן אינדערהיים

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:34 pm

פאקטן אז מענטשן האבן יעצט און דרייען זיך ארום דערמיט. לאמיר האפן עס וועט בלייבן ביי דעם
שויתי ה' לנגדי תמיד

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פרוכט בוים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:40 pm

גלות איד האט געשריבן:פארוואס זאלן זיי יא ווארנען די עולם? גייט די עולם זיי אננעמען ערענסט??
חברה הצלה און קהילות ווי באבוב און סאטמאר זענען לעצטע וואך ארויס געקומען מיט א ווארנוג פאר עלטערע זיך צו היטן. האט איינער זיי אנגענומען ערענסט? די עולם האט דא אנגעהויבן פארפירן, היתכן מ'מאכט א פאניק, מ'פאלט פאר די דרוק פון די שטאטישע טאטעס וכו' וכו', איך קען אפילו נישט נאכברענגן אלע דברי הבאי.

אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, והחכם עיניו בראשו, און ווען ער זעהט א אויפשטייג היט ער מער אויף זיך און אויף עלטערע מענטשן, ולה' הישועה.

איך האב נישט געזעהן די צעטל .און די תוכן .און וויזוי מען האט מודיע געווען. קען זיין מענטשן האבן געשפירט אז די צעטל איז אבי יוצא צו זיין און עס איז אפשר טאקע געווען נאר יוצא צו זיין

מודהאני
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 11:56 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך מודהאני » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:42 pm

Goodmorning האט געשריבן:אין א ישיבה אין קרית יואל האט א בחור זייער נישט גוט געשפירט, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער נישט געקענט שמעקן און טעיסטן. יעצט פילן עטליכע פון די מגיד שיעורים נישט גוט, אבער די מנהל הייסט צוריקומען מיט טיילענאל.

ער טענהט אז עס קען נישט דיין קאראנע

לפי עניות דעתי איז דער מנהל גערעכט

אויב איז עס טאקע קאראנא זאלן זיי זיך נישט ארום דרייען צווישן עולם
זיצן נאר אין ישיבה
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פרוכט בוים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:45 pm

מודהאני האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אין א ישיבה אין קרית יואל האט א בחור זייער נישט גוט געשפירט, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער נישט געקענט שמעקן און טעיסטן. יעצט פילן עטליכע פון די מגיד שיעורים נישט גוט, אבער די מנהל הייסט צוריקומען מיט טיילענאל.

ער טענהט אז עס קען נישט דיין קאראנע

לפי עניות דעתי איז דער מנהל גערעכט

אויב איז עס טאקע קאראנא זאלן זיי זיך נישט ארום דרייען צווישן עולם
זיצן נאר אין ישיבה

א שטיקל נקודה אויב די ישיבה האט א דארמיטארי פאר אלע בחורים טאמער נישט קען עס זיי א דיסטרובישען סענטער

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:46 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:
מודהאני האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אין א ישיבה אין קרית יואל האט א בחור זייער נישט גוט געשפירט, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער נישט געקענט שמעקן און טעיסטן. יעצט פילן עטליכע פון די מגיד שיעורים נישט גוט, אבער די מנהל הייסט צוריקומען מיט טיילענאל.

ער טענהט אז עס קען נישט דיין קאראנע

לפי עניות דעתי איז דער מנהל גערעכט

אויב איז עס טאקע קאראנא זאלן זיי זיך נישט ארום דרייען צווישן עולם
זיצן נאר אין ישיבה

א שטיקל נקודה אויב די ישיבה האט א דארמיטארי מיט פארשפארטע טירן... פאר אלע בחורים טאמער נישט קען עס זיי א דיסטרובישען סענטער
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג

מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך גלות איד » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:50 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:פארוואס זאלן זיי יא ווארנען די עולם? גייט די עולם זיי אננעמען ערענסט??
חברה הצלה און קהילות ווי באבוב און סאטמאר זענען לעצטע וואך ארויס געקומען מיט א ווארנוג פאר עלטערע זיך צו היטן. האט איינער זיי אנגענומען ערענסט? די עולם האט דא אנגעהויבן פארפירן, היתכן מ'מאכט א פאניק, מ'פאלט פאר די דרוק פון די שטאטישע טאטעס וכו' וכו', איך קען אפילו נישט נאכברענגן אלע דברי הבאי.

אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, והחכם עיניו בראשו, און ווען ער זעהט א אויפשטייג היט ער מער אויף זיך און אויף עלטערע מענטשן, ולה' הישועה.

איך האב נישט געזעהן די צעטל .און די תוכן .און וויזוי מען האט מודיע געווען. קען זיין מענטשן האבן געשפירט אז די צעטל איז אבי יוצא צו זיין און עס איז אפשר טאקע געווען נאר יוצא צו זיין

קוק דא און דא

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:59 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
פרוכט בוים האט געשריבן:
מודהאני האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אין א ישיבה אין קרית יואל האט א בחור זייער נישט גוט געשפירט, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער נישט געקענט שמעקן און טעיסטן. יעצט פילן עטליכע פון די מגיד שיעורים נישט גוט, אבער די מנהל הייסט צוריקומען מיט טיילענאל.

ער טענהט אז עס קען נישט דיין קאראנע

לפי עניות דעתי איז דער מנהל גערעכט

אויב איז עס טאקע קאראנא זאלן זיי זיך נישט ארום דרייען צווישן עולם
זיצן נאר אין ישיבה

א שטיקל נקודה אויב די ישיבה האט א דארמיטארי מיט פארשפארטע טירן... פאר אלע בחורים טאמער נישט קען עס זיי א דיסטרובישען סענטער

נישטא א ישיבה מיט דארמיטארי דא ישיבה קטנה
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: Re:

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:00 am

Goodmorning האט געשריבן:

מען צושפרייט עס פיין.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:01 am

אינטערעסאנט אז אזויפיל אפילו אינגערע בחורים און איינגעשטעלטע האבן עס יעצט, וואלט נישט געדארפט זיין מער מיט אימיוניטי?
שויתי ה' לנגדי תמיד

מודהאני
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 11:56 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך מודהאני » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:08 am

ווער זאגט אז דאס איז א ישיבה קטנה?

ווער זאגט בכלל אז זיי האבן עס
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:15 am

מודהאני האט געשריבן:ווער זאגט אז דאס איז א ישיבה קטנה?

ווער זאגט בכלל אז זיי האבן עס

איך ווייס. איך וויל נישט דא שרייבן פונקטליך, אפשר דארף מען יא.

פונקט קענען זיי נישט שמעקן און טעיסטן און פילן נישט גוט
שויתי ה' לנגדי תמיד

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: Re:

תגובהדורך דער בדחן » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:53 am

Goodmorning האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
פרוכט בוים האט געשריבן:
מודהאני האט געשריבן:
לפי עניות דעתי איז דער מנהל גערעכט

אויב איז עס טאקע קאראנא זאלן זיי זיך נישט ארום דרייען צווישן עולם
זיצן נאר אין ישיבה

א שטיקל נקודה אויב די ישיבה האט א דארמיטארי מיט פארשפארטע טירן... פאר אלע בחורים טאמער נישט קען עס זיי א דיסטרובישען סענטער

נישטא א ישיבה מיט דארמיטארי דא ישיבה קטנה

מען צושפרייט עס פיין.

דאס הייסט אז פארמאכען די מוסדות און בתי מדרשים האט געהאלפען עס אפשטעלן פאר פסח??

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: Re:

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:55 am

דער בדחן האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
פרוכט בוים האט געשריבן:א שטיקל נקודה אויב די ישיבה האט א דארמיטארי מיט פארשפארטע טירן... פאר אלע בחורים טאמער נישט קען עס זיי א דיסטרובישען סענטער

נישטא א ישיבה מיט דארמיטארי דא ישיבה קטנה

מען צושפרייט עס פיין.

דאס הייסט אז פארמאכען די מוסדות און בתי מדרשים האט געהאלפען עס אפשטעלן פאר פסח??

לכאורה, מען האלט אבער נישט דארט יעצט. יעצט איז גענוג צו מאכן בין הזמנים פריער פאר די ספעציפישע ישיבה, נישט מאכן גרויסע פארזאמלונגען, און ווארענען אינפעקטירטע צו בלייבן אינדערהיים
שויתי ה' לנגדי תמיד

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סאברע, שכל טוב און 13 געסט