קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

וואס איז די מצב מיט שמחות אין די סיטי די וואך?
איז געווען געצוימעט חתונות, אדער שטערונגען פון די בא'אמטע?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

זארג נישט האט געשריבן:ס'דא וואס זאגען אז עס גייט קומען א סעקענד וועיוו (און אפילו אז יא, ווער זאגט אז עס וועט זיין ווי דער ערשטע, און אפילו אויב ח"ו יא האט מען דאך צייט דעמאלט ווען עס ריקט זיך ח"ו אן), אבער קאומא זאגט מיט א דרייסטקייט אז ניין, מען האלט נאך אין מיטען דער ערשטע וועיוו (און היינט איז ווי א האלבע יאר צוריק!) ואין פוצה פה ומצפצף

ביי אונזער היימישען עולם האלט מען ערגעץ צווישן דעם פיפטען און זעקסטען וועיוו. גיי איבער די בלעטער דא אין עטליכע אשכולות, וועט איר טרעפן אז במשכ׳ן זומעראיז פארגעקומען א פרישע וועיוו בערך יעדע צוויי וואכן.
גאר שרעקעדיגע באמערקונגען און פאניק תגובות/מודעות האבן געלאנדעט דא אין געוויסע אשכולות, אנזאגענדיג דעם ציבור איבערן פרישן אויפשטייג פונעם דעמאלטסדיגן וועיוו.
דער לעצטער איז שוין געווען גאר א שטארקן ווען עס זענען שוין ארויסגעקומען מודעות פון פארשידענארטיגע ארגענעזאציעס/קהילות איבער יענעם וועיוו. לויט ווי די פארזאגער שאצן, וועט די זיבעטע וועיוו בפשטות פארקומען א׳ סליחות, די אכטע ר״ה, די ניינטע יו״כ, ווידער צווישען שמחות בית השואבה אין די הקפות איז מען נאכנישט זיכער צו דאס גייט זיין איין לאנגע וועיוו אדער צוויי עקסטרע.
אוועטאר
פליפ פאון
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:01 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליפ פאון »

זייט די נומערן האבן אנגעהויבן אראפ גיין נאך פסח האט אויסגעזעהן אז די היימישע עולם האט באקומען הערד אימיוניטי, דאס הייסט אז א שיינע חלק פון די עולם האט אנטיבאדיס אין קען עס נישט כאפן אדער ווייטער פארשפרייטען.
שטייטלעך, דורכאויס די זוממער זענען הונדערטער און אפשר טויזענטער אידן, רוב פון זיי העכער די זעכציג וואס זענען געווען פארשפארט פאר חדשים לאנג, און דערביי אויסגמיטן די וויירוס, און אויך נישט באקומען קיין אנטיבאדיס, אנגעהויבן ארויס קומען פון זייערע קוואראנטין.
יעצט סוף זוממער איז אנגעקומען א פלייץ פון אידן מעבר לים פון א פלאץ וואס די וויירוס בוזשעוועט נאך, און זיי גייען ארום אין די בתי מדרשים, פון מענטש צו מענטש, און ס'איז לא ימלט אז איינער פו זיי קען טראגן די וויירוס מיט זיך, און אנשטאט אז די הערד אימיוניטי זאל ארבעטן דורך דעם אז מענטשן זענען אזוי ווי פייער פרוף ווענט, גייען די מענטשן ארום פון מענטש צו מענטש, און דאס איז לכאורה א שרעקעדיגע זאך.
אזוי זעהט מיר אויס אז דאס איז די פאניק פו די יעצטיגע וועיוו
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אחד הרבנים האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:ס'דא וואס זאגען אז עס גייט קומען א סעקענד וועיוו (און אפילו אז יא, ווער זאגט אז עס וועט זיין ווי דער ערשטע, און אפילו אויב ח"ו יא האט מען דאך צייט דעמאלט ווען עס ריקט זיך ח"ו אן), אבער קאומא זאגט מיט א דרייסטקייט אז ניין, מען האלט נאך אין מיטען דער ערשטע וועיוו (און היינט איז ווי א האלבע יאר צוריק!) ואין פוצה פה ומצפצף

ביי אונזער היימישען עולם האלט מען ערגעץ צווישן דעם פיפטען און זעקסטען וועיוו. גיי איבער די בלעטער דא אין עטליכע אשכולות, וועט איר טרעפן אז במשכ׳ן זומעראיז פארגעקומען א פרישע וועיוו בערך יעדע צוויי וואכן.
גאר שרעקעדיגע באמערקונגען און פאניק תגובות/מודעות האבן געלאנדעט דא אין געוויסע אשכולות, אנזאגענדיג דעם ציבור איבערן פרישן אויפשטייג פונעם דעמאלטסדיגן וועיוו.
דער לעצטער איז שוין געווען גאר א שטארקן ווען עס זענען שוין ארויסגעקומען מודעות פון פארשידענארטיגע ארגענעזאציעס/קהילות איבער יענעם וועיוו. לויט ווי די פארזאגער שאצן, וועט די זיבעטע וועיוו בפשטות פארקומען א׳ סליחות, די אכטע ר״ה, די ניינטע יו״כ, ווידער צווישען שמחות בית השואבה אין די הקפות איז מען נאכנישט זיכער צו דאס גייט זיין איין לאנגע וועיוו אדער צוויי עקסטרע.

א שטיק דעמאגאגיע די תגובה, ואין בה שמץ של אמת. במחילת כבודך.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

תגובה דורך זארג נישט »

פליפ פאון האט געשריבן:זייט די נומערן האבן אנגעהויבן אראפ גיין נאך פסח האט אויסגעזעהן אז די היימישע עולם האט באקומען הערד אימיוניטי, דאס הייסט אז א שיינע חלק פון די עולם האט אנטיבאדיס אין קען עס נישט כאפן אדער ווייטער פארשפרייטען.
שטייטלעך, דורכאויס די זוממער זענען הונדערטער און אפשר טויזענטער אידן, רוב פון זיי העכער די זעכציג וואס זענען געווען פארשפארט פאר חדשים לאנג, און דערביי אויסגמיטן די וויירוס, און אויך נישט באקומען קיין אנטיבאדיס, אנגעהויבן ארויס קומען פון זייערע קוואראנטין.
יעצט סוף זוממער איז אנגעקומען א פלייץ פון אידן מעבר לים פון א פלאץ וואס די וויירוס בוזשעוועט נאך, און זיי גייען ארום אין די בתי מדרשים, פון מענטש צו מענטש, און ס'איז לא ימלט אז איינער פו זיי קען טראגן די וויירוס מיט זיך, און אנשטאט אז די הערד אימיוניטי זאל ארבעטן דורך דעם אז מענטשן זענען אזוי ווי פייער פרוף ווענט, גייען די מענטשן ארום פון מענטש צו מענטש, און דאס איז לכאורה א שרעקעדיגע זאך.
אזוי זעהט מיר אויס אז דאס איז די פאניק פו די יעצטיגע וועיוו

זיי גייען ארום און פון דעסט וועגען איז גארנישט, דאס איז דער גרעסטע באווייז אז עס איז סתם א פאניק.

איך באגעגען זיך מיט הונדערטער אידען טעגליך און טויזענטער אידען וועכענטליך און זעה נישט גארנישט, סתם משוגע צו מאכען דער עולם.

כ'האב יעצט אראפ געלייגט דער טעלעפאן מיט א קא-ווארקער וואס ארבעט שוין 6 חדשים פון דער היים, און דער זאגט מיר אזא ער ציטערט נאך ארויס צו גיין... איך האב אים געפרעגט צו ער האט עס געהאט, זאגט ער מיר ניין נישט ער נישט זיין ווייב און זיין קינד. אין אנדערע ווערטער, ער האט נישט געזעהן דער מגיפה נישט ביים קומען און נישט ביים גיין, און וועט מורא האבען ביז איינער וועט אים נישט ארויס שטיפען אין גאס (ווי מען האט ביי אונז געטוהן) ער זאל זיך איבערצייגען אז עס געשעהט גארנישט. מיר לעבען אין משוגענע צייטען אז די וואס זענען נאך אין באבעל דערשרעקען די וואס זענען שוין לאנג ארויס פון באבעל און לעבען שוין נארמאל.

דא ביי אונז איז קיין קאראונע שוין נישטא, עס איז אבער נאך געבליבען ביי די-בלאזיא און קאומא אין קאפ און ווילען עס נישט לאזען גיין.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אחד הרבנים האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:א שיינע פאר מוסדות פארלאנגען פון די קינדער צו גיין אנגעטון מיט מאסקעס ווען מען גייט ארויף און מען קומט אראפ פון די באס.

פארוואס דארפען קינדער גיין מאסקעס? זיי זענען דען אין א סכנה?

דאכציך אז עס שטייט נישט קיין איין ווארט אויפן צעטל וועגן סכנה. עס שטייט איבער רעגירונג רעגולאציעס. זיי זוכן נישט קיין פראבלעמן מיט די רעגירונג.

הא גופא קשיא, אז מען טוהט עס נאר צופרידען צו שטעלען דער רעגירונג, אבער וואספארע רעגירונג איז דאס וואס איז אוט אוו טאטש פון די מציאות? און וואס פארא סארט מענטשען זענען מיר אז מיר מוזען מיט שפילען מיט זיי, אנטשטאס זיי צו ווארפען דער אמת אין פנים. און אויב זיי גייען אונז הייסען אפשניידען דער נאז וועלען מיר אזוי טוהן?

וויפיל איז דער שיעור? ווי לאנג נאך וועלען מיר לעבען מיט דער שקר?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

די שאלה איז וויאזוי גייט מען מער דערלייגן? פון נאכגעבן די (נישט שעדליכע) משוגעת פון גיין מיט מאסקעס, אדער זיך אנפייפן און אנברענגן אז די צעפידעלטע רעגירונג זאל צומאכן די מוסדות וכדו'?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

מחשב האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:ס'דא וואס זאגען אז עס גייט קומען א סעקענד וועיוו (און אפילו אז יא, ווער זאגט אז עס וועט זיין ווי דער ערשטע, און אפילו אויב ח"ו יא האט מען דאך צייט דעמאלט ווען עס ריקט זיך ח"ו אן), אבער קאומא זאגט מיט א דרייסטקייט אז ניין, מען האלט נאך אין מיטען דער ערשטע וועיוו (און היינט איז ווי א האלבע יאר צוריק!) ואין פוצה פה ומצפצף

ביי אונזער היימישען עולם האלט מען ערגעץ צווישן דעם פיפטען און זעקסטען וועיוו. גיי איבער די בלעטער דא אין עטליכע אשכולות, וועט איר טרעפן אז במשכ׳ן זומעראיז פארגעקומען א פרישע וועיוו בערך יעדע צוויי וואכן.
גאר שרעקעדיגע באמערקונגען און פאניק תגובות/מודעות האבן געלאנדעט דא אין געוויסע אשכולות, אנזאגענדיג דעם ציבור איבערן פרישן אויפשטייג פונעם דעמאלטסדיגן וועיוו.
דער לעצטער איז שוין געווען גאר א שטארקן ווען עס זענען שוין ארויסגעקומען מודעות פון פארשידענארטיגע ארגענעזאציעס/קהילות איבער יענעם וועיוו. לויט ווי די פארזאגער שאצן, וועט די זיבעטע וועיוו בפשטות פארקומען א׳ סליחות, די אכטע ר״ה, די ניינטע יו״כ, ווידער צווישען שמחות בית השואבה אין די הקפות איז מען נאכנישט זיכער צו דאס גייט זיין איין לאנגע וועיוו אדער צוויי עקסטרע.

א שטיק דעמאגאגיע די תגובה, ואין בה שמץ של אמת. במחילת כבודך.

גא"מ. חלומות שוא ידברו..
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מחשב האט געשריבן:די שאלה איז וויאזוי גייט מען מער דערלייגן? פון נאכגעבן די (נישט שעדליכע) משוגעת פון גיין מיט מאסקעס, אדער זיך אנפייפן און אנברענגן אז די צעפידעלטע רעגירונג זאל צומאכן די מוסדות וכדו'?

איך פארשטיי אז די מוסדות האבען נישט קיין ברירה און מוזען פאלגען, אן ח"ו מיין טענות איז נישט צו זיי.

מיין שאלה איז נאר צו אונז, זענען מיר שוין טאקע משוגע אז מיר קענען שוין נישט ארויס זאגען דער אמת און מיר מוזען זיך אליין נארען. מילא די וואס מיינען עס אמת (ס'דא פארשפארטע וואס ווייסען נאך נישט אז דער צווייטע וועלט מלחמה האט זיך שוין גע'ענדידט), אבער די וואס ווייסען יא, קענען נישט אויפהייבען א וויי געשריי און שרייבען און רופען און זאגען דער אמת אין פנים אריין.

איך ליין כמעט נישט קיין צייטונוגען, אבער גלייב נישט אז דארט שטייט יא דער אמת. ווייל ווי אך גיי און ווי איך שטיי (צווישען נישט אידען) זעה איך א צוחושטער המון.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

אזעלכע שוואכע מוחות, איך פארשטיי בכלל נישט די וואס קענען נישט הערן אז מ'דארף זיך נאכאמאל "אביסל" אכטונג געבן, ספעציעל שוואכע און עלטערע, דו זעסט נישט קיין מאסן גיין מיט מאסקעס, דו זעסט נישט קיין פארטש מנינים, שולן און מקואות זענען אפן, שמחה זאלן זענען אפן, געשעפטן זענען אפן און פול, סך הכל איז מען מעורר, היות נאך א שיינע צייט אפשניט וואס מ'האט בכלל נישט געהערט קיין נייע קעיסעס ביי אונזער מחנה ב"ה, הערט מען לעצטנס פון צענדילגער נייע קעיסעס, (ב"ה נישט קיין הונדערטער אדער טויזענטער), דעריבער דארף מען נוצן אביסל פארזיכטיגקייט, און אביסל שכל זהו, שווער צו פארשטיין?
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

קעדילעק האט געשריבן:אזעלכע שוואכע מוחות, איך פארשטיי בכלל נישט די וואס קענען נישט הערן אז מ'דארף זיך נאכאמאל "אביסל" אכטונג געבן, ספעציעל שוואכע און עלטערע, דו זעסט נישט קיין מאסן גיין מיט מאסקעס, דו זעסט נישט קיין פארטש מנינים, שולן און מקואות זענען אפן, שמחה זאלן זענען אפן, געשעפטן זענען אפן און פול, סך הכל איז מען מעורר, היות נאך א שיינע צייט אפשניט וואס מ'האט בכלל נישט געהערט קיין נייע קעיסעס ביי אונזער מחנה ב"ה, הערט מען לעצטנס פון צענדילגער נייע קעיסעס, (ב"ה נישט קיין הונדערטער אדער טויזענטער), דעריבער דארף מען נוצן אביסל פארזיכטיגקייט, און אביסל שכל זהו, שווער צו פארשטיין?

הרב פאלמאן זאגט אויף קול מבשר די וואך, אז מען הערט נישט קיין שום פרישע קעיסעס אין וויליאמסבורג די לעצטערע טעג.

לויט אים איז געווען עטליכע קעיסעס מיט צוויי וואכן צוריק, פון אידן וואס האבן נאכנישט געהאט די ווירוס צום ערשטן מאל, און זענען געווען אין אנדערע שטאטן, אבער ב"ה זינט דאן הערט נישט קיין פרישע אין וומ"ס.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

---
קעדילעק האקט...

יעצט קען איך שוין פארמעקן מיין געפאלישטע דיפלאמטישע דרשה...
---

עכט היימיש האקט ווייטער. אויב אזוי איז בוודאי בוודאי גוט. קען מען זיין רואיגער. ב"ה.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

עכט היימיש האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:אזעלכע שוואכע מוחות, איך פארשטיי בכלל נישט די וואס קענען נישט הערן אז מ'דארף זיך נאכאמאל "אביסל" אכטונג געבן, ספעציעל שוואכע און עלטערע, דו זעסט נישט קיין מאסן גיין מיט מאסקעס, דו זעסט נישט קיין פארטש מנינים, שולן און מקואות זענען אפן, שמחה זאלן זענען אפן, געשעפטן זענען אפן און פול, סך הכל איז מען מעורר, היות נאך א שיינע צייט אפשניט וואס מ'האט בכלל נישט געהערט קיין נייע קעיסעס ביי אונזער מחנה ב"ה, הערט מען לעצטנס פון צענדילגער נייע קעיסעס, (ב"ה נישט קיין הונדערטער אדער טויזענטער), דעריבער דארף מען נוצן אביסל פארזיכטיגקייט, און אביסל שכל זהו, שווער צו פארשטיין?

הרב פאלמאן זאגט אויף קול מבשר די וואך, אז מען הערט נישט קיין שום פרישע קעיסעס אין וויליאמסבורג די לעצטערע טעג.

לויט אים איז געווען עטליכע קעיסעס מיט צוויי וואכן צוריק, פון אידן וואס האבן נאכנישט געהאט די ווירוס צום ערשטן מאל, און זענען געווען אין אנדערע שטאטן, אבער ב"ה זינט דאן הערט נישט קיין פרישע אין וומ"ס.

איך זוך די אינטערוויא אויף אידיש24, כ'קען עס נישט טרעפן. נאר די ערשטע אינטערוויא וואס ער האט געגעבן אנפאנג פאריגע וואך וועגן די אויפשטייג אין אלגעמיין, און איך געדענק נישט ער זאל זאגן די נוסח וואס דו ברענגסט אראפ.

האב איך עפעס פארפאסט? איז געווען נאך אן אינטערוויא?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

קעדילעק האט געשריבן:אזעלכע שוואכע מוחות, איך פארשטיי בכלל נישט די וואס קענען נישט הערן אז מ'דארף זיך נאכאמאל "אביסל" אכטונג געבן, ספעציעל שוואכע און עלטערע, דו זעסט נישט קיין מאסן גיין מיט מאסקעס, דו זעסט נישט קיין פארטש מנינים, שולן און מקואות זענען אפן, שמחה זאלן זענען אפן, געשעפטן זענען אפן און פול, סך הכל איז מען מעורר, היות נאך א שיינע צייט אפשניט וואס מ'האט בכלל נישט געהערט קיין נייע קעיסעס ביי אונזער מחנה ב"ה, הערט מען לעצטנס פון צענדילגער נייע קעיסעס, (ב"ה נישט קיין הונדערטער אדער טויזענטער), דעריבער דארף מען נוצן אביסל פארזיכטיגקייט, און אביסל שכל זהו, שווער צו פארשטיין?

וואס צענדילגער נייע קעיסעס און ווי צענדילגער נייע קעיסעס, איך האב גערעדט צו איינער פון די חברא קדישא וואס זאגט מיר אז שוין צוויי חדשים וואס קיין איין דעט סערטיפיקעט שטייט דארט "קאוויד".

און אפילו וועסט ברענגען קעיסעס, איז איינער געשטארבען? קעיסעס אליין מיינט נאך גארנישט. און דאס קען מען מיר אויך נישט ווייזען.

א מגיפה מיינט אז מענטשען שטארבען דערפון, און אויב מענטשן שטארבען מער נישט איז עס מער נישט א מגיפה. אזוי שווער צו פארשטיין?

פארזיכטיג דארף מען אלס זיין אפילו אין פרידענס צייטען, אבער האט גארנישט מיט דער מגיפה.

ויהי אחרי המגיפה מיינט שוין נישט גארנישט?
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 2:32 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מחשב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:אזעלכע שוואכע מוחות, איך פארשטיי בכלל נישט די וואס קענען נישט הערן אז מ'דארף זיך נאכאמאל "אביסל" אכטונג געבן, ספעציעל שוואכע און עלטערע, דו זעסט נישט קיין מאסן גיין מיט מאסקעס, דו זעסט נישט קיין פארטש מנינים, שולן און מקואות זענען אפן, שמחה זאלן זענען אפן, געשעפטן זענען אפן און פול, סך הכל איז מען מעורר, היות נאך א שיינע צייט אפשניט וואס מ'האט בכלל נישט געהערט קיין נייע קעיסעס ביי אונזער מחנה ב"ה, הערט מען לעצטנס פון צענדילגער נייע קעיסעס, (ב"ה נישט קיין הונדערטער אדער טויזענטער), דעריבער דארף מען נוצן אביסל פארזיכטיגקייט, און אביסל שכל זהו, שווער צו פארשטיין?

הרב פאלמאן זאגט אויף קול מבשר די וואך, אז מען הערט נישט קיין שום פרישע קעיסעס אין וויליאמסבורג די לעצטערע טעג.

לויט אים איז געווען עטליכע קעיסעס מיט צוויי וואכן צוריק, פון אידן וואס האבן נאכנישט געהאט די ווירוס צום ערשטן מאל, און זענען געווען אין אנדערע שטאטן, אבער ב"ה זינט דאן הערט נישט קיין פרישע אין וומ"ס.

איך זוך די אינטערוויא אויף אידיש24, כ'קען עס נישט טרעפן. נאר די ערשטע אינטערוויא וואס ער האט געגעבן אנפאנג פאריגע וואך וועגן די אויפשטייג אין אלגעמיין, און איך געדענק נישט ער זאל זאגן די נוסח וואס דו ברענגסט אראפ.

האב איך עפעס פארפאסט? איז געווען נאך אן אינטערוויא?

איך זע עס אויך נישט יעצט, אדער האט מען עס אראפגענומען, אדער איז עס בטעות נישט ארויף אויף אידיש 24.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זארג נישט האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:אזעלכע שוואכע מוחות, איך פארשטיי בכלל נישט די וואס קענען נישט הערן אז מ'דארף זיך נאכאמאל "אביסל" אכטונג געבן, ספעציעל שוואכע און עלטערע, דו זעסט נישט קיין מאסן גיין מיט מאסקעס, דו זעסט נישט קיין פארטש מנינים, שולן און מקואות זענען אפן, שמחה זאלן זענען אפן, געשעפטן זענען אפן און פול, סך הכל איז מען מעורר, היות נאך א שיינע צייט אפשניט וואס מ'האט בכלל נישט געהערט קיין נייע קעיסעס ביי אונזער מחנה ב"ה, הערט מען לעצטנס פון צענדילגער נייע קעיסעס, (ב"ה נישט קיין הונדערטער אדער טויזענטער), דעריבער דארף מען נוצן אביסל פארזיכטיגקייט, און אביסל שכל זהו, שווער צו פארשטיין?

וואס צענדילגער נייע קעיסעס און ווי צענדילגער נייע קעיסעס, איך האב גערעדט צו איינער פון די חברא קדישא וואס זאגט מיר אז שוין צוויי חדשים וואס קיין איין דעט סערטיפיקעט שטייט דארט "קאוויד".

און אפילו וועסט ברענגען קעיסעס, איז איינער געשטארבען? קעיסעס אליין מיינט נאך גארנישט. און דאס קען מען מיר אויך נישט ווייזען.

א מגיפה מיינט אז מענטשען שטארבען דערפון, און אויב מענטשן שטארבען מער נישט איז עס מער נישט א מגיפה. אזוי שווער צו פארשטיין?

פארזיכטיג דארף מען אלס זיין אפילו אין פרידענס צייטען, אבער האט גארנישט מיט דער מגיפה.

אמת ס'איז ב"ה נישטא קיין מגיפה.

אבער איז אזוי שווער צו פארשטיין, אז ווען דו זעסט אז דער מחלה וואס האט גורם געווען א מגיפה פאריגע מאל, איז נאכאמאל דא כאטש אויף א קליינע פארנעם, אז מ'זאל זיך אכטונג געבן און נישט ווארטן ביז מ'זעט שוין טויטע, וואס דאן קען שוין זיין צו שפעט?

(איך האב דיר שוין געפרעגט די שאלה אויבן ולא קבלתי תשובה, אפשר וועט יעצט זיין אנדערש)

וואס הייסט "דאס קען מען מיר אויך נישט ווייזן"? זענען נישט דאקטורים, הצלה, קהילות, צייטונגען, ארויסגעקומען זאגן אז עס זענען דא א צאל נייע קעיסעס?

ווי איז עס אויף א קליינע פארנעם? ווי איך וואוין זעה איך עס נישט מער אין קיין שום פארנעם. יעדער גייט אין שוהל, יעדער גייט און קומט אינג און אלט און מען הערט גארנישט ממש ב"ה.

איז יעצט דער קשיא, וואס דארף געשעהן און ווי לאנג דארף א דורך גיין ביז מען וועט אונז אויף הערען משוגע צו מאכען און שטערען?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מחשב האט געשריבן:וואס הייסט "דאס קען מען מיר אויך נישט ווייזן"? זענען נישט דאקטורים, הצלה, קהילות, צייטונגען, ארויסגעקומען זאגן אז עס זענען דא א צאל נייע קעיסעס?

ווען דער מגיפה איז געווען האט מען נישט געדארפט צוקומען צו אז "דאקטורים, הצלה, קהילות, צייטונגען, ארויסגעקומען זאגן אז עס זענען דא א צאל נייע קעיסעס", יעדער האט עס געזעהן בארשיינפורליך מיט די אייגענע אויגען. וליתר שאת האב איך שוין געברענגט פון די חברה קדישא וואס ווייסט נאך אזוי פיל ווי די אנגעגעבענע.

ביז א חודש צוריק האט קיינער נישט משוגע געמאכט! אלעס איז אנגעגאנגען ווי געהעריג! נאר יעצט ווען די אלע וואס ווייסן זאגן אז ס'זענען דא פרישע קעיסעס, האט מען אנגעפאנגען צו מאכן א שטיקל טומל אז די וואס דארפן זאלן זיך היטן.
זארג נישט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:וואס הייסט "דאס קען מען מיר אויך נישט ווייזן"? זענען נישט דאקטורים, הצלה, קהילות, צייטונגען, ארויסגעקומען זאגן אז עס זענען דא א צאל נייע קעיסעס?

ווען דער מגיפה איז געווען האט מען נישט געדארפט צוקומען צו אז "דאקטורים, הצלה, קהילות, צייטונגען, ארויסגעקומען זאגן אז עס זענען דא א צאל נייע קעיסעס", יעדער האט עס געזעהן בארשיינפורליך מיט די אייגענע אויגען. וליתר שאת האב איך שוין געברענגט פון די חברה קדישא וואס ווייסט נאך אזוי פיל ווי די אנגעגעבענע.

:-e;/ און דעמאלטס ווען מ'האט שוין נישט געדארפט אנקומען צו דאקטורים וכו', איז שוין ליידער געווען אביסל צו שפעט! מיר האבן אסאך פארלוירן טאקע פארן נישט וויסן גענוג פרי!

חברא קדישא איז אויף טויטע. און ב"ה עס זענען נישטא קיין פאטאליטעטן יעצט, דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע האנט ווייטער אויך. און טאקע דערפאר דארף מען זיך באהיטן פון פאראויס אז ס'זאל ח"ו נישט קומען לידי כך.

(מיר גייען שוין אביסל אין סירקולס)
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יא, מיר זענען צוריק געקומען פול סירקל צו דער אנהויב פון דער מגיפה און די טענהרייען "דעמאלט" ווי דער עולם האט "במחוסר ידועה" זיך נישט אכט געגעבען און אפילו געווען אויף געברויזט. אבער היינט צו טאגס שטייען מיר שוין ב"ה לאחר ידועה, און עס איז שוין מער ווי 6 חדשים זינט דער אנהויב פון דער מגיפה, איז דאך ממש נישט נארמאל צו ניצען דער "דעמאלסטיגע" פראבלעמען אלץ די יעצטיגע פראבלעמען. דעמאלט איז דעמאלט און יעצט איז יעצט, און יעצט איז ב"ה נישט דא א מגיפה פינטל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זארג נישט האט געשריבן:יא, מיר זענען צוריק געקומען פול סירקל צו דער אנהויב פון דער מגיפה און די טענהרייען "דעמאלט" ווי דער עולם האט "במחוסר ידועה" זיך נישט אכט געגעבען און אפילו געווען אויף געברויזט. אבער היינט צו טאגס שטייען מיר שוין ב"ה לאחר ידועה, און עס איז שוין מער ווי 6 חדשים זינט דער אנהויב פון דער מגיפה, איז דאך ממש נישט נארמאל צו ניצען דער "דעמאלסטיגע" פראבלעמען אלץ די יעצטיגע פראבלעמען. דעמאלט איז דעמאלט און יעצט איז יעצט, און יעצט איז ב"ה נישט דא א מגיפה פינטל.

ניין מיין פריינט.

ווען מ'האט געזען די טויטע פאר זעקס חדשים צוריק, האט זיך שוין "יעדער" אכטונג געגעבן. דער עולם איז שוין געווען פארשפארט אין גרויסן. (ווער ס'האט עס נאכנישט דעמאלטס געהאט). דעמאלטס איז שוין קיין טענה'רייען נישט געווען.

די טענה'רייען איז געווען דעמאלטס "דוקא" ווען מ'האט אנגעפאנגען צו הערן אז ס'זענען דא "קעיסעס" ביים היימישן עולם, און פארט האט זיך דער עולם נישט דערשראקן! דאס איז געווען די טענה'רייען. און זעט אויס אז א טייל עולם האט נאך אלץ נישט געכאפט די "ידיעה".
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

און וואס האט עס מיט יעצט? האלסט טאקע אז עס איז דער זעלבע ווי 6 חדשים צוריק?

וואס איז דער "ידיעה" יעצט וואס מען כאפט נישט?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Like news
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2020 12:11 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Like news »

מחשב האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:יא, מיר זענען צוריק געקומען פול סירקל צו דער אנהויב פון דער מגיפה און די טענהרייען "דעמאלט" ווי דער עולם האט "במחוסר ידועה" זיך נישט אכט געגעבען און אפילו געווען אויף געברויזט. אבער היינט צו טאגס שטייען מיר שוין ב"ה לאחר ידועה, און עס איז שוין מער ווי 6 חדשים זינט דער אנהויב פון דער מגיפה, איז דאך ממש נישט נארמאל צו ניצען דער "דעמאלסטיגע" פראבלעמען אלץ די יעצטיגע פראבלעמען. דעמאלט איז דעמאלט און יעצט איז יעצט, און יעצט איז ב"ה נישט דא א מגיפה פינטל.

ניין מיין פריינט.

ווען מ'האט געזען די טויטע פאר זעקס חדשים צוריק, האט זיך שוין "יעדער" אכטונג געגעבן. דער עולם איז שוין געווען פארשפארט אין גרויסן. (ווער ס'האט עס נאכנישט דעמאלטס געהאט). דעמאלטס איז שוין קיין טענה'רייען נישט געווען.

די טענה'רייען איז געווען דעמאלטס "דוקא" ווען מ'האט אנגעפאנגען צו הערן אז ס'זענען דא "קעיסעס" ביים היימישן עולם, און פארט האט זיך דער עולם נישט דערשראקן! דאס איז געווען די טענה'רייען. און זעט אויס אז א טייל עולם האט נאך אלץ נישט געכאפט די "ידיעה".

?did anyone you know die from corona
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זארג נישט האט געשריבן:און וואס האט עס מיט יעצט? האלסט טאקע אז עס איז דער זעלבע ווי 6 חדשים צוריק?

ניין, עס איז גאנץ קלאר אז עס גייט נישט זיין ווי דעמאלטס ב"ה. עס מיינט אבער נישט אז עס וועט ח"ו נישט זיין א "מעין" פון דעמאלטס, וואס מ'קען פארמיידן דורך פארזיכטיגקייט.

וואס איז דער "ידיעה" יעצט וואס מען כאפט נישט?

דער "ידיעה" אז מ'זאל נישט ווארטן ביז מ'זעט שוין טויטע ח"ו, כדי צו אננעמען פארזיכטיגקייטן. מ'זאל נישט ווארטן ביז דער גאנצער עולם איז שוין אנגעשטעקט ח"ו, כדי צו אננעמען פארזיכטיגקייטן.

נאר ווען מ'הערט נאר אביסל פרישע קעיסעס פון דאקטורים הצלה וכו', זאל מען שוין מיט א רואיגקייט אננעמען באווארענונגס מיטלען.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”