דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:23 am

איך מיין אז טראמפס און קאומאוס גרעסטע טעות איז געוועהן אז ווען די ערשטע קעיס איז געשעהן האט ער געדארפט פארלאנגען אז די זיפ קאוד פון יענע קעיס ווערט טאטאל פארשלאסען מיט מיליטערישע באגלייטענג און א טיקעט פון טויזענט דאלער פאר איינער וואס פארלאזט די דירה.

און די סטראשע וואלט געדארפט זיין אז עני אנדערע זיפ קאוד וואס באקומט אזא קעיס גייט דורעך גיין די זעלבע שווערע טריעטמענט ביז די געגענט האט מער נישט קיין נייע קעיסעס פאר פערצען טאג - קווארענטין און סאושעל דיסטענסינג וואלט געדארפט זיין א סטראשע און נישט קיין זעקס חדשים׳דיגע פאליסי וואס איז נישט מעגליך אויסצופירען.

אנשטאט איז מען געגאנגען צוגרייטען דעם שפיטאל אינטער די צובראכענע בריק.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:54 am

פרנס היום האט געשריבן:פורים בעצם איז שוין אין
ניו ראשעלל געווען פארשפארט אלע שולן
מאנהעטען כמעט אלע שולן פארשפארט, רוב אידן זענען שוין נישט געומקען אין שול שבת זכור
טיענעק כמעט אלע שולן פארמאכט

און אין אנדערע פלעצער האט מען פשוט געלאכט פון זיי ווי משוגעים , סאיז נישט קיין צייט צו קוקן אויף צוריק און אלעס איז זיכער באשערט און לטובה , אבער די אחריות איז געווען הפקר וועלט און פסק'נען דיני נפשות אן קיין חשבון , סאיז נישט קיין צייט צו בלעימען קיינעם יעצט,יעדער איז געווען פארלוירן און מען איז נאך אלס היפש פארלוירן , אבער עס וואלט ווען געראטעוועט הונדערטע נפשות ווען מען עלימינירט ווען די פורים ווי עס איז געווען , אין בארא פארק אדער פלעטבוש האבן אסאך נגידים שוין נישט אויפגענומען דעם עולם, בעיקר עלטערע מענטשן וואס האבן געהאט אייגענע שכל



וואס רעדסטו פון ניו ראשעל? דארט האט מען דאך געוויסט אז די וויירוס דרייט זיך?
און די אידן אין מאנהעטן וואס זענען נישט געקומען אין שול, אין טעאטער זענען זיי אויך נישט געגאנגען? (די טעאטערס האבן ערשט פארמאכט פרייטאג נאך פורים)

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:56 am

פרישע קוגל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א וואך פאר פורים האט מען שוין טאקע רעקאמענדירט סאציאלע דינסטיסינג. נישט נאציאנאל, נאר לאקאל.


מען האט רעקאמענדירט מיט א האלבן מויל, מען האט שוין דעמאלט געדארפט הייסן מענטשן עט ריסק זיך גענצליך איינצושפארן אינדערהיים, און אפשר אפי' צושפארן סקולס און ביזנעסער, אבער קיינער האט עס נישט געזאגט.

שטעל דיך פאר ווען מ'הייסט א וואך פאר פורים בלייבן אינדערהיים...
עס וואלט געווען דא פערצן אשכולות דאס צו פארשרייען


אוודאי אזוי, ווייל א וואך פאר פורים האט מען געמיינט אז עס זענען נאר דא ווייניגער ווי הונדערט קעיסעס אין גאנץ ניו יארק , שטעל דיך פאר ווען מען ווייסט שוין דעמאלטס אז עס זענען שוין דא טויזענטער קעיסעס און צענדליגער האספיטאליזאציעס וואלט די זאך אויסגעזען אינגאנצן אנדערש.

"ווען מ'וויסט ווען"
מ'האט למעשע נישט געוויסט און "ווען מ'הייסט ווען" דעמאלטס בלייבן אינדערהיים וואלטן אינז אלע געשריגן און פארפירט


ביסט אריינגעקומען אינמיטן א שמועס.

מען האט זיך דא געטענה'ט צו מער טעסטינג וואלט געהאלפן.

אויף דעם האב איך געטענה'ט אז ווען מען האט ווען מער טעסטינג וואלט מען פריער געוואוסט וואס דער מצב איז.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 22, 2020 2:08 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:איי ווען דו טוסט ווען די זעלבע פון אנהייב וואלט מען דאך געקענט פארשפארן די גאנצע מגיפה און די לאקדאון.. #אבער שילדיג זענען די דעמאקראטן

אפשר יעצט אז זאכן זענען שוין מער ווייניגער רואיג קענסטו מסביר זיין נארמאל, ווי אזוי וואלט מער טעסטינג געקענט פארשפארן די מגיפה? טשיינע האט געמאנגעלט אין טעסט'ס? איטאליע האט געהאט ווייניג טעסט'ס? א טעסט איז סך הכל נאר דאס, עס זאגט דיר וואס יענער איז געווען בשעת'ן נעמען דעם טעסט. פארדעם [ביז מען איז געווארן נעגעטיוו...] אדער נאכדעם [ווען יענער ווערט פאזעטיוו...] זאגט עס גארנישט.

איין פלאץ קען איך זען ווי מען וואלט געדארפט טעסטן, אזעלכע פלעצער וואס עס וואוינען דארט היי-ריסק מענטשן, וואלט מען געדארפט טעסטן אלע וואס קומען אין בארירונג מיט זיי כדי נישט צו אויס'שחט'ן גאנצעטע בתי אבות.

און די עיקר אויף וואס די טעסט'ס טוט אויף איז, צו קענען וויסן פון וואספארא מאנסטער מען רעדט, אדער ווי אנשטעקיג דאס איז, אבער די חברה דא האלטן דאך אז שוין פון אנפאנג האט מען געוויסט פון וואספארא מאנסטער מען רעדט, און ווי אנשטעקיג דאס איז, ממילא האט בכלל נישט אויסגעפעלט די מידיע'ס פאניק איבער ווייניג טעסטינג'ס...



ווען מען האט ווען טעסטינג וואלט מען שוין געקענט וויסן א וואך פאר פורים אז דער וויירוס איז אוט אף קאנטראל אין ניו יארק, די שפיטעלער אין ניו יארק האבן שוין געזען א העכערונג אין פלו לייק עמוירדזשענסי וויזיטס פון מארטש 1, און ווען מען וואלט שוין געוויסט אז עס איז קאוראונע וואלט מען שוין דעמאלט געקענט אנהייבן מיט די סאושעל דיסטענסינג.

ביי ענק אין מאנטרעאל ווי דער וויירוס האט זיך לכאורה אנגעהויבן שפרייטן א וואך צוויי שפעטער, אבער מען האט אנגעהויבן סאושעל דיסטענסינג די זעלבע צייט ווי דא איז דער מצב הונדערט מאל בעסער.

בכלל נישט דאס איז די הסבר פארוואס דא איז בעסער, ביי אונז האט מען פונקט אזוי נישט געטעסט... די הסבר איז אז דא וואוינט מען מער אויסגעשפרייט וואס איז אין א געוויסן זין אביסל סאושעל דיסטענסינג.

ולגבי נ"י כ'האב פאר אייך נייעס, זיי האבן געהאט גענוג און נאכט טעסט קיט'ס אנפאנג מארש, און זיי האבן עס גענוצט און אלעס איז געווען נעגעטיוו.... ערשט א וואך פאר פורים איז געווען די ערשטע קעיס... יא די ערשטע קעיס אין ניו יארק סיטי איז געווען מארש 3. וואס פונקטליך וואלטן זיי געהאט פון האבן אסאך טעסטינג קיט'ס? צו טרעפן נאך טויזנט נעגעטיוו?

אבער בעיקר וואס איך מיין צו פרעגן קעגן די טענה פון א מאנגל אין טעסט'ס, די מאנגל אין טעסט'ס איז נישט געווען כדי צו קענען וויסן ווען ס'איז אוט אף קאנטראל, זיי האבן אויף דעם געהאט גענוג און נאך טעסט'ס דאס צו וויסן, אויף דעם דארף מען נישט קיין סאך טעסט'ס, מען דארף פשוט קאמען סענס... מען דארף נאר וויסן צו וועלכע נומער מען דארף אנקומען וואס די נעקסט סטעפ פון דעם איז אוט אף קאנטראל. דהיינו וויסענדיג אז דאס כאפט זיך שרעקליך גרינג אן, און זעסט אז ס'איז שוין דא א קעיס, און נאך צוויי טעג האט זיך פשוט געדאפעלט די נומערן, נישט קיין חילוק וויפיל טעסט'ס ס'איז געווען, מעג אפילו זיין נאר 2 קעיסעס וואס האבן זיך געדאפעלט נאך צוויי טעג צו 8. ווייסטו אז די האסט נישט צופיל צייט צו טון עפעס.

נו יעצט קוק די טיימליין פון די קעיסעס, מען זעט זייער קלאר פון ווי ס'איז געקומען און ווי אזוי עס האט זיך פארשפרייט, און אן בעטן פאר נייע טעסט'ס האט מען שוין געזען אז ס'איז צרות. https://nypost.com/2020/03/12/coronavir ... etro-area/

דא האסטו א גרעף פאר נ"י סטעיט https://en.wikipedia.org/wiki/Template: ... ases_chart

און דא פאר נ"י סיטי https://www1.nyc.gov/site/doh/covid/covid-19-data.page [מען קען עס דאונלאודן אין עקסעל].
אויף וויקיפידיע איז אויך דא א גרעף געבויעט אויף דעם, אבער ס'איז צוטיילט אין קעיסעס, האספיטיליזעישן, און טויטע אנדערש ווי ביי נ"י סטעיט גרעף https://en.wikipedia.org/wiki/Template: ... ases_chart

לאמיר זען כסדרן, ווען איז דאס בכלל אנגעקומען קיין נ"י, אביסל מער ווי א וואך פאר פורים אום זונטאג מארש 1 איז געווען די ערשטע קעיס אין ניו יארק סטעיט, און סוף וואך שבת מארש 7 האט עס געהאלט ביי 76 קעיסעס אין נ"י סטעיט, און קאומע האט דאן דערקלערט א סטעיט אף עמערדזשענסי.

יעצט קאמען סענס זאגט, אז אויב לויפט עס אויף אזא רעיט, דארף מען אנהייבן אלעס אפשפארן, וואס א חילוק וויפיל טעסט'ס מען האט, קוק אויף די רעיט. נאר וואס דען, די כאפסט נישט אז די קאמען סענס איז געבויעט קוקענדיג אויף צוריק אויף די מציאות וואס אונז אלע האבן מיטגעהאלטן. אבער שטייענדיג מארש 7 מיט 76 קעיסעס, וואלטן רוב ניו יארקער'ס דיר אנגעקוקט ווי חסר דעה פארן אפשפארן אלעס.

דאס איז אין נ"י סטעיט, אין נ"י סיטי, איז די ערשטע קעיס געווען מארש 3, און מארש 7 האט עס געהאלטן ביי 23 קעיסעס. דאס איז אפאר טאג פאר פורים.

אין ניו דזשערסי איז די ערשטע קעיס געווען מארש 4, די אידישע סקול וואס האט זיך פארמאכט איז געווען מארש 8 צוויי טעג פאר פורים https://www.nj.com/coronavirus/2020/03/ ... break.html

פון מארש 16 ווען זיי האבן געזען אז ס'איז שוין גענוג קרבנות אז די עולם זאל לאזן איינצוען די פאסיק וואס זאל זיין אפן, האט מען אזוי געטון, און מיט א ווילדן גאלאפ די נעקסטע פאר טעג, יעדן טאג פארמאכט נאך און געטוישט רול'ס מער און מער לחומרא, אבער טענה'ן דא אלע ס'איז שוין געווען צו שפעט. גוט מארגן, וואס האט דאס מיט טעסט'ס? דאס האט מיט די מציאות וויפיל מען קען קאנטראל א מענטש אן ער זאל זען אן אמת'ע פראבלעם פאר די אויגן.

איז לאמיר זען, ווען דען וואלט מען געדארפט דאס טון? וועלכע דאטום? ביי וויפיל קעיסעס? אדער ביי וויפיל געדאפלט פון נעכטן וואלט מען דאס געדארפט טון? נ"י סטעיט האט דאן געהאלטן ביי 950 קעיסעס. געדאפלט מיט הויכע פראצענטן טעגליך. איז וואס האט דאס מיט וויפיל טעסט'ס מען האט צו די האנט?

די פראבלעם וואס די חברה האבן געהאט איז, אז כדי צו אפשפארן און פארלאנגן סאושעל דיסטענסינג, און די עולם זאל פאלגן, דארף זיין קרבנות, אנדערש וואלטן די ניו יארקער געשריגן אזעלכע קולות אז מען וואלט געבליבן אנע אויערן... [אגב זע די פאר תגובות דא וועגן אפשפארן נ"י, דאס איז געווען שוין נאך פורים viewtopic.php?p=2130211#p2130211]

האסט אן אנדערע הסבר פארוואס אום מארש 7 אנשטאט נאר א סטעיט אף עמערדזשענסי האט מען נישט אלעס פארמאכט פונקט ווי ס'איז יעצט אויפן מינוט? די סיבה פארן מאכן דעם סא"ע איז געווען ווייל מען האט שוין זייער זייער קלאר געזען וואס דא גייט פאר, יא טעסט'ס נישט טעסט'ס האט מען זייער גוט פארשטאנען ווי מען שטייט, נו, פארוואס ווארטן אויף גרויסע נומערן? נישט נאר דאס, זאל מען ווען דאן באמת אלעס פארשפארן, שטארק מעגליך אז מען וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעלכע הויכע נומערן ווי ס'איז יעצט, ווייל ס'איז טאקע באמת נישט געווען אזוי פארשפרייט.

--
יוי האקט מען דא אריין...

ר' יואל וועסט מיר מוזן מוחל זיין כ'זע האסט געשריבן אינדערמיט נאך תגובות, אבער אלעס גייט מיטן חשבון ווי כאילו די וויירוס האט זיך שוין דא געדרייט א חודש פאר דעם, נאר וויבאלד מען האט עס נישט געטעסט האט מען דאס נישט געוויסט, ס'איז פשוט נישט ריכטיג, די וויירוס איז נישט דא געווען, און מען האט עס יא געטעסט נאר ס'איז געווען נעגעטיוו. דיינע אלע תגובות ווערן אדרעסט דורך די סך הכל פון מיין תגובה.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:00 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
ר' יואל וועסט מיר מוזן מוחל זיין כ'זע האסט געשריבן אינדערמיט נאך תגובות, אבער אלעס גייט מיטן חשבון ווי כאילו די וויירוס האט זיך שוין דא געדרייט א חודש פאר דעם, נאר וויבאלד מען האט עס נישט געטעסט האט מען דאס נישט געוויסט, ס'איז פשוט נישט ריכטיג, די וויירוס איז נישט דא געווען, און מען האט עס יא געטעסט נאר ס'איז געווען נעגעטיוו. דיינע אלע תגובות ווערן אדרעסט דורך די סך הכל פון מיין תגובה.


בקיצור, איר גייט מיט די הנחה אז די ערשטע קעיסעס פונעם וויירוס זענען באמת געווען דא ערשט מארטש 3, און עס האט זיך פשוט צושפרייט דא סאך שנעלער ווי איבעראל צוליב די צושטופטקייט.

עס קען אפשר זיין, אבער מען קען נישט וויסן, ווייל עס זענען נישט געווען גענוג טעסטס, גענוג טעסטס וואלט געמיינט, עז עי מינומום, אז יעדער מענטש וואס קומט צום דאקטער מיט סימפטאמען באקומט א טעסט, און ווען מען וואלט דאס געהאט איז זייער מעגליך אז מען וואלט שוין געהאט די ערשטע קעיסעס א וואך צוויי פריער.

אין מאנטרעאל איז טאקע אויך נישט געווען גענוג טעסטס, אבער מיט די ווייניג טעסטס מיין איך אז זייערע נאמבערס זענען געשטאנען סאך בעסער ווי ניו יארק ווען זיי האבן אפגעשפארט, און די סיבה איז לכאורה געווען ווייל איינמאל אמעריקע האט אפגעשפארט איז שוין זיי געווען סאך גרינגער עס צו טוהן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:28 pm

fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אה איך האב פארגעסן... יענעמ'ס ווערטער ווערן אויך נישט 'לופטיג'...

יעצט צו דיין פוינט. די חילוק צווישן מיר און דיר איז, דו גלייבסט אין גאווערמענט גרעניצלאזע מעגליכקייטן און כוחות, און איך נישט.

ביי די אייסיס געפאר האסטו פיין געגלייבט...

געגלייבט וועם, אז וואס?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 22, 2020 2:18 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אה איך האב פארגעסן... יענעמ'ס ווערטער ווערן אויך נישט 'לופטיג'...

יעצט צו דיין פוינט. די חילוק צווישן מיר און דיר איז, דו גלייבסט אין גאווערמענט גרעניצלאזע מעגליכקייטן און כוחות, און איך נישט.

ביי די אייסיס געפאר האסטו פיין געגלייבט...

געגלייבט וועם, אז וואס?

אז אמעריקא וועט שוין מאכן זעכער אז ס'קימט נישט אן קיין אמעריקא און ווען אבאמא האט זיך געפוילט האסטו זיך גערעגט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אפריל 22, 2020 2:21 pm

fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אה איך האב פארגעסן... יענעמ'ס ווערטער ווערן אויך נישט 'לופטיג'...

יעצט צו דיין פוינט. די חילוק צווישן מיר און דיר איז, דו גלייבסט אין גאווערמענט גרעניצלאזע מעגליכקייטן און כוחות, און איך נישט.

ביי די אייסיס געפאר האסטו פיין געגלייבט...

געגלייבט וועם, אז וואס?

אז אמעריקא וועט שוין מאכן זעכער אז ס'קימט נישט אן קיין אמעריקא און ווען אבאמא האט זיך געפוילט האסטו זיך גערעגט

וואס פונקטליך גלייב איך? אז אמעריקע האט א מיליטער פון גאנס און טאנקען?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 22, 2020 2:23 pm

פארלאזט דיך אויפן גאווערמענט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:00 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ר' יואל וועסט מיר מוזן מוחל זיין כ'זע האסט געשריבן אינדערמיט נאך תגובות, אבער אלעס גייט מיטן חשבון ווי כאילו די וויירוס האט זיך שוין דא געדרייט א חודש פאר דעם, נאר וויבאלד מען האט עס נישט געטעסט האט מען דאס נישט געוויסט, ס'איז פשוט נישט ריכטיג, די וויירוס איז נישט דא געווען, און מען האט עס יא געטעסט נאר ס'איז געווען נעגעטיוו. דיינע אלע תגובות ווערן אדרעסט דורך די סך הכל פון מיין תגובה.


בקיצור, איר גייט מיט די הנחה אז די ערשטע קעיסעס פונעם וויירוס זענען באמת געווען דא ערשט מארטש 3, און עס האט זיך פשוט צושפרייט דא סאך שנעלער ווי איבעראל צוליב די צושטופטקייט.

עס קען אפשר זיין, אבער מען קען נישט וויסן, ווייל עס זענען נישט געווען גענוג טעסטס, גענוג טעסטס וואלט געמיינט, עז עי מינומום, אז יעדער מענטש וואס קומט צום דאקטער מיט סימפטאמען באקומט א טעסט, און ווען מען וואלט דאס געהאט איז זייער מעגליך אז מען וואלט שוין געהאט די ערשטע קעיסעס א וואך צוויי פריער.

אין מאנטרעאל איז טאקע אויך נישט געווען גענוג טעסטס, אבער מיט די ווייניג טעסטס מיין איך אז זייערע נאמבערס זענען געשטאנען סאך בעסער ווי ניו יארק ווען זיי האבן אפגעשפארט, און די סיבה איז לכאורה געווען ווייל איינמאל אמעריקע האט אפגעשפארט איז שוין זיי געווען סאך גרינגער עס צו טוהן.

און ווער זאגט אז ס'איז נישט געווען גענוג טעסט'ס פאר מענטשן מיט סימפטאמען? אוודאי איינמאל ס'איז אינפעסטעט כדי צו קענען טעסטן יעדן מיט סימפטאם'ס דארף מען האבן א געוואלד מיט טעסט'ס, אבער פאר די ערשטע פאר טאג ממש, איז אוודאי געווען גענוג.

די מציאות ווי אזוי דאס פארשפרייט זיך איז אז עס ווערט געדאפעלט און געטריפלט, און צוליב דעם וואקסן די נומערן ווי אויף הייוון. אויב וואלט עס אין מארש 3 שוין געווען היבש פארשפרייט וואלט די מציאות געדארפט זיין אז פון אלע טעסט'ס זאל זיין מער ווי איינס, אבער אין פאקט איז עס נאר געווען איינס, דאס ווייזט אז ממש אין יענעם טאג צוויי האט זיך עס אנגעהויבן.

איבערקוקענדיג די שפרינג פון נומערן פער טאג אנפאנג פונעם פארשפרייטונג אין אנדערע פלעצער, קוקט אויס אז מער ווייניגער איז איבעראל געשפרינגן מיט בערך די זעלבע פראצענטן. דאס ווייזט אז די אנפאנג ווען מען האט געזען נאר ממש געציילטע איז פשט אז דאס איז באמת די אנפאנג דערפון, ווען נישט וואלט מען געהאלטן שוין גלייך אינעם ערשטן טאג מיט הויכע נומערן.

לגבי קאנאדע, מיר ליגט אין קאפ אז מארש 18 ווען מען האט אנגעהויבן פארשפארן חדרים/בתי מדרשים, איז קאנאדע געשטאנען מיט ערגערע נומערן פראצענטיש קעגן ניו יארק, כ'האב נישט קיין צייט [אקא געדולט...] יעצט צו גיין עס אפיר זיכן וויפיל מענטשן קעגן וויפיל קעיסעס זענען דאן געווען...

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אפשר פארקערט » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 12:00 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ר' יואל וועסט מיר מוזן מוחל זיין כ'זע האסט געשריבן אינדערמיט נאך תגובות, אבער אלעס גייט מיטן חשבון ווי כאילו די וויירוס האט זיך שוין דא געדרייט א חודש פאר דעם, נאר וויבאלד מען האט עס נישט געטעסט האט מען דאס נישט געוויסט, ס'איז פשוט נישט ריכטיג, די וויירוס איז נישט דא געווען, און מען האט עס יא געטעסט נאר ס'איז געווען נעגעטיוו. דיינע אלע תגובות ווערן אדרעסט דורך די סך הכל פון מיין תגובה.


בקיצור, איר גייט מיט די הנחה אז די ערשטע קעיסעס פונעם וויירוס זענען באמת געווען דא ערשט מארטש 3, און עס האט זיך פשוט צושפרייט דא סאך שנעלער ווי איבעראל צוליב די צושטופטקייט.

עס קען אפשר זיין, אבער מען קען נישט וויסן, ווייל עס זענען נישט געווען גענוג טעסטס, גענוג טעסטס וואלט געמיינט, עז עי מינומום, אז יעדער מענטש וואס קומט צום דאקטער מיט סימפטאמען באקומט א טעסט, און ווען מען וואלט דאס געהאט איז זייער מעגליך אז מען וואלט שוין געהאט די ערשטע קעיסעס א וואך צוויי פריער.

אין מאנטרעאל איז טאקע אויך נישט געווען גענוג טעסטס, אבער מיט די ווייניג טעסטס מיין איך אז זייערע נאמבערס זענען געשטאנען סאך בעסער ווי ניו יארק ווען זיי האבן אפגעשפארט, און די סיבה איז לכאורה געווען ווייל איינמאל אמעריקע האט אפגעשפארט איז שוין זיי געווען סאך גרינגער עס צו טוהן.


https://www.nytimes.com/
A Coronavirus Death in Early February Was ‘Probably the Tip of an Iceberg’
The startling discovery that the virus was responsible for a Feb. 6 death in California raises questions about where else it might have been spreading undetected.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 12:55 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ר' יואל וועסט מיר מוזן מוחל זיין כ'זע האסט געשריבן אינדערמיט נאך תגובות, אבער אלעס גייט מיטן חשבון ווי כאילו די וויירוס האט זיך שוין דא געדרייט א חודש פאר דעם, נאר וויבאלד מען האט עס נישט געטעסט האט מען דאס נישט געוויסט, ס'איז פשוט נישט ריכטיג, די וויירוס איז נישט דא געווען, און מען האט עס יא געטעסט נאר ס'איז געווען נעגעטיוו. דיינע אלע תגובות ווערן אדרעסט דורך די סך הכל פון מיין תגובה.


בקיצור, איר גייט מיט די הנחה אז די ערשטע קעיסעס פונעם וויירוס זענען באמת געווען דא ערשט מארטש 3, און עס האט זיך פשוט צושפרייט דא סאך שנעלער ווי איבעראל צוליב די צושטופטקייט.

עס קען אפשר זיין, אבער מען קען נישט וויסן, ווייל עס זענען נישט געווען גענוג טעסטס, גענוג טעסטס וואלט געמיינט, עז עי מינומום, אז יעדער מענטש וואס קומט צום דאקטער מיט סימפטאמען באקומט א טעסט, און ווען מען וואלט דאס געהאט איז זייער מעגליך אז מען וואלט שוין געהאט די ערשטע קעיסעס א וואך צוויי פריער.

אין מאנטרעאל איז טאקע אויך נישט געווען גענוג טעסטס, אבער מיט די ווייניג טעסטס מיין איך אז זייערע נאמבערס זענען געשטאנען סאך בעסער ווי ניו יארק ווען זיי האבן אפגעשפארט, און די סיבה איז לכאורה געווען ווייל איינמאל אמעריקע האט אפגעשפארט איז שוין זיי געווען סאך גרינגער עס צו טוהן.

און ווער זאגט אז ס'איז נישט געווען גענוג טעסט'ס פאר מענטשן מיט סימפטאמען? אוודאי איינמאל ס'איז אינפעסטעט כדי צו קענען טעסטן יעדן מיט סימפטאם'ס דארף מען האבן א געוואלד מיט טעסט'ס, אבער פאר די ערשטע פאר טאג ממש, איז אוודאי געווען גענוג.

די מציאות ווי אזוי דאס פארשפרייט זיך איז אז עס ווערט געדאפעלט און געטריפלט, און צוליב דעם וואקסן די נומערן ווי אויף הייוון. אויב וואלט עס אין מארש 3 שוין געווען היבש פארשפרייט וואלט די מציאות געדארפט זיין אז פון אלע טעסט'ס זאל זיין מער ווי איינס, אבער אין פאקט איז עס נאר געווען איינס, דאס ווייזט אז ממש אין יענעם טאג צוויי האט זיך עס אנגעהויבן.

איבערקוקענדיג די שפרינג פון נומערן פער טאג אנפאנג פונעם פארשפרייטונג אין אנדערע פלעצער, קוקט אויס אז מער ווייניגער איז איבעראל געשפרינגן מיט בערך די זעלבע פראצענטן. דאס ווייזט אז די אנפאנג ווען מען האט געזען נאר ממש געציילטע איז פשט אז דאס איז באמת די אנפאנג דערפון, ווען נישט וואלט מען געהאלטן שוין גלייך אינעם ערשטן טאג מיט הויכע נומערן.

לגבי קאנאדע, מיר ליגט אין קאפ אז מארש 18 ווען מען האט אנגעהויבן פארשפארן חדרים/בתי מדרשים, איז קאנאדע געשטאנען מיט ערגערע נומערן פראצענטיש קעגן ניו יארק, כ'האב נישט קיין צייט [אקא געדולט...] יעצט צו גיין עס אפיר זיכן וויפיל מענטשן קעגן וויפיל קעיסעס זענען דאן געווען...


עס זענען דא יעדן טאג טויזענטער מענטשן מיט פיבער אדער א הוסט, און מען האט זיכער נישט געטעסט סתם אזעלכע מענטשן, די ערשטע מאל וואס מען האט בכלל זיך געקענט טעסטן אין וויליאמסבורג איז געווען פרייטאג מארטש 13.

די שפרייטונג אנפאנג איז טאקע געווען ענליך איבעראל, אבער אין ניו יארק האט עס פלוצלינג אנגעהויבן שפרינגען אויף א ראטע וואס מען האט נישט געזען אין ערגעץ נישט, א שטארקע הסבר אויף דעם קען זיין אז עס איז שוין געווען סאך מער פארשפרייט ווי מען האט געמיינט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 11:57 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:עס זענען דא יעדן טאג טויזענטער מענטשן מיט פיבער אדער א הוסט, און מען האט זיכער נישט געטעסט סתם אזעלכע מענטשן, די ערשטע מאל וואס מען האט בכלל זיך געקענט טעסטן אין וויליאמסבורג איז געווען פרייטאג מארטש 13.

די שפרייטונג אנפאנג איז טאקע געווען ענליך איבעראל, אבער אין ניו יארק האט עס פלוצלינג אנגעהויבן שפרינגען אויף א ראטע וואס מען האט נישט געזען אין ערגעץ נישט, א שטארקע הסבר אויף דעם קען זיין אז עס איז שוין געווען סאך מער פארשפרייט ווי מען האט געמיינט.

דיין חשבון שטימט נישט, ווייל ווי אזוי קען זיין אז די אנפאנג זאל זיין די זעלבע ווי איבעראל אויב איז עס שוין פעסט פארשפרייט מער ווי ערגעץ אנדערש? די הסבר איז אסאך פשוטער צו זאגן אז אין נ"י איז מען מער קאנצעטרירט אויף איין פלאץ כאפט מען עס אסאך אסאך שנעלער איינער פון אנדערן.

מארש 13 אין ווילי? מעגליך, דאס מיינט אז דאן האט מען שוין געקענט טעסטן יעדן איינעם, אפילו אן קיין סימפטאם'ס, אבער די מיט סימפטאם'ס האט מען שוין געטעסט פארדעם.

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9839
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג אפריל 24, 2020 6:34 am

מטעמים האט געשריבן:איך מיין אז טראמפס און קאומאוס גרעסטע טעות איז געוועהן אז ווען די ערשטע קעיס איז געשעהן האט ער געדארפט פארלאנגען אז די זיפ קאוד פון יענע קעיס ווערט טאטאל פארשלאסען מיט מיליטערישע באגלייטענג און א טיקעט פון טויזענט דאלער פאר איינער וואס פארלאזט די דירה.

און די סטראשע וואלט געדארפט זיין אז עני אנדערע זיפ קאוד וואס באקומט אזא קעיס גייט דורעך גיין די זעלבע שווערע טריעטמענט ביז די געגענט האט מער נישט קיין נייע קעיסעס פאר פערצען טאג - קווארענטין און סאושעל דיסטענסינג וואלט געדארפט זיין א סטראשע און נישט קיין זעקס חדשים׳דיגע פאליסי וואס איז נישט מעגליך אויסצופירען.

אנשטאט איז מען געגאנגען צוגרייטען דעם שפיטאל אינטער די צובראכענע בריק.

לדעתי איז איממעגליך צו נוצען לאקדאון אלץ א סטראשע. די איינציגסטער וועג עס קען ארבייטען איז אז די עולם פארשטייט אז עס איז פאר זייערע טובה. אז מען ניצט עס אלץ שטראף, אדער אפילו אלץ סטראשע, גייט עס בעקפיירען אויף א משוגענע פארנעם ווייל יעדער איינער גייט זיך אנפייפען - ווער גייט זי לאזן ווערען געשטראפט- און עס גייט זיך ענדיגען מיט א ציווילער מלחמה. די קליגסטער שריט וואס ענגלאנד האט געטוהן איז זיי זענען אויפגעקומען מיטן גאונות'דיגע סלאגען Protect Our NHS. הגם אז מען טראכט אריין פאר א רגע פאנגט עס נישט אהן צו מאכן סענס, אבער עס האט געארבעט ווינדער אהן זיך כמעט מוזן באנוצען מיט פאליציי. דעס האט אויפגעוועקט יעדענ'ס געפיל אז זיי זענען יעצט א חלק פון ראטעווען עפעס פיל גרעסער פון זיי צו וואס זיי האבען גאר א שטארקע געפיל און דעס האט זיי געמאכט בלייבן אינדערהיים. אפילו אין בני ברק האט עס נאר געארבעט ווען מען איז ארויס מיט א מוראדיגע הסברה פארן עולם אז מען מיינט זיי. אלץ שטראף? No chance!
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג



מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 29, 2020 6:19 pm

IMG_20200429_181837_436.jpg
IMG_20200429_181837_436.jpg (45.94 KiB) געזעהן 463 מאל

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך אפריל 29, 2020 6:40 pm

fiena nieas האט געשריבן:
IMG_20200429_181837_436.jpg

מען דארף טאקע פרעגן קאומא אין דעבלאזיא וועגן דעם.
עס אעז צייט ציי עפענען א אשכול פאר, דעבאטע איז קאומא אין דעבלאזיא שולדיג אין די וויירוס!
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אפריל 29, 2020 6:51 pm

fiena nieas האט געשריבן:
IMG_20200429_181837_436.jpg

עס איז נאך צו פריה צו מאכן פשעטליך פון איין מדינה צו צווייטן, דער אייבערשטער זאל היטן אלע אידישע קינדער, זיי האלטן נאך אנהויב פון די זאך, באט אוודאי וועט קומען די טאג וואס מען וועט פרעגן די קשיות.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אפריל 29, 2020 7:39 pm

דממה דקה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
IMG_20200429_181837_436.jpg

עס איז נאך צו פריה צו מאכן פשעטליך פון איין מדינה צו צווייטן, דער אייבערשטער זאל היטן אלע אידישע קינדער, זיי האלטן נאך אנהויב פון די זאך, באט אוודאי וועט קומען די טאג וואס מען וועט פרעגן די קשיות.

ניו יארק סיטי'ס שטח איז 302.6 סקווער מייל. בעת ארץ ישראל'ס שטח איז 8,019.

איך ווייס נישט וויפיל ביי ביידע זענען באוואוינט. אבער זיכער אז דא וואוינט מען אסאך מער צוזאמגעשטיפט.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 29, 2020 7:41 pm

ארץ ישראל איז אויך אסאך ווארימער, וואס מאכט די פארשפרייטונג ווייניגער. פונקט ווי קאליפארניע און פלארידע וואס האבן אסאך ווייניגער קעיסעס ווי ניו יארק.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:18 pm

סא ווארימע וועטערס ווערט עס נישט אזוי פארשפרייט?

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:20 pm

fiena nieas האט געשריבן:סא ווארימע וועטערס ווערט עס נישט אזוי פארשפרייט?

אויף זיכער ווייסט מען נישט, און די השארות זענען שנוי במחלוקת. לויט וויפיל איך האב געליינט מיין איך אז עס איז מער אנגענומען אז ווארעמע וועטערס אפעקטירן נישט שטארק דעם וויירוס. טעאריעס איז דא אויף ביידע זייטן.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:57 pm

דאס איז זיכער אז עפעס איז געשען אין ניו יארק, סאמטינג פישי, טראמפ איז פרעזידענט אין אלע פופציג סטעיטס, אבער רוב סטעיטס שטייען היבש גוט קעגן אייראפע, און ניו יארק מעטרא איז די ערגסטע פלאץ אויפן כדור העולם, (חוץ וואהאן לויט די עכטע נאמבערס).

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7814
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך איינס » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:04 pm

און דאס אז אין ארץ ישראל האט מען שטרענג געהאלטן די ״בידוד״ האט זיכער אסאך געהאלפן
בעוד אין נ״י האט מען אנגעהויבן די אלע רעגולאציעס נאר נאך וואס סאיז שוין געווען צושפריייט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

תגובהדורך תנא בתרא » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:06 pm

שולדיג ארויף, שולדיג אראפ, טראמ'ס אפראוועל ראטע פאלט מיט נאך א ביסל יעדן איינציגען טאג...
זיכט איר א ביליגע אלטענאטיוו פאר Adobe PhotoShop? פראבירט אויס Affinity Photo! --- fixerאפיניטי פאטא טאטאריעלס ... (במקום Adobe PhotoShop) === אפיניטי דעזיינער טאטאריעלס ... (במקום Adobe Illustrator)

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:53 pm

האמיר היינט דערהאלטן א בריוו פון ירום הודו אליין. ער שרייבט מיר דארטן אז ער שיקט מיר אריין א שיינע פאר טויזענט דאללער.

עמיר זעהן וואו זיינע אפראוועל רעיטינגס וועלן האלטן נאך די עולם באקומט די בריוון מיט די טשעקלעך:)


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט