דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אפריל 21, 2020 5:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די נומערן פון כינע וואס מען האט געוואוסט, זענען געווען בעסער פון גוט.

בלא בלא בלא מען האט געוויסט אז כינע זאגט נישט די אמת די מידיע האט געהאמערט אז די געפאר איז גרויס עניוועיז

לאמיר דיר עפעס אויסלערנען. ווען איינער האלט אנדערש ווי דו, ווערט נישט יענעמ'ס ווערטער פארוואנדלט אין בלא בלא בלא, און יענער איז אויך נישט אויטאמאטיש געדינגען אלס לויער דורך טראמפ.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אפריל 21, 2020 5:59 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די נומערן פון כינע וואס מען האט געוואוסט, זענען געווען בעסער פון גוט.

בלא בלא בלא מען האט געוויסט אז כינע זאגט נישט די אמת די מידיע האט געהאמערט אז די געפאר איז גרויס עניוועיז

לאמיר דיר עפעס אויסלערנען. ווען איינער האלט אנדערש ווי דו, ווערט נישט יענעמ'ס ווערטער פארוואנדלט אין בלא בלא בלא, און יענער איז אויך נישט אויטאמאטיש געדינגען אלס לויער דורך טראמפ.

א דאנק פאר די לעקציע און איך האב נישט געמיינט צו אוועקמאכן אייערע רייד אלטץ בלא בלא בלא נאר די וועיג פון די וועג פון טענהן אזלכע ליפטיגע רייד דו האסט נישט געזאגט אן אפיניון נאר א טענה וואס זאגט נישט גארנישט וייל דו אליינס זאגסט אז כינע האט באהאלטן סא פארוואס ברענגסטו עס פאר דיין טענה עניוועיז אנטשילדיגט

וועגן לאויער פון טראמפ האב איך געמאכט א ווערטל ווי דו קוועטשט ארויס א פארטיידונג צו טראמפ אז ער האט נישט געוויסט וואס דאס איז גאר שוואך פאר א פרעזידענט וואס דארף יא צו וויסן
איזהו חכם הרואה את הנולד

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:12 pm

אה איך האב פארגעסן... יענעמ'ס ווערטער ווערן אויך נישט 'לופטיג'...

יעצט צו דיין פוינט. די חילוק צווישן מיר און דיר איז, דו גלייבסט אין גאווערמענט גרעניצלאזע מעגליכקייטן און כוחות, און איך נישט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:40 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אה איך האב פארגעסן... יענעמ'ס ווערטער ווערן אויך נישט 'לופטיג'...

יעצט צו דיין פוינט. די חילוק צווישן מיר און דיר איז, דו גלייבסט אין גאווערמענט גרעניצלאזע מעגליכקייטן און כוחות, און איך נישט.

;l;p-
עס איז אסאך גרינגער צו מאכן א מענטש תשובה טוהן אויף זיינע עבירות ווי אויף זיינע מצוות....

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אפריל 21, 2020 7:45 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אה איך האב פארגעסן... יענעמ'ס ווערטער ווערן אויך נישט 'לופטיג'...

יעצט צו דיין פוינט. די חילוק צווישן מיר און דיר איז, דו גלייבסט אין גאווערמענט גרעניצלאזע מעגליכקייטן און כוחות, און איך נישט.

ביי די אייסיס געפאר האסטו פיין געגלייבט...

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג אפריל 21, 2020 8:03 pm

fiena nieas האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:און ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט געווען? אפשר איז סיי ווי נישט שייך געווען צו טון עפעס מער?

יא אפשר טאקע... וועגן דעם מאכט מען ליצנות דערפון און מען זאגט אז ס'איז אנדער קאנטראל און ווען ס'קימט זימער ווערט עס פארשווינדען

מיין פראבלעם איז נישט זיין ליצנות.. איך פארשטיי אז ער וויל האלטן די מאראל,

מיין טענה איז, פארוואס ווען סאיז שוין געווען ארויס פון קאנטראל אין איטאליע האט טראמפ הערשט אפגעשפארט די גרעניץ קיין טשיינע....
און פארוואס האט מען נישט געטעסט דעם עולם לארכה ולרחבה בכדי צו פארמיידן די צושפרייטונג און קענען זאמלען גענוג דאטא.. הערשט יעצט דערמאנסטו זיך?
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת כתיבה וחתימה טובה הק' שיעלע

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 21, 2020 8:45 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:איי ווען דו טוסט ווען די זעלבע פון אנהייב וואלט מען דאך געקענט פארשפארן די גאנצע מגיפה און די לאקדאון.. #אבער שילדיג זענען די דעמאקראטן

אפשר יעצט אז זאכן זענען שוין מער ווייניגער רואיג קענסטו מסביר זיין נארמאל, ווי אזוי וואלט מער טעסטינג געקענט פארשפארן די מגיפה? טשיינע האט געמאנגעלט אין טעסט'ס? איטאליע האט געהאט ווייניג טעסט'ס? א טעסט איז סך הכל נאר דאס, עס זאגט דיר וואס יענער איז געווען בשעת'ן נעמען דעם טעסט. פארדעם [ביז מען איז געווארן נעגעטיוו...] אדער נאכדעם [ווען יענער ווערט פאזעטיוו...] זאגט עס גארנישט.

איין פלאץ קען איך זען ווי מען וואלט געדארפט טעסטן, אזעלכע פלעצער וואס עס וואוינען דארט היי-ריסק מענטשן, וואלט מען געדארפט טעסטן אלע וואס קומען אין בארירונג מיט זיי כדי נישט צו אויס'שחט'ן גאנצעטע בתי אבות.

און די עיקר אויף וואס די טעסט'ס טוט אויף איז, צו קענען וויסן פון וואספארא מאנסטער מען רעדט, אדער ווי אנשטעקיג דאס איז, אבער די חברה דא האלטן דאך אז שוין פון אנפאנג האט מען געוויסט פון וואספארא מאנסטער מען רעדט, און ווי אנשטעקיג דאס איז, ממילא האט בכלל נישט אויסגעפעלט די מידיע'ס פאניק איבער ווייניג טעסטינג'ס...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 21, 2020 8:55 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:און ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט געווען? אפשר איז סיי ווי נישט שייך געווען צו טון עפעס מער?

יא אפשר טאקע... וועגן דעם מאכט מען ליצנות דערפון און מען זאגט אז ס'איז אנדער קאנטראל און ווען ס'קימט זימער ווערט עס פארשווינדען

מיין פראבלעם איז נישט זיין ליצנות.. איך פארשטיי אז ער וויל האלטן די מאראל,

מיין טענה איז, פארוואס ווען סאיז שוין געווען ארויס פון קאנטראל אין איטאליע האט טראמפ הערשט אפגעשפארט די גרעניץ קיין טשיינע....
און פארוואס האט מען נישט געטעסט דעם עולם לארכה ולרחבה בכדי צו פארמיידן די צושפרייטונג און קענען זאמלען גענוג דאטא.. הערשט יעצט דערמאנסטו זיך?


איר חלום'ט? דעם זעלבן טאג וואס איטאליע האט באקומען די ערשטע קעיסעס און אפגעשפארט פלייט'ס פון טשיינע, יענעם טאג האט טראמפ אפגעשפארט דאס אריינקומען פון טשיינע.


קוקט איבער די טיים-ליין אויף די צוויי לינק'ס, און זאג א דאטום ווען און וואס טראמפ וואלט געדארפט נאך עפעס טון.
https://www.npr.org/2020/04/21/83734855 ... oronavirus
https://www.thinkglobalhealth.org/artic ... oronavirus

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 21, 2020 9:12 pm

טראמפ האט געוואוסט זאכן וואס זענען נישט געווען פאבליק, ועין ערך סענעטאר בור.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 21, 2020 9:30 pm

און ממילא? גיב ביטע א דאטום וואס און ווען ער וואלט געדארפט נאך "טון", וואס דאס וואלט אפגעהאלטן דעם וויירוס פון זיך פארשפרייטן.

---
סענעטאר בור? קיין מושג פון וואס די מדובר איז...

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אפריל 21, 2020 10:46 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:איי ווען דו טוסט ווען די זעלבע פון אנהייב וואלט מען דאך געקענט פארשפארן די גאנצע מגיפה און די לאקדאון.. #אבער שילדיג זענען די דעמאקראטן

אפשר יעצט אז זאכן זענען שוין מער ווייניגער רואיג קענסטו מסביר זיין נארמאל, ווי אזוי וואלט מער טעסטינג געקענט פארשפארן די מגיפה? טשיינע האט געמאנגעלט אין טעסט'ס? איטאליע האט געהאט ווייניג טעסט'ס? א טעסט איז סך הכל נאר דאס, עס זאגט דיר וואס יענער איז געווען בשעת'ן נעמען דעם טעסט. פארדעם [ביז מען איז געווארן נעגעטיוו...] אדער נאכדעם [ווען יענער ווערט פאזעטיוו...] זאגט עס גארנישט.

איין פלאץ קען איך זען ווי מען וואלט געדארפט טעסטן, אזעלכע פלעצער וואס עס וואוינען דארט היי-ריסק מענטשן, וואלט מען געדארפט טעסטן אלע וואס קומען אין בארירונג מיט זיי כדי נישט צו אויס'שחט'ן גאנצעטע בתי אבות.

און די עיקר אויף וואס די טעסט'ס טוט אויף איז, צו קענען וויסן פון וואספארא מאנסטער מען רעדט, אדער ווי אנשטעקיג דאס איז, אבער די חברה דא האלטן דאך אז שוין פון אנפאנג האט מען געוויסט פון וואספארא מאנסטער מען רעדט, און ווי אנשטעקיג דאס איז, ממילא האט בכלל נישט אויסגעפעלט די מידיע'ס פאניק איבער ווייניג טעסטינג'ס...



ווען מען האט ווען טעסטינג וואלט מען שוין געקענט וויסן א וואך פאר פורים אז דער וויירוס איז אוט אף קאנטראל אין ניו יארק, די שפיטעלער אין ניו יארק האבן שוין געזען א העכערונג אין פלו לייק עמוירדזשענסי וויזיטס פון מארטש 1, און ווען מען וואלט שוין געוויסט אז עס איז קאוראונע וואלט מען שוין דעמאלט געקענט אנהייבן מיט די סאושעל דיסטענסינג.

ביי ענק אין מאנטרעאל ווי דער וויירוס האט זיך לכאורה אנגעהויבן שפרייטן א וואך צוויי שפעטער, אבער מען האט אנגעהויבן סאושעל דיסטענסינג די זעלבע צייט ווי דא איז דער מצב הונדערט מאל בעסער.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 21, 2020 10:48 pm

א וואך פאר פורים האט מען שוין טאקע רעקאמענדירט סאציאלע דינסטיסינג. נישט נאציאנאל, נאר לאקאל.
איך זוך א דזשאב

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אפריל 21, 2020 10:51 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א וואך פאר פורים האט מען שוין טאקע רעקאמענדירט סאציאלע דינסטיסינג. נישט נאציאנאל, נאר לאקאל.


מען האט רעקאמענדירט מיט א האלבן מויל, מען האט שוין דעמאלט געדארפט הייסן מענטשן עט ריסק זיך גענצליך איינצושפארן אינדערהיים, און אפשר אפי' צושפארן סקולס און ביזנעסער, אבער קיינער האט עס נישט געזאגט.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 21, 2020 10:53 pm

מ'האט טאקע אזוי געזאגט.

שפארן סקולס האט מען נישט געוואלט צוליב א פאליסי אז פאר קינדער שאדט עס נישט.
איך זוך א דזשאב

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:05 pm

ווער האט אזוי געזאגט? קאומא אין דעבלאזיא האבן געזאגט אז מען זאל עוואוידן לארדזש געדערינגס, נישט אז מען זאל זיך איינשפארן אינדערהיים, דאכט זיך אז דעבלאזיא האט אפי' געזאגט פאר פורים אז מען קען זיך רואיג צאמנעמען אפי' גרויסע משפחות.

און סיי וויאזוי צו מען האט עס געזאגט צו נישט, דער מציאות איז אז ווען מען האט שוין געוויסט אז די וויירוס איז שטארק פארשפרייט האט מען שוין גענומען סאך שטערקערע שריט, און ווען מען וואלט געהאט טעסטס וואלט מען שוין געוויסט א וואך צוויי פריער אז די וויירוס איז שטארק פארשפרייט.
לעצט פאראכטן דורך יואל שרייבער אום דינסטאג אפריל 21, 2020 11:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:07 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:ווער האט אזוי געזאגט? קאומא אין דעבלאזיא האבן געזאגט אז מען זאל עוואוידן לארדזש געדערינגס, נישט אז מען זאל זיך איינשפארן אינדערהיים, דאכט זיך אז דעבלאזיא האט אפי' געזאגט פאר פורים אז מען קען זיך רואיג צאמנעמען אפי' גרויסע משפחות.

און אז העכער 60 זאל מען בלייבן אין שטוב. יעדער האט אזוי געזאגט פאר פורים.
איך זוך א דזשאב

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:12 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ווער האט אזוי געזאגט? קאומא אין דעבלאזיא האבן געזאגט אז מען זאל עוואוידן לארדזש געדערינגס, נישט אז מען זאל זיך איינשפארן אינדערהיים, דאכט זיך אז דעבלאזיא האט אפי' געזאגט פאר פורים אז מען קען זיך רואיג צאמנעמען אפי' גרויסע משפחות.

און אז העכער 60 זאל מען בלייבן אין שטוב. יעדער האט אזוי געזאגט פאר פורים.


אפשר ברענגסטו א מקור דערצו.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:23 pm

מערץ 8 האט קאומא רעקאמענדירט צו ארבעטן פונדערהיים, ווער עס קען. דאס איז 3 טעג פאר פורים.
איך זוך א דזשאב

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:24 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א וואך פאר פורים האט מען שוין טאקע רעקאמענדירט סאציאלע דינסטיסינג. נישט נאציאנאל, נאר לאקאל.


מען האט רעקאמענדירט מיט א האלבן מויל, מען האט שוין דעמאלט געדארפט הייסן מענטשן עט ריסק זיך גענצליך איינצושפארן אינדערהיים, און אפשר אפי' צושפארן סקולס און ביזנעסער, אבער קיינער האט עס נישט געזאגט.

שטעל דיך פאר ווען מ'הייסט א וואך פאר פורים בלייבן אינדערהיים...
עס וואלט געווען דא פערצן אשכולות דאס צו פארשרייען

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:25 pm

אמת.

אבער דעבלאזיאו האט טאקע אין די זעלבע צייט געשריגן אז ס'איז נישטא קיין סיבה צו זיין פארשפארט. מ'זאל יא גיין ארבעטן און נישט פאניקן... דער זעלבער וואס זאגט אז יעצט דארפן סקולס בלייבן פארשפארט פאר חדשים לאנג... גולם וואס ער איז.
לעצט פאראכטן דורך אסדר לסעודתא אום דינסטאג אפריל 21, 2020 11:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך זוך א דזשאב

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:25 pm

אקעי, דאס איז זייער ווייט פון וואס מען האט שוין געדארפט זאגן דעמאלטס, און פון וואס מען האט געזאגט א וואך שפעטער, כאטש די אמת'ע נאמבערס דעמאלטס זענען לכאורה געווען ערגער פון וואס מען האט געמיינט אז די נאמבערס זענען א וואך שפעטער.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:26 pm

טעסטס זענען שוין דעמאלטס געווען לרחצה.
איך זוך א דזשאב

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:28 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א וואך פאר פורים האט מען שוין טאקע רעקאמענדירט סאציאלע דינסטיסינג. נישט נאציאנאל, נאר לאקאל.


מען האט רעקאמענדירט מיט א האלבן מויל, מען האט שוין דעמאלט געדארפט הייסן מענטשן עט ריסק זיך גענצליך איינצושפארן אינדערהיים, און אפשר אפי' צושפארן סקולס און ביזנעסער, אבער קיינער האט עס נישט געזאגט.

שטעל דיך פאר ווען מ'הייסט א וואך פאר פורים בלייבן אינדערהיים...
עס וואלט געווען דא פערצן אשכולות דאס צו פארשרייען


אוודאי אזוי, ווייל א וואך פאר פורים האט מען געמיינט אז עס זענען נאר דא ווייניגער ווי הונדערט קעיסעס אין גאנץ ניו יארק , שטעל דיך פאר ווען מען ווייסט שוין דעמאלטס אז עס זענען שוין דא טויזענטער קעיסעס און צענדליגער האספיטאליזאציעס וואלט די זאך אויסגעזען אינגאנצן אנדערש.

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:34 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א וואך פאר פורים האט מען שוין טאקע רעקאמענדירט סאציאלע דינסטיסינג. נישט נאציאנאל, נאר לאקאל.


מען האט רעקאמענדירט מיט א האלבן מויל, מען האט שוין דעמאלט געדארפט הייסן מענטשן עט ריסק זיך גענצליך איינצושפארן אינדערהיים, און אפשר אפי' צושפארן סקולס און ביזנעסער, אבער קיינער האט עס נישט געזאגט.

שטעל דיך פאר ווען מ'הייסט א וואך פאר פורים בלייבן אינדערהיים...
עס וואלט געווען דא פערצן אשכולות דאס צו פארשרייען


אוודאי אזוי, ווייל א וואך פאר פורים האט מען געמיינט אז עס זענען נאר דא ווייניגער ווי הונדערט קעיסעס אין גאנץ ניו יארק , שטעל דיך פאר ווען מען ווייסט שוין דעמאלטס אז עס זענען שוין דא טויזענטער קעיסעס און צענדליגער האספיטאליזאציעס וואלט די זאך אויסגעזען אינגאנצן אנדערש.

"ווען מ'וויסט ווען"
מ'האט למעשע נישט געוויסט און "ווען מ'הייסט ווען" דעמאלטס בלייבן אינדערהיים וואלטן אינז אלע געשריגן און פארפירט

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:38 pm

פורים בעצם איז שוין אין
ניו ראשעלל געווען פארשפארט אלע שולן
מאנהעטען כמעט אלע שולן פארשפארט, רוב אידן זענען שוין נישט געומקען אין שול שבת זכור
טיענעק כמעט אלע שולן פארמאכט

און אין אנדערע פלעצער האט מען פשוט געלאכט פון זיי ווי משוגעים , סאיז נישט קיין צייט צו קוקן אויף צוריק און אלעס איז זיכער באשערט און לטובה , אבער די אחריות איז געווען הפקר וועלט און פסק'נען דיני נפשות אן קיין חשבון , סאיז נישט קיין צייט צו בלעימען קיינעם יעצט,יעדער איז געווען פארלוירן און מען איז נאך אלס היפש פארלוירן , אבער עס וואלט ווען געראטעוועט הונדערטע נפשות ווען מען עלימינירט ווען די פורים ווי עס איז געווען , אין בארא פארק אדער פלעטבוש האבן אסאך נגידים שוין נישט אויפגענומען דעם עולם, בעיקר עלטערע מענטשן וואס האבן געהאט אייגענע שכל


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט