דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך טוב לב » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 12:16 am

פון די טאג וואס טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס איז אים אלעס געגאנגען מיטן רעכטן פוס, צו זאל עס זיין עקענאמיש וויפול רעקארדס זענען געבראכען געווארען אונטער טראמפ, די עקענאמיע איז געוואקסען אן א שיעור, פאר חדשים לאנג האט זיך די אנעמפלוימענט רעיט געהאלטן היסטאריש נידריג, די סטאק מארקעט האט זיך געהויבען גאר שטארק.

צו זאל עס זיין מיליטעריש אונטער טראמפ איז נישט געווען אפילו איין ערענסטע קאנפליקט אין די גאנצע וועלט. אלע שונאים פון אמעריקע זענען אויף איין מאל שטיל געווארען , צו זאל עס זיין טשיינע, רוסלאנד, נאורט קאריע, אלע זענען געזיצען איינגעלייגט זיי האבען געציטערט אז טראמפ זאל נישט ווערן באליידיגט און דערנאך ארויס שיקען א טוויט. אפילו כאמאס איז שטיל געווארען, די מלחמה פון טעראר האט זיך אויך גענצליך געענדיגט נישט דא מער קיין על קיידא אדער אייסיס.

די גרעסטע פאליטישע סקאנדאלען האט טראמפ איבערגעלעבט.

אין איין ווארט, אלעס אין די וועלט איז אים געגאנגען גוט.

ביז....... טראמפ האט געמאכט איין קליינע מיסטעיק ער האט געשפעטיגט מיט בלויז עטליכע וואכען צו גאר עטליכע טעג און טראךךךךך דאס האט געקאסט דאס לעבן פון טויזענטער יא טויזענטער אמעריקאנער. די עקענאמיע איז גענצליך געגאנגען אין דער ערד. אמעריקע איז געווארען איין שטיק דיזעסטער, זייט די צווייטע וועלט מלחמה האבען די אמעריקאנער נישט אזוי געליטען, אלעס צוליב איין קליינע טעות וואס טראמפ האט געמאכט.

איך קום נישט דא באשילדיגען דעם פרעזידענט, די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז איין זאך ''רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' הוא תקום'' טראמפ האט נעבעך געמיינט אז ער איז די מעכטיגסטע גלונגענסטע קליגסטע רייכסטע שטארקסטע מענטש אין די וועלט, האט אין די באשעפער געוויזען נישט נאר דאס ביסט נישט נאר באמת ביזטו גארנישט, איך און טאקע נאר איך פיר די גאנצע וועלט ..

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך תנא בתרא » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 9:32 pm

גלות איד האט געשריבן:האמיר היינט דערהאלטן א בריוו פון ירום הודו אליין. ער שרייבט מיר דארטן אז ער שיקט מיר אריין א שיינע פאר טויזענט דאללער.

עמיר זעהן וואו זיינע אפראוועל רעיטינגס וועלן האלטן נאך די עולם באקומט די בריוון מיט די טשעקלעך:)

די עולם (איך רעד נישט פון די היימישע ברוקלינע איד'לעך...) געבן נישט פאר טראמפ קיין שום קרעדיט, אפילו פאר'ן טשעקל... בלויז פאר דורעכפעלער.
זיכט איר א ביליגע אלטענאטיוו פאר Adobe PhotoShop? פראבירט אויס Affinity Photo! --- fixerאפיניטי פאטא טאטאריעלס ... (במקום Adobe PhotoShop) === אפיניטי דעזיינער טאטאריעלס ... (במקום Adobe Illustrator)

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך תנא בתרא » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 9:34 pm

מענין לענין שלא באותו ענין: איז דא א טשאנס (לויט ווי ס'קוקט אויס די יעצטיגע טעג) אז טראמפ זאל געווינען ווידערוויילונג קעגן ביידען?
זיכט איר א ביליגע אלטענאטיוו פאר Adobe PhotoShop? פראבירט אויס Affinity Photo! --- fixerאפיניטי פאטא טאטאריעלס ... (במקום Adobe PhotoShop) === אפיניטי דעזיינער טאטאריעלס ... (במקום Adobe Illustrator)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג מאי 10, 2020 9:15 pm

דא האט עטס א בליק טאג נאך טאג וויזוי טראמפ האט [נישט גיט] געהאנדעלט מיטן ווירוס
כאפט א בליק

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:30 pm

תנא בתרא האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין: איז דא א טשאנס (לויט ווי ס'קוקט אויס די יעצטיגע טעג) אז טראמפ זאל געווינען ווידערוויילונג קעגן ביידען?

לויט פראפעסער ליכטמאן נישט...


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טעכנישן, קאנטרי און 19 געסט